'די צייטונג' אינגאנצן איבערגעפרישט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג מאי 06, 2012 6:14 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:שאץ מאץ,

ר' שאול איז מלא ידיעות אבער האט גאר א שלעכטער פעדער און דאס איז וואס האט דיר זיכער שווער געמאכט דאס ליינען.


איך מיין דו טרייבסט איבער - "גאר א שלעכטער פעדער"??? ער שרייבט צו קורץ, אפשר קאמפליצירט, דיפערענט פון רוב אנדערע שרייבער, אבער "גאר שלעכט"? כ'מיין אז דו ציהסט איבער דאס שטריקל.


אפשר האב איך זיך שלעכט אויסגעדרוקט, איך וועל עס אביסל טוישן, 'גאר א שווערער פעדער'. שווער פארן מענטש צו ליינען. א שרייבער איז גוט ווען זיינע ווערטער ווערן געליינט פליסיג אן קיין שוועריגקייטן.

ער איז ווייט פון אן אויסגעצייכנטער שרייבער, אבער איך וואלט אים עניטיים אויפגעטוישט מיט בעסערע שרייבער ווי אים וואס פארמאגן אבער ווייניגער תוכן.

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » מאנטאג יוני 24, 2013 2:09 pm

ברוך אתה האט געשריבן:נישט דא "קיינער" וואס קען ערזעצן דעם שאול בחיר ד'


בשורה טובה ר' שאול איז צוריק אין אמט!
שוין עטליכע וואכן שרייבט ער ווידער, און זיך גארנישט געטוישט...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג יוני 25, 2013 12:01 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אנטשלדיגט!
איך האף אז ר' שאול קליין ליינט נישט דא, אבער מיר פלעגט ער נערוועז מאכן מיט זיינע ארטיקלעך....
אזאנע שטותים צו שרייבן.........., איך האב מיך געדארפט פלאגן וואס דער טאג בוך פון מחנך וויל, פלאגן וועל איך מיר אויף א קצות און ליינען א צייטונג וועל איך מיר אויסצוליפטערן,

אבער ס'איז צום באגריסן די שיינע שיניום פון "די צייטונג" ס'איז א נחת עס צו נעמען אין די האנט אריין, שיין, געשמאק, און גוטע ארטיקלען,

ס'איז דא אסאך וואס צו רעדן נאר די צייט ערלויבט נישט יעצט,


הרב ש"ץ איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער ר' שאול איז שוין ציריק
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 9:51 am

פאריגע וואך - נאך די ימים טובים ריש שתא תשע”ו - האט די צייטונג געטוישט זייער פארמאט צו די גאר קליינע סייז, געציילטע וואכן נאכדעם וואס “דער איד” האט דאס געטון.

ליינענדיג זייער אינטראדאקשען צום נייעם סייז, איז מיר זייער געפאלן די אפענע שפראך מיט קליענטן, מיטטיילענדיג אלע פיצינקע דעטאלן.

אבער במקום האפענקייט שם אתה מוצא ספיקות.

זיי ענדיגן צו:
פארשטייט זיך אז דאס קאסט טייערער, און מיר וועלן געצווינגען זיין צו העכערן די פרייז פונעם צייטונג נאך 7 יאר וואס מיר האבן געשלונגען די פארשידענע העכערע קאסטן.

דאס שטימט נישט אינגאנצן מיט די פריערדיגע פאראגראפן. וואס זיי לייגן אראפ די הויפט סיבה פאר’ן אוועקגיין פון די ביז יעצטיגע פירמע ווייל עס פלעגט נישט קענען ארויסקומען מיטוואך צופרי, משא”כ מיט די נייע פירמע גייט אלעס אויטאמאטיש און ראבאטיש, מיט מינימאלע ארבעט פאר מענטשן. די סייז טויש איז בלויז א סייד עפעקט פון אריבערגיין צו בעסערע טעכנאלאגיע, אבער נישט דאס איז געווען די ציל.

“פארשטייט זיך אז דאס קאסט טייערער”… ניין, עס פארשטייט זיך נישט אליינס, און עס דארף א הסבר, אויב ‘ווייניגער’ מענטשן זענען אינוואלווט דארף אראפגיין די פרייז נישט ארויפגיין. בעת פאר א מענטש דארף מען צאלן פער שעה ממון ודמים, דארף מען נישט צאלן פאר די מאשינען פער שעה, און די געלט פאר’ן קויפן די מאשינען צאלט זיך גאר שנעל אויס פאר די פירמע.

יעדע זאך וואס ווערט מער ראבאטיש גייט אראפ די פרייז, נישט ארויף די פרייז.

בנוסף צו דעם, דא רעדט איך שוין בשם מיר אליינס, ווען מען פרעגט מיך, דארף איך נישט די צייטונג מיטוואך צופרי אויב עס קומט מיט א פרייז העכערונג.

“פארשטייט זיך” אז דאס איז געשריבן געווארן בלויז לכבוד דעם וואס זיי פראבירן מסביר צו זיין עפעס וואס איך פארשטיי נישט.

אבער לגבי די עצם צייטונג, ווער איך פון פריש נתפעל יעדע וואך פון זייער ניווא. און איך וואלט שוין לאנג געקענט באשטיין אז זיי זאלן האבן קאמפעטישן, אבער דערווייל זענען זיי די איינציגסטע וואס מאכן מיך שפירן יעדע וואך אביסל עלטער ווי איך בין, אנשטאט אנדערע וואס מאכן מיך שפירן אינגער (וכמאמר המשנה: הוי זנב לאריות ואל תהי ראש לשועלים. ודו”ק. אז מען שפירט אז מען איז קלוגער ווי יעדעם מיינט אז מען איז נישט אינעם ריכטיגן פלאץ).
צוגעלייגטע
News-R.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 10:07 am

די פרייז צו דריקן ביים דעילי ניוס איז קלאר ביליגער ווי סיי וועלכע דרוקעריי, און דאס איז די סיבה פארוואס די היימישע צייטונגען ברעכן זיך און גייען אהין, לויט ווי איך פארשטיי פון א אינסיידער ביי איינע פון די היימישע צייטונגען, שפארט מען זיך א עווערעדש פון 3,000 דאלאר א וואך אויף דריקעריי קאסטן, על כן איז זייער אומפארשטענדליך וואס דיר די צייטונג שרייבט איבער העכערע קאסטן, אז ער וויל קען ער בלויז שרייבן אז ארויסגעבן דעם צייטונג קאסט ממון ודמים און מ'דארף העכערן, איינער וועט זיין ברוגז? עפעס א מין געוואינהייט פון די היימישע צייטונגען צו שרייבן פארפירערישע אינפארמאציע
לעצט פאראכטן דורך אבי.גערעדט אום דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 10:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 10:11 am

האב איך הנאה נאך יארן פון נישט לייענען די צייטונג צו זעהן אז זיי האבן נישט פארגעסן צו דערמאנען וועגלן לייגן טעלעפאן נומערן אויף בריוון...

אבער גרויזי, דעם הסבר קען איך דיר גיבן
“פארשטייט זיך אז דאס קאסט טייערער”… ניין, עס פארשטייט זיך נישט אליינס, און עס דארף א הסבר, אויב ‘ווייניגער’ מענטשן זענען אינוואלווט דארף אראפגיין די פרייז נישט ארויפגיין. בעת פאר א מענטש דארף מען צאלן פער שעה ממון ודמים, דארף מען נישט צאלן פאר די מאשינען פער שעה, און די געלט פאר’ן קויפן די מאשינען צאלט זיך גאר שנעל אויס פאר די פירמע.


דארט ליגט דיין טעות. ווען א ביזנעס לייגט אריין למשל א מיליאן דאלער אין קאפיטאל (מאשינען, בילדינג וכדו') און די איבריגע 4 מיליאן דאלער אין לעבאר, און ער וויל מאכן איין מיליאן ריוח זענען זיינע קאסטן 80% וועריעבל (תלוי אין די זשאב, ווי מער ער ארבייט מער ארבייטערס צאלט ער אאז"וו) און נאר 20% פיקסד. יעצט טאמער קומסטו צו אים מיט א געשעפט אז דיין פראזשעקט גייט זייער מינימייזן די ארבייטער קאסט ווייל למשל דו בינדסט אליין אדער סיי וועלכע אנדערע וועג ווי דו ווייזט אים אויף אז ס'גייט אים קאסטן ווייניגער וועט ער דיר גערן גיבן א ביליגערע פרייז.

משא"כ ווען די ביזנעס ווערט מאדערניזירט מיט א אסעמבלי ליין למשל און יעצט איז פארקערט, 4 מיליאן קעפיטל (מ'רעכנט למשל קעפיטל אז די קאסט איז 80 מיליאן און די לייף דערפון איז 20 יאר, קומט אויס 4 מילאן א יאר) אבער לכבוד דעם קען מען קאטן הוצאות צו 1 מיליאן אין לעיבאר (ווייל אסאך ווייניגער ארבייטער פעלן אויס) און ער מאכט יעצט די זעלבע מיליאן. די סיבה פארוואס ער זאל עס טון (הגם ער פארדינט יעצט די זעלבע) איז ווייל פון יעצט און ווייטער איז עס בלויז ריווח, סיי וועלכע נייע זשאב ער גייט יעצטו נעמען גייט אים גארנישט מער קאסטן אין פיקסד קאסט אבער גייט אים ווייניגער קאסטן אין לעבאר.

יעצט ווען דו קומסט צו אים און דו זאגסט אים אז דיין פראזשעקט גייט זיין אסאך ווייניגער אין לעיבאר האסטו אים נישט געטון קיין גרויסע טובה, ווייל לעבאר איז יעצט נישט זיין עיקר הוצאה, זיין עיקר הוצאה איז צו דעקן די מאשין און דאס איז נישט קיין נפ"מ וויפל ארבייט דו נוצט. סא ער קען יעצט קיין גרויסע הנחה נישט גיבן.

שטימט ביז דא? איך גלייב נישט אז דו האסט עקספעקטעד פון זיי דאס צו שרייבן אין א עדיטאריעל... זייער פעלער איז טאקע נאר מיטן שרייבן "פארשטייט זיך"...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 10:23 am

גרויזאמער האט געשריבן:פ דערווייל זענען זיי די איינציגסטע וואס מאכן מיך שפירן יעדע וואך אביסל עלטער ווי איך בין, אנשטאט אנדערע וואס מאכן מיך שפירן אינגער (וכמאמר המשנה: הוי זנב לאריות ואל תהי ראש לשועלים. ודו”ק. אז מען שפירט אז מען איז קלוגער ווי יעדעם מיינט אז מען איז נישט אינעם ריכטיגן פלאץ).


;l;p-

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 11:53 am

ער שרייבט אז ליינער זענען באקוועם מיטן אלטן פארמאט. ניין. ליינער גלייכן א קליינע סייז וואס האלט זיך גרינג אין די האנט, ליינער גלייכן אויך אז סאיז פארבינדן מיט סטעיפלס אזוי צופאלט עס נישט. און ''פארשטייט זיך'' ער וועט נישט שרייבן אז דער המודיע און דער איד טון שוין אזוי וועט ער אויך. שוין גארנישט ''געצווינגען''.

ער שרייבט ''דער דעילי ניוס די גרעסטע צייטונג אין ניו יארק''... העלא, זיי האלטן זיך ביים שפארן, זיי האבן לעצטענס געפייערט צענדליגע שרייבער נאך וואס זיי האבן נישט געקענט טרעפן א קונה פארן צייטונג. און עס גיין ארום שמועות אז דער דעילי ניוס פלאנט אויפהערן ארויסקומען יעדן טאג. זיי פארקויפט היינט בלויז איבער צוויי הונדערט טויזענט א טאג, אראפ פון איבער דאפעלט עטליכע יאר צוריק. עס איז די קלענסטע צייטונג אין ניו יארק היינט. פארוואס דריי איך א קאפ דערמיט? ווייל הרב פרידמאן ווייסט דאס גאנץ גוט, נאר וויבאלד דער דעילי ניוס איז מער ליבעראל געשטימט שרייבט מען אז ס'די גרעסטע צייטונג.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17544
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 11:57 am

די אלע בילדער וואס זיי לייגן אריין לעצטענס קאסט זיי זיכער ממון ודמים

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 12:03 pm

יוראפ האט געשריבן:די אלע בילדער וואס זיי לייגן אריין לעצטענס קאסט זיי זיכער ממון ודמים

:lol: :lol: :lol: :lol:

viewtopic.php?f=91&t=18357&p=1119093#p1119093
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 12:18 pm

אויך געהאט די זעלבע קשיא ווי גרויזאמער, מילכיגער, די צייטונג האט דען אינוועסטירט אין מאשינען פאר דעם טויש אדער זיי נעמען בלויז אדווענטעדזש פון די סאפיסטיקירטע מאשינען וואס דער דעילי ניוז פארמאגט?

מיך שטערט נישט אזוי ווייט אז ער איז ארויף מיטן פרייז, הלמאי פארוואס זאל ער נישט נאכגיין די אנדערע צייטונגען, אבער פארוואס דארף דאס ווערן פארשלייערט אונטער אן אויסרייד וואס גיבט נישט?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 12:28 pm

אגב, ער איז נאכנישט ארויף מיט'ן פרייז, לכאורה מיינט ער צו זאגן אז ער "גייט" ארויפגיין. עס האלט נאך דערווייל ביי 2 דאלער.

מיליכיגער, דיין הסבר איז זייער שיין, יישר כח. מען קען עס מעגליך פארשטיין לאגיש. אבער די מציאות דא איז מיין איך נישט אזוי.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:25 pm

איך האב נישט קיין מושג איבער די פרייזן וואס די צייטונג צאלט פאר זייער נייע דרוקעריי און וויפל זיי האבן געצאלט פארדעם. איך האב נאר געוואלט פארענטפערן א קשיא פון גרויזאמער "טאמער איז דאס נייע מאשינעריי דארף עס קאסטן ביליגער, נישט טייערער"? און אויף דעם איז די ענטפער אז יא, פאר די בעל הדרוקעריי נאכדעם וואס ער איז שוין אויסגעצאלט און ער האלט שוין ביי בלויז ריוח איז דאס אמת אז ער קען יעצט אפארדן צו גיבן ביליגער אבער פאר ער איז אויסגעצאלט איז דאס פונקט פארקערט, ער קען נישט אראפלאזן פון די פיקסד קאסט אן דערלייגן. סא זאגט ער אז ס'איז "זעלבסטפארשטענדליך" אז אריבערגיין צו א "היי פיקסד קאסט" סופלליער וועט מיינען א טייערערע פרייז. די מציאות ווייס איך נישט.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 4:18 pm

גרויזאמער האט געשריבן:אגב, ער איז נאכנישט ארויף מיט'ן פרייז, לכאורה מיינט ער צו זאגן אז ער "גייט" ארויפגיין. עס האלט נאך דערווייל ביי 2 דאלער.


והחכם עיניו בראשו, כאפט אריין! קויפט די וואך וויפיל שטיק ס'גייט פאר די פרייז גייט ארויף.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 4:22 pm

צום זאך האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:אגב, ער איז נאכנישט ארויף מיט'ן פרייז, לכאורה מיינט ער צו זאגן אז ער "גייט" ארויפגיין. עס האלט נאך דערווייל ביי 2 דאלער.


והחכם עיניו בראשו, כאפט אריין! קויפט די וואך וויפיל שטיק ס'גייט פאר די פרייז גייט ארויף.

;l;p-

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 4:33 pm

צום זאך האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:אגב, ער איז נאכנישט ארויף מיט'ן פרייז, לכאורה מיינט ער צו זאגן אז ער "גייט" ארויפגיין. עס האלט נאך דערווייל ביי 2 דאלער.


והחכם עיניו בראשו, כאפט אריין! קויפט די וואך וויפיל שטיק ס'גייט פאר די פרייז גייט ארויף.

מאך נישט קיין אומזינסטיגע כאאס. איך געדענק ווען דאס אידישע ווארט איז ארויף מיט די פרייז האסטו אויך געטענה’ט אז מען זאל זיך אנקויפן דערמיט, למעשה היינט שטייסטו אויף לי עוו. העכער די הייוועי און דו פראבירסט צו פארקויפן דיינע אלע אידישע ווארט’ס. עס לוינט נישט צו קויפן אסאך, ווייל איינמאל עס צוקנייטשט זיך גייט אראפ די פרייז.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 4:44 pm

משה יענקל האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:אגב, ער איז נאכנישט ארויף מיט'ן פרייז, לכאורה מיינט ער צו זאגן אז ער "גייט" ארויפגיין. עס האלט נאך דערווייל ביי 2 דאלער.


והחכם עיניו בראשו, כאפט אריין! קויפט די וואך וויפיל שטיק ס'גייט פאר די פרייז גייט ארויף.

;l;p-

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 7:07 pm

די ערשטע אידישע צייטונג וואס איז אראפ מיט'ן סייד איז געווען דער ענגליש המודיע.
רעדנדיג מיט איינעם פון די דארטיגע איינגעשטעלטע (עס ארבעטן דארטן אויך היימישע אינגעלייט) מיט עטליכע חדשים צוריק נאכ'ן מאכן דעם טשעינדזש, האט ער מיר מסביר געווען אז עס איז נישט געווען קיין לכתחילה דאס אראפגיין מיטן סייז, אבער די מעלות פון יענע פרינטינג האט גובר געווען די חסרונות, ווייל טעכניש קען קיין שום צייטונגס פרינטער אין ניו יארק דאס נישט צושטעלן. עס גיט דיר פילע קאלער מעגליכקייטן, סטעיפלען, צוזאמענשטעלן די סעקשאנס אין גאר א שנעלע צייט, אא"וו. איין זאך וואס עס האט זיי אפגעהאלטן פון אריבערגיין נאך מיט 2 יאר צוריק איז געווען די העכערע פרייזן וואס דאס קאסט. עס איז די העכסט סאפיסטיקירטער פרינטער פאר צייטונגען און טאקע פאר דעם קאסט עס מער, ווייל דער סיסטעם איז צוגעשטעלט מיט די טייערסטע מאשינען וואס אויפצוהאלטן די מאשינעןם קאסט אסאך געלט, אין צוגאב צו די סופלייס וכו'.
ער האט מיר דעמאלט פאראויסגעזאגט, אז צוביסלעך וועלן אויך די אנדערע אידישע צייטונגען נאכפאלגן, און העכסט ווארשיינליך וועט די פרינטינג מיט דער צייט איינשלונגען די עקזיסטינג צייטונג פרינטערס. עס קען נאך צוקומען צו א מצב אז דער דעילי ניוס זאל אונטערגיין, אבער די פרינטינג זאל שארן געלט...
אזוי דרייט זיך א וועלט

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 8:08 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:עס קען נאך צוקומען צו א מצב אז דער דעילי ניוס זאל אונטערגיין, אבער די פרינטינג זאל שארן געלט...
אזוי דרייט זיך א וועלט

דערמאנט מיר פונעם וויליאמסבורג טראלי וואס ווען ער האט געעפענט האט ער אנגעהויבן צו צושפרייטן א טעגליכע צעטל אין די שולן (דבר יום ביומו) פשטו צו אדווערטייזן זיין באס סערוויס. צוביסלעך האט ער אנגעהויבן אריינלייגן שמחות און אביסל קלאסיפיידס. היינט האלט עס אז די באס קאמפעני איז שוין לאאנג אונטערגעגאנגען, און די קלאסיפיידס איז געווארן א בליענדע ביזנעס מיט מערערע קאנקורענצן...

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

די צייטונג קאסט שוין $3

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך אוקטובער 21, 2015 10:05 am

להוי ידוע!
די צייטונג קאסט שוין גאנצע $3 דאללער
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אוקטובער 21, 2015 10:36 am

ידיד האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:עס קען נאך צוקומען צו א מצב אז דער דעילי ניוס זאל אונטערגיין, אבער די פרינטינג זאל שארן געלט...
אזוי דרייט זיך א וועלט

דערמאנט מיר פונעם וויליאמסבורג טראלי וואס ווען ער האט געעפענט האט ער אנגעהויבן צו צושפרייטן א טעגליכע צעטל אין די שולן (דבר יום ביומו) פשטו צו אדווערטייזן זיין באס סערוויס. צוביסלעך האט ער אנגעהויבן אריינלייגן שמחות און אביסל קלאסיפיידס. היינט האלט עס אז די באס קאמפעני איז שוין לאאנג אונטערגעגאנגען, און די קלאסיפיידס איז געווארן א בליענדע ביזנעס מיט מערערע קאנקורענצן...

און אז עס האט ארויסגעשפראצט א פרינטינג און קאפיע ביזנעס דערפון...
און ווי אויך א יארצייט דעטעבעיס...
נאט אייך א גרינע...


יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2015 2:22 pm

אינטערעסאנט אז זיי געבן דאס דאך אומזינסט אויפ'ן זייטל:
http://www.tzeitung.com/

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2015 3:17 pm

kyshtiper האט געשריבן:להוי ידוע!
די צייטונג קאסט שוין גאנצע $3 דאללער
צוגעלייגטע
IMG_20151022_151631.jpg

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 12, 2016 3:39 pm

kyshtiper האט געשריבן:להוי ידוע!
די צייטונג קאסט שוין גאנצע $3 דאללער

אודאי אזוי. ווייל דאס אויפהאלטן איינעם אין קווארטיר וואס זאל אראפנעמען זאכן פון איי-וועלט (אָן געבן קרעדיט) קאסט אסאך געלט.

-
א דוגמא, בלויז פארגאנגענע וואך.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מיטוואך ינואר 13, 2016 10:29 pm

פאר דעם איז דאך דא אן עצה,
יעדע בילד וואס עס קען זיין מען וועט נעמען דארף מען אייוועלטן.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט