עזרא האט געשריבן:צייט פארטרייבונג האט געשריבן:אויב דער רעגירונג האט שוין פארלוירן 4 קאורט קעיסעס קעגן דעם דעל מיט זיין ארגאניזאציע איז א סימן אז ער האט יא עפעס זאכליכע טענות, ווייל אויב נישט טא ווי קען זיין אז די דורכאויס מסודר'דיגע און גאר מאכטפולע רעגירונג פון אמעריקע זאל פארלירן 4 קאורט קעיסעס קעגן אזא אויסגעשפראכענער ליגנער און פארברעכער וואס אלע זיינע טענות זענען געבויעט אויף בלויזע קאנספיראציע טעאריעס אויסגעזויגענע פון פינגער, אתמהה.
אויב מעג מען בעטן דו זאלסט מפרש זיין אין א פאר ווערטער בערך וואס די ICAN האט מצליח געווען איבערצוווייזען מיט זייער געווינס אין געריכט? דאס וואס איין בעל דין פארשרייבט אלץ 'הודאת בעל דין' פון די בעלי דין כנגדו אין די רעגירונגען ארום די וועלט איז דאך נישט אינטערסאנט. ס'איז אבער יא וויכטיג צו וויסן וואס די רעגירונג'ס געריכטן זאגן יא.
עס וועט נעמען זייער לאנג איבער צושרייבן אלעס, אבער ווי דו זאגסט, אין אפאר ווערטער, וועל איך עפעס ארויסברענגען ואידך זיל גמור, די וועבזייטל איז אפן און איז גרייט געליינט צו ווערן דורך סיי ווער עס קומט באזוכן...
https://www.icandecide.org/צום ערשטן ווי באקאנט ווערט קאטעגאריש פארלייקנט דורך די מעדיצינישע וועלט און די רעגירונגען בכלל און אמעריקאנע רעגירונג בפרט אז וואקסינען קענען גורם זיין אויטיזם און דערפאר איז פאר לאנגע יארן געשטאנען אין גרויס אין דעם CDC וועבזייטל VACCINES DO NOT CAUSE AUTISM עס איז דא א סקרין שאט פון דעם אין דעם בייגעלייגטן קאמפלעינט קאפי
https://www.icandecide.org/ican_lawsuit ... nd-autism/ און טאקע אין דעם קאמפלעינט קען מען זעהן אז ICAN האט געפאדערט אז אונטערן FREEDOM OF INFORMATION ACT זאל די CDC ארויסגעבן און ווייזן די סטאדיס אויף וואס זיי באזירן דעם סטעיטמענט, ווייל ווי פארשטענדליך פאר יעדן בר בי סייענס דחד יומא וואס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון סייענס אז סייענס מיט גלייבן אויפן ווארט זענען די גרעסטע סתירה אויפן ערד קוגל אלזא דערפאר ווען מען זאגט און מען פראפאגאנדירט אן אזויגערופענעם סייענס בעיסד סטעיטמענט דארף מען האבן זאכליכע סייענטיפישע דעקונג דערויף דעריבער האט ICAN געפאדערט צו זעהן די אלע סטאדיס. נו אין די פרייע דעמאקראטישע אמעריקע וואלט געפאסט אז ווי נאר אזא בקשה קומט אריין אין רעגירונג זאלן זיי ארויפשפרינגען און זיך פרייען אז נאך איינער וואס איז זיך מסתפק אין די סעיפטי פון וואקסינען זאל יעצט זעהן מיט די אייגענע אויגן אז ער האט נישט פארוואס מורא צו האבן ווייל עס זענען דא שטארקע סטאדיס וואס ווייזן אז אויטיזם האט קיין שייכות מיט וואקסינען. אבער ניין, די סי די סי האט ארומגעצעגערט מיט תירוצים שונים פאר לאנגע חדשים און נישט ארויסגעגעבן די סטאדיס. (זעהט אויס אז זיי האבן מורא אז מען וועט וויסן דעם אמת.) איז ICAN געגאנגען און גערופן אין קאורט און דאס איז די אויבן אראפגעברענגטע קאמפלעינט. צו דעם באדויער פון די סי די סי האט די קאורט באשטעטיגט אז זיי מוזן ארויסגעבן די סטאדיס, און זיי האבן למעשה נישט געהאט צו ווייזן מער ווי 20 סטאדיס וואס איינער וואס פארשטייט אין סייענס ווייסט אז דאס איז גארבעדזש סייענס און זיי האבן שריפטליך מודה געווען אין קאורט אז זיי האבן נישט מער ווי די 20 סטאדיס
https://www.icandecide.org/wp-content/u ... ecuted.pdf פאר א מער אויספירליכער באריכט פון דעם גאנצן הין און צוריק קען מען טרעפן דא
https://www.icandecide.org/lawsuits/און למעשה היינט צוטאגס שטייט מער נישט VACCINES DO NOT CAUSE AUTISM אין די CDC וועבזייטל, נאר There is no link between vaccines and autism דהיינו אז עס זענען נישטא קיין רעגירונג אנערקענטע סטאדיס וואס ווייזט אז עס איז א דירעקטער גורם פאר אויטיזם, און אויך Vaccine ingredients do not cause autism, און מיט אביסל קאממאן סענס איז זייער פארשטענדליך פארוואס זיי זענען געווען געצווינגען צו מאכן דעם דאזיגן טויש. (איך רעד פון די גרויסע שרייענדע ווערטער ביי די COMMON CONCERNS).
הודאת בעל דין איז שייך למשל ביי די הודאה פון די HHS אז זיי האבן נישט קיין סטאדי פון וואקסינירטע ווערסעס אומוואקסינירטע קינדער אין די דזשענעראל געזונטהייט צושטאנד די גרופע קעגן די אנדערע. אויב וואלט געווען א געהעריגע סטאדי סיי ווי אין די וועלט וואלטן זיי אנגעצייגט אהין און דאס איז גענוג סיבה אז זיי זאלן נישט דארפן מאכן אליינס. אבער זייער ענטפער פארוואס זיי מאכן נישט איז געווען די שטוינענדע דברים מטופשים: עס איז נישט עטיש צו מאכן אזא סטאדי ווייל וויבאלד עס זענען דא אויפן טיש וועריפייד וואקסינען דארף דאך יעדער ווערן וואקסינירט איז אויב אזוי ווי קען מען מאכן אזא אומ'עטישע סטאדי. ביי אונז פלעגט מען זאגן אז דאס איז די סברא פון די בת היענה...
אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט וועל איך דיר מסביר זיין: הלמאי, די אמעריקאנער רעגירונג ווייסט דאך קליפ און קלאר אז עס געפינען זיך טויזענטער קינדער וואס זענען אומוואקסינירט ווייל זייערע עלטערן זענען אנטי וועקסערס ממילא, נו סך הכל נעם 5000 אומוואקסינירטע קינדער און קוק נאך זייער פולע געזונט צושטאנד, און לעומתם קוק נאך 5000 וואקסינירטע קינדער ווי געזונט זיי זענען און די רעזולטאטן זאל יעדער זעהן, ווער איז געזונטער?! סאו פארוואס טוען זיי דאס נישט? (גראדע זענען דא געוויסע דאקטורים וואס פירן אליינס קליניקס אין אמעריקע און זיי זאגן אז זיי זעען א קלארע חילוק צווישן ביידע סארטן קינדער, אבער וויבאלד עס איז נישט קיין באצאלטע סטאדי קענען זיי כמעט גארנישט טוהן מיט אזעלכע אנטדעקונגען.)
זייער זינלאזער ענטפער אז עס איז UNETHICAL באבקעט די מידיא נאך און עולם גולם ווייסט אז עס איז אסור אויפצוברענגען א ספק אין די סעיפטי פון וואקסינען, עס מאכט קיינעם נישט קראנק, עה! וואס פאלט דיר ביי?! דו ביסט אויך פון די פאנאטישע קאנספיראציע טעאריקער?
https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC4815604/ דא קענמען זעהן ווי די נושא פון עטיקס פארנעמט א גרויסער אויבנאן ווען די רעגירונג רעדט פון וואקסינען, אבער ווי שוין פריער געזאגט וועט יעדער בר בי סייענס דחד יומא וואס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון סייענס וויסן צו זאגן אז עטישע פירונגען פראוון נישט גארנישט אין די פעלד פון סייענס, עס איז נאר א תירוץ צוריקצוהאלטן דעם אמת פון ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך און צו פיטערן דומקעפ מיט נארישע תירוצים.