די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » מאנטאג מאי 16, 2016 10:58 pm

בן נון האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:איך בין אביסל בייז אויף די מעשה פון די מעלות דעם חודש "דריי שדכנים".

דארט רעדט מען פון א יונגערמאן וואס לעבט אויף א מצומצם'דיגע געהאלט, און "ס'האט איהם געכאפט א חשק" צו פארן צו רבי שמעון ל"ג בעומר, ער מיט די ב"ב מיט די טאכטער... נו, מילא...
אבער בהמשך המעשה קומט אויס, אז ער פארט ראש השנה קיין אומאן, און איז אויך געווען דאס פאלגענדע יאר כ"א אדר אין ליזענסק...

במחילת כבוד בעל המעשה, ובמחילת כבוד המעלות, אזא איד דארף מען איבערלייגן און אריינשמייסן אין איהם! אויב האט מען נישט - פארט מען נישט!! און אויב איז מען ח"ו פאר'צרה'ט, און מ'האלט אז דער אייבערשטער הערט נישט אויס א פשוטע דאווענען (חס מלהזכיר), אדער אז דער אייבערשטער וועט שנעלער העלפן אויב פארט מען ווי איידער זיך צעברעכן א מדה, דאן איז איין מאל צו א מקום קדוש אויך גענוג...

געקלערט די זעלבע.

אבער עס איז נישט די ערשטע מאל.

איינער איז אריין אין שיך געשעפט אן געלט. מיט ׳בטחון׳ אז עס גייט אריינפליען געלט האט זי אויסגענוצט די געשעפט אייגענטומער.

די חודש האט איינער ׳נישט׳ גערופן די הנהלה צו באקומען באצאלט אין קימפעט. זי גייט נישט טון השתלות, זי האט ׳בטחון׳.

און נאך אזעלכע מעשות.

וויל איך וויסן צו אזא מהלך המחשבה איז אויסגעהאלטן.

כ'ווייס נישט צו כ'בין גערעכט, אבער קויפן שיך אפילו ווען די טאש ערלויבט נישט וואלט איך נאך פארשוויגן, אבער עס איז דאך אינו דומה צו איינער וואס פארט דריי מאל א יאר אויף מקומות הק' אן דעם וואס מ'זאל האבן די געלט דערצו.

קויפן שיך קען אמאל אריינגיין אין הוצאות שבת ויו"ט שעל זה אחז"ל כל מזונותיו של אדם קצובין חוץ מהוצאות שבת ויו"ט שאם פחת פוחתין לו ואם הוסיף מוסיפין לו, ווי די גמ' זאגט אויפן פסוק כי חדות ה' היא מעוזכם אמר הקב"ה לוו עלי ואני פורע פאר שמחת יו"ט, און חז"ל זאגן חייב אדם לשמח בניו ובני ביתו ביו"ט, נשים בבגדים וכו', ממילא גייט עס אריין בגדר שמחת יו"ט (חייב לשמח אשתו ובניו לערנט מען ארויס פון ושמחת בחגך), משא"כ דער וועלכער האט זיך ערלויבט צו פארן אן די געלט דערצו.

ובדרך צחות, האט יענער בעל בטחון אפשר געלערנט פשט אז דאס פארן איז אויך נכלל אין ושמחת בחגך והיית אך שמח, עפ"י מה ששמעתי אז דא איז מרומז דאס פארן צו די דריי מקומות הקדושים.

ושמחת בחגך - ושמח"ת ר"ת חס ושלום שתשתכח תורה מישראל (מימרא הידוע של התנא אלקי רשב"י) און דער בני יששכר ברענגט אז די שמחה ל"ג בעומר אין מירון איז חוץ לדרך הטבע.

והיית אך שמח - א"ך שמ"ח איז ר"ת שנראה כל אחד מעלת חברינו (בתפילה קודם התפילה להרבי ר' מיילעך זי"ע) און די יארצייט איז א"ך שמח, כ"א לחודש שמרבין בו בשמחה.

און דאס שטייט אין פ' ראה, רא"ה ר"ת אומאן ראש השנה.

וויצן אין א זייט געלייגט, די יולדת וואס האט נישט געוואלט קאלן די הנהלה קען זיין אז ס'האט טאקע נישט קיין שייכות צו בטחון, ווייל א איד דארף טון השתדלות. איך שרייב נאר 'קען זיין' ווייל כ'האב נאכנישט געליינט די מעשה אינעווייניג צו וויסן וואס ס'איז געווען איר חשבון לפנים.

(ובדרך צחות קען זיין ווייל חז"ל זאגן ג' מפתחות בידו של הקב"ה שלא נמסרו ביד שליח ואלו הן מפתח של חיה ומפתח של פרנסה וכו', ממילא כשראתה ידו הגדולה של הקב"ה אצל מפתח של חיה, האצע געטראכט אז נעקסט קומט מפתח של פרנסה, ס'איז דאך אויך לא נמסרו ביד שליח).

גראדע, איך גלייך די מעלות היינט פונקט ווי אמאל, כ'קויף עס שוין זינט תשנ"ז, און מדי חודש בחדשו ווערט עס אדורכגעליינט מרישא לסיפא דורכאויס דעם חודש. (און לגבי וואס די חברים שרייבן דא פריער, זאגט די וועלט 'נאר א חכם קען זיך באנארישן', וכן י"ל בדידן, נאר מעלות קען האבן חסרונות). השי"ת יתן להם ברכה והצלחה במעשה ידיהם לזכות את הרבים.

איך שרייב נאכאמאל, כ'ווייס נישט צי איך בין גערעכט, גאנץ מעגליך אז נישט.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג מאי 16, 2016 11:05 pm

חחחאצקעל!! חחחס ושלום שתשתכחחח.... והיית אך שמחחחחחח...
גוט געזאגט

און אז מ'האט אנגעהויבן דא א פריש בלעטל, מצוה גדולה צוריקצוגיין א בלאט צוריק סוף עמוד און ליינען מגיה'ס תגובה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מאנטאג מאי 16, 2016 11:43 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
אהבת קדומים האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
dim האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:
עניוועי, עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן אז איינער וואס ליינט עס נאך פון תשנ"ז האלט אז עס איז היינט אויף די זעלבע דרגה ווי אמאל.

איך שטים אויך איין,
איך ליין מעלות זייט עס איז ארויסגעקומען און עס איז אלץ געווען שינויים, און רוב מאל לטובה, אבער די לעצטע יאר צוויי איז עס נאר פוחת והולך,

מען קען אנהייבען ביי אנהייב, פון י הלוי, א. כץ, ב.צ. הירש, און אפי' ביי די שטייג העכער א. ראטה, אלע זענען פארשווינדען געווארן, און ס'איז נישט דא אפי' איינער וואס מען קען זאגען אז ער האט איבערגענומען און ''ס' קומט נאר אפי' צו צו זיין פארגייער'' ,

און פאר די קינדער איז נאך די ערגסטע אז א. ראטה איז ארויס קיינער קען איר פשוט נישט נאכמאכען, מיין זון טרעפט זיך אלטע מעלות'ער און ליינט א יעקל מיטן טרעקל, וכו' זאגט ער דאס פאלט שוין ניטאמאל אריין היינט,

און די זעלבע איז מיט אלע אנדערע, זיי גייען נאך טאקע מיטן זעלבען מהלך און סאיז נאכאלץ תוכן'דיג, אבער סאיז נישט קיין ''ריכטיגע'', מען שפרינגט שוין נישט אינטער פון א געדאנקען ארטיקל, אדער א ב.צ הירש ארטיקל.

י. הלוי און ב.צ. הירש זענען ביידע גאנץ נייע שרייבערס, לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען דא ענדערש פון א. כץ, שמערל און סערל קנאקער, א.ח. שווארץ, וכו'

[אגב דאכצעך אז י. הלוי און א. ראטה שרייבן נאך ]

איר מישט אויס. אמאל פלעגט זיין ״ב. הלוי״, הרב יונגרייז, ער איז א גאון אין שריפט, אין תורה און אין ידיעות.

די לעצטע פאר יאר האט איבערגענומען דעם קאלום זיין זון ר׳ יואל ״י. הלוי״, ער איז אויך גאר טאלאנטפול און א געוואלדיגער ידען, אבער זעט אויס אז ס׳איז נאך אלעם יפה כח האב און די לאנגיאריגע ליינער שפירן דעם חילוק.

בנוגע א. כץ שרייבט זי שוין כמעט נישט די לעצטע פאר יאר די ״געדאנקען ״ קאלום, וואס דאס איז שוין אן ערנסטער בראך. א. כץ איז איינס אין א מיליאן. אירע גוטע ארטיקלען זענען געווען אונטערשפרינגענדיג; מלא מוסר פון איין זייט - לכאורה אן אייטעם וואס פארקויפט זיך נישט אזוי גוט - אבער דעליווערד אויף א קונצליכן ציענדן וועג, וואס מ׳האט געענדיגט דעם ארטיקל מיט א דארשט צו ליינען דעם נעקסטן.

כ׳מיין גראדע אז די לעצטערע פארזעצונג ״מיין פראבלעם״ איז יא געווען פון איר.

אלענפאלס, אויב זיי ליינען דא, זאלן זיי ביטע דערהערן די אויסדריקליכע הארציגע פארלאנג פון די ליינער: ביטע ברענגט צוריק א. כץ׳ס געדאנקען און א. ראטה׳ס וואונדערליכע קינדער ארטיקלען, פון וואס ערוואקסענע האבן זיך פונקט אזוי דערקוויקט

ווי פונקטליך מיש איך אויס ?

איר מישט נישט אויס, איר ווייסט פשוט נישט,

ב. צ. הירש איז נישט קיין נייע שרייבער, (חוץ אויב שרייבען יארן קען נאך מיינען ניי), און שרייבט שוין לאנג נישט,

ב. הלוי און י. הלוי געדענק איך שוין נישט פונקטליך (זעהט אויס אז איך האב נישט מדייק געווען די ערשטע נעמען) אבער ''ביידע שרייבען שוין נישט'',

שמערל און סערל קנאקער זענען נישט קיינמאל געווען עמטליך חודש'ליכע ארטיקלען נאר פון צייט צו צייט (חודש אדר וכו'),

א. ראטה איז ''גאר א אלטע שרייבערין'' און שרייבט שוין נישט ''א שיינע פאר יאר''.

(גראדע די חודש האט זי יא געשריבען די קינדער מעשה נאך אן הפסקה פון אפאר יאר, און עס איז לכאורה דאפעלט לאנג ווי די לעצטיגע, און זעהט אויס ווי אן אמאליגע),

אגב (מיין) יענעמ'ס פראבלעם האט טאקע א. כץ געשריבען, אויך נאך א הפסקה פון יארן לאנג, און צירוק אריין אין מייזל לאך, חבל,

און אגב, אז איינער פילט נישט נישט אז א. כ''ץ איז שוין נישט דא און ב.צ. הירש און ב. און י. הלוי און א. ראטה שרייבען מער נישט, קען ער לויט מיין מיינונג נישט ווערן פארעכענט אלץ א ריכטיגע מעלות ליינער.

אהבת קדומים האט געשריבן:אלענפאלס, אויב זיי ליינען דא, זאלן זיי ביטע דערהערן די אויסדריקליכע הארציגע פארלאנג פון די ליינער: ביטע ברענגט צוריק א. כץ׳ס געדאנקען און א. ראטה׳ס וואונדערליכע קינדער ארטיקלען.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מאי 17, 2016 12:56 am

לוי יצחק האט געשריבן:און אז מ'האט אנגעהויבן דא א פריש בלעטל, מצוה גדולה צוריקצוגיין א בלאט צוריק סוף עמוד און ליינען מגיה'ס תגובה.

א דאנק פארן אויפמערקן, איך האב עס טאקע נישט באמערקט.

מגיה איז געגאנגען א טריט ווייטער, און ער איז כשר גערעכט.

איך האב אבער גערעדט פון עפעס אנדערש. אין כמעט יעדע מעלות טרעפט מען ביי זייער פרנסה אפטיילונג מעשות פון בטחון. אסאך מעשיות גייען אויף א וועג אז מען האט געהאט אזויפיל בטחון אז מען האט אפילו נישט געטון השתלות.

מיין שאלה איז צו דאס איז א אויסגעהאלטענע וועג פון טראכטן.

און אויב עס איז דא פאר וועמען עס ארבעט, צו מען מעג פארשפרייטן אזעלכע מעשיות.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג מאי 17, 2016 2:04 am

מגיה האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:איך בין אביסל בייז אויף די מעשה פון די מעלות דעם חודש "דריי שדכנים".
דארט רעדט מען פון א יונגערמאן וואס לעבט אויף א מצומצם'דיגע געהאלט, און "ס'האט איהם געכאפט א חשק" צו פארן צו רבי שמעון ל"ג בעומר, ער מיט די ב"ב מיט די טאכטער... נו, מילא...
אבער בהמשך המעשה קומט אויס, אז ער פארט ראש השנה קיין אומאן, און איז אויך געווען דאס פאלגענדע יאר כ"א אדר אין ליזענסק...
במחילת כבוד בעל המעשה, ובמחילת כבוד המעלות, אזא איד דארף מען איבערלייגן און אריינשמייסן אין איהם! אויב האט מען נישט - פארט מען נישט!! און אויב איז מען ח"ו פאר'צרה'ט, און מ'האלט אז דער אייבערשטער הערט נישט אויס א פשוטע דאווענען (חס מלהזכיר), אדער אז דער אייבערשטער וועט שנעלער העלפן אויב פארט מען ווי איידער זיך צעברעכן א מדה, דאן איז איין מאל צו א מקום קדוש אויך גענוג...

גענוי ווי דו זאגסט.

איך זע נישט אזוי ווייט א פראבלעם אין די תלמידי חכמים און ערנסטע מענטשן וואס פארן, ווייל זיי ווייסן וואס תפילה איז, זיי ווייסן וואס קברי צדיקים איז און אויך וואס עס איז נישט, און אז זיי שפירן דעם געפיל צו פארן, אדרבא.

ביי די אנדערע עק וואס פארן איז שוין מער א פראבלעם, אבער נאך אלץ לכאורה בעסער יא פארן ווי נישט פארן, ווייל פאר דעם פראסטן סארט איז כאטש גוט אז ער האט עפעס וואו ער שפירט א געפיל און ערנסטקייט. אבי זיי גייען זיך כאטש אויסבעטן ביי קברי צדיקים.

וואס מען דארף יא ערנסט זארגן, איז די ריזיגע פראצענט עולם אינצווישן. עס ווערט אזוי שטארק אריינגעברענגט דאס פארן צו קברים אז עס קוקט מיר אויס ווי דער יונגערער דור גייט אונטערוואקסן מיט אן אומבאוואוסטזיניגע געפיל אז ביים סידור קען מען שוואך פועל'ן, ביים תהילימ'ל אביסל בעסער (אויך נאר אויב מען זאגט דעם זעלבן קאפיטל 40 טעג אין א צי), אבער אויב מען וויל עכט פועל'ן, מוז מען גיין צו קברי צדיקים (און איך בין חושד אז א שיינע פראצענט ווייסט ניטאמאל צו בעטן אין זכות פון צדיק, נאר בעטן צום צדיק אליין "ער" זאל זיי העלפן.)

עס קען זיך היינט ממש דאכטן ווי מענטשן האבן חלילה דעם געפיל כאילו דער באשעפער קען אויך העלפן, ער האט אויך א ווארט אין פועל'ן ישועות, אבער דער בעסטער גרינגסטער אדרעס איז: רבי שמעון צי רבי נחמן צי רבי ישעיל'ע...

זיך אויסוויינען צום באשעפער ביי א געווענליכן שחרית, נו מילא, אלטמאדיש, רעזולטאטן נישט גאראנטירט [ח"ו], אבער אין מירון, אין אומאן, אין קערעסטיר, ישועה גאראנטירט!

פרעג היינט א יונגערמאן: "איך דארף אן ערנסטע ישועה, זאג מיר, ווער האלטסטו קען ברענגען א ישועה, ווער קען באווייזן די גרעסטע מופתים?" הערט זיין ענטפער. ער וועט אנהייבן טראכטן וועלכע קבר אדער סגולה קען די בעסטע העלפן... חי רוטל, הממ, אפשר כולל חצות. אייגנטליך אין מגלניצא אדער גאר ביים ריבניצער זעט מען ממש אפענע זאכן.
רבונו של עולם, קודם האבן מיר דאך דעם אמת'ן און איינציגן ריכטיגן פועל ישועות אין הימל. "וואס? דער אייבירשטער קען אויך???" "אה, זאגסט אפשר א נקודה..."
ס'יענס געלעכטער.

דערווייל ווערט עס נאך אלץ מער און מער, עס וועלן באלד זיין מער פארער ווי דא-בלייבער, און חלילה מער גלייביגע אין קברים און סגולות ווי אין דעם וואס א איד איז מחוייב צו גלייבן ווייל אויב נישט איז ער קיין איד נישט.

באלאנגט עכט אין א עקסטערע אשכול וועגן סגולות ונסיעות בימינו אלה אבער אז מען רעדט שוין איך לעצטענס א מיש מאש דא אויפן וועלטל ווען מען רעדט פין סגולות, אין מען מאכט אלעס אוועק בהעלם אחד
עס איז דא 3 מינע סגולות 1 איז סגולה וואס מען דארף אליין טוען א דבר טוב, דאס הייסט אז מען טוט א פעולה מען זאגט שיר השירים פיטום הקטורות, פרשת המן, מען טוט א געוויסע חסד מען נעמט זיך אונטער א דבר טוב מען פארט צו קברי צדיקים מתפלל זיין.
אין דרגא ב' איז סגולה פין געלט אויב צאלט מען פאר RCCS רמ"א חי רוטל תהלים כולל מאגלאניץ רב להושיע וכו' וכו'.
דרגא ג' איז סגולה וואס מען טוט געוויסע זאכן וואס האט נישט מיט א דבר טוב מען עסט א מילגרוים וואס איז געהאנגען אין די סוכה מען טוט אן א געוויסע רינגעל וכו'.

יעצט די ערשטע סארט סגולות איז נאריש אוועק צו מאכן ווייל למעשה טוט מען דאך עפעס אליין אין איך זעה נישט דערין קיין חסרון אין אמונה. אדרבא א מענטש ווייסט שפלות עצמו אין ווען ער גייט בעטן עפעס שפירט ער נישט אז די אויבשטער מוז אים געבן טרייט מען צו זאמלען זכותים אין אז עס שטייט פין צדיקים אז די דבר טוב איז א זכות וואס איז מעורר די ישעה טוט מען עס.
ווי למשל קברי צדיקים איך גיי כמה פעמים. קוק נאך אין ישמח משה אויף תהלים קאפיטל נ"א אויף השיבה לי ששון ישעך זאגט ער אז די אייבשטער פריידט זיך אין ער וויל ענדערש געבן די ישעה דורך מעשי ידיו של צדיקים ווי עס זאל זיין מעשי ידיו של הקב"ה, איז א יוד פארט צו ר' שמעון אין אז ער האט א ישעה איז עס מעשי ידיו של צדיקים אין א כבוד פאר ר' שמעון קען מען ענדערש פויעל'ן קיינער וועט נישט לייקענען אז זכותים העלפט. די אויבשטער איז איבעראל די זעלבע גרויס נאר אונז זע מער נישט די זעלבע דארט האב מיר נאר א זכות אין אזוי מיט אלעס ווען מען "טוט, עפעס

נאכדעם איז דא געבן געלט אויף דעם האט דאך שוין ר' יונה פארסט זי"ע געזאגט ווען עס זאל ווען זיין א מאשין וואס מאכט זיין תשובה געטון וואלטן מענטשן געפארן אין זיך געלאזט קאסטן טויזענטערס פאר עס, אלעס גרינינגער ווי זיך נעמען אין די הענט אריין, דאס איז זעכער אז צדקה איז א גרויסע זכות, אין צו הייבן איינס איבער די אנדערע איז דאך דא הלכות אבער דא לייגט מען הרגשים אין יעדער פראבירט צו מאכן געלט, אויב איז די צוועק איז וואס זיי ווילן אויפטון דער ציל נאר זיי מוזן דאך דעקן די הוצאות, דערציילן זיי ישעות נו אויב איז עס א גרויסע וויכטיגע ענין קען זיין אז עס זאל זיין זכותים אין צדיקים פלעגן צוזאגן ישעות פאר וויכטיגע צוועקן נישט אז אונז קען מער צוזאגן אבער אויב איז עס א שטאק וויכטיגע צוועק איך דאך א גרויסע זכות אבער אויב דער ציל איז צו מאכן געלט נאר מען ניצט א צוועק וואס מען פילט אז עס וועט זיין גרינג צו בעטן געלט וואלט עס נאר ווען געמעגט רעדן צו די עזרת נשים אין לכתחלה אויך נאר פין די מאראקא תימן געגענט

די 3טע איז א זאך וואס מען זעט שוין אין פריעדיגע ספרים סגולות וואס מען פארשטייט נישט די ענין, (איך רעדט נישט פין מנהגים וואס מיר פירן זיך מדור דור וואס טייל מאל די טעם א סגולה טעם, דאס איז א אנדערע ענין אינגאנצען יסודתם עס צו"טוען" מהררי קודש) אין לויט ווי מען האט זיך אלץ געפירט מיט דעם אז עס איז געווען מהיכי תיתי מען האט נישט געמאכט קיין בראטל פין דעם

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג מאי 17, 2016 12:04 pm

@dim

אקעי, יעצט פארשטיי איך וואס באדערט אייך

אויב איר ליינט איבער דעם שמועס "פון אנפאנג" וועט איר זעהו אז די רעדע איז בעיקר אז פון תשנ"ז ביז עטליכע יאר צוריק זענען געווען בעסערע שרייבער ("ב." הלוי, א. כץ ועוד)

און די לעצטע פאר יאר איז עס פוחת והולך.
ממילא קומט נישט אריין ב.צ. הירש, אדער י. הלוי וואס האבן ביידע אנגעהויבו שרייבן די לעצטע פאר יאר - גראדע ביידע זייער פיינע שרייבערס - קען זיין די לעצטע פאר חדשים האבן זיי נישט געשריבן איך בין נישט מדייק יעדן חודש
מ'רעדט דא פון יודן וואס ליינען די מעלות שוין זייט תשנ"ז און זיי טעהנ'ן אז די לעצטע 5-7 יאר איז עס שוין פוחת והולך.

לגבי י. הלוי שרייבט ער נאך די "גאלדענע קינדער יארן" אין שטייג העכער און לכאו' קומט נאך ארטיקלען.
(לגבי א. ראטה בינעך מסכים מיט דיר כ'ס"ה באמערקט אז זי האט געשריבן דעם חודש)

פאר דו ענטפערסט ביטע דורכליינען שטאט און טראכטן (ווי אויך קוק מיין אונטערשריפט).
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג מאי 17, 2016 3:35 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:@dim

אקעי, יעצט פארשטיי איך וואס באדערט אייך

אויב איר ליינט איבער דעם שמועס "פון אנפאנג" וועט איר זעהו אז די רעדע איז בעיקר אז פון תשנ"ז ביז עטליכע יאר צוריק זענען געווען בעסערע שרייבער ("ב." הלוי, א. כץ ועוד)

און די לעצטע פאר יאר איז עס פוחת והולך.
ממילא קומט נישט אריין ב.צ. הירש, אדער י. הלוי וואס האבן ביידע אנגעהויבו שרייבן די לעצטע פאר יאר - גראדע ביידע זייער פיינע שרייבערס - קען זיין די לעצטע פאר חדשים האבן זיי נישט געשריבן איך בין נישט מדייק יעדן חודש
מ'רעדט דא פון יודן וואס ליינען די מעלות שוין זייט תשנ"ז און זיי טעהנ'ן אז די לעצטע פאר יאר איז עס שוין פוחת והולך.

לגבי י. הלוי שרייבט ער נאך די "גאלדענע קינדער יארן" אין שטייג העכער און לכאו' קומט נאך ארטיקלען.
(לגבי א. ראטה בינעך מסכים מיט דיר כ'ס"ה באמערקט אז זי האט געשריבן דעם חודש)

פאר דו ענטפערסט ביטע דורכליינען שטאט און טראכטן (ווי אויך קוק מיין אונטערשריפט).

ר' איד, איך בין שוין מודה אז איר זענט יא צומישט..
איך בין דער וואס האט געשריבען אז איך ליין עס פון אנהייב און די לעצטע פאר יאר איז עס נאר א פוחת והולך,

און זיי אלע האבן שוין אויפגעהערט שרייבן ''אפאר יאר'' צוריק, (אחוץ י. הלוי)

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
פאר דו ענטפערסט ביטע דורכליינען שטאט און טראכטן .

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » דאנארשטאג יוני 09, 2016 4:59 pm

עס זעט אויס ווי מעלות ליינט דא, עכט א געשמאק צי ליינען דעם חודש ב"ה.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג יוני 09, 2016 5:20 pm

א. כ"ץ איז צוריק מיט א ריכטיגע מעלות ארטיקל.
א. ראטה איז צוריק מיט די לענגערע קינדער מעשה.

כה לחי.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דאנארשטאג יוני 09, 2016 5:53 pm

איז פארהאן א טעלעפאן נאמבער אדער אימייל אדרעס צו באשטעלן א פרידעדיגער נומער פון מעלות?

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג יוני 09, 2016 5:59 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:איז פארהאן א טעלעפאן נאמבער אדער אימייל אדרעס צו באשטעלן א פרידעדיגער נומער פון מעלות?

אויפן מפתח זייט איז דא א נומבער צו באשטעלן אלטע מעלות. אימעיל אדרעס? וואס איז דאס? מעלות האט דערפון נישט געהערט...

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:03 pm

א גרויסן דאנק. וועל איך דארפן אפירזיכען א מעלות.

(אגב, מעלות ליינט נישט וויקיפעדיע?)

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג יוני 09, 2016 9:03 pm

להודיע האט געשריבן:א. כ"ץ איז צוריק מיט א ריכטיגע מעלות ארטיקל.
א. ראטה איז צוריק מיט די לענגערע קינדער מעשה.

כה לחי.

אמת׳דיג? איך קען קוים ווארטן אויף יום טוב!

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג יוני 19, 2016 2:02 pm

קוקנדיג אין יעצטיגן מעלות אין דעם הערליכן קאלום איבער אידיש, האט מיר עפעס נישט געשמעקט אפאר זאכן. ס'דא ב"ה א שפע פון איינגעגעסענע טעותים ביי אונזערע שרייבער, אבער דא האב איך געשפירט דראפעט זי זיך אויף גראדע ווענט צו טרעפן פראבלעמען וואס זענען נישטא.

קודם, זי הייבט אויף א קול מחאה קעגן דעם ווארט "איינציגסטער", מיט דער טענה אז "איינציגסטער" איז גארנישט מער איינציג ווי "איינציגער". דערמיט וויל זי 'פראסט און פשוט' אויסרייסן א אידישע ווארט וואס איז טיף איינגעווארצלט און קומט צוניץ אין טאג-טעגליכן שפראך. (אפשר קען מען אויך אנהייבן זיך מפלפל זיין מיט'ן דיוק אז "פראסט און פשוט" קלאפט נישט, ווייל איז דען 'פראסט און פשוט' מער פשוט ווי 'פשוט' אליין?)

עס איז זייער פארשטענדליך אז "איינציגסטע" ברענגט בעסער ארויס ווען מען וויל שטערקער ארויסהייבן די איינציגקייט פון א זאך ווי "איינציגע". צי עס שטימט פון א דקדוק'דיגן קוק-ווינקל צי נישט, איז עס די "איינציגסטע" וועג ארויסצוברענגען בעסער די איינציגקייט פון א זאך... נאך א ביישפיל, איך מיין אז "השי"ת איז דער איינציגסטער וואס קען אונז העלפן" הערט זיך שטערקער ווי "השי"ת איז דער איינציגער וואס קען אונז העלפן".

אינטערעסאנט איז, זי ברענגט אן אנגעבליכע ראי' אז אויב "איינציגסטע" איז שטערקער ווי "איינציג", איז עס ווי צו זאגן אין ענגליש onlyest, און זי מיינט ארויסצוברענגען אז למעשה איז אזא ווארט נישטא, און גארנישט איז נישט שטערקער און מער איינציג ווי only.

איראניש איז, אז אזא ווארט ווערט אייגנטליך יא גענוצט אין ענגליש... איי פארוואס האט עס די מעלות נישט געטראפן? ווייל נאטירליך איז דער אויסלייג נישט onlyest נאר onliest (פונקט ווי פון early ווערט נישט earlyest נאר earliest). און דער onliest ווערט טאקע באצייכנט אלס "אן אינטענסיווע פארעם פון only, גענוצט צו אנדייטן אז עפעס אדער עמיצער איז ווירקליך דער 'איינציגסטער'." אלזא, די ראי' וואס זי ברענגט איז דוקא א ראי' פארקערט און אויך אין ענגליש קען מען זאגן "איינציגסטע".
לעצט פאראכטן דורך מגיה אום זונטאג יוני 19, 2016 2:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג יוני 19, 2016 2:09 pm

אן אנדערע ווארט אין זעלבן קאלום אויף וועלכן זי האט זיך גענומען צו די ביינער איז "ארטיסטן".

ווידער איז לענ"ד נאריש -- שוין אפגערעדט אומרעאליסטיש -- צו וועלן אויסרייסן דעם ווארט פון היימישן לעקסיקאן.

זי ראט דאס צו ערזעצן מיט "קינסטלער" אדער "קונסטמאלער", בעת וואס היינט געבן די ביידע ווערטער טאטאל אן אנדערע משמעות אין היימישן אידיש ווי דעם מאדערנעם "ארטיסט". יענע זענען מער ספעציפיש, בעת ארטיסטן איז מער כלליות'דיג און נעמט אריין א פיל ברייטערן באדייט.

ליינט דעם צעטל לויט וויאזוי "מעלות" רעקאמענדירט: "געוואלד! עס איז א שרעקליכע עולה צו פארקויפן דירות אין וויליאמסבורג פאר קונסטמעלער!"
אדער: "רבותי! די קינסטלער זענען א רוחניות'דיגע סכנה פאר אונזערע קינדערלעך!"
איר קלערט אזעלכע צעטלעך גייען אפשרעקן די מוכרים?... כ'בין נייגעריג וויפיל וועלן בכלל פארשטיין פון וועמען עס גייט דא די רעדע...

"קונסטמאלער" איז בכלל נישט קיין מעגליכקייט, ווייל אפילו אויב עס וואלט יא געווען א גאנגבאר ווארט, שטימט עס נישט מיט'ן מציאות, ווייל רוב "ארטיסטן" היינט האבן קיין שום שייכות מיט מאלעריי. "קינסטלער" איז אפשר נישט שלעכט, און איז פונקט גוט צו שרייבן אין אן אפיציעלן ווערטערבוך, אבער דאס ווארט ארטיסטן איז שוין אזוי טיף אין אונזער לעקסיקאן צוליב אונזער היימישקייט אין ברוקלין – בצירוף וואס עס איז שוין אויך פאראידישט, "ארטיסטן" אנשטאט "ארטיסטס" – אז איך גלייב קיין שום נארמאלער לינגוויסט וועט נישט האלטן מען דארף עס ארויסרייסן און ערזעצן (חוץ אפשר א פוריסט).
לעצט פאראכטן דורך מגיה אום זונטאג יוני 19, 2016 5:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג יוני 19, 2016 2:18 pm

און אז מען זיצט שוין אויפ'ן קריטיק באן, באדערט מיך שוין לאנג אז מעלות איז לכ' די איינציגסטע אידישע פלאץ וואס שרייבט "פלוצלונג" אנשטאט "פלוצלינג". איך ווייס נישט פארוואס און פון וואנעט דער באשלוס איז געקומען, אבער ווי ווייט איך ווייס איז נישטא קיינער וואס האלט דאס ווארט קומט אזוי אויסגעלייגט.

עכ"פ, דעם חודש האב איך ווידער געזען דעם "פלוצלונג", אבער דאן, עטליכע בלעטער שפעטער, האב איך "פלוצלינג" באמערקט דעם ווארט אויסגעלייגט "פלוצלינג". דא איז שוין אן אפענע סתירה, און איך ווייס שוין נישט וואס צו קלערן. יעצט ווארטן מיר אויף א קלארן פסק.

איידער איך פארגעס, לאמיך דא שנעל קלארשטעלן אז מעלות איז בלי ספק א יחיד במינה אין איר געשמאקן און פליסיגן אידיש (און גראמאטיק), נאר טאקע וויבאלד מען ווייסט אז דארט שטימט געווענליך יעדע ווארט און יעדע אות איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווען עפעס איז נישט הונדערט פראצענט. און אגב, א באזונדערן דאנק פאר א. כ"ץ פאר'ן שרייבן דעם הערליכן מאמר דעם חודש. איר שריפט און אירע געדאנקען זענען עפעס אויסטערליש, און איך שטעל זיך צו צו די אלע "מבקשים" אז עס זאל ערשיינען ווי אפטער, ווייל איך מיין אז קיין ערזאץ דערפאר איז ממש נישטא.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג יוני 19, 2016 2:23 pm

מגיה האט געשריבן:און אז מען זיצט שוין אויפ'ן קריטיק באן, באדערט מיך שוין לאנג אז מעלות איז לכ' די איינציגסטע אידישע פלאץ וואס שרייבט "פלוצלונג" אנשטאט "פלוצלינג". איך ווייס נישט פארוואס און פון וואנעט דער באשלוס איז געקומען, אבער ווי ווייט איך ווייס איז נישטא קיינער וואס האלט דאס ווארט קומט אזוי אויסגעלייגט.

