מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:אינטרעסאנט, די רבי (אדמו״ר מהרי״) גייט נישט מיט קיין חסידישע ערמעל?

קלאר יא. קוק נאכאמאל.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

כ'בין נאכאלס פארטריקנט פון די טריקנקייט פונעם שרייבער, וואס באשרייבט די פיר ווענט פונעם ביהמ"ד און אלע שמשים און מגי"ש, ובדרך אגב דערמאנט ער דעם אדמו"ר וואס פירט דארט טיש. א מין ארטיקל דאס.
געלייגט א הערליכן שמייכלדיגן בילד אז יעדער אן אויסנאם זאל עס קויפן און אונז אלע געלאזט הענגן.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

די מאמענט האט מיר פארלוירן אלץ זייער קאסטעמער צוליב עפעס א געוויסע ארטיקל וואס שטייט די וואך
א פשוטע איד.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

יהודי האט געשריבן:די מאמענט האט מיר פארלוירן אלץ זייער קאסטעמער צוליב עפעס א געוויסע ארטיקל וואס שטייט די וואך

געדענק צו קוקן קומענדיגע וואך ביים 'יש אומרים' רובריק אויב זיי האבן נישט פערצופאל צוטירט דיינע רייד...
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

איסר האטלקי האט געשריבן:כ'בין נאכאלס פארטריקנט פון די טריקנקייט פונעם שרייבער, וואס באשרייבט די פיר ווענט פונעם ביהמ"ד און אלע שמשים און מגי"ש, ובדרך אגב דערמאנט ער דעם אדמו"ר וואס פירט דארט טיש. א מין ארטיקל דאס.
געלייגט א הערליכן שמייכלדיגן בילד אז יעדער אן אויסנאם זאל עס קויפן און אונז אלע געלאזט הענגן.

גראדע האב איך זייער האנה געהאט פונעם ארטיקל, עס איז געשריבן געווארן העכסט נארמאל, אן קיין איבעריגע און אומוויכטיגע פראפאגאנדע און הוילע שטותים, דער שרייבער האט זיך ווארשיינליך גוט אריינגעלייגט אין די סאטמארע שיך, און אראפגעלייגט א פשוטע און געווענליכע שבת אין הויף. ער האט ארויסגעברענגט שיינע נקודות איבער די צוגעלאזענקייט און ליבלעכקייט, אינאיינעם מיט די געלאסענע אויפפירונג פונעם אדמו"ר. דוקא הנאה געהאט דערפון.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

פיין און וואויל, האסט אבער געליינט אויך דעם שבת אין באבוב? שבת ביי מהר"א? וויאזוי א שבת קוקט אויס ווייס איך, דארט האב איך הנאה געהאט צו זען אלע דעטאלן זיסערהיייט אראפגעלייגט, מען האט געשפירט ווי מען לעבט עס מיט בשעת מעשה נישט בלויז געשריבן נאטיצן, ווי א סדר המעמד וואס ווערט ארויסגעלייגט פון פאראויס. קיין שום חידושים, געשמאקייט, לעבדיקייט.
אויב קוקט אזוי אויס א שבת דארט, וועל איך וויסן נישט אהין צוגיין... אויב איז אבער נישטא מער וואס צו שרייבן דאן שרייב נישט בכלל, שרייבן מיט אזא טרוקנקייט באלאנגט נישט אין קייין מאגעזין, נאכדערצו ווען דאס איז דער קאווער סטארי.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

איסר האטלקי האט געשריבן:כ'בין נאכאלס פארטריקנט פון די טריקנקייט פונעם שרייבער, וואס באשרייבט די פיר ווענט פונעם ביהמ"ד און אלע שמשים און מגי"ש, ובדרך אגב דערמאנט ער דעם אדמו"ר וואס פירט דארט טיש. א מין ארטיקל דאס.
געלייגט א הערליכן שמייכלדיגן בילד אז יעדער אן אויסנאם זאל עס קויפן און אונז אלע געלאזט הענגן.

כ'זע שלמה ברוינפן האט באקומען ברייטע דעקונג און אומזיסטע (אפשר מעגליך באצאלט?.. ווער ווייסט) רעקלאמע אויפ'ן הויפט-בלאט.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

איסר האטלקי האט געשריבן:פיין און וואויל, האסט אבער געליינט אויך דעם שבת אין באבוב? שבת ביי מהר"א? וויאזוי א שבת קוקט אויס ווייס איך, דארט האב איך הנאה געהאט צו זען אלע דעטאלן זיסערהיייט אראפגעלייגט, מען האט געשפירט ווי מען לעבט עס מיט בשעת מעשה נישט בלויז געשריבן נאטיצן, ווי א סדר המעמד וואס ווערט ארויסגעלייגט פון פאראויס. קיין שום חידושים, געשמאקייט, לעבדיקייט.
אויב קוקט אזוי אויס א שבת דארט, וועל איך וויסן נישט אהין צוגיין... אויב איז אבער נישטא מער וואס צו שרייבן דאן שרייב נישט בכלל, שרייבן מיט אזא טרוקנקייט באלאנגט נישט אין קייין מאגעזין, נאכדערצו ווען דאס איז דער קאווער סטארי.

אנטשולדיגט מיר, אבער כ'וועל דיר זאגן דאס וואס איך האב שוין באטאענט ביי באבוב (אדמו"ר מהר"א האב איך נישט געליינט), עס איז געווען די מערזסט נעריש און קינדעריש וואס האט נאר געקענט זיין, דער שרייבער האט דארט געשריבן איבער מופתים און ישועועת וואס וואלגערן זיך ארום ביים אנטוען די טלית... כ'בעהט דיר טאטע איינציגע! עס איז געווען א שטיק בלאף און פאלקייט, געשריבן און געטריבן דורוך א פארפלאמטע באבוב'ער חסיד וואס זוכט צו בויען פארטיי, אנשטאט זיין אויפריכטיג.

יעצט, אויב דער שרייבער דעמאלס זאל ווען ארויסברענגען די אמת'ע נקודות פון באבוב ווי למשל די שיינע ניגונים וכדו' וואלסטו געזאגט אז עס איז טרוקן און אנע חידושים... און די זעלבע זאך איז ביי סאטמאר מהרי"י, אז וויבאלד דער שרייבער איז זייער אויפריכטיג און ער זוכט נישט איבערצוטרייבן גארנישט, ער בארירט די נקודות פון אדמו"ר מהרי"י ווי איידעלקייט, געלאסן, חסד, שלוות הנפש וכדו'... ווי אויך רעדט ער אסאך איבער די זייטיגע זאכן וויבאלד ער וויל דיר געבן דעם פולן בילד פון א שבת אין ראדני... כ'דארף דיר נישט מסביר זיין אז אויף ראדני סט. איז נישט אלעס בלוים ארום דעם הייליגן רבי'ן... עס איז מער די אטמעספערע פון אלעס ארום, אינאיינעם מיטן מנהיג פונעם עדה הק', און אט דאס האט דער שרייבער גוט צעלייגט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
לאמיר שמוסען
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר שמוסען »

איך האב קיינמאל נישט געכאפט די קאנצעפט פונעם מאמענט זיי פרובירן נאך מאכען די עמי אבער ווייט אן דיסטענץ פון זייערע עקספיריענס סיי מיט שרייבערייאון ווי אויך דארפען זיי הילף מיט איידיעס וועם צו אינטערוויען אין הילף צו שרייבען
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

וארא
אטעטשמענטס
photo_2017-01-25_13-37-05.jpg
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

פארוואזשע נישט שטעלן אזא וואשינגטאן שבת אין די סעריע "א שבת אין הויף"?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

סתם אזוי האט געשריבן:פארוואזשע נישט שטעלן אזא וואשינגטאן שבת אין די סעריע "א שבת אין הויף"?

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

איך האב א מורא'דיגע קשיא וואס ווערט מיר נאר שווערער און שווערער: כמעט יעדע וואך האבן די לענטשעסקי ברודער אן ארטיקל ווי זיי מסבר'ן איבער די טיפקייט פון בילדער וואס זיי האבן געכאפט. עס וואונדערט מיך באמת. איז דא עפעס אמת דערין וואס איך אלס פשוטע מענטש קען נישט פארשטיין?...
צום ביישפיל: די וואך האבן זיי א בילד וואס במושכל ראשון זעהט דאס אויס ווי א פשוט'ע געפלאפטע בילד, א בילד ווי מען זעהט הויפטזעכטליך הויזן און שיך פון קינדער. אבער זיי שרייבן א לאנגע טיפע הסבר דערויף מיט געוואלדיגע פראזן...
איינער וואס פארשטייט צו בילדער האט עפעס געכאפט אין דעם?

וכמאמר הכתוב : עס מאכט באמת נישט קיין סענס..."
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איינער וואס פארשטייט אדער טוט אביסל אין פאטאגרעפי זעהט אנדערע זאכן אין א בילד. ע"כ 'מאכט סענס אז איר זאלט עס פשוט נישט פארשטיין.

כ'האב נישט געזעהן די מאמענט פוןן וואס איר רעדט קען איך נישט זאגן ספעציפיש, אבער עס איז זיכער שוין געווען וואכן ווי חוץ הויעכע פראזן, זיך דראפן אויף גראדע ווענט, איז נישט געווען וואס צי זעהן אינעם בילד (לא על הכלל יצא אלא על הפרט).

אפשר שטעלסטו ארויף יענעם בלעטל?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

כהמעשה הידוע "דער קעניג איז נאקעט"ף, ס'זענען דא זאכן וואס ממש נאר "יחידי סגולה" פון דעם דור באגרייפן און קענען אפשאצן, קומט אויס לפי זה אז די "פראפעסיאנעלן" האבן קיינמאל נישט קיין דורכפאל און מאכן קיינמאל קיין טעותים, די סיבה פארוואס דו מיינסט אז ס'איז א טעות ווייל דו פארשטייסט פשוט נישט..

כל זה כלומר רק בדרך אפשר ואולי, וצ"ע..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

בא
אטעטשמענטס
photo_2017-02-02_13-20-35.jpg
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

זעה איך אז דער אליעזר ראזן איז מיר שוין אויך געווארן א דעה זאגער איבער פאליטישע אנגלעגענהייטן און ער גיבט שוין אנאליזן איבער די שלעכטקייט פון דאנעלד טראמפ...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:זעה איך אז דער אליעזר ראזן איז מיר שוין אויך געווארן א דעה זאגער איבער פאליטישע אנגלעגענהייטן און ער גיבט שוין אנאליזן איבער די שלעכטקייט פון דאנעלד טראמפ...

יעדער וואס האט א פען אין א דעה מעג עס ארויסגעבן
נישט אזוי ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

eller האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:זעה איך אז דער אליעזר ראזן איז מיר שוין אויך געווארן א דעה זאגער איבער פאליטישע אנגלעגענהייטן און ער גיבט שוין אנאליזן איבער די שלעכטקייט פון דאנעלד טראמפ...

יעדער וואס האט א פען אין א דעה מעג עס ארויסגעבן
נישט אזוי ?

ווען איינער האט א גוטע פעדער און קען אהערשטעלן שיינע אינטערוויוס, מיינט עס נאכנישט אז ער פארשטייט צו פאליטיקס... ובפרט ווען יענער פלאפעלט סתם נאך דאס וואס ער האט געליינט אין די צייטונגען.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קאץ און מויז האט געשריבן:בא
photo_2017-02-02_13-20-35.jpg
photo_2017-02-02_13-20-35.jpg (53.83 KiB) געזען 2996 מאל

דער איד וואס האט 'געקעמפט אייסיס'? אזא גראבע טעות אויף די פראנט פעידזש פון א כלומר'שט העכסט פראפעסיאנאלע אויסגאבע?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

זיי מסביר די טעות...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

רביש האט געשריבן:זיי מסביר די טעות...

דארף שטיין באקעמפט אדער געקעמפט קעגן.

געקעמפט אייסיס מיינט נישט גארנישט, עס קוקט אבער אויס ענליכער צו געקעמפט פאר אייסיס רח"ל....
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

אקעי!!!! אויב די מאמענט גייט זיך נישט דראסטיש פארבעסערן אין די קומענדיגע וואכן פארלירן זיי מיך און נאך אסאך מענטשן וואס איך קען, אלס קאסטומער'ס פאר אייביג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
זיי רעגן מיך אויף. כ'וויל זיי נישט צולייגן דא און איבערגיין ארטיקל נאך ארטיקל וואס זיי האבן געשריבן, כ'וויל זיי נישט שאדן מאכן וועל איך מאכן האלטן שטיל און נישט צולייגן די אויסגאבע. אבער עס גייט שוין אריבער אלע גבולים!!!

איין חידוש איז די וואך וואס האט מיך יא ארויפגעברענגט א שמייכל... זיי באריכטן איבער א געוויסע מעזיבושע רבי אדער רב וואס איז "א נייע אויפגייענדע שטערן בעולם האדמור"ת" :lol:

ס'צום שטוינען מיט וואס זיי קומען אלס אויף... :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :evil: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock:
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

גראדע איז די טשיקאווע נייעס וועגן די מעזשעביזשע רבי מיר זייער געפאלן.

די מאמענט איז זייער א געשמאקע אויסגאבע, איך פארשטיי בכלל נישט דיין אויסברוך
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

רביש האט געשריבן:זיי מסביר די טעות...

וואאףףףף!!! האמיר געהאט דא רביש אייערנעכטן און אים זיך געלאזט אוועקגליטשן!...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”