די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

הרב אויש און הרב צייטונג: איין נקודה קלארצושטעלן. אויב ליין איך נאך אמאל א צייטונג, איז עס אך ורק די "די צייטונג". דערפאר איבעלט מיר די פראבלעם.

און יא, בעפאר די סאשעל מידיא עפאכע, זענען זייערע נייעס'לעך געווען געשריבן אויף א העכערע פארמאט. די היינטיגע שרייבער, מיינען אז זיי געווינען עפעס מיט דעקן אלע נארישע פרטי-פרטים וואס יעדער מאן דהו האט געשפירט פאר וויכטיג צו "טוויטן" בקשר צו יענע געשעעניש.

מעשה שהי': צוליב א געוויסע באשרייבונג, האט א שרייבער אינעם צייטונג געכאפט א שמועס מיט מיר. כדרכו פון א שמועס, איז מען עטליכע מאל פארפארן פונעם נושא, און אריינגפארן אין זייטיגע נקודות. אין מיין וויסטן חלום האב איך מיר נישט פארגעשטעלט אז "אלעס אלעס" וועט ערשיינען אויפ'ן געדרוקטן פאפיר - "כתיבה כדיבור" פשוטו כמשמעו.

עס האט זיך שטארק דערקענט, אז דער שרייבער באקומט באצאלט פער קערעקטער.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

וואס הייסט עס איז געווארן אריינגעלייגט? אין די בריוון צום צייטונג?
צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטונג »

Monday, January 19, '15, 2:30pm

Please visit our website http://www.tzeitung.com for news update.

---
ער באוויינט שוין ר' דוד וויינרייז ע"ה!
אטעטשמענטס
bulletin25.JPG
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

צייטונג האט געשריבן:ער באוויינט שוין ר' דוד וויינרייז ע"ה!

די מלמדי זכות ווערן געבעטן, ווידער צו פארשרייען די ליינער וואס זענען אומצופרידן פון אזעלכע פרטים/אויסדריקן אין א היימישע צייטונג.

דאס אז דער נפטר ע"ה האט אויפגעטוהן דורך די אינטערנעט גדולות ונצורות בענין קירוב רחוקים, בארעכטיגט נאכנישט צו מאכן דאס ארומשיקן "קליפס" פאר די נארם.
אטעטשמענטס
22.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ווייל קיינער האט נישט קיין אנונג וואס דאס איז א קליפ אדער א מעסעזש, מברענגט ליידער אריין פרעמדע דעות ביים עולם.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

ער האט אויך פשוט נישט געוואלט משנה זיין פון לשון הנפטר, "איך וועל פארן דעם מוצש" ק מיט מיין אידענע....
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטונג »

ער פלעגט שיקן א פאסט קארטל פאר זיינע באקאנטע!
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

געליינט די וואך די ארטיקל "איינדרוקן פון אן איינדרוקספולע נסיעה" אינעם אידישן צייט" איך מיין אז די שרייבער איז הרב פריעדמאן וואס שרייבט געווענליך "לעצטע עדות" עס איז זייער רייך און תוכנדיג אריינגעלייגט פולע שיינע זאכן צווישן דו שורות.
פארוואס איך שרייב דערפון איז (אויסער די רייכקייט און תוכן שבו) רעדט ער פון עטליכע פראיעקטן וואס זיי ווילן זיך אינטערנעמען און פארעכטן און ער דארף אסאך שטיצע.
ווער עס פילט ער קען זיין גוט דערפאר קען אסאך צונוץ קומען.
צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטונג »

שלום אויש האט געשריבן:געליינט די וואך די ארטיקל "איינדרוקן פון אן איינדרוקספולע נסיעה" אינעם אידישן צייט" איך מיין אז די שרייבער איז הרב פריעדמאן וואס שרייבט געווענליך "לעצטע עדות".

ער רעדט ער פון עטליכע פראיעקטן וואס זיי ווילן זיך אינטערנעמען און פארעכטן און ער דארף אסאך שטיצע.
ווער עס פילט ער קען זיין גוט דערפאר קען אסאך צונוץ קומען.


כ'האב מיך טאקע געוואונדערט אויפ'ן חשוב'ן רעדאקטאר הרב פריעדמאן, וויאזוי ער לאזט דורך אזא ארטיקל, וואס יעדער זעט דאך (לייענט דאך), אז דער שרייבער צילט דא עפעס, אז אין איין ארטיקל זאל ער קענען באשמיצן און אראפרייסן אזויפיל חשוב'ע עסקנים און ארגאניזאציעס, וועלכע ארבייטן שוין לאנגע יארן און האבן אהערגעשטעלט אזויפיל פאר'ן כלל וואס יעדער האט הנאה דערפון!
תמהני?!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אויפן זייטל קען מען דאך נישט ליינען רוב דערפון וואס רעדט מען דארט?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

צייטונג האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:געליינט די וואך די ארטיקל "איינדרוקן פון אן איינדרוקספולע נסיעה" אינעם אידישן צייט" איך מיין אז די שרייבער איז הרב פריעדמאן וואס שרייבט געווענליך "לעצטע עדות".

ער רעדט ער פון עטליכע פראיעקטן וואס זיי ווילן זיך אינטערנעמען און פארעכטן און ער דארף אסאך שטיצע.
ווער עס פילט ער קען זיין גוט דערפאר קען אסאך צונוץ קומען.


כ'האב מיך טאקע געוואונדערט אויפ'ן חשוב'ן רעדאקטאר הרב פריעדמאן, וויאזוי ער לאזט דורך אזא ארטיקל, וואס יעדער זעט דאך (לייענט דאך), אז דער שרייבער צילט דא עפעס, אז אין איין ארטיקל זאל ער קענען באשמיצן און אראפרייסן אזויפיל חשוב'ע עסקנים און ארגאניזאציעס, וועלכע ארבייטן שוין לאנגע יארן און האבן אהערגעשטעלט אזויפיל פאר'ן כלל וואס יעדער האט הנאה דערפון!
תמהני?!

נישט יעדער.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

איך האב געליינט דעם געלונגענעם ארטיקל הנ"ל, און נאכ'ן זען די תגובה פון "צייטונג" האב איך עס יעצט איבערגעליינט. איך האב פארדעם זיך איינגעשריבן צו קענען שרייבן דא. איך האב אזא גוטע ארטיקל לאנג נישט געליינט. איך זע נאר אמת. קיין שום חשבונות (ווי "צייטונג" האט לכאורה אינערליכע פראבלעמען...)
פאריגן ח"י סיון בין איך געווען אין פוילן, מיט א סטאפ אין פראנקפורט (מיכעלשטאט). איך בין געווען אין ליזשענסק, צאנז און דינוב. אלעס וואס הרב א.ז.י. שרייבט איז אמת ויציב ונכון. חזק ואמץ!
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

ברוך הבא! הרב להוסיף!
אזוי ווי איר זענט נאך ניי דא, וואלט גלייך געווען איר זאלט איבערקוקן די תקנות
viewtopic.php?f=1&t=1199

האלט אייך דערצו, וועט איר און מיר אלע אי"ה הנאה האבן פון אייערע טאלאנטן.
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

יקוםפרקן האט געשריבן:ברוך הבא! הרב להוסיף!
אזוי ווי איר זענט נאך ניי דא, וואלט גלייך געווען איר זאלט איבערקוקן די תקנות
viewtopic.php?f=1&t=1199

האלט אייך דערצו, וועט איר און מיר אלע אי"ה הנאה האבן פון אייערע טאלאנטן.


ישר כח. עשיתי כאשר דברת. איך וואלט זיך בכל אופן געהאלטן דערצו. איך וועל נאר פרובירן צו גיבן חיזוק פאר גוטע שרייבער און פראיעקטן.
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

derech eretz האט געשריבן:
צייטונג האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:געליינט די וואך די ארטיקל "איינדרוקן פון אן איינדרוקספולע נסיעה" אינעם אידישן צייט" איך מיין אז די שרייבער איז הרב פריעדמאן וואס שרייבט געווענליך "לעצטע עדות".

ער רעדט ער פון עטליכע פראיעקטן וואס זיי ווילן זיך אינטערנעמען און פארעכטן און ער דארף אסאך שטיצע.
ווער עס פילט ער קען זיין גוט דערפאר קען אסאך צונוץ קומען.


כ'האב מיך טאקע געוואונדערט אויפ'ן חשוב'ן רעדאקטאר הרב פריעדמאן, וויאזוי ער לאזט דורך אזא ארטיקל, וואס יעדער זעט דאך (לייענט דאך), אז דער שרייבער צילט דא עפעס, אז אין איין ארטיקל זאל ער קענען באשמיצן און אראפרייסן אזויפיל חשוב'ע עסקנים און ארגאניזאציעס, וועלכע ארבייטן שוין לאנגע יארן און האבן אהערגעשטעלט אזויפיל פאר'ן כלל וואס יעדער האט הנאה דערפון!
תמהני?!

נישט יעדער.


דער אמת איז אז ביידע זענט עטץ גערעכט..
'אמאל' האט "יעדער" הנאה געהאט, און 'היינט-צו-טאג' האט "יעדער נישט" הנאה!

ס'איז אן אנגעווייטאגטע טעמע, והדברים ידועים וצריכים תיקון, ואכמ"ל.
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום אום מאנטאג יאנואר 26, 2015 7:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

מה פתאום האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
צייטונג האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:געליינט די וואך די ארטיקל "איינדרוקן פון אן איינדרוקספולע נסיעה" אינעם אידישן צייט" איך מיין אז די שרייבער איז הרב פריעדמאן וואס שרייבט געווענליך "לעצטע עדות".

דער אמת איז אז ביידע זענט עטץ גערעכט..
'אמאל' האט "יעדער" הנאה געהאט, און 'היינט-צו-טאג' האט "יעדער נישט" הנאה!

ס'איז אן אנגעווייטאגטע טעמע, והדברים ידועים וצריכים תיקון, ואכמ"ל.


איך מיין אז מען דארף נישט מאריך זיין מיט מעלות אדער חסרונות פון עסקנים/ארגאניזעישאנס וואס זענען דערמאנט געווארן אינעם ארטיקל. דאס איז א זאך פאר זיך.
איך האב געליינט דעם ארטיקל איינמאל און אנאכאמאל און געזען א שיינע ארטיקל מלא וגדוש מיט ידיעות און אינפארמעישאן פון אלע זייטן. הפלא ופלא.
יא - עס האט ארויסגעברענגט ווי מען קען היינט יא אדער נישט טרעפן אש"ל אין פוילן אדער דייטשלאנד. דאס איז א חלק פון די ידיעות. מען דארף עס וויסן. מענטשן זאלן זיך נישט פארלאזן אז זיי וועלן האבן דאס און יענס אין פוילן. ס'איז נישט צו פארשטיין ווי איינער קען עס אנרופן "באשמיצן".
וואס די עסקנים ווילן טוהן אדער נישט טוהן איז נישט אונזער געשעפט. זיי זענען אונז גארנישט שולדיג.
צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטונג »

להוסיף האט געשריבן:(ווי "צייטונג" האט לכאורה אינערליכע פראבלעמען...)

וואס די עסקנים ווילן טוהן אדער נישט טוהן איז נישט אונזער געשעפט.


כל הפוסל במומו פוסל!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נו האמיר געדארפט גיין צאלן 2 טאלער, יאפס א הערליכע באשרייבונג, א שאד ער איז נישט אביסל מער ארום געפארן וואלט די צייטונג געמאכט נאר אפאר צווייערס פון מיר, און אויך וואלט ער מער ארויסגעהאט ס'גאנצע בילד...
יעדעס ווארט איז גין גאלד און אמת, ס'איז קעגן קיינעם נישטא קיין שלעכט ווארט, נאר ווי געזאגט א שאד ער פארט נישט אביסל אפטער
און די צייטונג האט גאר גוט געוויסט וואס ס'שטייט דארט, נישט אומזינסט איז עס אדווערטייזט אויפן פראנט פעידזש און ביי די אידישע צייט אויף די פראנט גוט באשמירט
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

צייטונג האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:(ווי "צייטונג" האט לכאורה אינערליכע פראבלעמען...)

וואס די עסקנים ווילן טוהן אדער נישט טוהן איז נישט אונזער געשעפט.


כל הפוסל במומו פוסל!


מה ענין שמיטה אצל הר סיני??? (שנת השמיטה...)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איינער געדענקט נאך די אויפטוה פון די מוסדות אז מ'גייט אפראטעווען די ביה"ח צוליב די רעגירונג וואס האט געוואלט עפעס בויען דארט א ווייסער לייטונג [עפעס אזוי], פארוואס איז עס נישט דערמאנט אין די ארטיקל?
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

אברהם פרידמאן איז נישט דער מענטש וואס זוכט קאנטראווערסיאלע אישוס כדי צו פארקויפן מער קאפיעס פון זיין צייטונג.
אויב ער האט אריינגעלייגט\אריינגעלאזט דעם ארטיקל אין די צייטונג, איז עס מסתמא געקומען אויפן דירעקטן פארלאנג פון עסקנים, אדער האט ער זיך נאכגעפרעגט אויף דעם מצב דארטן.
די צייטונג האט שוין א רעפוטאציע פון העכער 25 יאר, און כ'גלייב שווער אז ער האט אן אגענדע דא. (ובפרט - ווי דערמאנט - איז ליידער דארף דארט דער מצב א גרויסן תיקון).
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

יעדער קען מאכן א טעות!
וועלן מיר זען די וואך (אויב ער וועט דרוקן בכלל - צוליבן וועטער) צו ער האלט זיך ביי זיינס, אדער וועט ער זיך פארענטפערן.
נאך אלעם פאסט אזוינע קאנטראווערסיעס פאר משפחה מאגאזין און זייער'ס גלייכן, נישט פאר'ן פרעסטיזשפולן-ערנסטן צייטונג.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אייינער קען מען שוין ביטער מסביר זיין וואו ס'שטעקט דא קאנטערווערסיע? אמאל פלעגט זיין אין די מאסן אזעלכע ארטיקלען - ווי דערמאנט אינעם ארטיקל זעלבסט - פון באטייליגטע ביי נסיעות, נו א שרייבער פארט פ"וו זאל ער עס נישט באשרייבן? אויב עפעס קוק איך עס אן אלס א פיינער אדווערטייזמענט פון די מוסדות, נו שוין געהערט אזאנס
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

מעג מען וויסן אין קורצן וואס איז דארט געשריבן?
אויב דיסקאסט מען יא די ארטיקל דא אויב אזוי זאג שוין וואס דארט שטייט, ביטע
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א חשובער שרייבער איז געפארן קיין סאקאלאוו צום יאהרצייט, און געווען שב"ק אין דינוב, עניטינג ראנג?
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”