ווי איך פארשטיי איז עס נישט קיין סתירה נאר א אנדערע שרייבער(ין).

וועגן א. כ"ץ, אויך שטארק געקוואלן פון אירע רייד, אבער זי דארף ווען נישט אנהויבן יעדע ארטיקל מיט עפעס נעגאטיוועטי אויף אירע שילערינ'ס... זיי נישט קלוגער ווי דו ביסט.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג יוני 19, 2016 2:25 pm

בס"ד

גא"מ אויף ביידע פונקטן, הרב מגי'. "ארטיסטן" איז "היינט" מער נישט א נייע איבערטייטש פון "קונסטמאלער," נאר א שם דבר פון א געוויסע באפעלקערונג מיט א געוויסע קולטור, ווי "יאפיס." גיי טויש "יאפיס" אויף "יאנג פראפעשאנעלס."

מ'קען אפשר גיין א טריט ווייטער, להבדיל א"א הבדלות, און זאגן אז "חרדים" איז היינט די ווארט צו באצייכענען חסידישע/ליטווישע פרומע אידן. אבער "חרדים" האט אן ארגינעלע טייטש-באדייט, "חרדים" לדבר ד'. אויך דער גאנצער "עולם," וואס הייסט "עולם," די וועלט. נו, אז מען שרייבט "דער חרדישער עולם," וואלט לויט דעם לאגיק געדארפט שטיין "דער ציטערדיגער וועלט" - הייבט שוין אן ארויסצומופן פון ברוקלין קיין אפסטעיט. ווער? דער ציטערדיגער וועלט? וועעעער....?

וועגן איינציג, טעכניש איז מעלות גערעדט, אבער אויף ענגליש זאגט מען אויך One and Only, וואס איז טעכניש-גראמאטיש אזוי אומאויסגעהאלטן ווי "איין איינציגסטע."
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג יוני 19, 2016 2:31 pm

דער ציטערדיגער וועלט וואס ליינט די תגובה ווערט אריינגענומען אין א ברייטע פארשפרייטונג פון די לעפצן וואס איז גורם א הילכיגן פולץ פליצה גדולה.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יוני 19, 2016 5:50 pm

מגיה האט געשריבן:קוקנדיג אין יעצטיגן מעלות אין דעם הערליכן קאלום איבער אידיש, האט מיר עפעס נישט געשמעקט אפאר זאכן. ס'דא ב"ה א שפע פון איינגעגעסענע טעותים ביי אונזערע שרייבער, אבער דא האב איך געשפירט דראפעט זי זיך אויף גראדע ווענט צו טרעפן פראבלעמען וואס זענען נישטא.

קודם, זי הייבט אויף א קול מחאה קעגן דעם ווארט "איינציגסטער", מיט דער טענה אז "איינציגסטער" איז גארנישט מער איינציג ווי "איינציגער". דערמיט וויל זי 'פראסט און פשוט' אויסרייסן א אידישע ווארט וואס איז טיף איינגעווארצלט און קומט צוניץ אין טאג-טעגליכן שפראך. (אפשר קען מען אויך אנהייבן זיך מפלפל זיין מיט'ן דיוק אז "פראסט און פשוט" קלאפט נישט, ווייל איז דען 'פראסט און פשוט' מער פשוט ווי 'פשוט' אליין?)

עס איז זייער פארשטענדליך אז "איינציגסטע" ברענגט בעסער ארויס ווען מען וויל שטערקער ארויסהייבן די איינציגקייט פון א זאך ווי "איינציגע". צי עס שטימט פון א דקדוק'דיגן קוק-ווינקל צי נישט, איז עס די "איינציגסטע" וועג ארויסצוברענגען בעסער די איינציגקייט פון א זאך... נאך א ביישפיל, איך מיין אז "השי"ת איז דער איינציגסטער וואס קען אונז העלפן" הערט זיך שטערקער ווי "השי"ת איז דער איינציגער וואס קען אונז העלפן".

אינטערעסאנט איז, זי ברענגט אן אנגעבליכע ראי' אז אויב "איינציגסטע" איז שטערקער ווי "איינציג", איז עס ווי צו זאגן אין ענגליש onlyest, און זי מיינט ארויסצוברענגען אז למעשה איז אזא ווארט נישטא, און גארנישט איז נישט שטערקער און מער איינציג ווי only.

איראניש איז, אז אזא ווארט ווערט אייגנטליך יא גענוצט אין ענגליש... איי פארוואס האט עס די מעלות נישט געטראפן? ווייל נאטירליך איז דער אויסלייג נישט onlyest נאר onliest (פונקט ווי פון early ווערט נישט earlyest נאר earliest). און דער onliest ווערט טאקע באצייכנט אלס "אן אינטענסיווע פארעם פון only, גענוצט צו אנדייטן אז עפעס אדער עמיצער איז ווירקליך דער 'איינציגסטער'." אלזא, די ראי' וואס זי ברענגט איז דוקא א ראי' פארקערט און אויך אין ענגליש קען מען זאגן "איינציגסטע".

יישר כח פאר די הערה. די ווארט onliest ווערט אבער כמעט נישט גענוצט למעשה. און איר פוינט איז ריכטיג אז פון אזויפיל נוצן איינציגסטער איז די ווארט איינציגער פארגעסן געווארן. ס'איז אזא בחינה ווי זאגן "מחותנת'טע"... ווער גייט יעצט זאגן מחותנת אדער מחותן'טע?... איינציגער איז די אויסדרוק און וויבאלד געווענליך איז נישט שייך אין דעם צו זיין מער איינציג ווי איינציג איז איינציגסטער נישט ריכטיג חוץ אין אויסנאם פאל ווי למשל ביים רעדן פון באשעפער ווי אין יחיד כיחודו.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יוני 19, 2016 5:53 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

גא"מ אויף ביידע פונקטן, הרב מגי'. "ארטיסטן" איז "היינט" מער נישט א נייע איבערטייטש פון "קונסטמאלער," נאר א שם דבר פון א געוויסע באפעלקערונג מיט א געוויסע קולטור, ווי "יאפיס." גיי טויש "יאפיס" אויף "יאנג פראפעשאנעלס."

מ'קען אפשר גיין א טריט ווייטער, להבדיל א"א הבדלות, און זאגן אז "חרדים" איז היינט די ווארט צו באצייכענען חסידישע/ליטווישע פרומע אידן. אבער "חרדים" האט אן ארגינעלע טייטש-באדייט, "חרדים" לדבר ד'. אויך דער גאנצער "עולם," וואס הייסט "עולם," די וועלט. נו, אז מען שרייבט "דער חרדישער עולם," וואלט לויט דעם לאגיק געדארפט שטיין "דער ציטערדיגער וועלט" - הייבט שוין אן ארויסצומופן פון ברוקלין קיין אפסטעיט. ווער? דער ציטערדיגער וועלט? וועעעער....?

וועגן איינציג, טעכניש איז מעלות גערעדט, אבער אויף ענגליש זאגט מען אויך One and Only, וואס איז טעכניש-גראמאטיש אזוי אומאויסגעהאלטן ווי "איין איינציגסטע."

זי אדרעסירט דאך דאס מיטן אויפמערקן אז לשיטתה דארף מען דאס טון אין אידיש אויך מיטן שרייבן איין-איינציגער אנשטאט די (לויט איר) אומריכטיגע איינציגסטער.

איבער ארטיסטן גא"מ. א זינגער למשל איז א ארטיסט אין ענגליש גארנישט מיט מאלעריי.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג יוני 19, 2016 6:03 pm

מזל מידיע האט געשריבן:וועגן איינציג, טעכניש איז מעלות גערעדט

גערעדט?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יוני 19, 2016 6:42 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן:און אז מען זיצט שוין אויפ'ן קריטיק באן, באדערט מיך שוין לאנג אז מעלות איז לכ' די איינציגסטע אידישע פלאץ וואס שרייבט "פלוצלונג" אנשטאט "פלוצלינג". איך ווייס נישט פארוואס און פון וואנעט דער באשלוס איז געקומען, אבער ווי ווייט איך ווייס איז נישטא קיינער וואס האלט דאס ווארט קומט אזוי אויסגעלייגט.

עכ"פ, דעם חודש האב איך ווידער געזען דעם "פלוצלונג", אבער דאן, עטליכע בלעטער שפעטער, האב איך "פלוצלינג" באמערקט דעם ווארט אויסגעלייגט "פלוצלינג". דא איז שוין אן אפענע סתירה, און איך ווייס שוין נישט וואס צו קלערן. יעצט ווארטן מיר אויף א קלארן פסק.

איידער איך פארגעס, לאמיך דא שנעל קלארשטעלן אז מעלות איז בלי ספק א יחיד במינה אין איר געשמאקן און פליסיגן אידיש (און גראמאטיק), נאר טאקע וויבאלד מען ווייסט אז דארט שטימט געווענליך יעדע ווארט און יעדע אות איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווען עפעס איז נישט הונדערט פראצענט. און אגב, א באזונדערן דאנק פאר א. כ"ץ פאר'ן שרייבן דעם הערליכן מאמר דעם חודש. איר שריפט און אירע געדאנקען זענען עפעס אויסטערליש, און איך שטעל זיך צו צו די אלע "מבקשים" אז עס זאל ערשיינען ווי אפטער, ווייל איך מיין אז קיין ערזאץ דערפאר איז ממש נישטא.

ווי איך פארשטיי איז עס נישט קיין סתירה נאר א אנדערע שרייבער(ין)..

זיי זענען מגיה אלע שרייבער אין מעלות לויט זייער סטאנדארט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג יוני 19, 2016 7:07 pm

מילכיגער האט געשריבן:יישר כח פאר די הערה. די ווארט onliest ווערט אבער כמעט נישט גענוצט למעשה. און איר פוינט איז ריכטיג אז פון אזויפיל נוצן איינציגסטער איז די ווארט איינציגער פארגעסן געווארן. ס'איז אזא בחינה ווי זאגן "מחותנת'טע"... ווער גייט יעצט זאגן מחותנת אדער מחותן'טע?... איינציגער איז די אויסדרוק און וויבאלד געווענליך איז נישט שייך אין דעם צו זיין מער איינציג ווי איינציג איז איינציגסטער נישט ריכטיג חוץ אין אויסנאם פאל ווי למשל ביים רעדן פון באשעפער ווי אין יחיד כיחודו.

אז דאס ווארט onliest עקזיסטירט, אפגעזען ווי אפט עס ווערט גענוצט, ווייזט עס אז אויך אין אידיש איז דאס ווארט "איינציגסטער" לעגיטים, בשעת מעלות שרייבט אז אזא ווארט מאכט נישט קיין סענס און קען "קיינמאל" גענוצט ווערן.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג יוני 28, 2016 2:46 pm

אמת זיי זענען טאקע מגיה אלע ארטיקלן לויט זייער געשמאק, אויך ווען אן ארטיקל קומט אן צו זיי וועלן זיי דאס צעשניידן און צעהאקן עס זאל זיין לויט זייער גאנג.

#קיין פראבלעם, נאר א פאקט.

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט