אסדר לסעודתא האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:לייטער האט געשריבן:איך האף אז סוועט נישט האבן קיין שרעקליכע קאנסעקווענצן רחמנות אין האספיטאלס, עפענען בתי מדרשים, חדרים, שנאת ישראל, און גזירות החינוך וואס זיי קענען אינץ אנקוקן ווי אומערצויגן
זיי האבן נישט קיין שום סיבה אונז אזוי אנצוקוקן יעצט מער ווי אלעמאל, אין דער צייט וואס זיי אליין טוען די זעלבע.
אנטיסעמיטיזם האט קיינמאל נישט געהאט מיט קיין "סיבות" צו טון. קוק צוריק אין אלע דורות. די אידן זענען אלץ געווען גערעכט, אבער אן קיין סיבה האט מען ליידער געליטן עד כי יבא שילה.
עס האט יא געהאט סיבות... איינע פון די סיבות איז גראדע דאס וואס א סך טוען יעצט (און אלעמאל), דהיינו, אטאקירן דעם מעיאר אויף סאושעל מידיא. דאס איז פון די שטערקסטע רעצעפטן פאר אנטיסעמיטיזם. דער גוי האט נישט ליב צו זען ווי דו "נעמסט דיר אן פאר דיר אליין"... אפילו דו ביזסט גערעכט, וכו' וכו'...
אנטיסעמיטיזם קומט אויסדריקליך נישט פון דאס וואס מען פאלגט נישט אויס פונקטליך די גיידליינס, זיי פאלגן אויך נישט. עס קומט בס"ה דא ארויס בגלוי די אנטיסעמיטיזם וואס איז שוין נגרם געווארן שוין פון פארדעם אין תוצאה פון אנדערע גורמים. ודי למבין.
דאס איז מיין עניית דעת.
איך האב ממש נישט פארשטאנען עטליכע פון דיינע תגובות אין די לעצטע צוויי בלעטער, אבער איך גלייב שווער אז מיין הסברה וועט אויסמאכן...
מיין הסברה אבער יא... אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו נישט פארשטיין...