די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: אחראי, געלעגער

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:32 pm

א פאני זאך... מ'באשרייבט דארט פאריגע וואך רבי מאיר הגדול מ'פרעמישלאן, ענדע ארטיקל שטייט ער איז נפטר געווארן תקמ"א... א אינטש נעבן דעם איז דא א פיקטשער פון די מצבה אז ער איז נפטר געווארן תקל"ג.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 5:20 pm

נישט דא קיין ר' שאול קליין די וואך?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 5:28 pm

אין אפריקא
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:42 pm

אן הערלכער ארטיקל פון טאהשער רבי זי''ע, ממש זיך באלעקט די פינגער מיט יעדע ווארט. איינער פון די הויז מענטשן רעדן דארט, ער פארציילט ערשט האנטיגע זאכן וואס ער האט געזען, ער האט שוין גראדע גערעד צו די צייטונג לעצטע יאר דאן איז עס אויך געווען א זאפטיגע ארטיקל פון די הימלישער פירונגען פון מרן הרה''ק מטאהש זי''ע.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:30 pm

זעליג! אההה ממש א מחי׳ חידושים ע״ג חידושים!

להוסיף
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:36 pm

צום צווייטן יאר איז ר' זעליג דער "היט" פון די טאהשער ארטיקלן.

מלא וגדוש. זיס. באח'נט. עכט 'ערידזשינעל' זעליג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:10 am

להוסיף האט געשריבן:צום צווייטן יאר איז ר' זעליג דער "היט" פון די טאהשער ארטיקלן.

מלא וגדוש. זיס. באח'נט. עכט 'ערידזשינעל' זעליג.

אויך הנאה געהאט, זייער גוט און אריגינעל, זכות הצדיק יגן בעדו ובעדינו

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:41 am

געהערט פון אים יארן צוריק די מעשה פון סוכות ביינאכט ווען ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז דער שלאק איז אפן... האט ער עס געברענגט דארט?
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 4:59 pm

להוסיף האט געשריבן:צום צווייטן יאר איז ר' זעליג דער "היט" פון די טאהשער ארטיקלן.

מלא וגדוש. זיס. באח'נט. עכט 'ערידזשינעל' זעליג.

אין קונטרס "פעולות צדיק לחיים" י"ל ע"י מעריצי אבד"ק טאהש מאנסי שליט"א, איז אויך דא אן אינטערוויו מיט ר' זעליג י"ל לרגל ההילולא.
איז די צייטונג אינפארמאציע נישט גענומען פון דארט, נאר אביסל געענדערט באופן "מ'הערט זיך אונטער א שמועס פון ר' זעליג צום רבי'ן בלשון נוכח?"
(מ'קען אין צייטונג אפט זען א מעכטיגע ארטיקל, ווען אין קליינע ווערטער שטייט "גענומען וכו'". א שטייגער פאריגער וואך פון הג"ר אברהם שור, גענומען פון א ספר י"ל ע"י מכון עבודת הלויים).

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:57 pm

מונאוויטש האט געשריבן:נישט דא קיין ר' שאול קליין די וואך?


טאקע א שאד!
קיינער וועט נישט חושד זיין ר' שאול'ן אין נעמען יענעמ'ס סחורה.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 7:08 pm

להוי ידוע!
די שמועס מיט זעליג וואס די משכנות לאביר יעקב - טאהש חסידים האבן געדריקט, איז גענומען פונעם פאראיעריגן ארטיקל, וואס די צייטונג האט געמאכט,
(איך ווייס אפי' נישט צו זיי האבן גענומען רשות)

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 7:15 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:(איך ווייס אפי' נישט צו זיי האבן גענומען רשות)


נו, סאיז דאך שוין אלול זיכער יא!

להוסיף
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:21 am

נו, סאיז דאך שוין אלול זיכער יא!


אויב אזוי ווי קען א 'לא לנו' מיט א לויזע צינג [שריפט] אזוי שרייבן?? אן בכלל טשעקן פאקטן??

געפרעגט נעכטן פון ר' זעליג אין סטאר. זאגט ער בלשונו הזהב 'מאנסי האט גענומען ארטיקל פון פרידמאן פון לעצטעס יאר. פרידמאן האט געמאכט א נייע מעכטיגע ארטיקל. ס'געווען אין צייטונג, מיסט עס ליינען'

געטשעקט אויך ביי א טאהשער חסיד. נישטא קיין ספר מיט אן אינטערוויא מיט הרב שאר. להד"מ.

'לא לנו' האט אבי געשריבן. ס'שיינט עפעס אן אדזשענדע.

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:14 pm

קען איינער ביטע ארויפלייגן ביידע ארטיקלן פון ר' זעליג שווארץ?


כ'האב געזעהן די אינטערוויו פון הרב הגאון ר' אברהם שאר, ס'איז קלאר נאכנישט געדרוקט געווען אין ערגעץ.
ס'געשטאנען אז דער חומר קומט פון "מכון עבודת הלויים", דאס איז דער מפעל וואס ארבייט און זאמעלט חומר פאר א תולדות-ספר, אבער ס'איז נאכנישט געווען געדרוקט אין ערגעץ.

ס'איז דוקא געווען זייער אינטערעסאנט און אריגינאל, דער שמועס מיט הר"ר אברהם שארר, א באוואוסטער אדם גדול ותלמיד חכם מפורסם, נישט קיין טאהשער תלמיד/חסיד משורשו, וואס האט פארט זוכה געווען צו ווערן אזוי נאנט צום טאהשער רבין זי"ע, אין דער תקופה ווען ער האט געדינט דארט אלץ מנהל וראש ישיבה.

להוסיף
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:28 pm

לא לנו האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:צום צווייטן יאר איז ר' זעליג דער "היט" פון די טאהשער ארטיקלן.

מלא וגדוש. זיס. באח'נט. עכט 'ערידזשינעל' זעליג.

אין קונטרס "פעולות צדיק לחיים" י"ל ע"י מעריצי אבד"ק טאהש מאנסי שליט"א, איז אויך דא אן אינטערוויו מיט ר' זעליג י"ל לרגל ההילולא.
איז די צייטונג אינפארמאציע נישט גענומען פון דארט, נאר אביסל געענדערט באופן "מ'הערט זיך אונטער א שמועס פון ר' זעליג צום רבי'ן בלשון נוכח?"
(מ'קען אין צייטונג אפט זען א מעכטיגע ארטיקל, ווען אין קליינע ווערטער שטייט "גענומען וכו'". א שטייגער פאריגער וואך פון הג"ר אברהם שור, גענומען פון א ספר י"ל ע"י מכון עבודת הלויים).


ענדלעך האב איך היינט באקומען דעם טאהש - מאנסי ביכל. געשריבן פון י. ש. דרעזנער [פון קולמע]. קאפירט אות באות ארטיקלן פון לעצטעס יאר פון מכובדי הרב א.ז.י. [פון לעצטע עדות]. איצטערט זע איך אז נישט נאר ר' זעליג'ן. אויך אנדערע ארטיקלן. קיין רעפערענס פון ווי עס קומט. זערא. [גראדע א שיינע ארבעט מיט שיינע פיקטשערס]

דער חידוש איז מיר אז א 'לא לנו' וואס האלט זיך א שרייבער און ציטירט מנחת חינוך חקירות האט כלומרשט נישט געזעהן אז דאס איז אן אנדערע ארטיקל. אויך האט ער געזעהן אז הרב שארר איז שוין געוועהן געדריקט ערגעץ. אשר על כן בארעכטיג איך מיין מסקנא אז ער האט אן אדזשענדע. והכל מובן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:29 pm

א.ז.י פריעדמאן איז דער זעלבער מאן ווי י.ש. דרעזנער

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:50 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:א.ז.י פריעדמאן איז דער זעלבער מאן ווי י.ש. דרעזנער



זיכער נישט
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:57 pm

אזוי האט ער געזאגט אויף קולמע ביי די טויזענסטע אינטערוויא אויב געדענק איך גוט.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:03 pm

בעילוםשם האט געשריבן:...
כ'האב געזעהן די אינטערוויו פון הרב הגאון ר' אברהם שאר, ס'איז קלאר נאכנישט געדרוקט געווען אין ערגעץ.
ס'געשטאנען אז דער חומר קומט פון "מכון עבודת הלויים", דאס איז דער מפעל וואס ארבייט און זאמעלט חומר פאר א תולדות-ספר, אבער ס'איז נאכנישט געווען געדרוקט אין ערגעץ.
..


יא, די מכון האט זיי געגעבן א חלק פונעם אינטערוויו, די גאנצע וועט זיין געדרוקט אינעם תולדות ספר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:07 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:אזוי האט ער געזאגט אויף קולמע ביי די טויזענסטע אינטערוויא אויב געדענק איך גוט.

וואס?

ר' אלחנן זאב יוסף פריעדמאן און ר' יצחק שלמה דרעזנער איז איין מענטש? לא קרב זא"ז כל הלילה

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 6:28 pm

אקעי, לאמיר דא אויסקלארן די זאך,
אז"י פריעדמאן האט געמאכט א אינטערוויוא מיט זעליג שווארץ פאראיאר וועגן טאהש אין די צייטונג, וועלכע האט באקומען ברייטע דעקונג אין די גאס.
דרעזנער האט קאפירט דעם ארטיקל פאר משכנות לאביר יעקב - טאהש אין מאנסי (ער זאגט אז דאס איז געוועהן מיט רשות).

ר' אברהם שור האט געגעבן א אינטערוויוא פארן מכון, די מכון האט עס געגעבן פאר די צייטונג,
קארעקט?

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:03 pm

מיללער האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:אזוי האט ער געזאגט אויף קולמע ביי די טויזענסטע אינטערוויא אויב געדענק איך גוט.

וואס?

ר' אלחנן זאב יוסף פריעדמאן און ר' יצחק שלמה דרעזנער איז איין מענטש? לא קרב זא"ז כל הלילה

טעיתי. איך האב אים געדענקט אזוי זאגן

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:51 pm

מיללער האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:צום צווייטן יאר איז ר' זעליג דער "היט" פון די טאהשער ארטיקלן.

מלא וגדוש. זיס. באח'נט. עכט 'ערידזשינעל' זעליג.

אויך הנאה געהאט, זייער גוט און אריגינעל, זכות הצדיק יגן בעדו ובעדינו


נישט אנגעקומען צו ליינען "די צייטונג" די פארגאנגענע וואך, ביז כ'האב זיך דערמאנט, האבן מיינע לאקאלע געשעפטן דאס שוין נישט פארמאגט.

אויב איינער וויל זיין אזוי גוט, מיר טוהן א טובה, און מזכה זיין דעם רבים, ארויפצולייגן ר' זעליג'ס ארטיקל, וואלט איך איהם געווען זייער דאנקבאר.

האב איך נאך עפעס פארפאסט דארט?

יישר כח.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 10:57 am

להוסיף האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:צום צווייטן יאר איז ר' זעליג דער "היט" פון די טאהשער ארטיקלן.

מלא וגדוש. זיס. באח'נט. עכט 'ערידזשינעל' זעליג.

אין קונטרס "פעולות צדיק לחיים" י"ל ע"י מעריצי אבד"ק טאהש מאנסי שליט"א, איז אויך דא אן אינטערוויו מיט ר' זעליג י"ל לרגל ההילולא.
איז די צייטונג אינפארמאציע נישט גענומען פון דארט, נאר אביסל געענדערט באופן "מ'הערט זיך אונטער א שמועס פון ר' זעליג צום רבי'ן בלשון נוכח?"
(מ'קען אין צייטונג אפט זען א מעכטיגע ארטיקל, ווען אין קליינע ווערטער שטייט "גענומען וכו'". א שטייגער פאריגער וואך פון הג"ר אברהם שור, גענומען פון א ספר י"ל ע"י מכון עבודת הלויים).


ענדלעך האב איך היינט באקומען דעם טאהש - מאנסי ביכל. געשריבן פון י. ש. דרעזנער [פון קולמע]. קאפירט אות באות ארטיקלן פון לעצטעס יאר פון מכובדי הרב א.ז.י. [פון לעצטע עדות]. איצטערט זע איך אז נישט נאר ר' זעליג'ן. אויך אנדערע ארטיקלן. קיין רעפערענס פון ווי עס קומט. זערא. [גראדע א שיינע ארבעט מיט שיינע פיקטשערס]

דער חידוש איז מיר אז א 'לא לנו' וואס האלט זיך א שרייבער און ציטירט מנחת חינוך חקירות האט כלומרשט נישט געזעהן אז דאס איז אן אנדערע ארטיקל. אויך האט ער געזעהן אז הרב שארר איז שוין געוועהן געדריקט ערגעץ. אשר על כן בארעכטיג איך מיין מסקנא אז ער האט אן אדזשענדע. והכל מובן.

Agenda שרייבט מען אין אידיש, אגענדע. נישט אדזשענדע. ובאתי רק להעיר.

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 9:59 am

מיללער האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:אזוי האט ער געזאגט אויף קולמע ביי די טויזענסטע אינטערוויא אויב געדענק איך גוט.

וואס?

ר' אלחנן זאב יוסף פריעדמאן און ר' יצחק שלמה דרעזנער איז איין מענטש? לא קרב זא"ז כל הלילה


דער רב האט דאס לעצטע ווארט - ואם קבלה נקבל.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט