די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

אחראי: יאנאש

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

דאס גייט שוין אן זייט אברהם אבינו, זיי גלייבן אין באשעפער,

זיי דינען אים און פראבירן צו זיין די מערסטע גלויביג צום אייבערשטן וואס איז שייך,

זייערע נביאים זענען מער נישטא, אבער אביסל זענען פארשריבן, עס איז די צווייטע און די דריטע חלק פון די תנ"ך

זייערע רעליגיע ווערט היינט צוטאגס איבערגעגעבן דורך צדיקים וגאונים וגדולי הרבנים יראי השם וחושבי שמו,

וואס נאך איז דיר שווער?
The Divided States Of America
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

גאר גאר שטארק הרב @טישטוך

שרייב אפטער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די אייציגסטע רעליגיע ארגומענט וואס איך קען הערן בנוגע וואקסינען איז אלס "ונשמרתם". אויב די מענטשן האלטן אז עס א סכנה, קענען זיי אפשר ניצן דעם תירוץ.

אבער מיט וואס איז דא מער פנימיות'דיג?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

אחד הרבנים האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן לאנגע מגילות,
איך וועל פראבירן אין דריי פונקטן,
די ערשטע, אפשר האט דאס טאקע יא מיט רעליגיע? נאר די היימישע אידן וואס זענען נישט גענוג פנימיות'דיג רעליגיעז פארשטייען אז דאס איז א אנשיקעניש, משא"כ די וואס זענען יא, זעהען אין דעם א יסוד פאר רעליגיע
ווי אויך איז דא די אידישע קעמפליקס ווי אזוי דער גוי וועט מיר אנקוקן, משא"כ ביי די גוים, ממילא וועט אטאמאטיש דער רעליגיעזער גוי שנעלער ארויסקומען

פונקט נאמבער צוויי, (מוגה)

פונקט נאמבער דריי, סאם האו זענען די ליבערל גוים מכריע וואס די פאקטן זאלן זיין, און ווי אזוי מ'מעסט אפ וועלכע זאך איז אמת, למשל זיי האבן סאם האו מחליט געווען אז א זאך וואס מ'קען נישט אויפווייזן האט א דין ווי עס עקזיסטירט נישט, ווי אויך זענען זיי די מכריע וואס איז נארמאל,

אפשר איז צייט צו אריינקלערן אין יעדע קאנספיראציע אויב עס מאכט סענס אבער נישט, און דורך דעם מחליט זיין וואס צו אננעמען?

סוף כל סוף זענען מיר נאכנישט אינגאנצן משוגע, און מ'נעמט נאך נאר אן זאכן וואס מאכן סענס,

אפשר איז מער ריכטיג צו מאכן באשלוסן לויט וואס עס מאכט סענס, און נישט לויט וואס געוויסע שטודירטע גוים האבן מחליט געווען אז יענס זענען די ריכטיגע מעסטערס?

ווען איז אויפגעקומען די פנימיות׳דיגע רעליגיע? וואס איז דאס? זיי גלייבן אין באשעפער, דינען לשמש וירח אדער זענען דאס גאר געצען דינער א שטייגער ווי הינדוס און בודהיסטען?
ווער איז זייער נביא וואס גיט זיי איבער זייער רעליגיע?

אן נעמען א שטעלע אין יענע מחלוקה,
איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב כלפי די מחלוקה צווישן די חסידים מיט די מתנגדים האסטו אויך די אלע קשיות, אויב יא וועם פרעגסטו דאס, און אויב נישט פארוואס טאקע נישט
The Divided States Of America
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יש בו האט געשריבן:דאס גייט שוין אן זייט אברהם אבינו, זיי גלייבן אין באשעפער,

זיי דינען אים און פראבירן צו זיין די מערסטע גלויביג צום אייבערשטן וואס איז שייך,

זייערע נביאים זענען מער נישטא, אבער אביסל זענען פארשריבן, עס איז די צווייטע און די דריטע חלק פון די תנ"ך

זייערע רעליגיע ווערט היינט צוטאגס איבערגעגעבן דורך צדיקים וגאונים וגדולי הרבנים יראי השם וחושבי שמו,

וואס נאך איז דיר שווער?

איר קענט ביטע אנצייכענען א מ"מ סיי-ווי אין: תנ"ך, ש"ס, שו"ע, פוסקים, שו"ת, ספרי יראה, ספרי חסידות וואו עס שטייט עפעס וואס פארבינדט די אלע לה"ר'לעך גלויבער צו די תוה"ק?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראנדער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:43 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראנדער »

יש בו האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן לאנגע מגילות,
איך וועל פראבירן אין דריי פונקטן,
די ערשטע, אפשר האט דאס טאקע יא מיט רעליגיע? נאר די היימישע אידן וואס זענען נישט גענוג פנימיות'דיג רעליגיעז פארשטייען אז דאס איז א אנשיקעניש, משא"כ די וואס זענען יא, זעהען אין דעם א יסוד פאר רעליגיע
ווי אויך איז דא די אידישע קעמפליקס ווי אזוי דער גוי וועט מיר אנקוקן, משא"כ ביי די גוים, ממילא וועט אטאמאטיש דער רעליגיעזער גוי שנעלער ארויסקומען

פונקט נאמבער צוויי, (מוגה)

פונקט נאמבער דריי, סאם האו זענען די ליבערל גוים מכריע וואס די פאקטן זאלן זיין, און ווי אזוי מ'מעסט אפ וועלכע זאך איז אמת, למשל זיי האבן סאם האו מחליט געווען אז א זאך וואס מ'קען נישט אויפווייזן האט א דין ווי עס עקזיסטירט נישט, ווי אויך זענען זיי די מכריע וואס איז נארמאל,

אפשר איז צייט צו אריינקלערן אין יעדע קאנספיראציע אויב עס מאכט סענס אבער נישט, און דורך דעם מחליט זיין וואס צו אננעמען?

סוף כל סוף זענען מיר נאכנישט אינגאנצן משוגע, און מ'נעמט נאך נאר אן זאכן וואס מאכן סענס,

אפשר איז מער ריכטיג צו מאכן באשלוסן לויט וואס עס מאכט סענס, און נישט לויט וואס געוויסע שטודירטע גוים האבן מחליט געווען אז יענס זענען די ריכטיגע מעסטערס?

ווען איז אויפגעקומען די פנימיות׳דיגע רעליגיע? וואס איז דאס? זיי גלייבן אין באשעפער, דינען לשמש וירח אדער זענען דאס גאר געצען דינער א שטייגער ווי הינדוס און בודהיסטען?
ווער איז זייער נביא וואס גיט זיי איבער זייער רעליגיע?

אן נעמען א שטעלע אין יענע מחלוקה,
איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב כלפי די מחלוקה צווישן די חסידים מיט די מתנגדים האסטו אויך די אלע קשיות, אויב יא וועם פרעגסטו דאס, און אויב נישט פארוואס טאקע נישט

ב"ה אז עס איז נאך דא אויף די וועלט עטליכע אידן וואס גלייבן נאך אין השי"ת.

אחד הי' אברהם..............
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

farshlufen האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:דאס גייט שוין אן זייט אברהם אבינו, זיי גלייבן אין באשעפער,

זיי דינען אים און פראבירן צו זיין די מערסטע גלויביג צום אייבערשטן וואס איז שייך,

זייערע נביאים זענען מער נישטא, אבער אביסל זענען פארשריבן, עס איז די צווייטע און די דריטע חלק פון די תנ"ך

זייערע רעליגיע ווערט היינט צוטאגס איבערגעגעבן דורך צדיקים וגאונים וגדולי הרבנים יראי השם וחושבי שמו,

וואס נאך איז דיר שווער?

איר קענט ביטע אנצייכענען א מ"מ סיי-ווי אין: תנ"ך, ש"ס, שו"ע, פוסקים, שו"ת, ספרי יראה, ספרי חסידות וואו עס שטייט עפעס וואס פארבינדט די אלע לה"ר'לעך גלויבער צו די תוה"ק?

פעיק ניוז האט געשריבן:די אייציגסטע רעליגיע ארגומענט וואס איך קען הערן בנוגע וואקסינען איז אלס "ונשמרתם". אויב די מענטשן האלטן אז עס א סכנה, קענען זיי אפשר ניצן דעם תירוץ.

אבער מיט וואס איז דא מער פנימיות'דיג?

איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא פון וואקסינען,

אויפן שפיץ גאפל,
א גוי האט נישט קיין נאמנות נאר אויב עס איז דא די ענין פון מרתות,(איך ספעלל עס גוט?) וואס ביי וואקסינען איז עס נישט דא,,
די פראבלעם און די איסור און די אומווערדיקייט פון האבן אזויפיל נאמנות אין א גוי, ווערט ברייט אויסגעשמועס אין אלע ספרים הקדושים,
The Divided States Of America
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

Programming האט געשריבן:געפעלט מיר ווי די קאנספיראציע גלויביגע מיינען נאך אז דורך נישט נעמען די וואקסין זענען זיי פארזיכערט פון די טשיפס. ר' איד יעדעס מאל דו גייסט צום דאקטאר לייגט מען דיר אריין כל מיני טשיפס, וואס האסטו זיך יעצט אויפגעוועקט? אפגעזען אז יעדער וואס איז יונגער ווי 40 יאר האט שוין באקומען די טשיפס גראד ביים געבורט אין שפיטאל. לויט ווי א גרויסער דאקטאר האט אויפגעדעקט איז עס גאר די טשיפס וואס מאנעוורירן דעם מוח זיך צו קעגנשטעלן דעם וואקסין, ווייל די נייע טשיפס ארבעטן נישט אזוי גוט מיט די אלטע, דאס איז א מלחמה צווישן די ראטשילד'ס און די היינטיגע היי טעק חברה. לאמיר נישט זיין קיין נאראנים און לאזן אונזער קערפער אויסגעשטעלט צו א שעדליכע מחלה בלויז צו באפרידיגן די ראטשילד'ס הונגער פאר מאכט.

פיין געזאגט.

איך ווינדער מיך אויך פארוואס פונקט דער ״וואקסין״ איז דאס וואס פארמאגט טשיפס צי ווייסעכוואס..? פארוואס נישט טיילענאל אדער די וואסער פון די סינק? פונקט אין וואקסינען האבן די גרויזאמע מאנסטערס אין די רעגירונג אפגעמאכט אריינצולייגן טשיפקעס?

אויך, פארוואס בכלל איז ״וואקסין״ דער צענטער באזע פאר אלע קאנספיראציעס? וואס איז פשט דערפון?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פעיק ניוז האט געשריבן:די אייציגסטע רעליגיע ארגומענט וואס איך קען הערן בנוגע וואקסינען איז אלס "ונשמרתם". אויב די מענטשן האלטן אז עס א סכנה, קענען זיי אפשר ניצן דעם תירוץ.

אבער מיט וואס איז דא מער פנימיות'דיג?

על הצד אז עס איז שעדליך, פעלט נישט אויס צו ניצן פארן גוי דעם תירוץ פון רעליגיע. על הצד אז עס איז שעדליך פארשטייט דער גוי אויך אז מ'דארף ווערן עקזעמט.

די גאנצע שאלה איז צו איז עס "בעצם" קעגן די רעליגיע, א שטייגער ווי די מוסלעמענער וואס האבן פראבלעמען דערמיט ווייל ס'ליגט דארט טישו פון בעלי חיים. דאס הייסט אז ס'איז בעצם קעגן זייער גלויבן, און דערפאר אפגעזעהן צו עס איז שעדליך אדער נישט, קענען זיי עס נישט נעמען, און דארפן ווערן עקזעמט.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יש בו האט געשריבן:איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא פון וואקסינען,

אויפן שפיץ גאפל,
א גוי האט נישט קיין נאמנות נאר אויב עס איז דא די ענין פון מרתות,(איך ספעלל עס גוט?) וואס ביי וואקסינען איז עס נישט דא,,
די פראבלעם און די איסור און די אומווערדיקייט פון האבן אזויפיל נאמנות אין א גוי, ווערט ברייט אויסגעשמועס אין אלע ספרים הקדושים,

וויאזוי 'נאמנות' קומט דא אריין ווייסט איין באשעפער, און פארוואס דער פראבלעם קומט דייקא אריין ביי וואקסינען, ווייסט ער אויך.

מיר איז נאר אינטערעסאנט צו ווען דו האסט א שאלה אין געזעץ, צו האסטו דאן "נאמנות" אין א לויער?

וואס טוט זיך מיט "נאמנות" אין א ארכיטעקט ווען עס קומט צו בויען א געביידע?

האו אבאוט "נאמנות" אינעם פילאט ווען דו פארסט אויף א פליגער?

צו האסטו שוין געקלערט איבער די הארבע שאלות אין "נאמנות" וואס מאכט זיך ווען א דאקטאר הייסט אפערירן?

און צום שלוס, קומען דען נישט די אלע קאנספיראציעס פון די וואס עס גילט נישט ביי זיי "נאמנות", צו זיי זענען גאר אידיש?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פלטיאל האט געשריבן:

אויב איז דא מרתות, האט ער יא א נאמנות,

יעצט מאך דיר אליין די חשבון

(מרתות מיינט דער גוי האט א פחד פון געכאפט ווערן, אז ער קען ליידן קאנסעקווענצעס, (איך בין נישט זיכער אויב עס איז כללים ווי שטארק די קאנסעקווענצעס זענען)
The Divided States Of America
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש בו האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:דאס גייט שוין אן זייט אברהם אבינו, זיי גלייבן אין באשעפער,

זיי דינען אים און פראבירן צו זיין די מערסטע גלויביג צום אייבערשטן וואס איז שייך,

זייערע נביאים זענען מער נישטא, אבער אביסל זענען פארשריבן, עס איז די צווייטע און די דריטע חלק פון די תנ"ך

זייערע רעליגיע ווערט היינט צוטאגס איבערגעגעבן דורך צדיקים וגאונים וגדולי הרבנים יראי השם וחושבי שמו,

וואס נאך איז דיר שווער?

איר קענט ביטע אנצייכענען א מ"מ סיי-ווי אין: תנ"ך, ש"ס, שו"ע, פוסקים, שו"ת, ספרי יראה, ספרי חסידות וואו עס שטייט עפעס וואס פארבינדט די אלע לה"ר'לעך גלויבער צו די תוה"ק?

פעיק ניוז האט געשריבן:די אייציגסטע רעליגיע ארגומענט וואס איך קען הערן בנוגע וואקסינען איז אלס "ונשמרתם". אויב די מענטשן האלטן אז עס א סכנה, קענען זיי אפשר ניצן דעם תירוץ.

אבער מיט וואס איז דא מער פנימיות'דיג?

איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא פון וואקסינען,

אויפן שפיץ גאפל,
א גוי האט נישט קיין נאמנות נאר אויב עס איז דא די ענין פון מרתות,(איך ספעלל עס גוט?) וואס ביי וואקסינען איז עס נישט דא,,
די פראבלעם און די איסור און די אומווערדיקייט פון האבן אזויפיל נאמנות אין א גוי, ווערט ברייט אויסגעשמועס אין אלע ספרים הקדושים,

סאו ווען א גוי זאגט עפעס דארף מען גלייך גיין טון פונקט פארקערט פון וואס ער זאגט, איא? הלמאי ער האט נישט קיין נאמנות.
די מיינונגען פון די אנטי וואקסינען קומען אויך פון גוים.

אודאי טאר מען נישט טראסטן בלינדערהייט. אבער קאם אן, פון וויסן בעפאר מען מאכט א באשלוס וואס מען באשליסט, ביז ממש לעבן מיט אן אינערליכן טריגער אלעמאל צו גיין מיט'ן 'פארקערטן' מיינונג. איז אדער סתם א תאוה צו זיין דיפרענט פון מעינסטריעם, אדער א רעזולטאט פון פאוביעס. און אודאי און אודאי קומט דאס נישט פון פנימיות התורה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

פלטיאל האט געשריבן:וויאזוי 'נאמנות' קומט דא אריין ווייסט איין באשעפער, און פארוואס דער פראבלעם קומט דייקא אריין ביי וואקסינען, ווייסט ער אויך.

איך וועל פראבירן דיר העלפן

פלטיאל האט געשריבן:מיר איז נאר אינטערעסאנט צו ווען דו האסט א שאלה אין געזעץ, צו האסטו דאן "נאמנות" אין א לויער?

יא, ווייל אויב וועט ער מיר נישט זיין געטריי קען איך איהם סוען אוטן ער וועט באשטראפט ווערן

פלטיאל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט "נאמנות" אין א ארכיטעקט ווען עס קומט צו בויען א געביידע?

יא, ווייל אויב וועט ער בויען נישט פארזיכערט, קען איך איהם סוען און ער וועט באשטראפט ווערן

פלטיאל האט געשריבן:האו אבאוט "נאמנות" אינעם פילאט ווען דו פארסט אויף א פליגער?

יא, ווייל אויב וועט ער נישט פירן דעם פליגער כדבעי וועט ער מיט קומען מיט מיר צו וואו איך וועל אנקומען...

פלטיאל האט געשריבן:צו האסטו שוין געקלערט איבער די הארבע שאלות אין "נאמנות" וואס מאכט זיך ווען א דאקטאר הייסט אפערירן?

האט ער אויך נאנמנות ווייל אויב וועט ער עובר זיין אויף יעצנו רע, קען איך איהם סוען און ער וועט באשטראפט ווערן

ביי וואקסינען, זענען די קאמפעניס באשיצט פון סיי וועלכע אנקלאגעס, און דעריבער האבן זיי נישט קיין נאמנות!!

יעצאט איז דיר שוין פארענטפערט?
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יש בו האט געשריבן:איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן לאנגע מגילות,
איך וועל פראבירן אין דריי פונקטן,
די ערשטע, אפשר האט דאס טאקע יא מיט רעליגיע? נאר די היימישע אידן וואס זענען נישט גענוג פנימיות'דיג רעליגיעז פארשטייען אז דאס איז א אנשיקעניש, משא"כ די וואס זענען יא, זעהען אין דעם א יסוד פאר רעליגיע
ווי אויך איז דא די אידישע קעמפליקס ווי אזוי דער גוי וועט מיר אנקוקן, משא"כ ביי די גוים, ממילא וועט אטאמאטיש דער רעליגיעזער גוי שנעלער ארויסקומען

פונקט נאמבער צוויי, (מוגה)

פונקט נאמבער דריי, סאם האו זענען די ליבערל גוים מכריע וואס די פאקטן זאלן זיין, און ווי אזוי מ'מעסט אפ וועלכע זאך איז אמת, למשל זיי האבן סאם האו מחליט געווען אז א זאך וואס מ'קען נישט אויפווייזן האט א דין ווי עס עקזיסטירט נישט, ווי אויך זענען זיי די מכריע וואס איז נארמאל,

אפשר איז צייט צו אריינקלערן אין יעדע קאנספיראציע אויב עס מאכט סענס אבער נישט, און דורך דעם מחליט זיין וואס צו אננעמען?

[color=#FF0000]סוף כל סוף זענען מיר נאכנישט אינגאנצן משוגע, און מ'נעמט נאך נאר אן זאכן וואס מאכן סענס,

אפשר איז מער ריכטיג צו מאכן באשלוסן לויט וואס עס מאכט סענס, און נישט לויט וואס געוויסע שטודירטע גוים האבן מחליט געווען אז יענס זענען די ריכטיגע מעסטערס?
[/color]

איך ווייס נישט פון וועלכע רעליגיע איר רעד. אין מיין רעליגע, ווייסט מען וואס הייסט ונשמרתם מאוד, ווי אויך ווייסט מען ורפא ירפא, מכאן שניתן רשות לרופא...

פונקט נומבער דריי... איך פארשטיי באמת נישט ווי עס קומט דא אריין ליבעראלע גויים, און וואס מען מאכט סענס. וכו'. איך וועל אייך מסביר זיין מיט א משל. איך האב א חבר, וואס איז ליידער א מומר לתיאבון... נו, דארף מען דאך א תירוץ, זאגט ער איך גלייב נישט אין גיהנום. וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו הערען, Boo! Colorwar! it was all a joke. זאג איך אים, וועסט נישט גלייבן, מען וועט דיך אריינשלעפען אין גיהנם און דיך געבען אזאלעכע מכות, און די וועסט שרייען "איך גלייב נישט! איך גלייב נישט!". די מיינסט אז עס ווייניגע וויי טוהן ווייל די וועסט שרייען איך גלייב נישט?

לענינינו... סוף כל סוף זענען די אנטי'ס יא אינגאנצן משוגע, און זיי זאגן זאכן וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס. פאליע איז אוועקגעגאנגן נאכדעם ווא גאנץ אמעריקא איז געווארן איינגעשפאנט אין די באקאנטע March of The Dimes און "איעדער" איז געווארן vaccinated! און ניין, עס איז נישט אוועקגעגאנגען וועגען מען האט געהאט בעסערע hygiene and flushing toilets. דאס איז איינע פון די גרעסטע myths און שקרים פון די אנטיק וואקסין movement!!! אמעריקא האט שוין געהאט 99% flushable toilets and running water בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה!

איר קענט אפמאכן וואס מאכט סענס. איר קענט אפמאכן אז עס מאכט סענס אז the earth is flat. אבער דאס וועט נישט טוישן די מציאות אז די וועלט איז רינדעכיג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יש בו האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא פון וואקסינען,

אויפן שפיץ גאפל,
א גוי האט נישט קיין נאמנות נאר אויב עס איז דא די ענין פון מרתות,(איך ספעלל עס גוט?) וואס ביי וואקסינען איז עס נישט דא,,
די פראבלעם און די איסור און די אומווערדיקייט פון האבן אזויפיל נאמנות אין א גוי, ווערט ברייט אויסגעשמועס אין אלע ספרים הקדושים,

וויאזוי 'נאמנות' קומט דא אריין ווייסט איין באשעפער, און פארוואס דער פראבלעם קומט דייקא אריין ביי וואקסינען, ווייסט ער אויך.

מיר איז נאר אינטערעסאנט צו ווען דו האסט א שאלה אין געזעץ, צו האסטו דאן "נאמנות" אין א לויער?

וואס טוט זיך מיט "נאמנות" אין א ארכיטעקט ווען עס קומט צו בויען א געביידע?

האו אבאוט "נאמנות" אינעם פילאט ווען דו פארסט אויף א פליגער?

צו האסטו שוין געקלערט איבער די הארבע שאלות אין "נאמנות" וואס מאכט זיך ווען א דאקטאר הייסט אפערירן?

און צום שלוס, קומען דען נישט די אלע קאנספיראציעס פון די וואס עס גילט נישט ביי זיי "נאמנות", צו זיי זענען גאר אידיש?

אויב איז דא מרתות, האט ער יא א נאמנות,

יעצט מאך דיר אליין די חשבון

(מרתות מיינט דער גוי האט א פחד פון געכאפט ווערן, אז ער קען ליידן קאנסעקווענצעס, (איך בין נישט זיכער אויב עס איז כללים ווי שטארק די קאנסעקווענצעס זענען)

און ווידער, וואו קומט אריין "נאמנות" אין בילד דא?

ווי ווייט איך ווייס איז "נאמנות" א דיון ווען עס קומט צו איסור והיתר, ד"ה צו מתיר זיין א "איסור" געבויעט אויף "נאמנות" פון א גוי. יעצט שטעל מיר צוזאם די פאזל פון וואקסינען צו דיני נאמנות, עפעס בין איך זייער צומישט.

ואגב, די קאנספיראציעס און באשולדיגונגען אקעגן וואקסינען, קומען דען נישט פון גויים? וויאזוי האבן זיי יא זוכה געווען צו "נאמנות"?

איך בין דיזי.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

Kosher Travel האט געשריבן:ווי אויך ווייסט מען ורפא ירפא, מכאן שניתן רשות לרופא...

מען רעדט נישט דא פון קראנקע מענטשן וועלעכע דארפן זיך גיין היילן [וואס דאס איז א נושא פאר זיך], מען רעדט דא פון געזונטע מענטשן זאלן גיין צו א דאקטער זיך אויסצוהיטן פון קראנק ווערן, וואס דאס האט דאך שוין לכאורה גארנישט מיט 'ורפא ירפא' - נאכדערצו אז לפי שיטתם איז דא דערין א חשש סכנה.

סוי, צו זאגן פאר א געזונטע מענטש זאל גיין צו א דאקטער זיך אריינלייגן אין א חשש סכנה [לפי שיטתם] - כדי נישט צו ווערן קראנק אלהבא, ווייס איך נישט אויב ורפא ירפא איז שייך ביי דעם.

#איך קלער נאר.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צו בארואיגן אביסל די אנגעצוינגייט דא.

סאיז קלאר יא דא פלאץ מפלפל צו זיין הלכה'דיג איבער וואקסין.

ראשית, איז אין יעדע פרט אין אונזער לעבן דא א מיינונג און מקור אין הלכה, וואס דען מיינט א "שלחן ערוך" איד?

ווער שמועסט נאך חסידישע אידן וועלעכע פרעגן און שמועסן זיך איבער יעדע באשלוס מיט זייער רבי אדער מורה דרך. איך כאפ נישט ווי ס'קומט אריין דא היות דאקטורים זאגן מילא האט נישט די הלכה אריינצורעדן, דעס שטימט עפעס נישט.

ווער רעדט נאך פון וואקסינס וואס איך ווער פארארדנט צו נעמען פארן בענעפיט פונעם כלל. האב איך א חיוב אדער א רעכט צו נעמען א איינשפריץ אין מיין קערפער וואס איז באגלייט מיט ריזיקעס אפילו ווען איך בין איבערצייגט אז ס'איז לטובת הכלל?

בנידון דידן, אז די רעגירונג האט נישט גענוצט די געווענליכע זיכערהייטס פרוצעדורן צו באשטעיגן די וואקסינס, האט די הלכה נישט קיין מקום ארייצורעדן צו דאס הייסט רפואה?

ווען "רוב דאקטורים" האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און עקספיריענס אין די ענינים נאר פארלאזן זיך אויף די CDC וכדומה, הייסט דאס נאכאלץ "רוב דאקטורים" האלטן?

איז די צוגאנג פונעם גוי אז לטובת די אלגעמיינע טובה פון די באפעלקערונג איז מען גרייט צו נעמען פארשידענע ריזעקעס אדער גאר מיר ענג מאכן דאס לעבן אויב טוה איך עס נישט. איז דאס אויסגעהאלטן אידישליך?

אויב ס'איז אמת אז די געווענליכע "לייעביליטי" געזעצן זענען געלייגט געווארן אין א זייט, האט נישט די הלכה א מקום אריינצורעדן דערין?

די נקודה איז אז די נושא איז גענוג קאמפליצירט און פארצווייגט, ס'פעלט נישט ווילדע קאנספיראציעס וואס נעמט ארויס יעדעם פון גלייכגעוויכט און שאפט א דיסטראסט און א ריס צווישן ביידע זייטן פונעם ספעקטורם.

צו זאגן אז נאר רבנים וועלכע פארשטייען צו די נושא קענען אריינרעדן איז אביסל חוצפה און אסאך טיפשות. דער רב ווייסט דאס אליין. א איד וועלכע לערנט תורה און פסקנט שאלות פאר אידישע שטובער דארף נישט מיין הדרכה ווען און איבערוואס ער מעג יא אדער נישט פסקענען.

דער פותח האשכול און אזוי אויך דעם קעפל באציט זיך בעיקר אויף די אנשיקעניש פון קאנספירציעס וואס פלאגט די וועלט אין אלגעמיין און האט זיך ליידער אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור, ער האט פשוט געניצט דע וואקסינס אלץ דעם ביישפיל ווייל דאס איז איצט אויפן סדר היום.

ועל זה אנו דנין!

דאס דארף מען אפשלאגן בכל חומר אז מ'זאל מיט ישוב הדעת און נארמאלקייט דן זיין איבער וויאזוי צו בייקומען דעם שרעקליכן וויירוס.

די לעצטע פאר תגובות איז געווארען איבער די ווארהייט פון די קאנספיראציעס. א טייל שרייבערס זענען אריינגעשלעפט געווארן אין זינלאזע ענדלאזע דעבאטעס.

ווי איך פארשטיי איז דיזער אשכול נישט איבער סיי וועלכע קאנספיראציע נאר איבער די מחלה פון קאנספיראציעס און קאנספיראטארן אין אלגעמיין. בעיקר וויאזוי מ'קען דאס אויסרייסן אדער כאטשיג מינימיזירן ביי שלומי אמוני ישרא'.

און דא קום איך צוריק, אז היות דאס איז נוגע פארן כלל, ס'איז נישט ווי איך וויל וויסן ביי וויפיל וואכן נאכן געבורט פון א קינד מ'האט זיך ביי אונז געפירט אז נשים גייען שוהל הערן עולה זיין. ממילא וועט דאס נישט ווערן פאראכטן אנע דעם וואס מאכטפולע רבנישע קערפארשאפטן קומען ארויס מיט קלארע הוראות.

זיך אריינלאזן דא אין די דעטאלן פון די וואקסין קאנספיראציע איז ענדלאז ווען יעדער לעבט אין גאר א צווייטע פלאנעט איבער רעגירונג, דאקטורים, פארמאסוטיקל, ביג טעק, נאך א סאך בעפאר די קאראנע אנשיקעניש.

אויך איז נישט זיכער צו די אשכול איז געעפענט געווארן מיט די כוונה.

גיי מיר ארבייטן... 
proudyid
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2014 12:16 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך proudyid »

נפשי חמדה האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:ווי אויך ווייסט מען ורפא ירפא, מכאן שניתן רשות לרופא...

מען רעדט נישט דא פון קראנקע מענטשן וועלעכע דארפן זיך גיין היילן [וואס דאס איז א נושא פאר זיך], מען רעדט דא פון געזונטע מענטשן זאלן גיין צו א דאקטער זיך אויסצוהיטן פון קראנק ווערן, וואס דאס האט דאך שוין לכאורה גארנישט מיט 'ורפא ירפא' - נאכדערצו אז לפי שיטתם איז דא דערין א חשש סכנה.

סוי, צו זאגן פאר א געזונטע מענטש זאל גיין צו א דאקטער זיך אריינלייגן אין א חשש סכנה [לפי שיטתם] - כדי נישט צו ווערן קראנק אלהבא, ווייס איך נישט אויב ורפא ירפא איז שייך ביי דעם.

#איך קלער נאר.

[img]
אטעטשמענטס
padwa.jpg
padwa.jpg (103.38 KiB) געזען 1639 מאל
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

פראקטיש האט געשריבן:
ווען "רוב דאקטורים" האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און עקספיריענס אין די ענינים נאר פארלאזן זיך אויף די CDC וכדומה, הייסט דאס נאכאלץ "רוב דאקטורים" האלטן?

איך בין בכלל נישט אנטי, אבער איך מיין אז דעס איז א שטארקע נקודה.
קיינער פון אונז אלע דא קענען זיך נישט פרעזענליך פארלאזן אויף א גוטן דאקטער. אדרבה, פרעג א דאקטער וואס דו טראסט וואס ער האלט בנוגע וואקסינען, עטער דיך ענטפערן וואס ער האט געגוגעלט א האלבע שעה פריער... פאר די געלט קען איך אליין סירטשען אויף גוגעל און זען וואס איז ״די סטענדערט שטעלונג פון רוב דאקטורים״.
ראנדער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:43 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראנדער »

זאגט דער מסילת ישרים:

"הא, למה זה דומה"לחולה שדרש ברופאים והכירו חליו ואמרו לו שיקח סם זה. והוא, מבלתי שתקדם לו ידיעה במלאכת הרפואה, יניח הסם ההוא ויקח מה שיעלה במחשבתו מן הסמים, הלא ימות החולה ההוא ודאי,

(פרק ה' – בבאור מפסידי הזהירות וההרחקה מהם)
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

לב בשר האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ווען "רוב דאקטורים" האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און עקספיריענס אין די ענינים נאר פארלאזן זיך אויף די CDC וכדומה, הייסט דאס נאכאלץ "רוב דאקטורים" האלטן?

איך בין בכלל נישט אנטי, אבער איך מיין אז דעס איז א שטארקע נקודה.
קיינער פון אונז אלע דא קענען זיך נישט פרעזענליך פארלאזן אויף א גוטן דאקטער. אדרבה, פרעג א דאקטער וואס דו טראסט וואס ער האלט בנוגע וואקסינען, עטער דיך ענטפערן וואס ער האט געגוגעלט א האלבע שעה פריער... פאר די געלט קען איך אליין סירטשען אויף גוגעל און זען וואס איז ״די סטענדערט שטעלונג פון רוב דאקטורים״.

איך וויל צולייגן נאך א נקידה, אז כמעט "אלע" דאטוירים היינטיגע צייטן האט מען אויסגעלערנט ווי אזוי צו זיין א דאקטער, מען גייט אין קאלידזש ווי מ'זאגט דיך וואס צו טון, רוב האבן קיין אייגענע מיינוג איבער רפואה, און אויב א דאקטער האט שוין יא א מיינוג וואס איז עושה רושם ווערט ער פארשריגן אז עס איז נישט עפראוועד ביי די שטאט אדער נעמט מען אוועק זיין לייסענס ממילא דאס אז אלע אדער רוב דאקטוירים האלטן אזוי איז קיין שטארקע טענה!
לפנות בוקר
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך בין ווייט פון אנטי און אויך ווייט פאלגען בלינדערהייט.

די צידרייטקייט פון די אנטי'ס האט אין די זעלבע צייט אריינגעלייגט די פרא'ס אין זייער ווינקל, יעדער האט זיך באקוועם געמאכט.

די זאך דארך א תורה'דיגע צוגאנג פון רבנים וואס זיי זענען אחראי אויפ'ן ציבור.

קאנספיראציס דארפן ווערן אויסגעראטן ממחנינו, די נושא איז גענוג קאמפלעצירט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לב בשר האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ווען "רוב דאקטורים" האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און עקספיריענס אין די ענינים נאר פארלאזן זיך אויף די CDC וכדומה, הייסט דאס נאכאלץ "רוב דאקטורים" האלטן?

איך בין בכלל נישט אנטי, אבער איך מיין אז דעס איז א שטארקע נקודה.
קיינער פון אונז אלע דא קענען זיך נישט פרעזענליך פארלאזן אויף א גוטן דאקטער. אדרבה, פרעג א דאקטער וואס דו טראסט וואס ער האלט בנוגע וואקסינען, עטער דיך ענטפערן וואס ער האט געגוגעלט א האלבע שעה פריער... פאר די געלט קען איך אליין סירטשען אויף גוגעל און זען וואס איז ״די סטענדערט שטעלונג פון רוב דאקטורים״.

דיין דאקטער האט דיר אזוי געענטפערט? נישט מיין דאקטער, מיין דאקטער האט מיר געזאגט אז ער טוהט אסאך ריסערטש אין דעם, בעיקר כדי צו וויסן וואס צו ענטפערען ווען מענטשען קומען זאגן אז זיי האבן מורא צו געבן די וואקסין.

ואפילו נניח אז די דאקטער פארלאזט זיך בלויז אויף די CDC, די CDC באשטייט נישט פון בלויז איין דאקטער, און די FDA טוהט אויך דארך די וואקסינען, און זיי באשטייען אויך פון צענדליגער דאקטורים, חוץ מזה, דארפ׳ן וואקסינען אויך באקומען באשטעטונגען פון די ACIP, וואס באשטייט אויך נישט פון איין דאקטער, און אנדערע לענדער פארלאזן זיך נישט אויף די אמעריקאנע דאקטורים, מילא זעה איך נישט פארוואס מען זאל נישט קענען זאגן אז רוב דאקטורים האלטען אזוי.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עולם הפוך ראיתי...

דער מסילת ישרים ברענגט זיך די ראיה פון די טאג טעגליכע מציאות בעולם, צי עפעס וואס ער וויל מיט דעם אויפווייזן. היינט זענען מיר שוין אזוי פארדרייט אז מען דארף ציטירן דעם מסילת ישרים אויף אזאלכע דברים פשוטים. עפעס איז ערנסט ראנג מיט אונזער לאגיק.

----
מען האקט

אזאלכע נארישקייטן... וויאזוי זענען די אמאליגע דאקטוירים געווארן דאקטוירים, נישט דורך לערנען פון אנדערע? אין פאקט, פאר טויזנט יאר האט די גאנצע מעדיצינישע וועלט אנגענומען פאר תורת לאקשן עפעס א אבזערוואציע וואס א דאקטאר אין 5'טן יאר הונדערט האט געמאכט, און קיינער האט זיך נישט גענומען די מי דאס צו טשאלענזשען... און פון אט די דאקטוירים וואס זייער ידיעה אין רפואה איז געווען ווייניגער ווי א קינד ווייסט היינט צוטאג, האבן די חכמים און די פוסקים גערעדט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

לפנות בוקר האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ווען "רוב דאקטורים" האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און עקספיריענס אין די ענינים נאר פארלאזן זיך אויף די CDC וכדומה, הייסט דאס נאכאלץ "רוב דאקטורים" האלטן?

איך בין בכלל נישט אנטי, אבער איך מיין אז דעס איז א שטארקע נקודה.
קיינער פון אונז אלע דא קענען זיך נישט פרעזענליך פארלאזן אויף א גוטן דאקטער. אדרבה, פרעג א דאקטער וואס דו טראסט וואס ער האלט בנוגע וואקסינען, עטער דיך ענטפערן וואס ער האט געגוגעלט א האלבע שעה פריער... פאר די געלט קען איך אליין סירטשען אויף גוגעל און זען וואס איז ״די סטענדערט שטעלונג פון רוב דאקטורים״.

איך וויל צולייגן נאך א נקידה, אז כמעט "אלע" דאטוירים היינטיגע צייטן האט מען אויסגעלערנט ווי אזוי צו זיין א דאקטער, מען גייט אין קאלידזש ווי מ'זאגט דיך וואס צו טון, רוב האבן קיין אייגענע מיינוג איבער רפואה, און אויב א דאקטער האט שוין יא א מיינוג וואס איז עושה רושם ווערט ער פארשריגן אז עס איז נישט עפראוועד ביי די שטאט אדער נעמט מען אוועק זיין לייסענס ממילא דאס אז אלע אדער רוב דאקטוירים האלטן אזוי איז קיין שטארקע טענה!

למשל דיין ארבעט האסטו נישט קיין עקספירענס, עס איז בלויז וואס מען האט דיך אויסגעלערנט, די האסט נישט קיין מיינוג, ביסט פלען א ראבאט
און א מארגעדטש בראקער פאר צוואנציג יאר ווייסט בכלל נישט פון בענק נאר וואס מען האט אים געפראגרעמט.

א גערעדאכטץ, די דאקטורים וואס האבען געזעהן טויזענטער פאציעטען, עוסק און דעם ליין פאר יארען, זיי זענען פלען ראבאטס וואס מען האט געפראגרעמט און קאלעטש, זיי האבען נישט קיין מיינוג, אבער די אינגערלייטלעך און מקוה וואס קענען ניטאמאל cpr זיי פארשטיי עס ישור והפך און זענען קליגער ווי די גאנצע מעדיקעל וועלט
keep your words tasteful, you may have to eat them later
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”