"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

שמוע שמעתי!
ראשית כל, להוי ידוע, אז קן ב׳, איז פארמאגט אביסעלע אן אנדערע קאליבער פון ווארע.
כ׳גלייב אז עס וועט נעמען עטליכע קנקנים ביז ס׳וועט זיך טרעפן דאס ריכטיגע ליניע.

פארשטייט זיך אז מיר קענען נישט אנפילן יעדער קן מיט ״גרויסע חידושים וואס האבן געטוישט אדער גערודערט א וועלט״ - אבער דאס מיינט נישט אז עס קומט נישט אזוינע ארטיקלען!

דאס איז יא כדאי צו וויסן - קנקן איז קלאר געצילט פאר בחורים און יונגעלייט.

מיר זע׳מיר נישט קיין מיטל יעריגע פראפעסאר, וואס האט דורכגעטוען ביסטארישע טעמעס דאס גאנצע לעבן און איך קום עס יעצט דערציילן. ס״ה זעמיר א יונגערמאן, וואס האט ליב צו זוכן אינטערסאנטע היסטארישע געשעענישן, און מיר פראבירן עס צו פארברייטערן פון זיטיגע היסטארישע בוכער.
א שטייגער ווי דער חיד״א אינ׳ם טורעם. יעדער ידען ווייסט דערפון ער האט עס געליינט אין מעגל טוב. ווי טרעפט היינט א בחור אדער יונגערמאן א מעגל טוב? נישטא! זיכער נישט אין ישיבה אדער כולל. נו, איז דער יידיע ה א חיודש פאר זיי. מצד השני, דער ידען אמת ער וויסט דערפון, אבער ס׳איז א זייטיגע ידיעה זיינע, דא האמיר עס פארברייטערט און געגעבן א לעבעדיגע בליק דערין. ווי עמיצער האט מיר געזאגט - ״כ׳האב ממש געפילט ווי כ׳באגלייט דער חיד״א אינ׳ם טורעם!״
ווידער מיט׳ן אפעל אים פאדאווא - טאקע די מעשה פאר זיך איז נישט ווער ווייסט וואס - דאך געבט עס א בליק ווי אזוי א ליינען האט אמאל אויסגעזען. אויסער וואס ס׳פארמאגט אין זיך חידושים להלכה, חידושים איבער דער של״ה הק׳ וויילן אין ווענעציא.

קנקן איז נישט געווידמעט בלויז פאר היסטאריע, קנקן איז געווידמעט צו בארייכערן ידיעות, מיינסטנס היסטאריש, אבער אויך הלכה׳דיג און אין אנדערע טעמעס. דאך פארמאגט עס איין ריין היסטאריע רובריק.
דאס איז קלאר אז מיר גייען ממשיך זיין, מיר די סארט ארטיקלן ווי דער חיד״א און אן אפעל אין פאדאווא, אבער זיי נעמען נישט אויף אזויפיל ארט אינ׳ם קנקן ווי די אנדערע סחורה.

וואס איז דא אין קן ב׳?
ראשית כל וועט עס פארמאגן איבער 140 זייטן, דאס הייסט איבער 100 זייטן פון קנקן ווארע (אויסער יחוס, דעקליך תחילה וסוף).
ס׳איז טאקע נישט אנגעפאקט מיט חידושים וואס האבן גערודערט א וועלט - אבער ס׳איז דא שיינע חידושים, וואס כ׳מיין אז אלע ״ידענים״ וועלן טרעפן דערינען פיינע פרישע נייעס.

איך האף אז מיר האבן דא אביסעלע מער קלארער געמאכט ווי אזוי מיר פלאנען אויסצושטעלן די קנקן.
בכבוד רב
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

קוקט אויס פיין. ווארטן מיר מיט שפאנונג. איך וועל עס ווארשיינלעך קויפן נאך א גוטע פאר מאל ביז איך וועל מחליט זיין צו יא אדער נישט וכו. אזא מין שוואכקייט האב איך.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

ווי עס קוקט אויס האט מען לויט די הכנות און מעלדונגען אין בעפארברייטונג צום ערשטן קנקן, ערווארטעט עפעס אן אויפרייס, דער עולם האט שוין ממש געווארט מיט שפאנונג, און אז מ'האט נישט באקומען אזא WOW, איז מען געווארן אביסל דיסעפוינטעד.
לאמיר לאזן די עקספעקטעישנס פאר קנקן ב' אביסל מילדער, פשוטער, ס'קומט אי"ה ארויס דער צווייטער קנקן דעמאלטס און דעמאלטס, עס וועט האבן פארשידענע אינטרעסאנטע חידושים און פארשונגען וכו'. העכסטנס גיב ארויס אביסל פון הונטער די קוליסן וואס מ'האט צו ערווארטן, אבער גארנישט מער. און אזוי וועט יעדע חידוש וואס וועט טאקע זיין אינטרעסאנט בלויז הייבן די סטאקס פון דעם גאנצן קנקן בעזרת ה', און ביים דריטן וועט שוין פארן א באן....
איך וואונטש אייך אסאך סייעתא דשמיא און נשיאות חן.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

ר' קיווי
ס'איז נישט נאר די איבערגעטריבענע הייפ וואס מ'האט געמאכט פארדעם, ס'איז בעיקר די פרייז, וואס חוץ די שוועריגקייט ארויסצונעמען א גלאטן צוואנציגער פאר א קונטרס'ל, זאגט די הויכע פרייז פאר'ן קאסטומער אז דאס איז עפעס ווייסעכוואס, און אז ס'שטעלט זיך ארויס צו זיין נישט ממש אזוי (בלשון המעטה) איז די אנטוישונג גרויס.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך בין נישט געוועהן אנטוישט פון קנקן א'. פונקט פארקערט. און איך האב שוין געליינט מסתם טויזענטער ביכער אין מיין לעבן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

צד תמות האט געשריבן:ר' קיווי
ס'איז נישט נאר די איבערגעטריבענע הייפ וואס מ'האט געמאכט פארדעם, ס'איז בעיקר די פרייז, וואס חוץ די שוועריגקייט ארויסצונעמען א גלאטן צוואנציגער פאר א קונטרס'ל, זאגט די הויכע פרייז פאר'ן קאסטומער אז דאס איז עפעס ווייסעכוואס, און אז ס'שטעלט זיך ארויס צו זיין נישט ממש אזוי (בלשון המעטה) איז די אנטוישונג גרויס.

איך בין געווען געראכטן צו טרעפן אינטרעסאנטע חומר ווי למשל:

די אינסייד סטארי אין די באוואוסטע פרשה צווישן רס״ג און דעם ראש גלותא רבי דוד זכאי.

צי עפעס אינטרעסאנטס איבער די אלדד הדני, דוד הראבני וכו׳

עפעס מאטעריאל איבער די קראים אין זייער 1200 יעריגע היסטאריע מימות ענן עד היום הזה אין שומרון.

אנשטאט דעם טרעפ איך א שיינע מעשה׳לע לכבוד שבת פון אן אפעל אין פאדאווא, אדער דער קעניג אין שול פאר 18 רובל.

איך פארשטיי אז ס׳איז פאר בחורים - אקעי, סאו ביטע רעכן א נארמאלע סכום פון $9.99

ויאכלו ענוים וישבעו. און יעדער (כמעט) וועט זיין צופרידן...
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

אלדד הדני, דוד הראבני, די קראים אין זייער 1200 יעריגע היסטאריע מימות ענן עד היום הזה אין שומרון, די אלע זאכן איז שוין אויסגעדראשן מאה פעמים ח"י. יעדע יאר האט עס א צווייטע אויסגאבע אדער גליון.

איך וואלט ענדערש געוואלט ליינען פון פיגורן און מענטשן פון וועמען כ'האב נאכנישט געהערט אין מיין לעבן. עפעס אזויווי לייבלוי העשלוי, פון וועמען כ'האב שוין אמאל געהערט אבער אביסל פארנעפלט.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס האט מען לויט די הכנות און מעלדונגען אין בעפארברייטונג צום ערשטן קנקן, ערווארטעט עפעס אן אויפרייס, דער עולם האט שוין ממש געווארט מיט שפאנונג, און אז מ'האט נישט באקומען אזא WOW, איז מען געווארן אביסל דיסעפוינטעד.
לאמיר לאזן די עקספעקטעישנס פאר קנקן ב' אביסל מילדער, פשוטער, ס'קומט אי"ה ארויס דער צווייטער קנקן דעמאלטס און דעמאלטס, עס וועט האבן פארשידענע אינטרעסאנטע חידושים און פארשונגען וכו'. העכסטנס גיב ארויס אביסל פון הונטער די קוליסן וואס מ'האט צו ערווארטן, אבער גארנישט מער. און אזוי וועט יעדע חידוש וואס וועט טאקע זיין אינטרעסאנט בלויז הייבן די סטאקס פון דעם גאנצן קנקן בעזרת ה', און ביים דריטן וועט שוין פארן א באן....
איך וואונטש אייך אסאך סייעתא דשמיא און נשיאות חן.

קוק קנקן'ס לעצטע תגובה, לויט ווי איך ליין זיינע ווערטער פרובירט ער טאקע צו זאגן אז מען זאל נישט ערווארטן עפעס מורא'דיג פון קנקן ב', קוקט אויס ער פרובירט צו גיין מיט אזא מהלך.

איינוועגס נוצט ער א סטראטעגיע וואס איך ליין צווישן די שורות, ביסט נישט צופרידן? ווייל ביסט נישט קיין מבין דו אפגעריסענער.... מבינים זענען צופרידן! דו ביסט נישט קיין 'עכטע' היסטאריע-ליבהאבער, די ריכטיגע חברה זענען גרייט צו צאלן ח''י אלפים פאר אזא פראיעקט, וואס פארשטייסטו?.... אזא מהלך וועט אויסדרוקליך נישט ארבעטן, ווייל ליין מאטריאל קויפט מען וואס מ'האט באמת ליב, נאכדערצו פאר אזא סכום, ס'איז נישט קיין אתרוג וואס מ'נעמט אין שול.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

און יאך זאג אז מ'ברויך עים שטיצען ווייל דאס איז די איינציגסטע אויסגעהאלטענע ערליכע אידישע לייען מאטעריאל פון א ערליכע באגלייבטע מענטש
ליידער וואס איך הער זיך אן, מ'קען שוין היינט גארנישט גלייבען
דא ווייס מיר כאטש ווער די ארויסגעבער איז, א חשוב'ע יונגערמאן א בן תורה, לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז מעג צאלען די אכצן שלימים פון מעשר געלט
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אז דו זאגסט אזוי, קען איך דיר זאגן, אז די זאכן פון אויפקומען אז די אדער די מנהג ישראל איז נאר אלט כך וכך און פארדעם [בחסרון ידיעה בנוסח לא ראינו וכדומה] האט דאס נישט עקזיסטירט, איז גארנישט אזוי 'איינציגסטע אויסגעהאלטענע ערליכע אידישע' וואס דו לייגסט אראפ, איך זאג נישט אז דער שרייבער האט דייקא די סארט געדאנקען וואס אנדערע אין דעם פעלד האבן, אבער ס'שפילט אריין אין זייער האנט.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

קלאפער האט געשריבן:אלדד הדני, דוד הראבני, די קראים אין זייער 1200 יעריגע היסטאריע מימות ענן עד היום הזה אין שומרון, די אלע זאכן איז שוין אויסגעדראשן מאה פעמים ח"י. יעדע יאר האט עס א צווייטע אויסגאבע אדער גליון.

איך וואלט ענדערש געוואלט ליינען פון פיגורן און מענטשן פון וועמען כ'האב נאכנישט געהערט אין מיין לעבן. עפעס אזויווי לייבלוי העשלוי, פון וועמען כ'האב שוין אמאל געהערט אבער אביסל פארנעפלט.

רעד נישט אין מיין נאמען

איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט איבער די דריי טעמעס
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

בראשית ברא האט געשריבן:אז דו זאגסט אזוי, קען איך דיר זאגן, אז די זאכן פון אויפקומען אז די אדער די מנהג ישראל איז נאר אלט כך וכך און פארדעם [בחסרון ידיעה בנוסח לא ראינו וכדומה] האט דאס נישט עקזיסטירט, איז גארנישט אזוי 'איינציגסטע אויסגעהאלטענע ערליכע אידישע' וואס דו לייגסט אראפ, איך זאג נישט אז דער שרייבער האט דייקא די סארט געדאנקען וואס אנדערע אין דעם פעלד האבן, אבער ס'שפילט אריין אין זייער האנט.

גא"מ אז אזעלכע סארט ווערק קען זיך אפט גרעניצן מיט השכלה וצריך זהירות יתירה, ובצפייתינו צפינו שלא יצא תקלה מת"י ודי בזה
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:קוק קנקן'ס לעצטע תגובה, לויט ווי איך ליין זיינע ווערטער פרובירט ער טאקע צו זאגן אז מען זאל נישט ערווארטן עפעס מורא'דיג פון קנקן ב', קוקט אויס ער פרובירט צו גיין מיט אזא מהלך.

איינוועגס נוצט ער א סטראטעגיע וואס איך ליין צווישן די שורות, ביסט נישט צופרידן? ווייל ביסט נישט קיין מבין דו אפגעריסענער.... מבינים זענען צופרידן! דו ביסט נישט קיין 'עכטע' היסטאריע-ליבהאבער, די ריכטיגע חברה זענען גרייט צו צאלן ח''י אלפים פאר אזא פראיעקט, וואס פארשטייסטו?.... אזא מהלך וועט אויסדרוקליך נישט ארבעטן, ווייל ליין מאטריאל קויפט מען וואס מ'האט באמת ליב, נאכדערצו פאר אזא סכום, ס'איז נישט קיין אתרוג וואס מ'נעמט אין שול.

חס ושלום - איר האט נישט גוט אפגעליינט מיינע ווערטער:
קן ב׳ פארט אויפ׳ן זעבלער מהלך פון דעקן אומבאקאנטע סיטארישע אנעקדאטן, אבער האט אויך בעסערע סחורה - על כל פנים אזוי זענען מעיד די חברי המערכת.
אוודאי וואלט מיר גערן אנגעשטאפט יעדער קן מיט רייסערישע אויפדעקונגען, אבער ליידער בין איך נישט מער ווי א בשר ודם, איך שטעל צו די סורה וואס מען האט פון מיר געבעטן, און די סחורה וועל בע״ה ווייטע צו שטעלן, מיר האפן צו גיין מעלה מעלה.

ווער האט מיר געבעטן? די וואס האבן געקויפט און זענען געווען צופרידן מיט׳ן פרייז, און האבן נאה געהאט פונ׳ם תוכן.

יעצט לאמיר זיך ווענדן צו די וואס זענען געווארן ענטוישט. ווי איך פארשטיי 10 דאללער איז לשיטתכם ווערט.
למעשה פאר 10 דאלער לוינט מיר נישט עס ארויסצוגעבן - ווייל עס בלייבט מיר פשוט גארנישט איבער, סיידן מען פילט עס אן מיט אדווערטייזמענטס.
איז מיין פראגע, אויב וועלן מיר מוזן אראפ גיין דעם וועג, וועט איר זיין צופרידן אדער דעמאלטס וועט איר שרייען, העי, מיט אדעווטייזמענטס איז עס נאך ווינציגער?
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

קנקן האט געשריבן:

פאר $9.99 פארקויפט מען איבער דאפלט, ממילא פארדינט מען מער אויך.

פיל, פיל מער מענטשן ערלויבן זיך נישט קיין $18 פאר א קנקן, אבער א צענער יא.

פאר $1800 איז מען בודק דעם קנקן בחורין ובסדקין, און מ׳דרוקט אייס אומצופרידנהייט אויף יעדע קליינעקייט וואס שמעק נישט. היתכן, פאר $18 גיסטו דאס???

פאר א צענער האט מען פיל ווייניגער עקפעקטעישאנס.
און די הנאה איז פיל גרעסער.

א WIN WIN פאר יעדן.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

צד תמות האט געשריבן:ר' קיווי
ס'איז נישט נאר די איבערגעטריבענע הייפ וואס מ'האט געמאכט פארדעם, ס'איז בעיקר די פרייז, וואס חוץ די שוועריגקייט ארויסצונעמען א גלאטן צוואנציגער פאר א קונטרס'ל, זאגט די הויכע פרייז פאר'ן קאסטומער אז דאס איז עפעס ווייסעכוואס, און אז ס'שטעלט זיך ארויס צו זיין נישט ממש אזוי (בלשון המעטה) איז די אנטוישונג גרויס.

;l;p-
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האלט אז מען קען לייגן אביסל תורה'דיגע אדווערטייזמענטס, יודישע אדווערטייזמענטס, אין וועט בכלל נישט אראפ נעמען די ערך פין די קובץ - ירחון קנקן, אין איינוועגס וועט עס זיין ביליגער אביסל פאר די חשובע ציבור, אין פארשטייט זיך אז עס וועט זיך פארקויפן פאר אסאך מער שטיקלעך, אין די ריוח וועט זיין אסאך גרעסער.....

סתם אזוי בין איך א מורא'דיגע נייגעריקער מענטש אין היסטאריע, איך קען געלויבט די השי''ת אסאך, אין איך בין דורשטיג פאר נאך אין נאך, נאר פשוט מיין טאש ערלויבט מיר נישט אזוי שטארק צו געבן אזוי פיל געלט, איך וועל מיר מורא'דיג פרייען אז עס וועט זיין ביליגער, וועל איך לויפן אין קויפן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ווייזער האט געשריבן:פאר $9.99 פארקויפט מען איבער דאפלט, ממילא פארדינט מען מער אויך.

אויב פאר 10 דאללער, פארדין איך $0.00 וואס האב איך פון פארקויפן דאפלט?
דער איינציגסטער וועג צו נידערן די פרייז, איז מיט לייגן אדווערטייזמענט - דעריבער איז מיין פראגע.
אויב לייגט מען אדווערטייזמענט, גייט מען האבן טענה׳ס היתכן ס׳איז 10 דאלער, ס׳דארף זיין ווינציגער - אדער ניין, ס׳איז ווערט די 10 דאללער, מיט די אדווערטייזמענט דערינען.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

איך וואלט געצאלט 18 און נישט זעהן קיין אדווערטייזמענטס.
למשל די עמי מגאזין דער יום טוב סוכות האט געשרייט איבער 800 זייטען. רבותי איבער 100 זייטען זענען געוועהן אדווערטייזמענטס...... און מיט דעם אלעם קאסט עס דאפעלט ווייל עס האט אזוי זאך זייטען. ממש אן עקל.....
איך דארף צאלען צו ליינען יענעמס אדווערטייזמענטס?
איין סארט אדווערטייזמענט האלט איך קומט יא אריין וואס וואלט מיר נישט געשטערט, איז אויסדריקלעך נאר פון נייע ספרים וואס קומען ארויס....
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קנקן האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:פאר $9.99 פארקויפט מען איבער דאפלט, ממילא פארדינט מען מער אויך.

אויב פאר 10 דאללער, פארדין איך $0.00 וואס האב איך פון פארקויפן דאפלט?
דער איינציגסטער וועג צו נידערן די פרייז, איז מיט לייגן אדווערטייזמענט - דעריבער איז מיין פראגע.
אויב לייגט מען אדווערטייזמענט, גייט מען האבן טענה׳ס היתכן ס׳איז 10 דאלער, ס׳דארף זיין ווינציגער - אדער ניין, ס׳איז ווערט די 10 דאללער, מיט די אדווערטייזמענט דערינען.

קינדליין געט ארויס יעדע וואך קרוב צו מאה זייטן, כמעט נישט קיין עדס, פאר וויפיל געלט? זיי צאלן נאך א שטאב פון צענדליגער ארבעטער, שרייבער, דעזיינער, מעלער און עטליכע פול טיים מגיהים.

אייער חשבון פון 0 פראפעט נאך 10 דאלער שטומט אויסדרוקליך נישט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

קנקן האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:פאר $9.99 פארקויפט מען איבער דאפלט, ממילא פארדינט מען מער אויך.

אויב פאר 10 דאללער, פארדין איך $0.00 וואס האב איך פון פארקויפן דאפלט?
דער איינציגסטער וועג צו נידערן די פרייז, איז מיט לייגן אדווערטייזמענט - דעריבער איז מיין פראגע.
אויב לייגט מען אדווערטייזמענט, גייט מען האבן טענה׳ס היתכן ס׳איז 10 דאלער, ס׳דארף זיין ווינציגער - אדער ניין, ס׳איז ווערט די 10 דאללער, מיט די אדווערטייזמענט דערינען.

פאר צען טאלער איז מען נישט אזוי שטארק בודק, און מ'גיט עס שנעלער אויס, און אפילו ס'האט אדווערטייזמענטס, איז נישקשה.
איך גלייב אז אויב וועט רוב דערפון זיין אידישע ליכט מעשה'לעך מיט א ZOO אדער א קעניג אין שול, צי די אפעל אין פאדאווא, איז א צענער אויך נישט בארעכטיגט.

א קליינע הערה:
נאך א קליינע הערה, ווען מ'באשרייבט אזא אור אלטע שטאט ווי מיץ, איז וויכטיג פאר די (בחורים) ליינער, צי וויסן וואו איז דאס מיץ היינט צו טאג, וויאזוי הייסט עס אין ענגליש / דייטש.

מאנכע מיינען אז מיץ איז די דיטשע מאגענצע ווי ס'איז פארגעקומען די שרעקליכע פאגראמען און דערמאנט אינעם קינות לט' באב.
אנדערע מיינע אז מיץ איז די גרויסע דייטשע שטאט מינכן. (מיניוק)

דער אמת איז אז מיץ איז היינט אין פראנקרייך. און מ'רופט עס "מעטץ", מיץ איז אמאל געווען דייטשלאנד.
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

גבר ישראל האט געשריבן:איך וואלט געצאלט 18 און נישט זעהן קיין אדווערטייזמענטס.
למשל די עמי מגאזין דער יום טוב סוכות האט געשרייט איבער 800 זייטען. רבותי איבער 100 זייטען זענען געוועהן אדווערטייזמענטס...... און מיט דעם אלעם קאסט עס דאפעלט ווייל עס האט אזוי זאך זייטען. ממש אן עקל.....
איך דארף צאלען צו ליינען יענעמס אדווערטייזמענטס?
איין סארט אדווערטייזמענט האלט איך קומט יא אריין וואס וואלט מיר נישט געשטערט, איז אויסדריקלעך נאר פון נייע ספרים וואס קומען ארויס....

הלואי וואלט די עמי נאר געהאט 100 זייטן עדס אין מיין עמי איז געווען כאטש 350 זייטן מיט עדס

און פאר קנקן וואלט איך געצאלט $10 מיט עדס אזויווי איך צאל $9 פאר די שטערן מיט עדס און איך האלט אז עס ווערט אבער איך גלייב נישט אז איך וואלט געצאלט $18
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קנקן האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:פאר $9.99 פארקויפט מען איבער דאפלט, ממילא פארדינט מען מער אויך.

אויב פאר 10 דאללער, פארדין איך $0.00 וואס האב איך פון פארקויפן דאפלט?
דער איינציגסטער וועג צו נידערן די פרייז, איז מיט לייגן אדווערטייזמענט - דעריבער איז מיין פראגע.
אויב לייגט מען אדווערטייזמענט, גייט מען האבן טענה׳ס היתכן ס׳איז 10 דאלער, ס׳דארף זיין ווינציגער - אדער ניין, ס׳איז ווערט די 10 דאללער, מיט די אדווערטייזמענט דערינען.

קינדליין געט ארויס יעדע וואך קרוב צו מאה זייטן, כמעט נישט קיין עדס, פאר וויפיל געלט? זיי צאלן נאך א שטאב פון צענדליגער ארבעטער, שרייבער, דעזיינער, מעלער און עטליכע פול טיים מגיהים.

אייער חשבון פון 0 פראפעט נאך 10 דאלער שטומט אויסדרוקליך נישט.

אין פרטי קען איך דיר עס ערקלערן.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ווייזער האט געשריבן:א קליינע הערה:
נאך א קליינע הערה, ווען מ'באשרייבט אזא אור אלטע שטאט ווי מיץ, איז וויכטיג פאר די (בחורים) ליינער, צי וויסן וואו איז דאס מיץ היינט צו טאג, וויאזוי הייסט עס אין ענגליש / דייטש.

מאנכע מיינען אז מיץ איז די דיטשע מאגענצע ווי ס'איז פארגעקומען די שרעקליכע פאגראמען און דערמאנט אינעם קינות לט' באב.
אנדערע מיינע אז מיץ איז די גרויסע דייטשע שטאט מינכן. (מיניוק)

דער אמת איז אז מיץ איז היינט אין פראנקרייך. און מ'רופט עס "מעטץ", מיץ איז אמאל געווען דייטשלאנד.

פון קן ב׳ און ווייטער:
יעדער ארטיקל באקומט א צוויי זייטיגע היסטארישע מאפ ווי די שטעט וואס ווערן דערמאנט און אנדערע דערמאנטע שטעט זענען אנגעצייכנט.
״באקענט אייך מט׳ן יאר״ קעסטליך זענען שטארק פארברייטערט געווארן.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כלליות׳דיג.
אויב האלט איר איז עס ווערט 10 דאללער אנגעשטאפט מיט עדס, איז עס ווערט עטליכע דאללער מער ריין פון עדס.
עט מען דאך זאגן, ״אולי״, ״אפשר״, וכדומה - אבער נישט קיין 18 דאללער.
עמיר צולייגן 50 פראצענט מיט סחורה, וועט דאס דעקן די איבעריגע פאר דאללער.
ס׳זעהט מיר אויס אז אפילו לשיטתכם, וועט קן ב׳ זיין ווערט 18 דאללער.
אדער אפשר בין איך נאך אלס נישט גערעכט?!

לאלו השואלים בפרטי:
אויב איז איינער אינטערעסירט אונז צוצושטעלן א ספאנסאר, לזכות את הרבים, בכדי צו נידערן די פרייז, איז דא פון וואס צו רעדן, אבער זיך פארבינדען דורך אימעיל נישט אישי.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך האלט אז מען קען לייגן אביסל תורה'דיגע אדווערטייזמענטס, יודישע אדווערטייזמענטס, אין וועט בכלל נישט אראפ נעמען די ערך פין די קובץ - ירחון קנקן, אין איינוועגס וועט עס זיין ביליגער אביסל פאר די חשובע ציבור, אין פארשטייט זיך אז עס וועט זיך פארקויפן פאר אסאך מער שטיקלעך, אין די ריוח וועט זיין אסאך גרעסער.....

סתם אזוי בין איך א מורא'דיגע נייגעריקער מענטש אין היסטאריע, איך קען געלויבט די השי''ת אסאך, אין איך בין דורשטיג פאר נאך אין נאך, נאר פשוט מיין טאש ערלויבט מיר נישט אזוי שטארק צו געבן אזוי פיל געלט, איך וועל מיר מורא'דיג פרייען אז עס וועט זיין ביליגער, וועל איך לויפן אין קויפן...

איך האב שוין געשריבן מיין מיינונג אין איך שרייב עס איבער נאכאמאל:
אז מען קען רואיג צו לייגן אדווערטייזמענטס, איך זעה נישט קיין פראבלעם אין דעם, אבער נאר תורה'דיג אדער יודישע זאכן, אין מען קען עס רואיג דעקן
ווייל זעט אויס אז הרב יונה קנקן האט עס נישט געזעהן אדער בארמערקט וואס כ'האב געשריבן..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”