טעותים אין אונזערע צייטונגען

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 10:12 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:אויפן פראנט פעידזש אין דער בלאט שטייט אז ס'האט געשנייט מאנטאג...

שניי בליזארד איז לענ"ד אן ערגערע טעות.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 10:16 pm

שוין לאנג וואס איך ווייס (פון קולמע) אז קלאגעס קענען גיין. היינט בין איך געוואויר געווארן אז פאפירן קענען אויך.

(יעדע זאך וואס קען נישט גיין אליין 'טראגט' מען. 'פירן' מיינט העלפן גיין (בערך, כ'רעד די איידיע דערפון). אויף קולמע האט מען 'אריינגעפירט קלאגעס' אנשטאט אריינגעטראגן, און היינט האט מען גאר אריינגעפירט פאפירן.

גאפל
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 10:41 pm

אין מאמענט די וואך
2017-03-16 22.31.03.jpg

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3590
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג מארטש 17, 2017 6:24 am

משהזוךמיר האט געשריבן:וואס איז דאס א 'דזשולערי געשעפט'? וועלכע שפראך?
(מסתם די זעלבע ווי 'אייראפעאישע יוניאן.)

דערמאנסט מיר פון א ווערטל:
דער חילוק פון *** ביז א ***?
וואטש, די סטעפס זענען גליטשיג.
אדער
וואטש, די שטיגן זענען סליפערי.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
משהזוךמיר
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מארטש 17, 2017 6:57 am

פליגל האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:וואס איז דאס א 'דזשולערי געשעפט'? וועלכע שפראך?
(מסתם די זעלבע ווי 'אייראפעאישע יוניאן.)

דערמאנסט מיר פון א ווערטל:
דער חילוק פון *** ביז א ***?
וואטש, די סטעפס זענען גליטשיג.
אדער
וואטש, די שטיגן זענען סליפערי.

גוט גוט!
מיין טאטע זאגט: גיב אכט, די שטיגן זענען גליטשיג.
איך זאג שוין ליידער אמאל וואטש, און סטעפס כמעט אלעמאל.

מונאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מארטש 19, 2017 9:18 am

איך בין נישט דער גרויסער מבין אויף אידישע גראמאטיק, אבער דער הויפט קעפל אין "די צייטונג" די וואך גריצלט מיר עפעס אין די אויערן.

פרעזידענט טראמפ שיקט זיין פערזענליכען אדוואקאט צו "קאנפערירט" מיט איזראעלי און פאלעסטינער פירער.

"צו קאנפערירט" אדער "צו קאנפערירן"? קאנפערירט וואלט ווען געפאסט אויב דער קעפל וואלט זיך געליינט "פרעזידענט טראמפ'ס אדוואקט קאנפערירט מיט ..."

אויך, דער קאממא נאך 'אבאס זאגט' איז לכאורה איבעריג.

דריטנס. פערזענליכען אדער פערזענליכן. (שוין, אויף דעם קען מען זיך דינגען/דינגן..)

די צייטונג.png

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מארטש 19, 2017 11:16 am

די בלאט האט דעי וואך געהאט צוויי ציבור אפטיילונגען, [די דעקלעך] אנשטאט די בילדער אפטיילונג.
סאדאם בן באראק חוסעין

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג מארטש 19, 2017 11:19 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די בלאט האט דעי וואך געהאט צוויי ציבור אפטיילונגען, [די דעקלעך] אנשטאט די בילדער אפטיילונג.

איך האב געמיינט אז נאר אין מיין בלאט איז געשען א טעות....

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מארטש 19, 2017 2:15 pm

Capture.PNG

ער איז נאך אינטער די איינפלוס פון פורים ונהפוך הוא / עד דלא ידע
סאדאם בן באראק חוסעין

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג מארטש 19, 2017 2:40 pm

מונאוויטש האט געשריבן:דריטנס. פערזענליכען אדער פערזענליכן. (שוין, אויף דעם קען מען זיך דינגען/דינגן..)

די צייטונג.png

וואלט לכאורה געדארפט שטיין פערזענליכער
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

מונאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מארטש 19, 2017 3:22 pm

דער בלאט-דער אוצר האט די וואך אן ארטיקל איבער א גרופע סאבאטניקעס אין א שטעטל אין טראנסילוואניע וואס האבן זיך מגייר געווען.

טראנסילוואניע, אדער ווי גערופען אין אידיש: זיבנבירגען, וואו עס האבן זיך געפונען די שטעט סאטמאר און דעעש אד"ג. (אד"ג??)

פארשטאנען? ניין.

אקעי נאכאמאל: (אבער מיט אן אנדערע ווערסיע)
אין טראנסילוואניע (וואו עס געפונען זיך די גרויסע שטעט סאטמאר, דעעש און זיבענבירגען דאס שטיקל לאנד וגו'.

וואס?

סאבאטניקעס.jpg

מגיה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג מארטש 19, 2017 10:24 pm

מונאוויטש האט געשריבן:איך בין נישט דער גרויסער מבין אויף אידישע גראמאטיק, אבער דער הויפט קעפל אין "די צייטונג" די וואך גריצלט מיר עפעס אין די אויערן.

פרעזידענט טראמפ שיקט זיין פערזענליכען אדוואקאט צו "קאנפערירט" מיט איזראעלי און פאלעסטינער פירער.
די צייטונג.png


ביסט אוודאי גערעכט, עס דארף שטיין קאנפערירן, און מ'דארף נישט זיין דער שפראך מפונק עס זאל שטערן ווען די ווערטער קלעפן נישט (און גיי ווייס פארוואס ער ווערט נישט פטור פון דעם אמאליגן ע' אין "פערזענליכען").
ס'איז ב"ה דא א שפע פון טעותים אין די צייטונגען און עס איז כמעט ארויסגעווארפן צייט זיי צו ברענגען, אבער אויף די פאדערשטע זייטן בלייבט פונדעסטוועגן א חידוש ווען אפילו אין יענע געציילטע שורות קען מען נישט אכט געבן.
ביי "קינדערליך" אויפ'ן דעקל זעט מען דאקטורים, און ביי "קינדליין" אויפ'ן דעקל זעט מען א גריס (צווישן אנדערע טעותים).
אויב וועט זיך דאס נישט בעסערן, וועלן אונזערע קינדערלעך זיין פונקט אזעלכע שפראך-אמעראצים ווי זייערע עלטערן...

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:29 am

וואס איז שלעכט מיט א גריס?
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

נכד
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:30 am

מונאוויטש האט געשריבן:דער בלאט-דער אוצר האט די וואך אן ארטיקל איבער א גרופע סאבאטניקעס אין א שטעטל אין טראנסילוואניע וואס האבן זיך מגייר געווען.

טראנסילוואניע, אדער ווי גערופען אין אידיש: זיבנבירגען, וואו עס האבן זיך געפונען די שטעט סאטמאר און דעעש אד"ג. (אד"ג??)

פארשטאנען? ניין.

אקעי נאכאמאל: (אבער מיט אן אנדערע ווערסיע)
אין טראנסילוואניע (וואו עס געפונען זיך די גרויסע שטעט סאטמאר, דעעש און זיבענבירגען דאס שטיקל לאנד וגו'.

וואס?

סאבאטניקעס.jpg



אגב,
די גאנצע מעשה דאכט זיך מיר ווערט אראפ געברענגט אין ״כתב זאת זכרון״ ביי די אייניקליך פונעם חת״ם סופר. ערגעץ ביי זייטן 160-162-168 עייש ותמצא נחת.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מארטש 20, 2017 7:53 am

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט א גריס?

דער שם דבר איז א 'גרוס'. א פעולה איז גריסן.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:25 am

מ׳מעג שוין אויסזאגן פאר די איד שרייבער אז די בריטישע שפיאנאזש אגענטורן הייסן עמ.איי.5, עמ.איי.6 וכדו׳. נישט ווי זיי שרייבן עמ15, עמ16.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג מארטש 20, 2017 1:16 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט א גריס?

דער שם דבר איז א 'גרוס'. א פעולה איז גריסן.


איך מיין אז עס האט זיך דיר געדוכטן

ר' יו"ט עהרליך זינגט "א גריס אייך פון די שטעטעלאך", ער וואלט ווען געדארפט זאגן "א גרוס" לפי דבריך

בכלל איך געדענק נישט אזא ווארט ווי "גרוס", לפי ידיעתי איז נישטא אזא ווארט אין די אידישע לעקסיקאן

אוועטאר
משהזוךמיר
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מארטש 20, 2017 1:55 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט א גריס?

דער שם דבר איז א 'גרוס'. א פעולה איז גריסן.


איך מיין אז עס האט זיך דיר געדוכטן

ר' יו"ט עהרליך זינגט "א גריס אייך פון די שטעטעלאך", ער וואלט ווען געדארפט זאגן "א גרוס" לפי דבריך

בכלל איך געדענק נישט אזא ווארט ווי "גרוס", לפי ידיעתי איז נישטא אזא ווארט אין די אידישע לעקסיקאן

עס איז ברור אז עס איז יא דא אזא ווארט ווי גרוס, און אויב מיין זכרון דינט מיר זינגט טאקע ר' יו''ט א 'גרוס'. איך וועל עס באלד נאכקוקן.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:11 pm

וואס ר' יו"ט זינגט ווייס איך נישט , אבער אינעם ביכל שרייבט ער א גרוס נישט א גריס.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 16878
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:19 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס ר' יו"ט זינגט ווייס איך נישט , אבער אינעם ביכל שרייבט ער א גרוס נישט א גריס.

איר פארמאגט דעם אריגענעלן ביכל? ווייל פון די היינטיגע זאלט איר קיין ראי' ברענגען, ס'איז מלא טעותים.

נאט אייך א גריס
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:22 pm

איך האב אריינגעלייגט אויף גוגל 'א גרוס אייך פון די שטעטאלעך' און באזונדער ' א גריס אייך פון די שטעטאלעך', א גריס איז נישט געווען קיין שום רעזולטאטן, א גרוס איז ארויפגעקומען ר' יו"ט ערליך.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

מונאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:28 pm

farshlufen האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס ר' יו"ט זינגט ווייס איך נישט , אבער אינעם ביכל שרייבט ער א גרוס נישט א גריס.

איר פארמאגט דעם אריגענעלן ביכל? ווייל פון די היינטיגע זאלט איר קיין ראי' ברענגען, ס'איז מלא טעותים.

נאט אייך א גריס

ר' יו"ט ערליך פלעגט זאגן א מלופים מיט א קמץ הברה? אויב נישט איז נישט א ראי'.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 16878
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:36 pm

מונאוויטש האט געשריבן:ר' יו"ט ערליך פלעגט זאגן א מלופים מיט א קמץ הברה?

יא, הערט שלאף מיין קינד
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מאנטאג מארטש 20, 2017 8:52 pm

אינעווייניג שרייבן זיי יא גרוס.
אזוי צו אזוי איז ביי איינס א טעות.
[צווישן אנדערע גרייזן כדברי מגיה]
צוגעלייגטע
גרוס.jpg

אוועטאר
משהזוךמיר
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג מארטש 21, 2017 1:49 am

מונאוויטש האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס ר' יו"ט זינגט ווייס איך נישט , אבער אינעם ביכל שרייבט ער א גרוס נישט א גריס.

איר פארמאגט דעם אריגענעלן ביכל? ווייל פון די היינטיגע זאלט איר קיין ראי' ברענגען, ס'איז מלא טעותים.

נאט אייך א גריס

ר' יו"ט ערליך פלעגט זאגן א מלופים מיט א קמץ הברה? אויב נישט איז נישט א ראי'.

יא, 95% פלעגט ער אזוי רעדן. צומאל האט ער געזאגט 'אונזער' מלאופם.

וועלכע קאסעטע איז דער ניגון?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט