בריוולעך צו די היימישע אויסגאבעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איז אזוי.
ווען איך האב געקוקט אויף דעם נייעם באשעפעניש, "דיזער" שרייבער, און אויפ'ן אנפאנג פונעם תגובה, האבעכעם פשוט געוואלט צערייסן. ס'טייטש, אזא חוצפה? איינער מאנשי שלומינו, וואס אריינגערעכנט מיט די אויבנדערמאנטע תגובה האט ער בלויז איין תגובה, זאל זיך וואגן אריינצוקומען דא באנונז, און מאכן דאס גענאר פון מיר?
נאר וואסזשע דען? "דיזער" שרייבער/רייטירער האט רעכט. פארפאלן, גערעכט איז גערעכט.
אבער דא קומען צו צום ערשטן פונקט וואס ער האט דערמאנט אינעם אישית, אז אויף אידיש איז נאך זיכער נישט געהערט געווארן אז מ'זאל נוצן דעם ווארט אין אזא פאל.
און אדרבה, מר. "דיזער". אז דו ביזט שוין יא אריינגעקומען צונונז, בלייב'זשע שוין דא און זיי מהנה דעם ציבור מיט דיין כח הכתיבה.
און אויב ווילסטו פאלגן מיין עצה, ווער נישט קיין שרייבער אין יענעם צייטונג. מיט דיינע טאלאנטן, וועסטו דיך שפירן כשושנה בין החוחים...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

מאשקע,

כ'ווייס נישט ווער דער דאזיגער שרייבער איז אבער ער האט רעכט מיט די פונקט,

איצטערט זאל ער ענטפערן אויף דיין צטט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מעסטער, מיט וועלכע פונקט האט ער רעכט? האסט אפשר נאר געלייענט די ערשטע דף פון דעם אשכול?
An article a day keeps the babies away
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

אוי האב איך זיך יעצט צולאכט. כ'האב זיך דערמאנט א גוטס... א שרייבער אין מאשקע'ס פעיוואריט צייטונג האט געוואלט רעדן גאר שארף קעגן איינעם (כ'געדענק שוין נישט ווער, מסתמא א ציוני) האט ער געשריבן מיט כעס "דיזער פארשוין"...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אדער א ציוני, אדער א...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אה, שלום עליכם, דיזער,

כ'אהב הנאה אז די וועסט שוין קענען שרייבן אליין דא, און נישט דארפן שיקן מעסעדזשעס,
(כ'האף אז כ'האב אלעס גוט געספעלט דא)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וואס פאר א מקור איז דאס ער וועקיפידיע? ווער איז דער שרייבער דערפון?

סייווי מיר דא נעמן נישט קיין מקורות פון וועקי נישט קיין חילוק וועלכע.

מאשקע איז גערעכט מיט דעם, אז ביז היינט, איז דאס ווארט אין אידיש נישט באנוצט געווארן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

מאשקע, ביזט געווארן א בדחן?...

סאכדעס, א שאד די טינט וואס דו האסט גענוצט פאר דיין תגובה. מאשקע האט שוין מודה געווען צו מיר אז איך בין גערעכט, און איך האב שוין מודה געווען צו מאשקע אז נוצן דעם אויסדרוק אין אידיש איז אביסעלע awkward, אבער ס'איז נישט אזא הימל-שרייענדע פראבלעם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מאשקע, ביזט געווארן א בדחן?...

אוודאי. פארגאנגענע וואך בין איך אפיציעל באשטעטיגט געווארן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מזל טוב מאשקע, ווען איז די נעקסטע חתונה וואס דו גייסט בדחן'ען? איך וויל מיך אונטערהערן, און זען צו מ'קען מאכן עפעס א דיל מיט, ביי מיינע קינדער'ס חתונה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מאשקע, ביזט געווארן א בדחן?...

סאכדעס, א שאד די טינט וואס דו האסט גענוצט פאר דיין תגובה. מאשקע האט שוין מודה געווען צו מיר אז איך בין גערעכט, און איך האב שוין מודה געווען צו מאשקע אז נוצן דעם אויסדרוק אין אידיש איז אביסעלע awkward, אבער ס'איז נישט אזא הימל-שרייענדע פראבלעם.


אז מיר האבן דיר שוין יא דאהי, לאמיר דיר "טשאלאנדזשירן".

וועלכע ווארט וואלסטו גענוצט אין אידיש אנשטאט AWKWARD.

און אגב'דיג: די זעלבע אנשטאט CHALLANGE.
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

פלששש, מיין מזל ווערט בעסער און בעסער, איך האב די זכי' צו רעדן צום מייסד אליינס. אגב ר' קרעמער, זענט איר דער וועמען מען רופט דא "רב פון די קהלה", אדער ס'איז דא א באזונדערער "רב הקהלה"?

אגב ר' קרעמער, פארוואס לייגט איר מיך אריין אין אן awkward סיטואציע?

דזשאסט קידינג (פונקט קינדערדיג...)

אקעי, ערנסט גערעדט ר' קרעמער, איר ווייסט אוודאי אז ס'זענען דא ווערטער וואס הערן זיך בעסער אויף אן אנדערע שפראך ווי אויף דער אייגענער, און דאס איז די סיבה פארוואס אמעריקאנער-ענגליש פארמאגט אזויפיל גע'גנב'עטע ווערטער פון אידיש, פראנצויזיש, לאטייניש, ספאניש און איטאליעניש. זיי קלינגען בעסער אויף יענע שפראכן ווי ווען מען טייטשט זיי איבער אין ענגליש (פרוביר איבערצוטייטשן "אוי" אין ענגליש. ס'גייט נישט.) ביי אסאך ווערטער איז בכלל נישטא קיין גענויע "טראנסלאציע" (...) אויף ענגליש.

דאס זעלבע איז פארקערט, ס'זענען דא ענגלישע ווערטער וואס הערן זיך בעסער אין ענגליש. (א גוטער ביישפיל איז דאס ווארט "איוויל". אויף ענגליש הערט זיך דאס זייער "סקערי", אבער ווען מען זעצט עס איבער אין אידיש איז עס נישט אזוי שרעק-אנווארפנד. אלזא, ווען בוש האט געזאגט "עקסיס אוו איוויל", און אלבערט האט עס איבערגעזעצט "בונד פון שלעכטס" האט זיך געקענט פאר איינעם דאכטן אז מען רעדט דא פון שלעכטע יונגעלעך, נישט פון קיין מאנסטערישע ארכי-טעראריסטן...)

אלזא, דאס איז די מעשה מיט "אקווערד"; עס הערט זיך זיסער אין ענגליש ווי אין אידיש... די בעסטע אידישע איבערזעצונג אין אונזער אויבנדערמאנטן פאל ("נוצן דעם אויסדרוק אין אידיש איז אביסעלע awkward") וואלט געווען "אומבאלומפלערט". משא"כ ווען איך נוץ דאס ווארט אין מיין איצטיגע תגובה ("פארוואס לייגט איר מיך אריין אין אן awkward סיטואציע?") מיינט דאס ענדערש "אומבאקוועם".

ביים ווארט "טשאלענדזש" איז די זעלבע מעשה. ווען ס'וואלט געווען א קערפערשאפט וואס וואלט זיך אפגעגעבן מיט דער אידישער שפראך אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי די קערפערשאפט וואס גיט זיך אפ מיט דער ענגלישער שפראך, וואלט איך פארלאנגט אז זיי זאלן אריינרוקן דאס ווארט אינעם אידישן ווערטער-בוך. ס'הערט זיך בעסער ווי ווען מען טייטשט עס איבער.

דער אפיציעלער טייטש פון טשאלענדזש איז "ארויסרוף" אדער "ארויספאדער".

א ביישפיל: קערי האט געטשאלענדזשט בוש ארויסצוקומען צו א דעבאטע וואלט איך געשריבן "קערי האט ארויסגעפאדערט בוש צו א דעבאטע".
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:פלששש, מיין מזל ווערט בעסער און בעסער, איך האב די זכי' צו רעדן צום מייסד אליינס. אגב ר' קרעמער, זענט איר דער וועמען מען רופט דא "רב פון די קהלה", אדער ס'איז דא א באזונדערער "רב הקהלה"?

ניין, דא איז דאכט זיך נאכנישט דא קיין עמטליכע רב הקהילה. און ווען יא, זענען דא אנדערע, מער פאסיגע קאנדידאטן דערויף.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:דאס זעלבע איז פארקערט, ס'זענען דא ענגלישע ווערטער וואס הערן זיך בעסער אין ענגליש. (א גוטער ביישפיל איז דאס ווארט "איוויל". אויף ענגליש הערט זיך דאס זייער "סקערי", אבער ווען מען זעצט עס איבער אין אידיש איז עס נישט אזוי שרעק-אנווארפנד. אלזא, ווען בוש האט געזאגט "עקסיס אוו איוויל", און אלבערט האט עס איבערגעזעצט "בונד פון שלעכטס" האט זיך געקענט פאר איינעם דאכטן אז מען רעדט דא פון שלעכטע יונגעלעך, נישט פון קיין מאנסטערישע ארכי-טעראריסטן...)


א פיינע נקודה. אגב, EVIL (וואס איך האב געזען אדער געהערט [אדער גאר געקלערט] אז די מקור דערפון איז די לשון הקודש ווארט אזוהיל - הגם מיט אן אנדערן אפטייטש) איז טאקע אן ערגערע ווארט ווי סתם שלעכט, והא ראיה, אויף איינפאך שלעכט פארמאגט דאך ענגליש די ווארט BAD. וואלט איך געזאגט אז דאס איז - להבדיל - די אפטייטש פונעם לשון הקודש'ן "רשע", וואס באדייט אויך "שלעכטער" נאר מיט א שמוץ אריבער.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אלזא, דאס איז די מעשה מיט "אקווערד"; עס הערט זיך זיסער אין ענגליש ווי אין אידיש... די בעסטע אידישע איבערזעצונג אין אונזער אויבנדערמאנטן פאל ("נוצן דעם אויסדרוק אין אידיש איז אביסעלע awkward") וואלט געווען "אומבאלומפלערט". משא"כ ווען איך נוץ דאס ווארט אין מיין איצטיגע תגובה ("פארוואס לייגט איר מיך אריין אין אן awkward סיטואציע?") מיינט דאס ענדערש "אומבאקוועם".


ווייסט דאך אודאי פון "באבילאן" (דער פראגראם) צו זאגן, אלזא, ער געט דריי "דעפיניציעס".. (אפטייטשן/באדייטונגען) אויפן ווארט "אוקווארד", ואלו הן: קלאץ! נעביש! און צולעצט דיין ווארט: אומגעלומפערט.

עס איז אינטערסאנט צו הערן זיין אפטייטש אויפן ווארט "קלאץ": A person who trips over things, bumps into walls and has "two left feet." A klutz is a person who frequently trips on his own shoelaces, falls over furniture and manages to drip mustard on his/her lap with such regularity that it confounds the laws of probability. Klutz's, however, are not unloved because they are usually the victims of their own misdeeds.

עד כאן לשונו; דא לאכט מען.
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:ביים ווארט "טשאלענדזש" איז די זעלבע מעשה. ווען ס'וואלט געווען א קערפערשאפט וואס וואלט זיך אפגעגעבן מיט דער אידישער שפראך אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי די קערפערשאפט וואס גיט זיך אפ מיט דער ענגלישער שפראך, וואלט איך פארלאנגט אז זיי זאלן אריינרוקן דאס ווארט אינעם אידישן ווערטער-בוך. ס'הערט זיך בעסער ווי ווען מען טייטשט עס איבער.

דער אפיציעלער טייטש פון טשאלענדזש איז "ארויסרוף" אדער "ארויספאדער".

א ביישפיל: קערי האט געטשאלענדזשט בוש ארויסצוקומען צו א דעבאטע וואלט איך געשריבן "קערי האט ארויסגעפאדערט בוש צו א דעבאטע".


איך טייטש געווענליך איבער דעם ווארט טשאלאנדזש (אין די קארידארן פון ק'רעמער נ'ייעס א'גענטור, אויך באקאנט דא אין קרעטשמע אלץ ק.נ.א.) אלץ "שטעלן צום פארהער/פארמעסט" - קערי האט גערופן בוש צו א פארמעסט.

באבילאן זאגט - צווישן אנדערע - אויף דעם ווארט: INVITE TO ENGAGE IN A CONTEST.

און די אידישע איבערטייטש זאגט ער טאקע ווי דיר, און ווי מיר: ארויסרוף/ארויספאדער/פארמעסטן זיך מיט.
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

קרעמער, "קערי האט ארויסגעפאדערט בוש צו א דעבאטע" קלינגט נישט בעסער?

אגב, איז דאס א "קא-אינסידענס" אז פונקט היינט ווען איך האב דיר (דו באמערקסט אוודאי אז כ'האב אנגעפאנגען צו רעדן צו דיר פער דיר...) געפרעגט אויב דו ביסט רב האט מען געקרוינט אין קרעטשמע א רב?
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אגב, איז דאס א "קא-אינסידענס" אז פונקט היינט ווען איך האב דיר (דו באמערקסט אוודאי אז כ'האב אנגעפאנגען צו רעדן צו דיר פער דיר...) געפרעגט אויב דו ביסט רב האט מען געקרוינט אין קרעטשמע א רב?


ניין און איך זעה אז עס איז שוין געמעקט, מן הסתם איז עס געווען איין חכם וואס האט געזעהן קרעמער'ס תגובה און האט געקענט באשטיין צו זיין זיס.
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

ר' קרעמער, איך זע אז דו ביסט אריין אין די "ספליריט" פון "טראנסלאטירן". אין אן אנדערן וויין קעלער שרייבסטו:

געט דעם פארשוין א בראטך (GIVE THE MAN A BRAKE).

ס'איז א גוטס... :lol:

כ'האב זיך נאר געוואונדערט פארוואס דו שרייבסט "פארשוין". כאטש דו ביסט נישט באגאנגען קיין שום גראמאטישן פעלער נוצט מען אבער "פארשוין" (פאר סאם ריזאן) אין די היימישע אויסגאבעס, נאר ווען מען רעדט פון אן "איוויל" מענטש.

אגב, כ'דערמאן זיך יעצט פון איינעם פון די באוואוסטע לאו איי-קיו חסידישע "פללעיס" וואס ווען דער "גוד גאי" האט זיך אויפגערעגט אויפ'ן "בעד גאי" האט ער געגעבן א שריי אויס אויף אים מיט א שטארקן כעס "דו פארשוין!" די מוזיק האט געגעבן א קלאפ צו א שרעקעדיגן פויק, און אלעמענ'ס הערצער האבן אויפגעצאפלט. ווייניג פון די אנוועזנדע האבן געוואוסט אז די שרעקעדיגע ווערטער אין פלעין אידיש באדייטן: "דו מענטש!"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שערקויך פאר די קאמפלימענט (טייטש אונז דאס איבער ביטע אויף אידיש, מיר האבן זיך שוין געמוטשעט דערמיט א וויילע צוריק אין איינע פון די אשכולות)

און אז דו ביסט שוין דערביי, טוה'זשע מיר א געפעליגקייט און ערקלער מיר די איינציגע ווארט פון דיין חתימה וואס איך האב דערווייל נישט זוכה געווען צו פארשטיין: "פללאדיקע"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער האט געשריבן:און אז דו ביסט שוין דערביי,


טראנסלירט פון די ענגלישע ווערטער: While you are at it...
כאנאר געוואלט מ'זאל וויסן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מאשקע;

טייטש ביטע אויך איבער דאס: איך וועל דיר זעהן אין אביסל
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער האט געשריבן:מאשקע;

טייטש ביטע אויך איבער דאס: איך וועל דיר זעהן אין אביסל

See you in a while.

א רגע, האסט מיך סתם געוואלט משוגע מאכן יעצט?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לויט ווי דו שרייבסט דא, קען מען דיר מער נישט משוגע מאכן.

אגב, איך מיין אז אין ענגליש זאגט מען דאס: SEE YOU IN A FEW
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער האט געשריבן:לויט ווי דו שרייבסט דא, קען מען דיר מער נישט משוגע מאכן.

איך האב נישט געוואוסט אז דו האלטסט חשבון.
An article a day keeps the babies away
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דיזע געפלוידער, מוזט מען פיללייכט אובערטראגן צום שפראכע אפטיילונג...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זארעכ, איך וואלט עס אריבערגעטראגן ערגעץ אנדערש, אבער די סאניטאציע דעפארטמענט ארבעט דאך נישט היינט...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דיזע שמועס איז באמת שטארק פארפארן, מ'ברויך עס צירוק דרייען צום ארגענעלן אשכול,
מאשקע, שרייב ווייטער דיינע בריוו'ען צו די היימישע אויסגאבעס און צייטונגען, ווי די האסט אונז פארשפראכן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”