"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין
- טישטוך
- שר חמש מאות
- תגובות: 737
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: ארויס פון געגנט
שוין העכסט צייט פאר א העכערע קוואליטעט, די מאמענט וואלט שוין געמעגט האבן מער עקספריענס.
זיי זענען זייער גוט און שיין, און ווי פארשטענדליך זעט זיך אן א שטארקער חילוק פון דעם ערשטן נומער ביזן יעצטיגן, אבער למעשה איז עס נישט אויף אזא הויכע ניווא ווי ערווארטעט ביי אידיש דארשטיגע ליינער.
די שרייבער זענען נישט עקסטער באהאוונט אין די כללים פון אידישע אויסלייג און גראמאטיק, זיי באשרייבן זייער פיל היינטיגע ענינים און טוען נישט קיין היסטאריע ארבעט, זיי פארנעמען זיך בעיקר אויף ארטיסטישע שרייבער און נישט דוקא אויף די תוכן הדברים פונעם ארטיקל.
בכלל זענען די גוטע שרייבער פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט, יואל אשר לאבין איז א פארגאנגענהייט, חנוך גרינבערגער רופט זיך אויך זעלטן אן, און אהרן יוסף שפילמאן שרייבט איינמאל אין א צענערל...
מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.

א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.
דער דרשי איד
געליינט דעם ארטיקל פון 'דער דרשי איד'
ווי אזוי מען האט אויסגעפלאנט די בילדער, און די גאנצע בעקדאנד פון די קאמפיין,
דאס איז א שיינע ארטיקל!
ווי אזוי מען האט אויסגעפלאנט די בילדער, און די גאנצע בעקדאנד פון די קאמפיין,
דאס איז א שיינע ארטיקל!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...
(פרעזידענט לינקאלן)
(פרעזידענט לינקאלן)
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:טראמבאן האט געשריבן:הערשקא האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?
איך קען נישט פארשטיין דיין מענטאליטעט און מהלך אויב די זאכן רעדן נישט צו דיר.
הגה"צ חו"פ רא"מ מלאך שליט"א LOL
(הרה"ג read)
וד"ל
?
זיי דיך מסביר.
- fiena nieas
- שר האלפיים
- תגובות: 2939
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am
טישטוך האט געשריבן:שוין העכסט צייט פאר א העכערע קוואליטעט, די מאמענט וואלט שוין געמעגט האבן מער עקספריענס.
זיי זענען זייער גוט און שיין, און ווי פארשטענדליך זעט זיך אן א שטארקער חילוק פון דעם ערשטן נומער ביזן יעצטיגן, אבער למעשה איז עס נישט אויף אזא הויכע ניווא ווי ערווארטעט ביי אידיש דארשטיגע ליינער.
די שרייבער זענען נישט עקסטער באהאוונט אין די כללים פון אידישע אויסלייג און גראמאטיק, זיי באשרייבן זייער פיל היינטיגע ענינים און טוען נישט קיין היסטאריע ארבעט, זיי פארנעמען זיך בעיקר אויף ארטיסטישע שרייבער און נישט דוקא אויף די תוכן הדברים פונעם ארטיקל.
בכלל זענען די גוטע שרייבער פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט, יואל אשר לאבין איז א פארגאנגענהייט, חנוך גרינבערגער רופט זיך אויך זעלטן אן, און אהרן יוסף שפילמאן שרייבט איינמאל אין א צענערל...
מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.
מסכים . און פארוואס ניצן זיי נישט ר'אליהו יואל גליק נאר פאר אזא קליינע באשרייבונג ער איז דאך אזוי פיל מער ווערד!!!
אויך באשרייבונגען אינטערוויוס מיט גדולי ישראל דאס לאז פארן משפחה....
טישטוך האט געשריבן:וועכנטליך? איך רעד נישט פון די פיקטשערס.
דער בלאט און דער איד. (טאקע א צייטונג, אבער ביידע האבן שיינע און רייכע ארטיקלעך יעדע וואך.)
די וואך. (קומט היינט מיט מיט א באזודערע ביכל פון בלויז ארטיקלעך.
א בליק. (חוץ די בילדער האבן זיי שיינע באשרייבונגען יעדע וואך.)
קינדליין (טאקע פאר קינדער, אבער האבן שיינע זאכן יעדע וואך וואס איז אויך היפש אינטערעסאנט פאר עלטערע)
קינדערליך
סאו איך ווייס נישט פארוואס דו ״היילייטסט״ ׳איינציגסטע׳
- צו געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4134
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
ר' טודרוס איז מער א געפילישע בעשרייבונג. אבער פארט דאס איז ר' טודרוס!
די (דריי) "צוויי" ברודער זיינען גוט. ווי דער דריטער ברודער קומט דא? ווער ווייסט
נפשי, מיט דעם דאני איז אויסערגעווענליך. טאקע אויפ'ן שפיץ גאפל, אבער גאר פיין
איש עזוב היה... נעבעך. ווען ער טרעפט מיך און ער בעט עפעס עסן, און זיין HUG מיט די שוויץ גערוך. זיין שותף אין די אנטשטאלט וויל נאר אז איך זאל אנהייבן רייכערן, אזוי אום זאל איך אים געבן ציגארעטן...

בוי זיך זעלבסט
-
- שר העשר
- תגובות: 40
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 2:15 pm
צו געזונט האט געשריבן:די (דריי) "צוויי" ברודער זיינען גוט. ווי דער דריטער ברודער קומט דא? ווער ווייסט
פייערקרעקערס האט געשריבן:געליינט די מאמענט סוכות אויסגאבע. איך קויף עס נישט געווענליך, איך האב עס אצינד געקויפט צוליב די שלשה אחים ארטיקל. דא האט איר מיין קורצע אנאליז.
אנגעהויבן צו לייענען דעם שלשה אחים ארטיקל... ...אנקומענדיג צום לעצטן ברודער איז אבער דער שרייבער אראפ עטליכע שטאפלען, איבערגעשריבן גאנצעטע שטיקער פון די פריערדיגע ברודער, אריין אין א מאאד פון מאלן וואסער אז ס'איז געווען צו ברעכן, גערעדט פון זיינע פרעזענליכע געפילן אנשטאט צום ענין, בקיצור, דארט האב איך עס אראפגעווארפן.
איך בין נישט גאר קיין גרויסע ליינער. ביי מיר אין שטוב ליינט מען געווענטליך בינה און באלייכטונגען, יום טוב איז דעך דא אביסל צייט צו ליינען קויפט מען אויך משפחה און אמאל מאמענט און אמאל קינדליין. דאס מאל האט מען געקויפט מאמענט, בעיקר האט מיך געכאפט אויפן דעקל די שלשה אחים, און נאכמער, אז איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם ברודער ר' אהרן. ר' אברהם איז זייער באוויסט און איך האב שוין געליינט אביסל זיינע בוקס, דער רבי פון מילוואקי האב איך שוין געהערט פון עם, אבער פון ר' אהרן האב איך נישט געהערט און ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט.
אבער איך ווינדער מיך אויף די קריטיק דא. איך האב שוין נישט געוואלט ליינען דעם דריטן ברודער, וועגן די קריטיק דא, דערווייל האט מיר איינער פון מיינע קינדער געזאגט אז ס'יז יא אינטערעסאנט און איך האבעס געליינט.
עס איז זייער קלאר אז ס'יז א אנדערע שרייבער. די ערשטע צוויי זענען א דאקטער און א פראפעסאר און דאס האט געשריבן א פרעמדער אינטעריוויוער וואס האט נישט א פערזענליכע שייכות. פון דעם דריטן ברודער זעט מען דאך קלאר אז דער שרייבער איז א חסיד זיינער. ס'יז אפשר אביסל צו אריכות'דיג, אבער עס איז זייער א שיינע ארטיקל, געשריבן פון דעם פערספעקטיוו פון א חסיד פון דעם רבי'ן (בפרט ווי ער שרייבט אליינס אז ער איז א געווארענער). ס'איז אינגאנצן א אנדערע מהלך פון א ארטיקל, אבער פאקטיש גייט ער אריין אין זיין לעבן, אין זיין היסטאריע. געווענטליך איז א אינטערוויו מיט א רבי אנדערש ווי א אינטערוויו מיט א דאקטער אדער א פראפעסער.
גראדע די שטיקל וואס איז איבערגע'חזרט די גאנצע היסטאריע האט מיך אויך נערוועז געמאכט. איך פארשטיי נישט פארוואס זיי האבן אריינגעלייגט נאכאמאל די גאנצע היסטאריע ווען עס איז דא אין אנהייב א עקסטערע ארטיקל פון זייער היסטאריע.
עניוועי, איך האב דוקא יא הנאה געהאט פון דעם, ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט זיך צו באקענען מיט די לעבן פון די דריי ברודער און ס'האט מיר געגעבן חשק זיך צו באקענען מיט זיי. און דוקא ר' אהרן איז מיר געווען דער גרעסטער חידוש, סיי ווייל כ'אב נישט געוויסט אפילו פון עם בכלל און סיי אז ער איז אזא וויכטיגער מענטש און מען הערט נישט פון אים בכלל. זעט אויס ער איז טאקע א באהאלטענער אזוי ווי ער שרייבט אינעם ארטיקל.
-
- שר חמישים
- תגובות: 86
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:45 pm
- גרויסע עם הארץ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7869
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- לאקאציע: אייוועלט
- פעטער שמואל
- שר האלף
- תגובות: 1099
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm
דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.
ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.
ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט
- גרויסע עם הארץ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7869
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- לאקאציע: אייוועלט
פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.
ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.
1)ווער זאגט אז ס'איז פאלש?
2)לכוראה ווען ס'וואלט געווען נפשי ווען ער איז געווען א בחור וואלט ער נישט געדארפט יעצט וואוינען אין ריהעב, ניין?
- צו געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4134
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.
ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.
זערא פאלש!!!
די מעשה איז גאר קלאר אפילו אן די נאמען!!! יענער שרייבט אלע דעטאלען נאר נישט זיין נאמען!
יעך בין זיכער אז אלע מיינע שכנים/חברים וואס האבען געליינט דעם ארטיקל האבען ניטאמאל געזוכט די נאמען, ווייל מען זעהט קלאהר ווער דאס איז.
ער שרייבט אלעס און גענוי אין וועלכע שפיטעלער, ארבעטס פלעצער, אנטשטאלטן ער איז געווען/איז נאך אלץ. אפילו נאנט צו וואס די אנטשטאלט אוואו ער איז איצט געפונט זיך
בוי זיך זעלבסט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2437
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.
ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.
אלס שרייבער פונעם איש עזוב ארטיקל, וויל איך קלארשטעלן אז דאס איז הונדערט פראצענט אמת.
מען האט ארויסגענומען אפאר מינדערוויכטיגע דעטאלן וועלכע וואלטן בלויז געקענט שאפן קאפווייטאג פאר ארומיגע און נישט צוגעבן סובסטאנץ צום שפיץ פון די מעשה. אמת ויציב אויסערדעם.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...
- שמואל אלצווייסער
- שר האלף
- תגובות: 1202
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
צולייגער האט געשריבן:פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.
ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.
אלס שרייבער פונעם איש עזוב ארטיקל, וויל איך קלארשטעלן אז דאס איז הונדערט פראצענט אמת.
מען האט ארויסגענומען אפאר מינדערוויכטיגע דעטאלן וועלכע וואלטן בלויז געקענט שאפן קאפווייטאג פאר ארומיגע און נישט צוגעבן סובסטאנץ צום שפיץ פון די מעשה. אמת ויציב אויסערדעם.
באשעפער אין הימל! וויפול איין אידיש קינד קען מיטמאכן! השי״ת זאל אים אינגאנצן אויפרעכטן בקרוב ממש!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
מאמענט פר׳ נח תש״פ
מאמענט פר׳ נח תש״פ
חודש׳ליכע מענטל העלט זשורנאל ״נפשי #24״ -- בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך
חודש׳ליכע מענטל העלט זשורנאל ״נפשי #24״ -- בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 724
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 327
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm
צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט