טעותים אין אונזערע צייטונגען

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 2:02 pm

Capture.JPG

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:15 pm

"אינאלענפאלס" שרייבט דער המספיק גאזעט אויף בלאט 22

http://www.nyshainc.org/documents/2016/142yiddish.pdf

אגב שרייבט ער אויך דארט "אפפאלן" אינעם זין פון פארלירן וואג, עס ליינט זיך עפעס ווי אפפאל.

ווען ער שריייבט ווען פראפעסיאנעל וואלט איך אנגענומען אז "אפפאלן" איז ריכטיג, אבער אז איך זע זיינע שפראך קוואליפיקאציעס, האלט איך נישט ביים אפפאלן.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 7:02 pm

אויב נישט אפפאלן דאן וואס דען?

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:12 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:אויב נישט אפפאלן דאן וואס דען?

איך מיין אז מען רופט עס 'פארלירן וואג'
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:57 pm

איין מאגערע ן', אבער ווען עס פעלט אויף א מאגאזין קאווער, שרייט ער הויך.
טרעפט דעם פעלנדן ענדע נו"ן.
צוגעלייגטע
tri1.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:14 pm

מגיה האט געשריבן:איין מאגערע ן', אבער ווען עס פעלט אויף א מאגאזין קאווער, שרייט ער הויך.
טרעפט דעם פעלנדן ענדע נו"ן.

הער(ן)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:25 pm

"געוואויר" אזוי ספעלט מער עס?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:36 pm


אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:41 pm

האמער שוין צוויי טעותים

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:45 pm

אנן כדלכאורה נקטינן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 10:20 pm

זיכער "געוואויר".

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:54 pm

איך בין אין די אינדוסטריע.
דעריבער, לאמיך פשוט נאכאמאל מדגיש זיין א פונקט.
פאר מען פאוסט עפעס א טעות'ל און מען פאסמאקעוועט זיך דערמיט
וויכטיג צו וויסן
יעדער טעות האט אן אדרעס
פונקט ווי מען זאגט, יעדער קויל האט זיך זיין אדרעס
כ'מיין צוזאגן, דער ארבעטער וואס האט געמאכט דעם טעות, ווערט אפירגענומען דורך זיין באלעבאס. יעצט איז די פראגע, צו יעדן יחיד וואס פאוסט דא א טעות. ווילסטו, אז ווען דו מאכסט א טעות ביי דיין דזשאב, זאל עמיצער דאס פאוסטן אויפ'ן אינטערנעט, און ברענגען צום אויפמערקזאמקייט פון דיין באלעבאס? כפרעג נאר.
עס איז וויכטיג זיך מתבונן צו זיין אז עס איז נישט קיין ספארט. און אז עס קען אפשר אפשר ברענגען צער פאר א איד, לוינט דאס נישט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 4:10 am

פון מיין זייט זעט נישט אויס די אשכול צו חלילה אונטערהאקן א אויסגאבע אדער צו אראפברענגען זייער כבוד, עס איז פשוט א אונטערסאנטע טאפיק צו באמערקן.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

קול מבשר

תגובהדורך טיכטיגער » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 7:41 am

וואס איז פשט פון די אדווערטייזמענט "היי יאר וואס איז א יאר נאך 'שמיטה' איז וויכטיג פאר אידן המדקדקים במצוות....." האט ער זיך פארמישט מיט'ן קאלענדער, אדער האט ער נישט ארויסגענומען די גוטע אדווערטייזמענט פון זיינע ארכיוון? :shock:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:18 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך בין אין די אינדוסטריע.
דעריבער, לאמיך פשוט נאכאמאל מדגיש זיין א פונקט.
פאר מען פאוסט עפעס א טעות'ל און מען פאסמאקעוועט זיך דערמיט
וויכטיג צו וויסן
יעדער טעות האט אן אדרעס
פונקט ווי מען זאגט, יעדער קויל האט זיך זיין אדרעס
כ'מיין צוזאגן, דער ארבעטער וואס האט געמאכט דעם טעות, ווערט אפירגענומען דורך זיין באלעבאס. יעצט איז די פראגע, צו יעדן יחיד וואס פאוסט דא א טעות. ווילסטו, אז ווען דו מאכסט א טעות ביי דיין דזשאב, זאל עמיצער דאס פאוסטן אויפ'ן אינטערנעט, און ברענגען צום אויפמערקזאמקייט פון דיין באלעבאס? כפרעג נאר.
עס איז וויכטיג זיך מתבונן צו זיין אז עס איז נישט קיין ספארט. און אז עס קען אפשר אפשר ברענגען צער פאר א איד, לוינט דאס נישט



א בעה"ב (נישט באלעבאס) וואס נעמט נאר אפיר די ארבייטער אויב די טעות ווערט באמערקט און צושמירט אויף 'אייוועלט', אנדערש ווערן די טעותים דורכגעלאזט, אנשטאט האבן א באצאלטער מגיה וואס זאל דורכזיפן די צייטונג פון טעותים, איז די גרעסטע דורכפאל פאר א צייטונג, והדברים ברורים ונכוחים למבין.

וואו קומט עס אריין אין דעם אשכול? ווייל דאס איז די 'גרעסטע טעות אין אונזערע צייטונגען' עס איז נישטא קיין QC ווי ביי יעדע נארמאלע קאמפאני, נישטא קיין 'עורך אחראי' און אפי' נאכדעם וואס עס גרייכט שוין די שפאלטענעס פון אייוועלט, אנשטאט פאררעכטן די פראבלעם ביים מקור איז אלעמאל די טענה "דו האקסט אונטער יענעמס פרנסה", און וואס איז ווען עס ווערן געשריבן קאמענטארן אין 'היכל הנגינה' איבער א סי.די אדער א זינגער? שפירט זיך יענע זינגער באדראעט מיט זיין פרנסה? א נעכטיגן טאג

א גוטע שרייבער האט קאנפידענס, איינער גלייכט יא זיין סטיל איינער נישט, איין ארטיקל איז בעסער געלונגען און דאס אנדערע נישט, איין מאל האט זיין ארטיקל א טעות און אמאל איז עס בעסער דורכגעזיפט, בדרך כלל בויעט ער זיך אויף א "פען בעיס" וואס "גייט משוגע" פאר זיינע ארטיקלען, און וועלן אים אלעמאל פארטיידיגען קעגן די וואס קריטיקירן. אויב האט ער דאס נישט, זאל ער וויסן אז ער איז "קיין שרייבער נישט"! פינטל

שרייבן איז א 'חכמה ואינה מלאכה' דאס באצאלט מען נישט ווי א מעתיק אדער א 'טייפיסט' אויפן 'קערעקטער', דא באצאלט מען פארן טאלאנט, און דאס ווערט געמאסטן לויט וויאזוי די ליינער/קליענטן זענען צופרידן.

נאכאמאל 'דאס' איז 'די טעות' פון אונזערע צייטונגען, ועל זה ידוו כל הדווים

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:18 pm

מיללער האט געשריבן:א בעה"ב (נישט באלעבאס) וואס נעמט נאר אפיר די ארבייטער אויב די טעות ווערט באמערקט און צושמירט אויף 'אייוועלט', אנדערש ווערן די טעותים דורכגעלאזט, אנשטאט האבן א באצאלטער מגיה וואס זאל דורכזיפן די צייטונג פון טעותים, איז די גרעסטע דורכפאל פאר א צייטונג, והדברים ברורים ונכוחים למבין.


ריכטיג, טאקע א דורכפאל, ווייסטע וואס, קויף עס נישט! דאס גיבט נאך נישט קיין היתר אויף לשה"ר והוצאת שם רע ומלבין פני חבירו! ער איז דיר עפעס שולדיג?

מיללער האט געשריבן:וואו קומט עס אריין אין דעם אשכול? ווייל דאס איז די 'גרעסטע טעות אין אונזערע צייטונגען' עס איז נישטא קיין QC ווי ביי יעדע נארמאלע קאמפאני, נישטא קיין 'עורך אחראי' און אפי' נאכדעם וואס עס גרייכט שוין די שפאלטענעס פון אייוועלט, אנשטאט פאררעכטן די פראבלעם ביים מקור איז אלעמאל די טענה "דו האקסט אונטער יענעמס פרנסה", און וואס איז ווען עס ווערן געשריבן קאמענטארן אין 'היכל הנגינה' איבער א סי.די אדער א זינגער? שפירט זיך יענע זינגער באדראעט מיט זיין פרנסה? א נעכטיגן טאג


זיכער גייט עס אן פארן זינגער! ווער האט ליב צושמירט צו ווערן פארנט פון הינדערטער אויב נישט טויזענטער אויגן? אינטערנעט האט געעפנט א נייע סניף אין לשה"ר, מ'קען היינט אין א רגע רעדן אזא גראבע לשה"ר וואס האט אמאל געדויערט פאר א גאנצע דור צו רעדן א גאנץ לעבן, פארוואס זאל אייוועלט זיין א מכניס אורח דערפאר?

מיללער האט געשריבן:א גוטע שרייבער האט קאנפידענס, איינער גלייכט יא זיין סטיל איינער נישט, איין ארטיקל איז בעסער געלונגען און דאס אנדערע נישט, איין מאל האט זיין ארטיקל א טעות און אמאל איז עס בעסער דורכגעזיפט, בדרך כלל בויעט ער זיך אויף א "פען בעיס" וואס "גייט משוגע" פאר זיינע ארטיקלען, און וועלן אים אלעמאל פארטיידיגען קעגן די וואס קריטיקירן. אויב האט ער דאס נישט, זאל ער וויסן אז ער איז "קיין שרייבער נישט"! פינטל


קודם כל איז עס נישט ריכטיג, רוב שרייבער האבן פארשידענע פעננעמען, און חוץ יואל אשר לאבין מיט אז"י פריעדמאן איז כמעט נישט דא א שרייבער אויף אידיש וואס האט "פען'ס", און אויב איז דאס די טענה, אז ס'טאקע נישטא קיין ריכטיגע שרייבער ביסטו גערעכט, אבער דער אומריכטיגער שרייבער איז דיר גארנישט שולדיג און עס קומט אים נאכנישט אז יעדע בויך ווייטאג אויף אים זאל ווערן ארויסגעהאנגען ברבים.

מיללער האט געשריבן:שרייבן איז א 'חכמה ואינה מלאכה' דאס באצאלט מען נישט ווי א מעתיק אדער א 'טייפיסט' אויפן 'קערעקטער', דא באצאלט מען פארן טאלאנט, און דאס ווערט געמאסטן לויט וויאזוי די ליינער/קליענטן זענען צופרידן.

נאכאמאל 'דאס' איז 'די טעות' פון אונזערע צייטונגען, ועל זה ידוו כל הדווים

שקר! ווען מ'צאלט ווען לויט קוואליטעט איז איין זאך, מ'צאלט אבער דייקא יא לויט קערעקטער'ס ווי א טייפיסט! נו, וואס ווילסטע פון אים?

והשתא דאתית להכי קומט אויס אז די רעדאקטארן זענען שולדיג אין די "טעות" פון אונזערע צייטונגען, אבער דו קענסט זיי נישט באשמוצן צוליב דעם זינט די תורה האט דאס אונז פארבאטן.

#איך בין אין די אינדוסטריע...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:27 pm

ר' יוד, ווען איינער גיט עפעס ארויס פאר די פאבליק דארף ער זיין גרייט צו הערן די נעגעטיווע זייט פינקט ווי די פאזעטיווע זייט, ער שטעלט זיך אליינס ארויס אויף די גאס.

צוויי, מען רעד נישט דא פון לשון הרע און מלבין פני חבירו ווען מען שמועסט אויס א קאמישע זאך, קיינער זיכט נישט דא צו אונטערהאקן א אויסגאבע.

דריי, געוויסע אויסגאבעס נעמען אינפא פון אייוועלט, שרייבן אסאך מאל נאך ווארט ביי ווארט פון אייוועלט, אן געבן קרעדיט פאר די מקור פון ווי זיי נעמען עס, מען קען נישט אנכאפן די שטעקן פון ביידע זייטן, דו האסט הנאה פון אייוועלט, נעם זייער קריטיק אויך.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:35 pm

1. הערן קריטיק איז א שטארק געוואונטשענע סקילל אין ביזנעס, אבער פריוואט. אויספראקן יענעם ברבים איז נישט קיין קריטיק, מלבין פני חבירו "ברבים" איט איז. האסט א הערה, ס'שטערט דיר עפעס? די קאמפאני האט א נאמען מיט א טעלעפאון נומער, אימעיל, פעקס, ביפער, וועל אויס וואס דו ווילסט, זיי וועלן אייך ווארעם אויפנעמען, באשמוץ נישט יענעם אויפן גאס.

2. אודאי זוכט מען נישט אינטערצוהאקן, מ'שמועסט אויס א קאמישע זאך ווען ביני לביני האקט מען בשוגג אינטער, צוקערמאן איז געקומען אויפמערקזאם מאכן אז דאס שטערט פאר די שרייבער, יעצט וויאזוי איז מען עס מתיר לכתחילה? את חטאי אני מזכיר, איך האב שוין אויך אפאר אזעלכע אינטערהאקנדע תגובות אויף מיין זייגער ליידער, אבער אז מ'האט אויפמערקזאם געמאכט די חומר הענין זעה איך נישט קיין וועג זיך ארויסצודרייען.

3. ווען איינער נעמט אינפאו פון אייוועלט מעג מען מגלה זיין אויף אייוועלט אז ער האט אונז מיסבאהאנדלט, ס'טאקע א עוולה. אבער דאס איז מתיר הלבנת פנים וכו'?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש אוקטובער 15, 2016 11:04 pm

א זיסער טעות, די וואך אין 'דער איד' ביי 'פאליטישע נאטיצן' (כ'געדענק נישט גענוי דער לשון, אבער בערך דאס שטייט): רוסלאנד וויל אז פוטין זאל ווערן דער קומענדיגער פרעזידענט פון פאראייניגטע שטאטן... אנשטאט טראמפ.

(איך גלייב נישט אז איינער גייט פארלירן געלט צוליב דעם טעות).

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 16, 2016 12:30 pm

לידיעה בעלמא, מיר ווייסן פון א נאנטער וואס האט זיך פארבינדן מיט 3 צייטונגען אז ער איז גרייט מגיה צו זיין, האבן כולם פה אחד געזאגט אז "ס'פעלט נישט אויס"...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוקטובער 16, 2016 1:12 pm

וואס איז טאקע די הויפט מטרה פון ארויסגעבן א צייטונג.....
צו שפייזן די שרייבער און רעדאקטארן, אדער צו צופרידנשטעלן די ליינער מיט רייכע און תוכנ'פולע סחורה?

מען טאר אפשר נישט אונטערהאקן דעם שרייבער, אבער ס'איז דען יא בארעכטיגט צו אפ'חוזק'ן פונעם ליינער וואס צאלט געלט פאר די געשרייבעכטץ........
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוקטובער 18, 2016 9:04 pm

הלשון האט געשריבן:וואס איז טאקע די הויפט מטרה פון ארויסגעבן א צייטונג.....
צו שפייזן די שרייבער און רעדאקטארן, אדער צו צופרידנשטעלן די ליינער מיט רייכע און תוכנ'פולע סחורה?

צו שפייזן די רעדאקטארן...

וואס איז די הויפט מטרה פון פארקויפן אויף אמעזאן?
צו שפייזן דעם אינגערמאן אדער צוצושטעלן א אייטעם אנליין פאר ווער עס ברויך?

הלשון האט געשריבן:מען טאר אפשר נישט אונטערהאקן דעם שרייבער, אבער ס'איז דען יא בארעכטיגט צו אפ'חוזק'ן פונעם ליינער וואס צאלט געלט פאר די געשרייבעכטץ........

איינער הייסט אים צאלן געלט?

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך אוקטובער 26, 2016 2:07 pm

מאמענט סוכות קינדער צייט.

בטעות געשריבן אנדערע זאכן אנשטאט פון די פיקטשער.
צוגעלייגטע
Moment100.jpg
Moment101.jpg

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 2:41 pm

.
צוגעלייגטע
Capture.JPG

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 10:50 am

tribune.jpg


באמערקט דעם טעות אין דעם הויפט גרויסן קעפל.

הינט: שפעטער אויפ'ן קאווער שטייט דאס זעלבע ווארט מיט'ן ריכטיגן אויסלייג, און דערנאך שטייט עס ווידעראמאל מיט'ן טעות'דיגן אויסלייג.
אין אנדערע ווערטער: אן טראכטן אדער איבערקוקן. וויאזוי ס'לאזט זיך... הו קעירס?
און דאס איז דער גרעסטער ווייטאג.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט