'דער אוצר' - מאנאט'ליכע צייטשריפט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

עוד דוגמא, עס איז דא דארט א מאמר אנטקעגען השר אוריאל וואס איז ערב ראש השנה ארויף אויפן הר הבית, און וועגען דעם ווילדעווען יעצט די אראבער (א נושא פאר זיך) שרייבען זיי דארט אז דער שר איז אריין אין די אל-אקצה מעטשעט וכו', וואס דאס איז א שקר, ווילסט שרייבען אנטקעגען ארויף גיין אויפן הר הבית בסדר, אבער פארוואס דארף מען שרייבען שקרים, עס איז היינט א קליינער וועלט, אלעס איז עתיד לגלויי, די אלע ליגענט זענען מעורר אפשר אלעס וואס זיי שרייבען איז ליגענט און געבלאזען וכו'

מה דעתכם

[צוגעלייגט בילד]
אטעטשמענטס
20151101_095458 (Small).jpg
לעצט פארראכטן דורך אוהב ספרים אום זונטאג נאוועמבער 01, 2015 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

ביים שרייבער איז על-אקצא און הר הבית איינס וואס א חילוק ביז ווי מען איז געגאנגען..
לעצט פארראכטן דורך גבריאל אום זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

גבריאל, מען שרייבט יעצט אז מען זאל נישט צולייגן קיין העיט, דאס וואס דו שרייבסט דא איז גארנישט אנדערש
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

אנטשולדיגט, פאראכטן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

הרב מיללער נאדיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

1

20151101_095548 (Small).jpg

2

20151101_095627 (Small).jpg
אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטפארמע »

אוהב ספרים האט געשריבן:עוד דוגמא, עס איז דא דארט א מאמר אנטקעגען השר אוריאל וואס איז ערב ראש השנה ארויף אויפן הר הבית, און וועגען דעם ווילדעווען יעצט די אראבער (א נושא פאר זיך) שרייבען זיי דארט אז דער שר איז אריין אין די אל-אקצה מעטשעט וכו', וואס דאס איז א שקר, ווילסט שרייבען אנטקעגען ארויף גיין אויפן הר הבית בסדר, אבער פארוואס דארף מען שרייבען שקרים, עס איז היינט א קליינער וועלט, אלעס איז עתיד לגלויי, די אלע ליגענט זענען מעורר אפשר אלעס וואס זיי שרייבען איז ליגענט און געבלאזען וכו'

מה דעתכם

[צוגעלייגט בילד]

סאיז א בלויזע טעות פונעם שרייבער, מאכט ניטאמאל קיין סענז צו זיין א אויסגערעכנטן שקר.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

פלאטפארמע האט געשריבן:

אלע שקרים וואס מענטשען שרייבען ווי אימער איז געווענליך א טעות פון דעם שרייבער, אמאל במזיד אמאל בשוגג
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח פארן סקענען און ארויפשטעלן.

איך קען פארשטיין אז 'דער אוצר' איז נישט אויף איין דעה מיט הרב הנקין הי"ד, סוכ"ס איז דער אוצר א סאטמארער אויסגאבע פון/פאר תלמידי וחסידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און הרב הנקין איז געווען א תלמיד פון די מזרח'יסטישע ישיבות דוגלי דגלו של הר' קוק.

רב הנקין האט מחבר געווען א ספר אויף די שאלות פון שמיטה, איך האב עס נישט געליינט/געלערנט, אבער די עשטע קאמענט וואס יעדער וואס האט געקענט ר' איתם מאכט, איז איבער זיין כבוד און רעספעקט פאר א צווייטן אפגעזעהן פון וועלכן חדר יענער קומט, ובפרט רבנים וגדולי ישראל אפי' די וואס זענען געווען גאר שארף קעגן זיין רבי'ן הר' קוק וסיעתו.

ממילא וואלט אינטערעסאנט געווען צו טרעפן וואו ער האט ליצנות געמאכט פון די אוסרים פונעם היתר מכירה.

-

בדרך אגב, האב איך דעם שבת געהערט פון צוויי באזונדערע מקורות א מערקווידיגע עפיזאד, וואס האט אביסל א שייכות אהער.

ווען ר' איטשע מאיר לעווין איז אוועק און די נייעס איז אנגעקומען אין סאטמארער בחורים קעמפ האבן די בחורים אנגעהויבן זינגען 'וכל המינים כרגע יאבדו' איז געווען איינער וואס איז געגאנגען אויס'מסר'ן פארן רבי'ן.

דער רבי האט זיך זייער געבייזערט און געזאגט, ווען מען איז לוחם א קעגן א איד א שומר תורה ומצות, איז מען לוחם אקעגן זיינע דעות, נישט פערזענליך אקעגן דעם מענטש, און אוודאי טאנצט מען נישט ווען יענער ווערט נפטר.

קנאות דארף הבחנה ובינה יתירה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די מעשה איז געדרוקט אין ספר 'מפיהם ומפי כתבם', בשם ר' נתן יוסף זצ"ל דער רבי האט געזאגט בערך כהאי לישנא, 'איז דען נישטא א חילוק צווישן איינער וועלכער האט געלייגט תפילין יעדן טאג צו א פרייער?'
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קוק דא הערה 28 ודי, ועוד
וכן אודות מכתב הרנ"ה
https://eitamhenkin.wordpress.com/
אינעם לעצטען מאמר אויף שמיטה
למה זה תשאל לשמי...
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

והוא פלאי האט געשריבן:קוק דא הערה 28 ודי, ועוד
וכן אודות מכתב הרנ"ה
https://eitamhenkin.wordpress.com/
אינעם לעצטען מאמר אויף שמיטה

אנטשולדיגט מיר וואס האקסטו א טשייניק, מיט שרייבען ודי מיינסטו עס ווערט אזוי, ער איז דאך מעתיק די ווערטער פון ר' יעקב אורנשטיין, דאס הייסט ער מאכט ליצנות, אויב אלע דיינע מקורות זענען אזוי אמת'דיג, איז גרויסע צרות

עס איז א גרויסער עון פלילי, בפרט און די קנאישע וועט, ווען מען בויט יסודות מיט שקרים וכזבים וחצאי אמת, און נאכדעם ווען מען טרעפט עס אויס ווי עס איז היינט דער סדר, מען קען שוין נישט מסלף זיין ווי אמאל, ווארפט דאס א שלעכט בעילד אוי די גאנצע קנאישער יסוד

און אויף דעם קען מען שרייבען ודי
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ער איז בלויז מעתיק די ווערטער פון ר' יעקב אורנשטיין, אדער גיט אנצוהערן, אז דער רידב"ז האט קיין אייגענע מיינונג נישט געהאט, נאר נאכגעשריבן קנאי ירושלים, והראי' ביידע נוצען ענליכע לשונות
מיט דעם וויל ער משמיץ זיין די קנאים, אז די טענה אז מען האט אויסגענארט ר' יצחק אלחנן, האט איינער געבארגט פונעם צווייטען, און דאס איז דער ואכמ"ל, וואס ער שרייבט
אים איז נישט איינגעפאלן אז עס איז אמת געווען, און פארדעם האבן ביידע אזוי געשריבן,
איך האב נישט געוואלט מאריך זיין,
איך האב נישט ליב דן צו זיין פ"וו מענטשן ווערען נעבעך גע'הרג'ט,
און אויך נישט ליב צו בארעדען מענטשן ווען זייער בלוט קאכט נאך
אבער אוועקצומאכן אז מען האט סתם אויפגעמאכט זאכן, ווען מען קען פשוט קיין ארטיקל בעומק נישט אדורכליינען, האט אויך נישט קיין פשט
למה זה תשאל לשמי...
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מיר געפעלט ווי דער חוקר פירט אויס "קשה למצוא ממש בטענה שגדולי חו"ל המעורבים בהיתר לא הי' מעודכנים היטב בנעשה בארץ ישראל"..
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

איך שעם זיך צי זאגן אבער די חודש האט איך ממש געהאט נאסע אויגן וען איך האב געליינט דער אוצר פון דעם חודש שבט נישט צום גלייבן איך מיין אז איך האב נאך נישט געהאט אזא זאך וויינען פון א פאפיר.....

די ארטיקל פון די מרת קויפמאן ע"ה איז עפעס זייער (נעבעך) גיט באשריבן און זעלטען גיט אראפגעלייגט, ס'רעדט ארום פון א חלק פון די צרות וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט, וואס איך האב נאך נישט געזען צופיל באשריבן , די צרות און מיטמאכנישן נאכדעם וואס מאיז געווארן באפרייט פון לאגער און מאיז אהיים צו די מציאות אז סאיז נישט דא די משפחה, סאיז זיי געווארן א פאקט פאר זיי, נעבעך סאיז זייער גיט אראפ געלייגט סאיז א פחד וואס אינזערע זיידעס און באבעס זענען נעבעך אריבער א שרעק.
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

ניסן תשע"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

די חודש איז דא גאר א רייכע באשרייבונג איבער השתלשלות ווי רביה"ק זי"ע וקהילתו הק'
האט געבאקען מצות פון תש"ז ביז תשט"ז ווען מ'האט געפענט בע"ה די אייגענע מצה בעקעריי

גאר אסאך אינטערסאטע היסטאריע
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

האב איך געזען אז זיי האבן אנגעהוין א ארטיקל פון די מרת נפתלי אינדיג קיק אויס זיייער שיין
אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי אוי אוי »

זייער שיין אין ערליך ליין מאטריאל,
א שאד נאר אז זיי לייגן אריין איינצעלע ארטיקל וואס דורך דעם ווערט איינגעצוימט זייערע קויפערס און עס איז א שאד אז ערליך ליין זאל נישט גיין וועגן דעם
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

אוי אוי אוי האט געשריבן:זייער שיין אין ערליך ליין מאטריאל,
א שאד נאר אז זיי לייגן אריין איינצעלע ארטיקל וואס דורך דעם ווערט איינגעצוימט זייערע קויפערס און עס איז א שאד אז ערליך ליין זאל נישט גיין וועגן דעם

באמערקט אז און די לעצטערע חדשים האבן זיי געמאכט א ביילאגע פאר געוויסע ארטיקלןת ס'ליגט שוין נישט און די מעין אויסגאבע.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ggg האט געשריבן:

זייער א גלייכע זאך,די בני יואל מוסדות נייעס לייגען זיי אין די בייגעלייגטע אויסגאבע און די מאנאטליכע טייל פאר די ברייטע מאסען האבען זיי אין די הויפט אויסגאבע
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

צו געזונט האט געשריבן:

ס'איז א באזונדערע בוקלעט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי אוי אוי »

געמיינט צו זאגן אז אפילו אין די ארטיקלן (נישט אין די מוסדות נייעס)
ליגט אסאך מאל זאכן וואס קען שטערן אנדערע,
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

הלואי וואלט דער המספיק גאזעט אויך אזוי געטאן. עס וואלט זיך געליינט אסאך לייכטער ווען נישט אלע מלוה מלכה נייעס און איבער די נייע טרעפ ביי אלע זייערע לאקאציעס...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מי יודע האט געשריבן:ס'איז א באזונדערע בוקלעט?

יא. די הויפט ארטיקלען אין א מעלות סטיל ביכל און די בני יואל עקסקלוסיווע נייעס אין א פאפירענע ביילאגע אוואו די קבלת שבת שנאר ליין מאטריאל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער אוצר זוכט נישט זיך צוצושטעלן צו די ברייטע גאס, עס לוינט זיי נישט אפילו פינאנציעל. דאס מציאות איז אז כדי א אידישע אויסגאבע זאל מאכן געלט מוזן זיי האבן זייער קרייז און באזע וואס קויפט עס ערליך, מיט צוגעמאכטע אויגן, נישט לויט דעם דעקל.

אויסער די שארפע קנאות האבן זיי יעדן חודש הערליכע ארטיקלען, גוט געשריבן און רייך באארבעט. א געשמאק צום ליינען, אבער אוצר האט זיך איר באזע פון ליינער, דער פרומער סאטמארער (בני יואל, מהרי"י) עולם וואס וויל דייקא ליינען די סארט מאטריאל, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיי זאלן זיך "אהערשטעלן" אז די "גאס" זאל עס אקצעפטירן, ווייל דעמאלט פארלירן זיי זייער אייגנארטיגקייט, מה שקורין קרח מכאן וקרח מכאן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

להודיע האט געשריבן:דער אוצר זוכט נישט זיך צוצושטעלן צו די ברייטע גאס, עס לוינט זיי נישט אפילו פינאנציעל. דאס מציאות איז אז כדי א אידישע אויסגאבע זאל מאכן געלט מוזן זיי האבן זייער קרייז און באזע וואס קויפט עס ערליך, מיט צוגעמאכטע אויגן, נישט לויט דעם דעקל.

אויסער די שארפע קנאות האבן זיי יעדן חודש הערליכע ארטיקלען, גוט געשריבן און רייך באארבעט. א געשמאק צום ליינען, אבער אוצר האט זיך איר באזע פון ליינער, דער פרומער סאטמארער (בני יואל, מהרי"י) עולם וואס וויל דייקא ליינען די סארט מאטריאל, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיי זאלן זיך "אהערשטעלן" אז די "גאס" זאל עס אקצעפטירן, ווייל דעמאלט פארלירן זיי זייער אייגנארטיגקייט, מה שקורין קרח מכאן וקרח מכאן.

ס'איז נישט אמת, ווייל אז מ'וויל קען מען זיין אייגנארטיג פאזיטיוו, און מ'קען זיין אייגנארטיג נעגאטיוו, ווען זיי זענען אייגנארטיג פאזיטיוו קענען זיי האבן אויך פון אנדערע וואס זענען נישט אין זייער באקס, און ס'איז באטעמ'ט פאר די אייגענע, משא"כ יעצט גרוילט עס (איך האב עס נישט געליינט, אבער לויט אמשל וואס איינער האט מיר געשריבן אין אישי, סתם אומוויכטיגע זאכן וואס קומט נישט אריין, און דו קענסט הייסן סאטמאר אן דעם אויך, נאר קוקט אויס אז בני יואל איז א חסידות וואס איז ענליך צו סאטמאר)
געב א קוק אוצרות, וואס וואלט יא געדארפט האבן א באזע פון א חסידות, און האט זיך ווייניגער אינדעטפיצירט מיט זייער חסידות ועכ"ז האבן זיי מחמת הכרח זיך ארויסגעשטעלט נייטראל, דא, פארוועם איז דאס אינטערעסאנט? לויט ווי דער אישי שרייבער שרייבט האט ער אטאקירט ביידע סאטמארע חסידות'ער בנשימה אחת, סאו מיט וועם ווילן זיי קליקן?
זיי פארקויפן לכאורה אינטערעסאנטע זאכן וואס איז אינטערעסאנט אפילו פאר די פרעמדע גאס, לאו דוקא איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין סאטמאר, אבער אויב קומט עס מיט א נאכטעם טראכט מען צוויי מאל בעפאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”