די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:53 am

Amazing האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:מ'שרייבט נישט סתם מעשיות, ס'איז דא אסאך מעשה שהיה'ס

כ'הער דיין מיינונג
נו גוט נו שוין
די מעלות מוז נישט זיך צו שטעלן צו יעדע בריוו שרייבער
אויב פינף פון טויזענטער ליינער האבן געשריבן איזער אויף די רייט טרעקס

אז פינעף זענען געדריקט געווארן האבן לכאורה 50 געשריבן און הונדערטער זיך פארגרוילט בשעתן ליינען

איך האלט אז מענטשן האבן פשוט נישט פארשטאנען דעם ארטיקל,

זיי האבן סארקאסטיש אראפגעלייגט וויאזוי א שווער א בן תורה האט מיאוס אראפגעקוקט זיין איידעם יגיע כפיים, זיי ברענגען ארויס סארקאסטיש אלע טענות פונעם שווער אויפן איידעם, סאמהאיי האבן מענטשן נישט פארשטאנען אז זיי מאכן חוזק פונעם שווערס טענות און האבן עס אנגענומען כאילו סיז ערנסט.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:38 am

די שרייבערין האט זיך פארענטפערט אז זי האט נישט אראפגעלייגט די איידעםס אויפירונג אזוי שלעכט ווי די מציאות.
לדעתי שטעקט דא די גאנצע מיספארשטענדעניש. ווען עס וואלט געווען ארויסגעשריבן אז מרעדט דא פון א קל, א ליידיגע כלי וואלט די גאנצע מעשה און די שווערס עסענישן געווען מער פארשטענדליך.
(די חלק מענטשן [ווי אויך די שרייבערין] וואס האבן יא פארשטאנען די כוונה פון די מעשה איז עס ווייל ביי זיי איז איינער וואס גייט ארבעטן פריער ווי עס שמעקט פאר די שווער אדער מופט אוועק צו א אנדערע שטאט אדער וואוינט און א שיינע הויז, סתם אזוי א ליידיגייער...)
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:46 am

סתם אראפגעריסן די שרייבערין
צווישן אירע שורות ביים זיך פארענטפערן קען מען זייער קלאר פארשטיין, אז דא ליגט אסאך מער ווי סתם גיין ארבעטן פריער אדער מופן וכו׳.

דער עיקר איז, - אזוי ווי די רעדאקציע שרייבט, - מעלות איז פארט נישט ממש אינגאנצן א מוסר ספר, זיי האבן נאך עפעס א שטיקל אינטערעס און נגיעה צו ברענגן סחורה וואס זאל זיין ציענד און אינטערסאנט פאר די ליינער. און מען ברויך נישט זיצן קיין ז׳ נקיים אויף יעדע שורה, וואס מען האט יא געמיינט און וואס נישט. ֿ
לייען און האב הנאה און נעם ארויס א מוסר השכל וויפיל עס איז שייך.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:51 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:סתם אראפגעריסן די שרייבערין
צווישן אירע שורות ביים זיך פארענטפערן קען מען זייער קלאר פארשטיין, אז דא ליגט אסאך מער ווי סתם גיין ארבעטן פריער אדער מופן וכו׳.

דער עיקר איז, - אזוי ווי די רעדאקציע שרייבט, - מעלות איז פארט נישט ממש אינגאנצן א מוסר ספר, זיי האבן נאך עפעס א שטיקל אינטערעס און נגיעה צו ברענגן סחורה וואס זאל זיין ציענד און אינטערסאנט פאר די ליינער. און מען ברויך נישט זיצן קיין ז׳ נקיים אויף יעדע שורה, וואס מען האט יא געמיינט און וואס נישט. ֿ
לייען און האב הנאה און נעם ארויס א מוסר השכל וויפיל עס איז שייך.


ביים פארענטפערן ווערט עס טאקע פארשטענדליך. אבער ביי די אריגינעלע מעשה מאלט זיך אזא בילד ווי מען קען זען פון די אויפברויז וואס דאס האט געברענגט פון ליינערס.
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:05 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:סתם אראפגעריסן די שרייבערין
צווישן אירע שורות ביים זיך פארענטפערן קען מען זייער קלאר פארשטיין, אז דא ליגט אסאך מער ווי סתם גיין ארבעטן פריער אדער מופן וכו׳.

דער עיקר איז, - אזוי ווי די רעדאקציע שרייבט, - מעלות איז פארט נישט ממש אינגאנצן א מוסר ספר, זיי האבן נאך עפעס א שטיקל אינטערעס און נגיעה צו ברענגן סחורה וואס זאל זיין ציענד און אינטערסאנט פאר די ליינער. און מען ברויך נישט זיצן קיין ז׳ נקיים אויף יעדע שורה, וואס מען האט יא געמיינט און וואס נישט. ֿ
לייען און האב הנאה און נעם ארויס א מוסר השכל וויפיל עס איז שייך.


ביים פארענטפערן ווערט עס טאקע פארשטענדליך. אבער ביי די אריגינעלע מעשה מאלט זיך אזא בילד ווי מען קען זען פון די אויפברויז וואס דאס האט געברענגט פון ליינערס.

איך האב אויך זיך געווינדערט אויף די תוכן, וויזאוי מעלות האטעס דורכגעלאזט, אבער למעשה ליגט א טיפע מוסר השכל פון אסאך אספעקטן, און איז סוף כל סוף גאר לערנבאר, חוץ פון די אינטרעסאנטקייט.
און נאכאמאל: מעלות ברויך נישט האבן קיין אויפזיכט אז די תוכן פון א מעשה "שהי'" זאל זיין מיט א השקפה מעסעדזש.
און אויף די טענה וואס מען שרייבט נישט אנדערע מעשיות... ווער ס'פארשטייט נישט א חילוק פון דעם מעשה צו אנדערע וואס ווערן נישט געדרוקט צווישן אירע שפאלטנס, דאן קענט איר רואיג אויפהערן רויפן די מעלות צוליב איר אומוויסנהייט אין כשרות התוכן.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:15 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:דער עיקר איז, - אזוי ווי די רעדאקציע שרייבט, - מעלות איז פארט נישט ממש אינגאנצן א מוסר ספר, זיי האבן נאך עפעס א שטיקל אינטערעס און נגיעה צו ברענגן סחורה וואס זאל זיין ציענד און אינטערסאנט פאר די ליינער. און מען ברויך נישט זיצן קיין ז׳ נקיים אויף יעדע שורה, וואס מען האט יא געמיינט און וואס נישט. ֿ
לייען און האב הנאה און נעם ארויס א מוסר השכל וויפיל עס איז שייך.

און אויב ס'איז נישט פונקטליך ווי אזוי דו האסט געוואלט, מיש סך הכל אריבער דעם בלעטל, און ליין וואו און וואס ס'שמעקט דיר יא. נישט יעדע קריטיק איז א שערוריה. (כ'גלייב נישט אז כ'האב שוין אמאל דורכגעליינט סיי וועלכע אויסגאבע און א-ל-ע-ס איז מיר געפאלן הונדערט פראצענט.)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:17 pm

;l;p-
גרשון האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:דער עיקר איז, - אזוי ווי די רעדאקציע שרייבט, - מעלות איז פארט נישט ממש אינגאנצן א מוסר ספר, זיי האבן נאך עפעס א שטיקל אינטערעס און נגיעה צו ברענגן סחורה וואס זאל זיין ציענד און אינטערסאנט פאר די ליינער. און מען ברויך נישט זיצן קיין ז׳ נקיים אויף יעדע שורה, וואס מען האט יא געמיינט און וואס נישט. ֿ
לייען און האב הנאה און נעם ארויס א מוסר השכל וויפיל עס איז שייך.

און אויב ס'איז נישט פונקטליך ווי אזוי דו האסט געוואלט, מיש סך הכל אריבער דעם בלעטל, און ליין וואו און וואס ס'שמעקט דיר יא. נישט יעדע קריטיק איז א שערוריה. (כ'גלייב נישט אז כ'האב שוין אמאל דורכגעליינט סיי וועלכע אויסגאבע און א-ל-ע-ס איז מיר געפאלן הונדערט פראצענט.)

;l;p- די רעדסט צום זאך.
און אויב איינעם געפעלט נישט דעי תגובה, דאן קען ער אויך מישן...
(ער מעג שרייבן נעגאטיוו אויך)
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:23 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:יאפ, פארגאנגענע חודש איז געווען א דערמאנונג וויאזוי א מעלות פלעגט אויסקוקן.

גא"מ, פול מיט תוכן, השקפה אא"וו, נאר צוליב זייער ענטפער פאר יענעם וואס האט זיי קריטיקירט אויף די מעשה מיט פופצן באבעס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע מעשה, כאטש איך האב דאס נישט מיטגעהאלטן.

אגב, איך האב אויך זייער הנאה פון די קינדער פארזעצונג די גורל'דיגע שליחות, א העכסט אינטערעסאנטע געשיכטע, פול מיט אמת'ע היסטארישע פרטים, היבש שפאנענד, און דאך ציט דאס נישט אריין דעם ליינער אין אן איבער געטריבענער אנגעצויגנקייט, ווי די היינטיגע ביכער פרובירן צו מאכן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:29 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אגב, איך האב אויך זייער הנאה פון די קינדער פארזעצונג די גורל'דיגע שליחות, א העכסט אינטערעסאנטע געשיכטע, פול מיט אמת'ע היסטארישע פרטים, היבש שפאנענד, און דאך ציט דאס נישט אריין דעם ליינער אין אן איבער געטריבענער אנגעצויגנקייט, ווי די היינטיגע ביכער פרובירן צו מאכן.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:32 pm

היות איך נעם זיך נישט די מי צו אפשרייבן א בריוול צו זיי, קענט איר אזוי גוט זיין און נאכשיקן מיין תגובה און אייער ציטיראציע...

און אז איר שיקט שוין יא, פרעגט זיי אן וואו מ'קען באקומען זייער ווערטער אוצר ביכל, מיט טויזנטער אידישע ווערטער און זייער מיין, און אזוי אויך די מעשיות פאר גאר יונגע קינדער, די וואס זיי שרייבן אין די פיר קעסטלעך.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:37 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:און אז איר שיקט שוין יא, פרעגט זיי אן וואו מ'קען באקומען זייער ווערטער אוצר ביכל

דארף זיין צו באקומען יעצט אין די ספרים געשעפטן

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:38 pm

אז דער סעילעסמען זאגט אזוי וועט מען זיך נעמען די מי כאטש א קוק טאן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט