די צייטונג - די אידישע צייט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 705
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- י. ירושלמי
- שר מאה
- תגובות: 191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:20 pm
- לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע
די וואך פר' פנחס איז דא אויף זייט 8 א נייעס באריכט איבער א געוועזענע קאנצענטראציע לאגער אין די ליטא וואס ווערט באנוצט פאר הייראט פייערונגען.
אין די באריכט ווערט די שטאט פון די לאגער באצייכנט מערערע מאל מיט איר נאמען "קאונאס",.
וויאזוי אזא פרעסטיזשפולע צייטונג און אן א.ג. שרייבער ווייסט נישט אז מ'רעדט פון "קאוונא" די בארימטע ליטווישע שטאט ווי דער גאון רבי יצחק אלחנן האט משמש געווען ברבנות און פאר די קריג דער גאון וצדיק בעל דבר אברהם הי"ד, איז 'בעאנד' מיין פארשטאנד.
אזוי נישט מיט אידיש הארץ, מיט געפיל צו היסטאריע, מיט אביסל קענטעניס אינעם געביט אויף וואס מ'שרייבט ווען מ'קאפי/פעיסט' ארטיקלען פון די אלגעמיינע פרעסע.
#בכיה לדורות, נישטא ווער ס'זאל וויינען, מאשקע ווי ביסטו

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
צום באמעקן אז די דאזיגע נייעס איז געוועהן געשריבן אינעם אויסערווענדיגע חלק פונעם צייטונג וואס דארטן איז נאר א ענין פון קאפי פעיסט פון אנדערע צייטונגען, זיי וואלטן געשריבן אין ווילנא - ווילנוס כ'ווייס וואס ס'הייסט היינט.
די אינערליכע חלק "אידישע צייט" איז קאנטראלירט ביי הרב אז"י פר"מ מיט א שטארקע קאלירפולע תוכן.

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שאץ מאץ האט געשריבן:צום באמערקן אז די דאזיגע נייעס איז געוועהן געשריבן אינעם אויסערווענדיגע חלק פונעם צייטונג וואס דארטן איז נאר א ענין פון קאפי פעיסט פון אנדערע צייטונגען...
איז דען דא נאך אידישע צייטונגען מיט די סארט נייעס וואס מקען "קאפי פעיסט"??? - ווי קען מען אזוי פרעך שרייבן אויף אזא געלונגענע אויסגאבע מיט אינהאלטרייכע פאליטישע נייעס דעקונג און אפשאצונגען, אזש עס באלעקט די פינגער יעדע וואך.
שאץ מאץ האט געשריבן:די אינערליכע חלק "אידישע צייט" איז קאנטראלירט ביי הרב אז"י פר"מ מיט א שטארקע קאלירפולע תוכן....
טאקע זייער א שיינע ארבייט, און ווער רעדט נאך פון הרב שאול קליין זז"ג, מיר וועלן נאר "קאפי פעסט" פונעם סקרענטאנער רב: ר' שאול'ס ארטיקל איז גינגאלד, א שאד אז עס איז,גאר קורץ, קוים א גאנצע זייט יעדע וואך די וואך זעה איך אז האט ער זיך יא צושריבן און אנגעפילט גאנצע דריי בלעטער כ"י.
- פנחס בן חיים
- שר חמש מאות
- תגובות: 589
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm
עוד"ך כי עניתני,
די 'תשעה באב אלבום' פון רביים ורבנים ביים זאגן קינות, טוט וויי פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש, טייערער ר' אברהם, למה? ווער ברויך עס? עס איז א ליצנות וזלזול פון די נצלמים, א בזיון פארן יום הצום ואבילות על חורבן בית מקדשינו, און א אפשפעטונג פון די ליינער אייערע.
ביטע הערט אויף מיט די בעיבישקייטן!

מיללער האט געשריבן:עוד"ך כי עניתני,

גא"מ, שוין אפגערעדט מיט די פארשטינקענע פאליטיק און מחלוקת וואס איז טמון וגנוז אין געוויסע בילדער, והבן, פאסט נישט פאר אזא צייטונג וואס שטייט אוועק פון די סארט גאבידזש
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
farshlufen האט געשריבן:נאך א מזל זיי שטעלן בילדער, זאלן כאטש די חסידים וויסן אז ביי זייערע רבי'ס האט מען געהעריג געטרויערט אויפן חורבן.
געטרויערט?
זיצן אויף נידריגע הערליכע קאוטשע'ס מיט שיינע שטענדערס און מענטעלך דערויף הלזאת אבילות יקרא?
דעם פרוכת פארן ארון הקודש נעמט מען אראפ, אבער פונעם רבינ'ס תשעה באב שטענדער דאס נישט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מיללער האט געשריבן:עוד"ך כי עניתני,
די 'תשעה באב אלבום' פון רביים ורבנים ביים זאגן קינות, טוט וויי פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש, טייערער ר' אברהם, למה? ווער ברויך עס? עס איז א ליצנות וזלזול פון די נצלמים, א בזיון פארן יום הצום ואבילות על חורבן בית מקדשינו, און א אפשפעטונג פון די ליינער אייערע.
ביטע הערט אויף מיט די בעיבישקייטן!
עס ווערט פארציילט אז ווען דער גאון רבי יאשע בער זצ"ל, דער בית הלוי, האט זיך אוועקגעצויגן פון סלוצק קיין ווארשע, איז געקומען צו אים א דעלעגאציע פון בריסק מיט א כתב רבנות בידיהם. דער בית הלוי האט זיי אפגעזאגט. האבן זיי אים געזאגט אז אין בריסק שטייען דרייסיג טויזענט אידן און קוקען ארויס בכליון עיניים אז דער רב זאל קומען. דער גאון האט זיך אויפגעשטעלט און געפארן קיין בריסק.
ווען מען האט דאס דערציילט פארן הייליגן חפץ חיים זצ"ל האט ער זייער געוויינט, און געזאגט אז אויב דער בית הלוי האט נישט געוואלט אננעמען א פרישע רבנות, מן הסתם האט ער געהאט זיינע סיבות דערביי. אבער ווען מען הערט אז דרייסיג טויזענט אידן שטייען און ווארטן, קען מען נישט מסרב זיין. האט דער חפץ חיים אויסגעפירט, אויב וואלטן געווען דרייסיג טויזענט אידן וואס וואלטן באמת געווארט אויף משיח וואלט ער בעל כרחך געמוזט קומען. אלא מאי אז ער איז נאכנישט געקומען, איז א סימן אז עס זענען נישטא קיין דרייסיג טויזענט אידן וואס ווארטן!
והנמשל מובן מאליו.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
הלשון האט געשריבן:צו נוצן די בילדער צו האקן אויף א צייטונג, קעמען נאך הערן
אבער צו נוצן די בילדער צו האקן אויף רבנים, איז נישט אויסגעהאלטן
מיר מיינען ח"ו נישט צו האקן אויף די רבנים. די אחראים דערויף זענען זייערע גבאים וואס טוען דאס בדוקא כדי ס'זאל גוט אויסזען אויפן בילד, ווייל די רבנים און רבי'ס גייען זיך נישט ארומטענה'ן יעדען שני וחמישי מי די גבאים אויף די אלע כבוד זאכען וואס מען שטעלט זיי אהער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
איז אזוי איך האב נישט באטראכט די בילדער, אבער...
כ'גלייב [בעסער געזאגט איך האף] אז א באדייטענדע צאל רבנים האבן נישט קיין קאוטשעס מיט גלאנציגע מענטעלעך...
ווידער, אויב ווילן זיי עס נישט האבן, זיי טוען עס בעל כרחך, איז דען שייך מער אבילות יגון ואנחה ווי דעם?

הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
גא"מ,
און מיר באדערט נאך פיל מער אז דער מגיה, אויב ס'איז דא אזא זאך, לאזט אדורך א "געוואלד מיט גרייזן", סיי גראמאטיע און אסאך אסאך אסאך טיפאו'ס. עס הייבט מיר אן גריזשען דאס ליינען, וויי וויי, דער לעצטער לייב, דער לעצטער נארמאלער אויסגאבע צום ליינען מידי שבוע בשבוע אין אידיש ווערט מיר אויך פארדריידט.
ר' אברהם, ביטע ביטע, טוה א טובה פאר דיינע טויזענטער אנהענגער און לאז זיי נישט פאלן.

שמעלקא טויב האט געשריבן:גא"מ,
און מיר באדערט נאך פיל מער אז דער מגיה, אויב ס'איז דא אזא זאך, לאזט אדורך א "געוואלד מיט גרייזן", סיי גראמאטיע און אסאך אסאך אסאך טיפאו'ס. עס הייבט מיר אן גריזשען דאס ליינען, וויי וויי, דער לעצטער לייב, דער לעצטער נארמאלער אויסגאבע צום ליינען מידי שבוע בשבוע אין אידיש ווערט מיר אויך פארדריידט.
ר' אברהם, ביטע ביטע, טוה א טובה פאר דיינע טויזענטער אנהענגער און לאז זיי נישט פאלן.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:עוד"ך כי עניתני,
די 'תשעה באב אלבום' פון רביים ורבנים ביים זאגן קינות, טוט וויי פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש, טייערער ר' אברהם, למה? ווער ברויך עס? עס איז א ליצנות וזלזול פון די נצלמים, א בזיון פארן יום הצום ואבילות על חורבן בית מקדשינו, און א אפשפעטונג פון די ליינער אייערע.
ביטע הערט אויף מיט די בעיבישקייטן!
עגרי מיטן רב זאל זיין געזונט, אבער איין נקודה צום רב בנוגע בילדער און צייטונגען בכלליות [נישט אויף ת"ב]:
איך בין זיכער אז ביי אייך אין ביהמ"ד האט איר א קינדער פראגרעם ווי מען טיילט פאקסי פאפס וכדו' ביי שאלעשסידעס פאר די אלע קינדער וואס זינגען שיין די זמירות וכו' וכו',
עס איז דא קינדער וואס זענען שוין 40 יאר, און זיי זענען נאך אלץ קינדער, כידוע ליודעי חן..... [בנוסף לנשים וקלי הדעת וואס דארפען כשר ענטערטימענט וק"ל].
איך גלייב אז עיב פ. האט זיך געמאכט א חשבון אז צו הייבן די סעילס פון די צייטונג דארף מען אנהייבן צו טיילן פאקסי פאפס פאר די קינדער, אז ער זאל צוציעהן צו זיך א קינדערישע קלייענטעל אויך.
און די בעלי דעת וועלן קוקען-נישט קוקען דערוף אזוי ווי אויף אלע קינדערישע אקטיוויטיס וואס ווערן געטוהן אין הויף.
דא גראדע ביום תשעה באב קומט צו די זלזול פון יום האבילות וואס איז נישט ריכטיג.
א רעכטדענקינקע מענטש [לשון הרב] איז כדאי צו זעהן די זייט פונעם מטבע אויך.
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!

פארצייטנס האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:עוד"ך כי עניתני,
די 'תשעה באב אלבום' פון רביים ורבנים ביים זאגן קינות, טוט וויי פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש, טייערער ר' אברהם, למה? ווער ברויך עס? עס איז א ליצנות וזלזול פון די נצלמים, א בזיון פארן יום הצום ואבילות על חורבן בית מקדשינו, און א אפשפעטונג פון די ליינער אייערע.
ביטע הערט אויף מיט די בעיבישקייטן!
עגרי מיטן רב זאל זיין געזונט, אבער איין נקודה צום רב בנוגע בילדער און צייטונגען בכלליות [נישט אויף ת"ב]:
א. איך בין זיכער אז ביי אייך אין ביהמ"ד האט איר א קינדער פראגרעם ווי מען טיילט פאקסי פאפס וכדו' ביי שאלעשסידעס פאר די אלע קינדער וואס זינגען שיין די זמירות וכו' וכו',
ב. עס איז דא קינדער וואס זענען שוין 40 יאר, און זיי זענען נאך אלץ קינדער, כידוע ליודעי חן..... [בנוסף לנשים וקלי הדעת וואס דארפען כשר ענטערטימענט וק"ל].
ג. איך גלייב אז עיב פ. האט זיך געמאכט א חשבון אז צו הייבן די סעילס פון די צייטונג דארף מען אנהייבן צו טיילן פאקסי פאפס פאר די קינדער, אז ער זאל צוציעהן צו זיך א קינדערישע קלייענטעל אויך.
און די בעלי דעת וועלן קוקען-נישט קוקען דערוף אזוי ווי אויף אלע קינדערישע אקטיוויטיס וואס ווערן געטוהן אין הויף.
דא גראדע ביום תשעה באב קומט צו די זלזול פון יום האבילות וואס איז נישט ריכטיג.
א רעכטדענקינקע מענטש [לשון הרב] איז כדאי צו זעהן די זייט פונעם מטבע אויך.
איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון
א. ביינונז אין סקרענטאן איז טאקע דא א פראגראם ביי של"ס (שאלעשסידעס?) פאר די קינדער, אבער איר פארשטייט אז ביים דאווענען זעלבסט נישט, פארוואס? ווייל דאווענען דאוונט א קינד ביים טאטן, און ביי של"ס לויפן געווענליך די קינדער ארום האט מען געדארפט מאכן א פראגראם זיי צו האלטן אין די ראמען.
'די צייטונג' איז אלעמאל ארויסגעשטאנען אלס ערוואקסענע לייען-מאטריאל, און דאס זוכט איר קליענטעל, פאר מיינע קינדער קויף איך קינדליין, און פאר די 2.50 וואס איך באצאל וועכנטליך פאר ר' אברהם פר"מ והמסתעף, דארף איך נישט קיין קינדערהעפט, וזה פשוט.
והשנית, אין אונזערע קינדער צייטן האט מען געטאן פונקט פארקערט, מ'האט פאר די קינדער געגעבן צו ליינען ערוואקסענע סחורה, און דאס האט געבויעט זייער ניווא, און נישט אז מ'גיט פאר טאטעס קינדער-מאטריאל, וואס ברענגט אראפ די ערוואקסענע ניווא, כאשר החוש תעיד ע"ז
ב. דאס איז אז עס איז דא פערציג יעריגע קינדער איז א חלק פונעם חורבן, און א גרויסער עולם מבינים לייגן דעם שולד אן טאקע פאר די ליין-מאטריאל קוואליטעט היינט צוטאגס. דאס איז קלאר אז די פראצענט פון ערוואקסענע בעיביס איז היינט פיל גרעסער ווי מיט צוואנציג יאר צוריק, ועל דא קא בכינא.
ג. קען זיין אז פון א ביזנעס שטאנדפונקט האט איר א פונקט, אבער א צייטונג איז אמאל נישט געווען א 'ביזנעס' עס איז געווען מער אן אידעלאגיע, פונקט ווי להבדיל די גוי'אישע צייטונגען וועלן נישט אריבערגיין די ליניע וואס מאכט דעם 'טיימס' פארן 'טיימס' און די ווס"זש פארן ווס"זש, ווייל אז יא פארלירט ער זיין אידענטיטעט, דאס זעלבע דארף נישט 'די צייטונג' קראסן זיין ליין נאר צו באקומען נאך אביסל סעילס.
און נניח אז ער טוט עס פאר ביזנעס, מעגן די קאנסומערס נאך אלס זיין באליידיגט, ראשון אז די מארקעט פארלאנגט דעם טשעיזש, וואס כאמור איז דאס אן ארעמצייגעניש אויפן מצב הדור, און שנית אז די צייטונג פאלט א קרבן צום מציאות פון פאראזיטן און אנאלאפבעטן, והשלישית אז אין די בילדער איז דא אויך א רוחניות'דיגע ירידה, ווייל עס ברענגט אראפ די מושוג פון רבנים/רביים/גדולי ישראל, צו צעלעבריטיס און פאפיראצי מיט בילדער פון יעדע תנועה קלה, וואס רופט ארויס אפשיי.
מיללער האט געשריבן:פארצייטנס האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:עוד"ך כי עניתני,

איך הייב הענט פארן רב, גערעכט איז גערעכט!
שטארקע דיבורים, בנוסף צום הערליכען פעדער!
זייט'ס ממשיך צו מעורר זיין דעם עולם אויף די וויכטיגע און פשוטע נקודות, כידוע האט הה"ק מסאטמאר כסדר געוויינט און געטומעלט אויפן מצב שפלות הדור, און כמדומה האט מען אים [אדער איינער פון זיין חדר] אמאל געפרעגט: אז די סארט שמועסן צוקלאפט דעם עולם, האט ער גענטפערט אז פונקט פארקערט, וויינען אויפן מצב קומט פון פארשטיין און האבן א קלארן בליק אויף וואס עס גייט פאר, ווייל דער וואס גייט מיטן וואסערשטראם פילט ניטאמאל ווי די שטורמען שלעפען אים ווייט ווייט אוועק פינעם שורש.
חזק ואמץ! יישר כח!
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
לעכטיגער האט געשריבן:אמביציע האט געשריבן:איך האב הנאה פון די וועג וויאזוי געוויסע ווילן וואזן קליגשאפט דא..
גם אני האב הנאה צו זעהן ווי געוויסע וואס מכלומרשט האבען שטארקע אמונת צדיקים, ווערען בארירט אויב מ'לאכט אפ פון פיקטשערס...
גראדע בין איך אויך אפסעט אויף די בילדער נאר די וועג וויאזוי מ'פארדאמט עס האט מיר געבאדערט, האט גארנישט מיט אמונת צדיקים, גראדע האט עס מיללער'ס לעצטע תגובה זייער פיין ארויס געברענגט.