מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

תגובהדורך שצם_חנכל » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:54 pm

אינם דערנעבענדיגן קבלות אשכול האבן מיר אנגעמערקט איבער עפעס וואס קוקט אויס ווי א באוועגונג פון פרויען זיך גענצליך אויסצוטון די שייטלעך לאור המצב, לצערי האט די תגובה טיילווייז אראפגעפירט די אשכול פון די רעלסען. אלזא, בבחינת תשובת המשקל, עפן מיר אויף א באזונדערע אשכול וואו מען זאל קענען ארומרעדן איבער דעם ספעציפישע קבלה. איך ברענג דא קודם די רעלעוואנטע תגובות פון יענעם אשכול, אביסל ארומגעטוישט די סדר פונם שמועס כדי צו פארמינערן די ציטאטען:

שמערלער האט געשריבן:געהערט אז אין וו"ב האבן זיך 30 פרויען אנגעטוען שפיצלעך.


שצם_חנכל האט געשריבן:ארומזיכענדיג אביסל צו מ׳רעדט שוין דערפון טרעף מיר דעם תגובה׳לע און ס׳איז אינטערעסאנט אז איינער רעדט שוין דערפון נאך פאר פסח און אין וויליאמסבורג גאר.

אין קרית יואל ווייס מיר פון א קרובה און אויך א באקאנטע וואס האבן זיך ביידע אויסגעטון די שייטל און אנגעטון א שפיצל לכבוד פסח העעל״ט. אויך האט מען דעם שבת געשמועסט אין שטוב אז מ׳ווייסט פון נאך פרויען וואס האבן זיך געטוישט די קאפ צודעק אין ליכט פון די מצב און אז ס׳זענען מסתמא דא צענדליגע פרויען אינם שטעטל וואס האבן זיך אויסגעטון די שייטלעך.

צי עס איז א פאסיגע קבלה אדער נישט דאס וועט איר אליינס באשליסן, אזוי צי אזוי, איז די באוועגונג אן אינטערעסאנטע פענאמענאן אין מעלין בקודש וואס איז ווערט א שמועס פאר זיך, אפשר זאל טאקע איינער עפענען אן אשכול דערוועגען.

עס איז דאך נישט געווען קיין ספעציפישע דראסטישע התעוררות בנוגע צניעות וכדו׳ אלזא וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואס האט גורם געווען אזא אויפוואכונג, זעט זיך אויס די ראבאקאלס האבן יא געהאלפען... אדער אפשר, ערענסטער גערעדט, זענען דא נשים צדקניות וואס האבן שוין יארן אוועקגעלייגט טיכלעך מיט שפיצלעך אין די קלאזעטס ווארטענדיג פאר א גוטע געלעגענהייט זיך צו טוישן די לבוש.


great האט געשריבן:יא גרעכט אסאך פרויען האבן עס אינדערהיים און איין מאל די פערפרעשער פאלט האבן זיי געכאפט די צייט
אפשר אויף פיאה נכרית איז ריכטיג דיינע ווערטער "צי עס איז א פאסיגע קבלה אדער נישט דאס וועט איר אליינס באשליסן," אבער די שייטלעך פון ספק ספק ספיקא עבודה זרה פון יהרג ואל יעבר מיינעך אז מטאר אפילו נישט מאכן קיין באשלוס נאר שוין גיין אין שריפה כמו דאיתא בש"ע סימן קלא דחיוב שריפה ואין יכולין לקברן


שמחהלע האט געשריבן:2 סיבות פארוואס אזויפיל פרויען טוישן זיך אין די טעג.
1 אסאך האבן שוין לאנג געוואלט אין יעצט איז געווען א קאמפיין מיט עדס אז משיח קומט שוין אין מוועט נישט קענען טוישן צים קבלת פנים... אין סהאט אנגעמאכט א מצב אז אסאך טיושן זיך וואס האט אוועקגענומען פין די געווענליכע פרעשור..
2 זיי האבן געמאכט א קאמפיין אז Corona איז פין די לשון באקרוינען, במילא קומט עס אלץ א רמז פין הימל, אין אסאך פרויען האבן זיך דערשראקען...
לעצט פאראכטן דורך שצם_חנכל אום מיטוואך אפריל 29, 2020 9:53 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך שצם_חנכל » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:55 pm

חסד שבמלכות האט געשריבן:
שצם_חנכל האט געשריבן:צי עס איז א פאסיגע קבלה אדער נישט דאס וועט איר אליינס באשליסן, אזוי צי אזוי, איז די באוועגונג אן אינטערעסאנטע פענאמענאן אין מעלין בקודש וואס איז ווערט א שמועס פאר זיך, אפשר זאל טאקע איינער עפענען אן אשכול דערוועגען.

איך בין נישט משיג די שאלה: צו דאס איז א פאסיגע קבלה, נאך אזא זכות ווי צינדן ליכט 15 מינוט פארן זמן
ועיין בשדה חמד (אסיפת דינים מערכת דל"ת) שרייבט ער א מורא'דיג לשון: מגפ"ה ראשי תיבות מ'פני ג'לוי פ'את ה'נשים


שצם_חנכל האט געשריבן:נו שוין, נישט די פוינט, סארי. מ'האמיר געמיינט צו זאגן אז מ'זאל נישט זיין פארנומען וואס עס איז יא אדער נישט א גוטע קבלה אזויווי טייל מענטשען פירן זיך.

שדי חמד מיט א יוד, וועלכע סימן? אפשר רעדט ער פון האר נישט פון פאה נכרית


לייטיש האט געשריבן:די רמ"א און אלע פוסקים ההולכים בשיטתו להתיר זענען מחולק. די כף החיים שרייבט "הסכמת האחרונים להקל בפאה נכרית"

א שפיצל איז א חשובה זאך אונטער די ריכטיגע קאנדישענס. מען דארף באמת האלטן דערביי סיי די מאן און סיי די פרוי. און דארף זיין גוט דורכגעטראכט און איבערגעשמוסט מיט א גוטן יוד, נישט עני גוטע יוד, נאר א גוטע יוד וואס מען וואלט למשל געטראסט פאר הייקעלע שאלות ווי פיקוח נפש שאלות. עס קען זיין יצא שכרו בהפסדו מפני כמה סיבות. למשל טאמער האט מען שפעטער חרטה און צי ווייל מען קען נישט צירוקדרייען און וועט לכבוד דעם מקיל זיין אין אנדערע עניני צניעות וואס איז אסאך הארבער.


חסד שבמלכות האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין דא אין קיין דין ודברים בנוגע די היתר פון פאה נכרית, בפרט די היינטיגע, יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה

אבער מיט סיום דבריך בין איך 100 פראצענט מסכים אז דאס דארף זיין שטארק א דורכגעטראכטע זאך, און נישט כאפן די קבלה טובה (ווי א בחור אין ישיבה), ווייל ס'איז פיל הארבער ווען מ'טוישט און נאכדעם ציט מען צוריק (חוץ די הארבקייט פון א דבר טוב, איז עס ביי לבוש נאך הארבער כידוע כמה סיפורים בזה)


טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל נישט דא אריינגיין אין די גאנצע נושא פון שייטלען, נאר היות איינער האט דא פריער געשריבן אז עס איז דא א היתר פונעם רמ''א און פון זיינע ווערטער קוקט אויס אז דער וואס טוט א שפיצל טוט עפעס א חומרא וואס יעדער קען טון אויב ער וויל און אויב נישט מוז ער נישט מחמיר זיין, שפיר איך אז איך דארף דא צולייגן עטליכע ווערטער.
איך זאג נישט קיין מסקנא, איך זאג נאר צו זיכער מאכן אז עס איז דא ביידע זייטן פונעם מטבע.

איך בין א אונגארישער, איך קום פון א סאטמארע משפחה, און איך מיין אז א גרויסע טייל דא זענען אויך אזוי, און ביי אונז אין אונגארן האט מען געוואוסט אז די לעצטע און שטערקסטע פוסק איז די הייליגע חתם סופר, און ביי אונז אין סאטמאר האט מען אויך צוגעלייגט די הייליגע צאנזער רב, און ווי סאטמאר רב פלעגט אלץ זאגן אז די צוויי זענען די לעצטע פוסקים וואס מען קען נישט זאגן אנדערש פון זיי, והדברים ידועים.
און די צוויי נעמען אן מיט א פשטות אז א שייטעל איז א איסור דאורייתא!! יא, זיי קריגען זיך אויפן רמ''א און נעמען אן ווי די באר שבע אז עס איז א דאורייתא.
ממילא איז דער וואס וויל נישט גיין מיט א שייטל און גייט מיט א שפיצל איז נישט קיין מחמיר און פרומער נאר א פשוטע איד וואס טוט ווי די הלכה פארלאנגט.

נאך צוויי נקודות:
איינס, לויט אסאך איז די גאנצע היתר געווען נאר אויף יענע שייטלען און נישט אויף די היינטיגע, און די שכל זאגט עס אויך, פוק חזי בשוקא ווי אזוי עס קוקט אויס און מען דארף נישט זיין די גרויסע חכם צו פארשטיין ווי צניעות'דיג די היינטיגע שייטלען זענען און גייען זייער גרינג אריין אין די גדר פון 'לפני עיור לא תתן מכשול', וד''ל.

צווייטנס, אפילו אויב מען האט יא א שייטל איז דא אופנים וויאזוי עס מעג אויסזען און עס איז נישט הותרה הרצועה...
דאס איז פשוט אז עס מעג נישט אראפקומען ווייטער פונעם האלז וואס דאן גייט דאס אריין אין די גדר פון פירצה בדת יהודית, אבער אויך איז וויכטיג צו וויסן אז עס מעג נישט אריינקומען אין די פנים!! אזוי פסק'נט הרב וואזנער זצ''ל מיט א פשטות, און איך מיין אז יעדער קען עס פארשטיין, און לעצטנס ליידער איז עס זייער נפרץ אז די שייטל איז צוטיילט און צופלויגן און קומט דוקא אריין אין פנים און עס איז זייער א הארבע זאך, יעדער דארף אליין פארשטיין וויאזוי עס מעג אויסזען און וויאזוי נישט, און עס איז נישט שווער צו זיך פארשטעלן...
בכלל דארף מען עס נישט מאכן ווי שענער און מער 'קורלי', יעדער בר דעת פארשטייט אליין אז אפילו אויב מען גייט יא מיט א שייטל דארף עס אויסזען צניעות'דיג כראוי און מען דארף נישט אויסשטעכן די אויגן פון די גאנצע גאס און נאכדעם אויף יענע וועלט נעבעך דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע איד וואס איז געווארן נכשל דערין, וואס פעלט עס אויס?! לאמיר זיין ערליך און צניעות'דיג און היטן זיך און אנדערע דאן וועט זיין נאר גוט בזה ובבא!! אשרינו!!


great האט געשריבן:איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער נאכן גיין באזוכן מיין באבע וואס איז געווען אין די דור וואס די זאגסט "סאטמאר רב פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'קען פארלאנגן פון די רבים" האב איך געמוזט אויף הייבן מיין אויגן אויף מיין באבע שייטל איך מיין אז אזא שייטל וואלט אפילו צאנז רב מקיל געווען


לייטיש האט געשריבן: איך האב נישט צופיל צייט יעצט אבער קיינער האלט נישט אז עס איז אסור מדאורייתא. די דברי חיים זאגט אסור משום חוקת הגוי, אדער דת יהודית, (וואס מיינט מנהג נשים הכשרות). היינט איז עס זיכער נישט חוקת הגוי און עס איז מנהג נשים הכשרות צי גיין מיט שייטלעך. עס איז דא וואס זאגן אז היינט וואלט די דברי חיים נישט גאסערט. זיכער אז לאנגע שייטליך זענען אסור אלץ פריצות. אבער ביי אונז גייען רוב נישט מיט קיין לאנגע שייטלעך.


great האט געשריבן:איך ווייסט נישט ווי די וואוינסט ביי אונז אין הייליגע שטאט וויליאמסבורג גייעט מען לענגער ווי די אקסעל און עס קען זיין עס איז נישט קיין דאורייתא אבער איך זיך און אלע ספרי קודש צו עס איז דא א שוואכערע גהינם פאר אסורי דרבנן און פאר חוטה ומחטיא


דריידל האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל אבער מיט דעם אלעם האט סאטמאר רב פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'קען פארלאנגן פון די רבים. פאר יחידים האט ער אפשר גערעדט דערפון און הנאה געהאט ווען איינער האט אנגעטון א שפיצל אבער מחמת איזה טעם האט נישט פארלאנגט ברבים.
מ'קען גראדע פארשטיין פארוואס ער האט דאס נישט געבעטן אבער וואס די טעם זאל נישט זיין דארפסטי נישט פראבירן צו זיין קלוגער ווי דיין רבי. ובכלל דארף אזא זאך געטון ווערן מיט גרויס ישוב הדעת ס'זאל נישט זיין קלקלתו יותר מתקנתו.

איך וויל נאר דא ברענגן א מעשה וואס כ'האב געהערט פון מהר"ש מ'באבוב (כ'מיין איך האב עס שוין אמאל געשריבן דא).
געווען א איד וואס איז געווארן מאדערן נאכ'ן קריג און זיך ראזירט די בארד. האט זיך געמאכט אז זיין זון איז ל"ע נפטר געווארן. ווען די רב איז געקומען מנחם אבל זיין האט די איד געזאגט פאר'ן רב אז לאור פון די טראגעדיע טראכט ער זיך צו לאזן וואקסן די בארד. די רב האט אבער געזאגט אז ער איז נישט מסכים און ער האט מסביר געווען אז די סיבה פארן לאזן וואקסן די בארד קומט איצט מחמת צעבראכענקייט און כל ימיו וועט עס אים דערמאנען די צרה און ס'וועט אים שטערן. ענדערש זאלסטי ווארטן פאר די נעקסטע שמחה וואס די וועסט מאכן און דאן לכבוד די שמחה זיך לאזן וואקסן די בארד.


מי יודע האט געשריבן:
לייטיש האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
איך האב נישט צופיל צייט יעצט אבער קיינער האלט נישט אז עס איז אסור מדאורייתא. די דברי חיים זאגט אסור משום חוקת הגוי, אדער דת יהודית, (וואס מיינט מנהג נשים הכשרות). היינט איז עס זיכער נישט חוקת הגוי און עס איז מנהג נשים הכשרות צי גיין מיט שייטלעך. עס איז דא וואס זאגן אז היינט וואלט די דברי חיים נישט גאסערט. זיכער אז לאנגע שייטליך זענען אסור אלץ פריצות. אבער ביי אונז גייען רוב נישט מיט קיין לאנגע שייטלעך.

ס'איז דא וואס זאגן אז היינט וואלט דער דברי חיים נישט גע'אסר'ט מאשין מצות, ווייל מ'מאכט עס סאך אנדערש און בעסער ווי בימים ההם
ועם כל זה מאשין מצות וואס ס'איז א העכערע דרגה האלט מען זיך דערצו
און שייטלען וואס איז לכו"ע עשר מעלות אחורנית ווי דעמאלטס, ווי קען מען זאגן אז ער וואלט עס נישט גע'אסר'ט
יעצט אזוי, איך האב נישט קיין דעת תורה, אבער איך קען נאר איבערזאגן דעם דעת תורה וואס רבנים זאגן, ווען מ'גייט מיט א שייטל ווי די מאמע איז געגאנגען, האסטו א שטיקל תירוץ, (און קען זיין אז טוישן לבוש ביי דיר איז נאר בגדר חומרא, דאס זאג איך בדעתי העני', כ'האב נישט געהערט אזוי פון קיין רב), אבער איז דיין שייטל א דרגא אראפ איז עס א גרויסע פראבלעם, און זאגט מיר וויפיל שייטלען פון פרויען ביז 30 קוקט אויס ווי זייערע מאמע'ס שייטעל פאר 30 יאר צוריק


דריידל האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל אבער מיט דעם אלעם האט סאטמאר רב פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'קען פארלאנגן פון די רבים. פאר יחידים האט ער אפשר גערעדט דערפון און הנאה געהאט ווען איינער האט אנגעטון א שפיצל אבער מחמת איזה טעם האט נישט פארלאנגט ברבים.
מ'קען גראדע פארשטיין פארוואס ער האט דאס נישט געבעטן אבער וואס די טעם זאל נישט זיין דארפסטי נישט פראבירן צו זיין קלוגער ווי דיין רבי. ובכלל דארף אזא זאך געטון ווערן מיט גרויס ישוב הדעת ס'זאל נישט זיין קלקלתו יותר מתקנתו.

סאטמאר רבי האט פארשטאנען אזוי נאך די מלחמה ווען מ'האט געדארפט מעורר זיין אויף אייגענע האר, תשכ"ח האט ער זיך יא גענומען טון נאר לא אסתייעא מילתא צוליב די סטראוק, ס'איז דא כמה וכמה סיפורים דערויף


דריידל האט געשריבן:כ'האב פאר דיר נייעס אז היינט דארף מען אויך מעורר זיין אויף אייגענע האר. די "האר פון קאפ" וועט זיך דיר אויפשטעלן ווען די וועסט געוואר ווערן די נאמבערס פון סאטמאר תלמידות. ובכלל איז דא אסאך אויף וואס מ'דארף מעורר זיין ומהיכא תיתי אז יעצט איז יא די צייט צו רעדן וועגן שפיצלעך.

דאס אז ער "האט זיך גענומען טון" תשכ"ח קען מיינען טויזענט זאכן - טאמער ס'איז בכלל אמת. אלץ סאטמערע וואלסטי נישט געדארפט אזוי שנעל גלייבן מעשה'לעך. ס'איז א שווערע אינטערנעמונג און מ'דארף זיין א גרויסע חכם ויר"ש צו קענען אויפטון ולא כל הרוצה ליטול את השם יטול.


מי יודע האט געשריבן:מיט די ערשטע ביסטו ליידער הייליג גערעכט, אבער ס'איז בכלל נישט דומה צום מצב פראצענטועל וואס איז געווען בימים ההם
מיט די צווייטע קען איך דיר נישט העלפן אויב האסטו א נגיעה ס'זאל נישט זיין אמת, אבער עטליכע אידן וואס זענען דעמאלטס געווען בתוך הענין לעבן נאך מיט אונז און מ'קען זיי פרעגן

ואחרי ככלות הכל, כ'האב איבערגעקוקט דיין תגובה און איך בין מסכים מיט דיר 100 פראצענט (דעת בעה"ב) אז ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'קען פארלאנגען פון א רבים, בפרט בימינו אלה, אבער נאך אלס דארף א איד וויסן ווער ער איז שוקל צו ער זאל טוישן צו נישט, אז ס'איז נישט סתם א חומרא אדער א מילי דחסידות ווי ווייסע זאקן שבת, נאר ס'איז הארבער ווי דעם


ישרן האט געשריבן:״זיך גענומען דערצו״ מיינט סל הכל אז ער האט מעורר געווען יחידים דערויף, נישט אלס נחלת הכלל.
אלפאנלס ביך אין נישט לגמרי איבערצייגט אז די היינטיגע יונגווארג איז אין די זעלבע דרגא יראת שמים ווי די יונגעלייט אין תשכ״ח, און איך בין אויך נישט איבערצייגט אז דער דור נאכן קריג איז געווען שוואכער ווי יעצט.


טוב ה' לכל האט געשריבן:יא שוואכער נישט שוואכער, אבער די אמת מעג מען הערן און מען דארף אביסעל צוריקטוישן צו די אמת'ע בליק אז דער וואס גייט מיט א שפיצל וכדומה טוט פשוט וואס די הלכה פארלאנגט, און דער וואס גייט מיט א שייטל איז א גרויסע יש לעיין און הרבה פקפוקים יש בדבר. און נישט ווי היינט וואס ווער עס גייט מיט א שפיצל איז א פרומער און די 'פשוטע' זאך איז גיין מיט א שייטל און ווער עס רעדט נאר א ווארט דערקעגן איז א פרומער און חאניאק און זוכט סתם אנצודרייען און משוגע מאכן.

און כדי צו קלאר שטעלן אז איך מיין עס ערנסט וויל איך סתם מודיע זיין אז מיין רעביצין גייט מיט א שייטל... אבער איך ווייס די אנדערע זייט און ה' ינחני בדרך האמת, און בעיקר אז איך פארשטיי גוט די נסיון פון ציען אויף די זייט לטובת השייטל, און נאך אלץ הער איך די אנדערע זייט און איך פארשטיי אז דער וואס גייט מיט א שפיצל איז זיכער מער אויסגעהאלטן ווי מיר און איך דארף מיך פארענטפערן, נישט זיי...

שוין איך מיין מען זאל זיך דא אפשטעלן, עס איז נאר לעורר הדבר, און לעובדא למעשה זאל יעדער אליינס דורכלערנען און נאכקוקן און פרעגן די ריכטיגע תלמידי חכמים.

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך שצם_חנכל » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:56 pm

ניס קראכער האט געשריבן:געהערט בשם א חשוב'ער מחנכת, (געזאגט אין א דרשה פאר נשים)
אויב ווילט איר טוען א דראסטישע שריט, דאן הערט נישט קיין האטליינס פאר לכה"פ א האלבע יאר, דערנאך שמועסט עס גוט אדורך מיט אייער פלג גופא...


טוב ה' לכל האט געשריבן:וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם? יעדע זאך אין אידישקייט דארף האבן התחזקות, און אויב מענער גייען זיך זייער וועג און עס אינטערסירט זיי נישט און זיי האבן נישט די תמימות און ערליכקייט פון די נשים צדקניות מיינט עס נאכנישט אז אזוי דארף עס זיין, וכבר היה לעולמים א מעשה פון א עגל...
איך רעד נישט למעשה, איך זאג נאר די אמת וואס דארף ווען צו זיין, און אז א מענטש האט נסיונות דארף ער נישט מאכן אז דאס זאל זיין די אמת.


ניס קראכער האט געשריבן:לכאורה האט איר נישט פארשטאנען,
די פינטל איז, טו נישט ווייל די ביסט געווארן איבערגערעדט פון איין מינוט צום צווייטן דורך דעם אין יענעם האטליין, וואס האט גענומען א ספעציפעשע נושא וואס זיי גייען מתקן זיין,
נאר ווען ס'כאפט דיר אן א אמת'ע התעוררות. דעמאלטס זאלסטו עס דורך פירן, אין אויך נאר בבינה והשכל


טוב ה' לכל האט געשריבן:יא, דאס ביסטו גערעכט.

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך שצם_חנכל » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:56 pm

ישרן האט געשריבן:עס איז דא דא א טיפערע נקודה. וואס ברענט אזוי פאר די שפיצל טראגערס צו פארפירן אז עס איז נישט קיין חומרא נאר אסור מדינא.
מה איכפת לך לומר אז המקילים יש להם על מי לסמוך, נאר איך בין אויף א העכירע מדריגה און איך בין מחמיר גענוי ווי אסאך אנדערע זאכן אין אידישקייט?
אלא מאי האלטן זיי באמת נישט דערביי, זייער איינציגסטע נחמה איז נאר אז יעדער וועט בראטן אין גיהנם חוץ זיי, אויב איז עס נאר א חומרא געבן זיי תיכף אויף דערויף, ודוק כי אמת גמור הוא.


טוב ה' לכל האט געשריבן:און וואס איז מיט די נישט שפיצל טראגערס וואס זאגן עס?
און אפשר גאר פארקערט אויך, די וואס האבן שייטלען האבן מורא דערפון און ווילן נישט הערן די אמת און זוכן צו זאגן אז עס איז נאר א חומרא, קען אויך זיין?
שוין, איך מיין דא האמיר גענדיגט כי אין לדבר סוף.


אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:...
שמך אינו מתאים עם כתיבתך....
אזויפיל שקר צוזאמענשרייבן אין איין תגובה, און נאך שרייבן 'ודוק כי אמת גמור הוא'?!

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:15 pm

וואס א חוליק וואס די סיבה פין זיך טוישן איז, די פאקט בלייבט אז גאר אסאך משפחות אסאך מער ווי 30, אין אסאך וואס מען וואלט נישט געחלומט אז זיי וועלן זיך אמאל טוישן האבן זיך געטוישט. איך ווייס פין נאך אסאך וואס ווארטן פשוט פאר זייערע שפיצלעך אנצוקומען.
איך ווייס אסאך בעל בעתישע וואס האבן זיך געטוישט אביסעל צי אסאך, טאקע נישט צו קיין שפיצעל.
עס איז זיכער שוין לאנג נישט געווען אזא שטארקע התעוררות ביי די נשים.

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:45 pm

איך האב נישט ליב צו אריין רעדן און די נושא אבער איך וויל נאר זאגן וואס איך האב אמאל געהערט פון אן ערליכע יוד, אז סיי די דברי חיים זיע אין סיי די חתם סופר זיע האבן געהאלטן אז די שפיצלעך וואס רוב פון אינזערע היימיש ווייבער גייען איז די זעלבע ווי די פאה נכרית פון זייער צייט אחוץ אויב מען גייט טאקע מיט א בלויזע טיכל אדער אן אומגעדריוועלט זייד שפיצל, כך שמעתי

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:49 pm

אפי' אן דעם דברי חיים און חתם סופר, א גוטע קבלה איז עס זיכער, יעדע פארבעסערונג אין צניעות ברענגט השפעות טובות פאר זיך און פאר כלל ישראל. אכיה"ר.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:51 pm

א קאנאדער האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו אריין רעדן און די נושא אבער איך וויל נאר זאגן וואס איך האב אמאל געהערט פון אן ערליכע יוד, אז סיי די דברי חיים זיע אין סיי די חתם סופר זיע האבן געהאלטן אז די שפיצלעך וואס רוב פון אינזערע היימיש ווייבער גייען איז די זעלבע ווי די פאה נכרית פון זייער צייט אחוץ אויב מען גייט טאקע מיט א בלויזע טיכל אדער אן אומגעדריוועלט זייד שפיצל, כך שמעתי

איך האב אויך נישט ליב אריין צו רעדן אין זעלכע נושאים, אבער קיין געדולד זיך איינצוהאלטן האבעך אויכעט נישט, זאג צדיקל, האסט געפרעגט דעם ערליכן איד וואס דער דברי חיים און חתם סופר וואלטן געהאלטן פון די דורכשניטליכע היינטיגע שייטלעך?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:53 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אפי' אן דעם דברי חיים און חתם סופר, א גוטע קבלה איז עס זיכער, יעדע פארבעסערונג אין צניעות ברענגט השפעות טובות פאר זיך און פאר כלל ישראל. אכיה"ר.

100 פראצענט גערעכט
כל הכבוד צו די פרויען וואס האבן זיך מקבל געווען גוטע זאכן אין דעי שווערע צייט,

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:56 pm

א קאנאדער האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו אריין רעדן און די נושא אבער איך וויל נאר זאגן וואס איך האב אמאל געהערט פון אן ערליכע יוד, אז סיי די דברי חיים זיע אין סיי די חתם סופר זיע האבן געהאלטן אז די שפיצלעך וואס רוב פון אינזערע היימיש ווייבער גייען איז די זעלבע ווי די פאה נכרית פון זייער צייט אחוץ אויב מען גייט טאקע מיט א בלויזע טיכל אדער אן אומגעדריוועלט זייד שפיצל, כך שמעתי


זעלבע ווי פאה נכרית? נישט מסתבר בכלל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך איינס » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:57 pm

אדער ווייסט ער נישט וואס געדריוולט מיינט אדער ווייסט ער נישט וואס א שפיצל מיינט.
מזה אחד ומזה אחד והיו ידיו אמונה

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:59 pm

נישט פארגעסן אנזאגען די פרויען אז די מענער זאלען אויך איינגיין דערויף... נישט זיך איינרעדן אז ער וועט שוין שלום מאכען מיט דעם מצב...
בוי זיך זעלבסט

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך ישרן » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:22 pm

א קאנאדער האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו אריין רעדן און די נושא אבער איך וויל נאר זאגן וואס איך האב אמאל געהערט פון אן ערליכע יוד, אז סיי די דברי חיים זיע אין סיי די חתם סופר זיע האבן געהאלטן אז די שפיצלעך וואס רוב פון אינזערע היימיש ווייבער גייען איז די זעלבע ווי די פאה נכרית פון זייער צייט אחוץ אויב מען גייט טאקע מיט א בלויזע טיכל אדער אן אומגעדריוועלט זייד שפיצל, כך שמעתי

דער חתם סופר האט נישט געאסרט שייטלעך נאר פאר די אייניקלעך, און וועגן אומגעדריוולט רעדט נישט דער חתם סופר און נישט דער דברי חיים.

קושטא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » מיטוואך אפריל 29, 2020 4:16 am

די וואס שרייבן דא אז אפילו לויט שיטת הדברי חיים ודעימיה איז עס נישט אסור מדאורייתא, במחילת כבודם לא ידעו מאי דקאמרי.

יעדער וואס האט אביסל געלערנט די סוגיא דפאה נכרית ווייסט, אז די יסוד פון די שיטת האוסרים איז, אז זיל בתר טעמא. פארוואס האט די תורה ג'אסרט פאר א פרוי ארויסצוגיין לרשות הרבים בגילו שער? שטייט ארויס קלאר אין רש''י און אלע ראשונים אז דאס איז נישט אלס גזירת הכתוב, נאר אלס פריצות. ווייל מ'לערנט ארויס פונעם פסוק אין פר' נשא ''ופרע את ראש האשה'' אז שער באשה איז א ערווה, דהיינו אז דאס איז פונקט ווי גילו בשר במקום שדרכה לכסות. און פונקט ווי קיינער וועט נישט קומען זאגן אז זיך צו קליידן מיט אזא מין בגד וואס קוקט אויס ממש ווי מראה בשר און מזעהט בכלל נישט קיין חילוק צו מ'האט אן א בגד צו נישט, איז נישט אסור מן התורה, ווייל די תורה האט נאר ג'אסרט גילו בשר ממש. ווייל דאס איז פשוט לכל בר בי רב דחד יומא אז וויבאלד דער איסור פון גילו בשר איז אלס פריצות, איז ממילא נישט דא קיין שום חילוק מדאורייתא צווישן די צוויי. די זעלבע ווען די תורה זאגט אז א פרוי טאר נישט אויפדעקן די האר ווייל דאס הייסט אן ערווה מטעם פריצות, איז פשוט יותר מביעתא בכותחא אז ס'איז נישט קיין שום חילוק מדאורייתא צווישן אייגענע האר אדער פרעמדע ''וואס קוקט אויס פונקט ווי ס'איז איר אייגענע האר'' און מ'דארף אפילו נישט ברעגן קיין ראיות דערויף.

סאיז נאר אז דער שלטי הגיבורים האט ארויסגעלערנט פון די גמרא אין מס' שבת אן הוכחה, אז די משנה וואס איז מתיר ארויס צוגיין ברשות הרבים מיט א פאה נכרית, רעדט זיך פון א פאה נכרית מגולה, ממילא מוז זיין אז די תורה האט נאר ג'אסרט שער וואס איז מחובר צום גוף. - און באמת איז טאקע דאס איינע פון די שטארקע קשיות אויף די שיטת המתירים, אז לויט זיי קומט אויס אז דער איסור פון גילו שער איז א גזירת הכתוב, און אין אלע ראשונים שטייט קלאר אז דער טעם האיסור איז אלס פריצות - אבער עכ''פ אז דער באר שבע ורוב גדולי הפוסקים ההולכים בשיטתו זענען מוכיח בראיות ברורות, אז פון פשט אין די סוגיא איז נישט דא קיין שום ראיה אז מ'רעדט פון א פא''נ מגולה, אדרבא מ'זעהט קלאר בכמה ראיות אז די פא''נ איז באדעקט אונטערן טיכל, תחת השבכה. איז ממילא נפל היסוד נפל הבנין, און ס'איז חוזר לעיקר דינו אז וויבאלד דער איסור פון גילו שער איז אלס פריצות, איז זעלבסט פארשטעדליך אז ס'איז נישט דא קיין שום חילוק צוויישן אייגענע האר און פרעמדע האר וואס קוקט אויס פונקט ווי אייגענע, כמבואר כל זה בספר סוגיא דפאה נכרית. ועיין עוד בשו''ת סבא קדישא חלק ב' סימן א'.

און באמת, איז אפאר יאהר צוריק נתגלה געווארן א כתב יד פון איינע פון די ראשוני בעלי התוספות, דער ר''י הזקן רבינו יצחק בן שמואל דער באקאנטער ר''י בעל התוספות ,וואס ער שרייבט קלאר אז דער פאה נכרית וואס די משנה רעדט איז ''תחת השבכה''

בקיצור: סאיז בכלל נישט שייך צו זאגן אז ס'איז אסור, נאר נישט מדאורייתא. ווייל אז איך נעם נישט אן דער עיקר יסוד פון די מתירים אז דער טעם האיסור איז אלס גזירת הכתוב, נאר דער טעם איז אלס פריצות, איז דאך מובן מאיליו אז פאה נכרית איז פונקט אזוי אסור מדאורייתא ווי עכטע האר.
און ווי דער בעלזער רב מהרי''ד זצ''ל האט געזאגט, ווער ס'לערענט אפ די סוגיא מיט אן אמת, דער זעהט קלאר בלתי שום ספק אז א פאה נכרית איז אסור מדאורייתא.

און יש סוברים, אז א אפילו די רמ''א אין אורח חיים האט אויך נאר מתיר געווען לענין קריאת שמע כנגד בעלה. והא ראיה ווייל אין אבן העזר ביי די הלכות וויאזוי א פרוי מעג יא אדער נישט ארויס גיין לרשוה''ר, וואס דארט איז דאך עיקר פלאץ פון די הלכה, דערמאנט ער גארנישט דעם גאנצן ענין פון פאה נכרית. און דאס באמת א שטארקע הוכחה.

ולחיזוק הענין, וועל איך מעתיק זיין א שטיקל פונעם ספר ''עזר בקודש'' פונעם משב''ק פון הרה''ק מסאטמאר זצ''ל ר' עזריאל גליק ז''ל דף תקנב. וז''ל
''א קורצע תקופה נאכדעם וואס דער רבי איז אוועקגעפאלן מיטן סטראוק, ליגענדיג אין בעט זייענדיג שטארק אפגעשוואכט, האט דער רבי זיך מתמרמר געווען און באדויערט איבער דעם וואס לא עלתה בידו אויסצופירן זיין שטרעבונג אויסצוראטן די שייטלען פונעם ציבור אנ''ש. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט א הרגשה אז דאס וואס ער איז אוועקגעפאלן מיטן סטראוק פונקט אין דעם זמן וואס ער האט געוואלט ארבעטן אויף דעם ענין, איז געווען מעשה שטן, אז דאס זאל נישט ארויסקומען מכח אל הפועל.'' ע''כ

בא וראה עד היכן הדברים מגיעים.
לעצט פאראכטן דורך קושטא אום מיטוואך אפריל 29, 2020 4:47 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך אפריל 29, 2020 4:42 am

צו געזונט האט געשריבן:נישט פארגעסן אנזאגען די פרויען אז די מענער זאלען אויך איינגיין דערויף... נישט זיך איינרעדן אז ער וועט שוין שלום מאכען מיט דעם מצב...

הגה"צ מוואודריזש שליט"א האט מעורר געווען, אז מ'זאל נישט טון אזוינס איבערגעאיילט אן די ריכטיגע ישוב הדעת, איידער מ'שמועסט עס דורך מיט'ן מאן אדער א קלוגער ערליכער איד א בר דעת, און מ'ווייסט גוט דעם אייגענעם מצב, ווייל אז נישט קען עס ברענגען שלעכטע תוצאות.

קושטא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך קושטא » מיטוואך אפריל 29, 2020 5:06 am

א טענצל! האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:נישט פארגעסן אנזאגען די פרויען אז די מענער זאלען אויך איינגיין דערויף... נישט זיך איינרעדן אז ער וועט שוין שלום מאכען מיט דעם מצב...

הגה"צ מוואודריזש שליט"א האט מעורר געווען, אז מ'זאל נישט טון אזוינס איבערגעאיילט אן די ריכטיגע ישוב הדעת, איידער מ'שמועסט עס דורך מיט'ן מאן אדער א קלוגער ערליכער איד א בר דעת, און מ'ווייסט גוט דעם אייגענעם מצב, ווייל אז נישט קען עס ברענגען שלעכטע תוצאות.

ס'הייסט אזוי. אינדערהיים פארן מאן איז אים גוט דעם פשוט'ן טורבאן אויך, נאר אויף די גאס פאר פרעמדע מענער, אה דאס שוין נישט... דאס מוז מען שוין איבערשמועסן מיטן מאן אדער מיט אן ערליכן איד גאר.

דאס ווייזט אביסל דער שקר און די קליפה וואס ליגט אונטער דעם גאנצן שייטל.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך אפריל 29, 2020 6:16 am

א פולע ספר מיט די דעות המתירים:

https://hebrewbooks.org/58912

א פולע ספר מיט די דעות האוסרים:

https://hebrewbooks.org/56098

(כ'גלייב אז ס'איז שוין דא עטליכע אשכולות וואו מ'האט שוין דורכגעאקערט די נושא)

לייטיש
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 10:10 pm

Re:

תגובהדורך לייטיש » מיטוואך אפריל 29, 2020 6:33 am

קושטא האט געשריבן:די וואס שרייבן דא אז אפילו לויט שיטת הדברי חיים ודעימיה איז עס נישט אסור מדאורייתא, במחילת כבודם לא ידעו מאי דקאמרי.

יעדער וואס האט אביסל געלערנט די סוגיא דפאה נכרית ווייסט, אז די יסוד פון די שיטת האוסרים איז, אז זיל בתר טעמא. פארוואס האט די תורה ג'אסרט פאר א פרוי ארויסצוגיין לרשות הרבים בגילו שער? שטייט ארויס קלאר אין רש''י און אלע ראשונים אז דאס איז נישט אלס גזירת הכתוב, נאר אלס פריצות. ווייל מ'לערנט ארויס פונעם פסוק אין פר' נשא ''ופרע את ראש האשה'' אז שער באשה איז א ערווה, דהיינו אז דאס איז פונקט ווי גילו בשר במקום שדרכה לכסות. און פונקט ווי קיינער וועט נישט קומען זאגן אז זיך צו קליידן מיט אזא מין בגד וואס קוקט אויס ממש ווי מראה בשר און מזעהט בכלל נישט קיין חילוק צו מ'האט אן א בגד צו נישט, איז נישט אסור מן התורה, ווייל די תורה האט נאר ג'אסרט גילו בשר ממש. ווייל דאס איז פשוט לכל בר בי רב דחד יומא אז וויבאלד דער איסור פון גילו בשר איז אלס פריצות, איז ממילא נישט דא קיין שום חילוק מדאורייתא צווישן די צוויי. די זעלבע ווען די תורה זאגט אז א פרוי טאר נישט אויפדעקן די האר ווייל דאס הייסט אן ערווה מטעם פריצות, איז פשוט יותר מביעתא בכותחא אז ס'איז נישט קיין שום חילוק מדאורייתא צווישן אייגענע האר אדער פרעמדע ''וואס קוקט אויס פונקט ווי ס'איז איר אייגענע האר'' און מ'דארף אפילו נישט ברעגן קיין ראיות דערויף.

סאיז נאר אז דער שלטי הגיבורים האט ארויסגעלערנט פון די גמרא אין מס' שבת אן הוכחה, אז די משנה וואס איז מתיר ארויס צוגיין ברשות הרבים מיט א פאה נכרית, רעדט זיך פון א פאה נכרית מגולה, ממילא מוז זיין אז די תורה האט נאר ג'אסרט שער וואס איז מחובר צום גוף. - און באמת איז טאקע דאס איינע פון די שטארקע קשיות אויף די שיטת המתירים, אז לויט זיי קומט אויס אז דער איסור פון גילו שער איז א גזירת הכתוב, און אין אלע ראשונים שטייט קלאר אז דער טעם האיסור איז אלס פריצות - אבער עכ''פ אז דער באר שבע ורוב גדולי הפוסקים ההולכים בשיטתו זענען מוכיח בראיות ברורות, אז פון פשט אין די סוגיא איז נישט דא קיין שום ראיה אז מ'רעדט פון א פא''נ מגולה, אדרבא מ'זעהט קלאר בכמה ראיות אז די פא''נ איז באדעקט אונטערן טיכל, תחת השבכה. איז ממילא נפל היסוד נפל הבנין, און ס'איז חוזר לעיקר דינו אז וויבאלד דער איסור פון גילו שער איז אלס פריצות, איז זעלבסט פארשטעדליך אז ס'איז נישט דא קיין שום חילוק צוויישן אייגענע האר און פרעמדע האר וואס קוקט אויס פונקט ווי אייגענע, כמבואר כל זה בספר סוגיא דפאה נכרית. ועיין עוד בשו''ת סבא קדישא חלק ב' סימן א'.

און באמת, איז אפאר יאהר צוריק נתגלה געווארן א כתב יד פון איינע פון די ראשוני בעלי התוספות, דער ר''י הזקן רבינו יצחק בן שמואל דער באקאנטער ר''י בעל התוספות ,וואס ער שרייבט קלאר אז דער פאה נכרית וואס די משנה רעדט איז ''תחת השבכה''

בקיצור: סאיז בכלל נישט שייך צו זאגן אז ס'איז אסור, נאר נישט מדאורייתא. ווייל אז איך נעם נישט אן דער עיקר יסוד פון די מתירים אז דער טעם האיסור איז אלס גזירת הכתוב, נאר דער טעם איז אלס פריצות, איז דאך מובן מאיליו אז פאה נכרית איז פונקט אזוי אסור מדאורייתא ווי עכטע האר.
און ווי דער בעלזער רב מהרי''ד זצ''ל האט געזאגט, ווער ס'לערענט אפ די סוגיא מיט אן אמת, דער זעהט קלאר בלתי שום ספק אז א פאה נכרית איז אסור מדאורייתא.

און יש סוברים, אז א אפילו די רמ''א אין אורח חיים האט אויך נאר מתיר געווען לענין קריאת שמע כנגד בעלה. והא ראיה ווייל אין אבן העזר ביי די הלכות וויאזוי א פרוי מעג יא אדער נישט ארויס גיין לרשוה''ר, וואס דארט איז דאך עיקר פלאץ פון די הלכה, דערמאנט ער גארנישט דעם גאנצן ענין פון פאה נכרית. און דאס באמת א שטארקע הוכחה.

ולחיזוק הענין, וועל איך מעתיק זיין א שטיקל פונעם ספר ''עזר בקודש'' פונעם משב''ק פון הרה''ק מסאטמאר זצ''ל ר' עזריאל גליק ז''ל דף תקנב. וז''ל
''א קורצע תקופה נאכדעם וואס דער רבי איז אוועקגעפאלן מיטן סטראוק, ליגענדיג אין בעט זייענדיג שטארק אפגעשוואכט, האט דער רבי זיך מתמרמר געווען און באדויערט איבער דעם וואס לא עלתה בידו אויסצופירן זיין שטרעבונג אויסצוראטן די שייטלען פונעם ציבור אנ''ש. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט א הרגשה אז דאס וואס ער איז אוועקגעפאלן מיטן סטראוק פונקט אין דעם זמן וואס ער האט געוואלט ארבעטן אויף דעם ענין, איז געווען מעשה שטן, אז דאס זאל נישט ארויסקומען מכח אל הפועל.'' ע''כ

בא וראה עד היכן הדברים מגיעים.



די דברי חיים זאגט "והוא משום דת יהודית" וואס מיינט "מנהג בנות ישראל הכשרות" (רש"י יבמות), פאר די וואס ווייסן נישט אדער ווילן נישט וויסן, דת יהודית איז מדרבנן.

הגאון רבי משה שטרנבוך שליט"א שרייבט

"ועכשיו נבוא לעיקר דין פאה נכרית שנהגו בזה רובא דרובא דנשים חרדיות בזמנינו, וע"ז מערערים היאך אפשר להקל בזה, והלוא מגדולי הפוסקים שאסרו: יעב"ץ, הפלאה, ישועות יעקב, תשובה מאהבה, דברי חיים, שואל ומשיב, מהרש"ם, בית יצחק, וכו', ובקונטרס "דת משה ויהודית" סופר ומונה אלו ועוד, ולכאורה באמת ראוי לנו לחוש לגאונים וצדיקים כאלו.
הן אמת שבכל זה אין להשיג על המקילין, דמאחר שפשטות הרמ"א, ולבוש, ופמ"ג, והגר"א בביאורו לשו"ע (אף שבפירושו למשנה בשבת מביאו באופן שאין ראיה מהמשנה דשרי, מ"מ בעיקר הדין נראה דס"ל דשרי, שכך מסיק בהגהותיו לשו"ע או"ח סי' ע"ה, ע"ש), וכן המשנה ברורה, והפוסק האחרון מהספרדים "כף החיים"(סי' ע"ה ס"ק י"ט), מסיק להלכה שהסכמת האחרונים כרמ"א להתיר פאה נכרית, ודלא כ"באר שבע" ע"ש, והלא אלו הם הפוסקים שסומכים עליהם אפי' באיסור סקילה, וא"כ בזה גופא יש למיקל עמוד גדול לסמוך עליו, ואם כי יש מפרשים בדוחק בדבריהם דמיירי לביתה ולבעלה, סתימת הדברים משמע להדיא כמו שכתבנו. ועל כן המחמיר יחמיר לעצמו אבל לא יקרא תגר על כל בית ישראל, ובפרט שחומרא בזה עלולה נמי לפעמים להביא ח"ו הרבה קלקולים, עד שמגיעים לאיסור תורה ממש, שהמחמיר צריך להיזהר ביותר לכסות כל השערות ממש במטפחת, שבלאו הכי יצא שכרו בהפסדו, שגילוי שערות ממש איסור חמור לכ"ע וכמו שנבאר להלן, ורק במקום שהמנהג עתיק בשני כיסויים (כמו אצל הישוב הישן בעיה"ק ירושלים) או אם גם היום כולם נהגו במטפחת כדין, כהאי גוונא אין ליחיד לפרוץ המנהג, אבל מובן דהיינו דוקא אם תכסה כל השיער ממש וכמש"כ.
ורצוני להקדים ולהדגיש דבר זה, שבקונטרס שלפנינו לא באנו ח"ו להקל לפרוץ להתיר פאה נכרית במקום שהמנהג היום אסור (כנ"ל, בישוב הישן), רק יסוד דברינו שהמחמיר במטפחת עלול להקל בגילוי מקצת השערות שבזה יש איסור חמור פי כמה וכמה, וכמו שיבואר הכל לפנינו בעזרת ה' יתברך, שיש לשקול היטב כל הכרעה בזה משני הצדדין."

“וביותר רצוני להדגיש, דהאוסר היום לכל אחד פאה נכרית מדינא, אינו מחמיר רק מיקל בזה מאוד, שאשה היום במטפחת אינה מכסה כל שערותיה תמיד, וזה מקום לחוש לאסור מדינא אפי’ מהתורה לרשות הרבים, ואם בפאה נכרית החשש לרוב הפוסקים רק מדת יהודית, במטפחת החשש מגילוי שיער, והיינו פגיעה בדת משה ממש, וא”כ המחמיר עלול להקל לגרום איסור תורה, שרק יחידים אצל הספרדים שיפרקו פאה נכרית, יזהרו במטפחת שתכסה תמיד כל השערות כדין, וגם אם בפאה נכרית הרי זה שינוי מדרכי אבותינו, במטפחת לחוד ובמיוחד לספרדים הרי זה שינוי טפי, שזה מפורש בשו”ע שצריך עוד לרשות הרבים רדיד ולא סגי במטפחת לבד, וכן נהגו באמת אצלם מדורי דורות, עד שסביבם נשתנה המנהג והתחילו במטפחת לבד. וא”כ אפי’ במטפחת אין בזה חומרא, רק קולא נגד הפסק ומנהג מדורי דורות שצריך חוץ מהמטפחת רדיד דוקא”.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אפריל 29, 2020 7:49 am

נקודה למחשבה: אויב סאטמארע רב האט אנגענומען פאה נכרית אלץ אן איסור דרבנן אדער א דאורייתא ווי מאנכע שרייבן דא וואלט ער מרעיש עולמות געווען פארן קריג צו נאכן קריג
סאיז באקאנט אז אין שטאט סאטמער האט ער אין די שטאטישע שוהל מעורר געווען איבער אייגענע האר (גילו שער) און די חסידישע קלויז איבער שייטלן
כנראה לי האט ער עס אנגעקוקט ווי מדרגות אין אידישקייט און צניעות

נאכמער: די ערשטע יארן נאכן קריג ווען ער האט גערעדט וועגן אייגענע האר איז די נושא געווען סתם וועגן שערן וואס דעיס איז א חומרא פונעם זוהר און תקנת קדמונים (כרעד נישט פון גיין מיט די בלויז האר קאפ) און אויב פאה נכרית האט ער געהאלטן אז עס איז ממש אן איסור וואלט עס עכ״פ געדארפט זיין עטליעסט אויף די זעלבע דרגא ווי זיך שערן

נאכאמאל כגיי נישט אריין אין די דו״ד אבער מרעדט ווי סאטמארע רב האט יא אדער נישט גערעדט פון שייטלן איז כדאי דעיס אנצומערקען
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך שצם_חנכל » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:45 am

IMBZ האט געשריבן:וואס א חוליק וואס די סיבה פין זיך טוישן איז, די פאקט בלייבט אז גאר אסאך משפחות אסאך מער ווי 30, אין אסאך וואס מען וואלט נישט געחלומט אז זיי וועלן זיך אמאל טוישן האבן זיך געטוישט. איך ווייס פין נאך אסאך וואס ווארטן פשוט פאר זייערע שפיצלעך אנצוקומען.
איך ווייס אסאך בעל בעתישע וואס האבן זיך געטוישט אביסעל צי אסאך, טאקע נישט צו קיין שפיצעל.
עס איז זיכער שוין לאנג נישט געווען אזא שטארקע התעוררות ביי די נשים.

ווי עס קוקט אויס איז דאס נישט קיין ארגעניזירטע באוועגונג, נאר מערערע אינדיווידואלע פרויען וואס ווילן זיך שוין לאנג אנטון א שפיצל אבער האבן נישט געטראפען די פאסיגע געלעגענהייט דערצו אדער האבן פשוט געברויכט א שטופ. ביי אונזער געזעלשאפט האט אזא טויש גאנץ ערענסטע קאנסעקווענצען פארן יחיד און עס טוט אנדייטען א סאציאלאגישע אנטוויקלונג ווען עס ווערט געטון דורך אסאך יחידים דורכאויס א געוויסע תקופה. עס קוקט טאקע אויס אז פאר רוב מגיבים דא איז נישט קיין חילוק די סיבה פון די באוועגונג נאר ענדערשער די הלכה'ישע אספעקטען דערפון. אני הקטן פיל אז אזא סארט טויש פון אן ערענסטע צאל מענטשען אויפאמאל איז ווערט אן אנאליז אפילו אין די געדריקטע בלעטער כל שכן אז זי פארדינט זיך א שטיקל אשכול דא אויף אייוועלט, לכל הפחות צו דאקומענטירן די ערשיינונג.

@שמערלער'ס ארגינעלע תגובה איז פון פאר פסח און נאר פון וויליאמסבורג, אויב דאס איז אמת איז מסתבר אז אויף פסח האבן זיך נאך געטוישט. פערזענליך ווייסן מיר עטליכע פרויען אין קרית יואל וואס האבן זיך געטוישט אויף פסח און מען שמועסט אז מ'רעדט דא פון עטליכע צענדליג פרויען אין קרית יואל, צוזאמען רעדט מען דא טאקע פון אסאך מער ווי דרייסיג משפחות, מ'דארף נאר וויסן צו עס איז אמת אויך. אפשר איז דא איינער מיט קראנטערע נומערן למשל פארקויפערינס, שדכנים, וכדו'.
לעצט פאראכטן דורך שצם_חנכל אום מיטוואך אפריל 29, 2020 9:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך rutledge » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:47 am

קרייסלער האט געשריבן:נקודה למחשבה: אויב סאטמארע רב האט אנגענומען פאה נכרית אלץ אן איסור דרבנן אדער א דאורייתא ווי מאנכע שרייבן דא וואלט ער מרעיש עולמות געווען פארן קריג צו נאכן קריג
סאיז באקאנט אז אין שטאט סאטמער האט ער אין די שטאטישע שוהל מעורר געווען איבער אייגענע האר (גילו שער) און די חסידישע קלויז איבער שייטלן
כנראה לי האט ער עס אנגעקוקט ווי מדרגות אין אידישקייט און צניעות

נאכמער: די ערשטע יארן נאכן קריג ווען ער האט גערעדט וועגן אייגענע האר איז די נושא געווען סתם וועגן שערן וואס דעיס איז א חומרא פונעם זוהר און תקנת קדמונים (כרעד נישט פון גיין מיט די בלויז האר קאפ) און אויב פאה נכרית האט ער געהאלטן אז עס איז ממש אן איסור וואלט עס עכ״פ געדארפט זיין עטליעסט אויף די זעלבע דרגא ווי זיך שערן

נאכאמאל כגיי נישט אריין אין די דו״ד אבער מרעדט ווי סאטמארע רב האט יא אדער נישט גערעדט פון שייטלן איז כדאי דעיס אנצומערקען

זיך שערן איז נישט אלט קיין 400 יאר די זוהר לפי ידיעתי רעדט פון גילו שער ברשות היחיד (וואס איז נישט אסור אלץ ופרע את ראש האשה)
אויב כבין נישט גערעכט קום אריין אבער קלאר

אוועטאר
פויליש פארווע
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: ביים פויליש פארווע סינק

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך פויליש פארווע » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:59 am

[quote="א קאנאדער"]איך האב נישט ליב צו אריין רעדן און די נושא אבער איך וויל נאר זאגן וואס איך האב אמאל געהערט פון אן ערליכע יוד, אז סיי די דברי חיים זיע אין סיי די חתם סופר זיע האבן געהאלטן אז די שפיצלעך וואס רוב פון אינזערע היימיש ווייבער גייען איז די זעלבע ווי די פאה נכרית פון זייער צייט אחוץ אויב מען גייט טאקע מיט א בלויזע טיכל אדער אן אומגעדריוועלט זייד שפיצל, כך שמעתי[/quote
די נטע גבריאל שרייבט אזוי לויט די דברי חיים
צוגעלייגטע
נטע גבריאל.JPG
נטע גבריאל.JPG (27.72 KiB) געזעהן 4358 מאל
א קרעכטס ברעגט א קרעכטס און א דאנק ברענגט א דאנק. (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:21 am

איך האב עס פונקט געוואלט שרייבן

די הלכה איז ווי רוב פוסקים אז פא"נ איז מותר, וכן עמא דבר וכל דבר שהלכה רופפת בידך הלך אחר המנהג, אבער עס איז זיכער דא א מקום להחמיר, וכל המחמיר קדוש יאמר לו, זיכער לפי די מצב לצערינו הרב מיט די היינטיגע פאות וואס אין געוויסע מצבים איז עס שרעקליך וכמ"ל.

אבער אויב שוין טוישן, זאל עס שוין זיין א גאנצע טיכל, זאל מען שוין אויסזעהן ווי די אמהות האבן אויסגעזעהן, צי וואס גיין מיט א שפיצל?

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך דייקן » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:24 am

ערשט האב איך נישט געטראכט אריינצורעדען, היות די עיקר שאלה איז ווועגען א קבלה לטובה, און לויט רוב דעות איז א טיכעל בעסער ווי א שייטעל, אודאי אין די סאטמארע קרייזען, און כ"ש מיט די היינטיגע שייטלעך, און כ"ש וק"ו מיט די ע"ז שאלה (אף שיש ע"ז תשובות טובות וכמבואר באשכול המיוחד לזה ואכהמל"ב), [כתבתי "רוב דיעות" כיון שלדעת האדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל פא"נ עדיף, וכע"ז כתב הגר"מ שטערענבוך שליט"א, ועוד כמ"פ, וגם יש בזה אולי משום הוצאת לעז על הדורות הראשונים (כיון שיש דיעות שפא"נ אסור מה"ת, וע"כ כשמשנים למטפחת נראה קצת שנוקטים כשיטה הזאת, ובזה שונה משאר חומרות שלא נראה שסוברים שמה שעשו הראשונים היה אסור מעיקר הדין, ודו"ק) וכעין מה שלא משנים לגבי גיטין, ואכהמלהב"ז], און איך וויל נישט גורם זיין א רפיון אין דעם.

אבער נאכען זען אז עטליכע האבען אנגעפאנגען צו מפקפק זיין אין די עצם כשרות פון די שייטעל, ועי"ז להוציא לעז אויף רוב פרומע ערליכע אידענעס וואס פירען זיך צו טראגען א שייטעל, ע"כ אמרתי לא עת לחשות ואף אני אענה חלקי [ובפוסקים מצאנו כמה פעמים אז מען רעכענט זיך גאר שטארק מיט די מנהג העולם, למשל מיט וואס מען מאכט א ברכה אויף טשאקאלאדע שהכל, אפילו אז מען וואלט לכאו' געדארפט מאכען א בפה"ע וכמו ששמעתי מהג"ר יחזקאל ראטה שליט"א, וידוע הסיפור שא' מנכדי הגרש"ז אויערבאך זצ"ל קיבל טשוקולד במסיבת חנוכה ושאל סבו מה לברך ואמר לו פרעג די באבע והיא כמובן אמרה שהכל, און אויך ביי די שאלה אויף די כשרות פון די אינדיק וואס עס האט נישט א מסורה און עס קוקט אויס אינגאנצען אנדערש ווי די באקאנטע הינדלעך, איז איינע פון די שטארקע סיבות להתיר געווען אז די עולם עסט עס שוין צענדליגע יאר (והתחילו לאכלו כיון שסברו שיש ע"ז מסורת), והיו שהשתמשו עם הסברא הזאת גם בפולמוס האחרון שהיה על התרנגולות שלנו ואכהמל"ב, און אויך אין נאך פיל פלעצער זעט מען ווי די פוסקים פארענטפערען א מנהג העולם, און כ"ש ווי עס איז א מנהג פון רוב פרומע ערליכע אידען (פאר יארען לאנג)].

א שטארקע ראיה אז די איסור איז נאר אויף די נאטרליכע האר, איז אז די האר איז די איינציגע זאך וואס איז נאר אסור נאך די חתונה, און א מיידעל פאר די חתונה מעג גיין מיט די אייגענע האר (אפילו אז זי איז שוין אין די יארען און זי זעט אויס (ביי די וואס קענען איר נישט) ווי א חתונה געהאטע ווייבל מיט האר), איז פון דעם איז א שטארקע ראיה אז עס איז א גזיה"כ אויף האר פון א חתונה געהאטע ווייבל, אדער אז משום מה איז נאר דא הרהורים ביי האר פון א חתונה געהאטע ווייבל, און נישט ביי וואס זעט אזוי אויס, און לויט דעם איז מותר צו גיין מיט א שייטעל וואס זעט אויס ממש ווי איר אייגענע האר [אודאי אבער דארף עס זיין איידעל, אזויווי אלע קליידער פון א פרוי דארפען זיין איידעל, און אז נישט איז זי א מחטיאה את הרבים רח"ל (בשוגג), דאס האט אבער נישט צו טאן מיטען שייטעל ואינו דין מיוחד בפא"נ, נאר אזויווי אלע עניני צניעות בבגדי האשה (וגם האיש, כמכנסיים צמודות שאסורות מעיקר הדין ממש, ואכהמל"ב)האבען ליידער א גרויסע ירידה בזמנינו האט זיך עס אויך אריינגעכאפט צום שייטעל], ואל תשיבני שאף שמביא להרהורים מ"מ התירתו התורה בבתולה כדי שירצו לישאנה, וכע"ז ראיתי בספר א', שהרי באלמנה וגרושה נקטו הפוסקים שדינה כנשואה אף ששייך אצלה הטעם הזו וביתר שאת, און נאכען טראכטען פון דער ראיה האב איך געזען נאכגעברענגט כע"ז פון הגר"ש מאשאש זצ"ל די הויפט רב אין מאראקא (ואח"כ רה"ר בירושלים, אבל כשהיה גר במאראקא הביאו דברים בשמו אפילו בביטאון החומה של הנטו"ק, כי היה ירא ושלם וחרד לדבר השם, אלא שאצל רוב הספרדים הסתכלו אחרת על המדינה והרה"ר כידוע, אבל אינו מגרע מהערליכקייט שלו), וואס אפילו נאכדעם וואס הגאון האדיר ר' עובדיה יוסף זצ"ל האט עם אפגעענטפערט אין זיין ספר יביע אומר מיט פילע פילע מקורות (וכידוע שהיה מאוד מאוד כנגד לבישת הפא"נ לבנות עדה"מ), האט ער זיך געהאלטען ביי זיינס און צוריק געענטפערט בספרו להתיר בשופי ולכתחילה (ע' בספרו תבואות שמש אהע"ז סי' קל"ז, ובשו"ת שמש ומגן ח"ב סי' ט"ו-י"ז).

דא איז נישט די פלאץ צו מאכען רשימות לכאן ולכאן, נאר שלא להשאיר הנייר חלק וועל איך ברענגען כמה פוסקים מפורסמים (טאקע נישט פון די סאטמארע קרייזען) וואס עס איז נאכגעברענגט משמם אז א שייטעל איז בעסער פון א טיכעל (וטעם רובם כיון שכל השערות מכוסות, משא"כ במטפחת שיותר קל לקצת שערות להתגלות) [עס קען זיין אז זיי וואלטען נישט מתיר געווען היינטיגע צייטען, צו ווייל עס זעט אויס ווי די אייגענע האר, צו אלס די ע"ז שאלה, איך ברענג זיי נאר אלץ דעם אז טאמער איז עס מותר (וכמו שביארתי לעיל) איז עס נאך בעסער ווי א טיכעל].
די חזו"א(דינים והנהגות מהחזו"א ח"ב פ"ח אות ט'). בעל אג"מ(שו"ת אור יצחק אבהע"ז סי' ג'). הגר"מ שטערענבוך (דת הלכה). בעל נטעי גבריאל (קובץ אור ישראל ל"ו-ל"ז).
לעצט פאראכטן דורך דייקן אום מיטוואך אפריל 29, 2020 9:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מערערע פרויען טוישן די קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון די מצב

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:36 am

rutledge האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:נקודה למחשבה: אויב סאטמארע רב האט אנגענומען פאה נכרית אלץ אן איסור דרבנן אדער א דאורייתא ווי מאנכע שרייבן דא וואלט ער מרעיש עולמות געווען פארן קריג צו נאכן קריג
סאיז באקאנט אז אין שטאט סאטמער האט ער אין די שטאטישע שוהל מעורר געווען איבער אייגענע האר (גילו שער) און די חסידישע קלויז איבער שייטלן
כנראה לי האט ער עס אנגעקוקט ווי מדרגות אין אידישקייט און צניעות

נאכמער: די ערשטע יארן נאכן קריג ווען ער האט גערעדט וועגן אייגענע האר איז די נושא געווען סתם וועגן שערן וואס דעיס איז א חומרא פונעם זוהר און תקנת קדמונים (כרעד נישט פון גיין מיט די בלויז האר קאפ) און אויב פאה נכרית האט ער געהאלטן אז עס איז ממש אן איסור וואלט עס עכ״פ געדארפט זיין עטליעסט אויף די זעלבע דרגא ווי זיך שערן

נאכאמאל כגיי נישט אריין אין די דו״ד אבער מרעדט ווי סאטמארע רב האט יא אדער נישט גערעדט פון שייטלן איז כדאי דעיס אנצומערקען

זיך שערן איז נישט אלט קיין 400 יאר די זוהר לפי ידיעתי רעדט פון גילו שער ברשות היחיד (וואס איז נישט אסור אלץ ופרע את ראש האשה)
אויב כבין נישט גערעכט קום אריין אבער קלאר

גערעכט, סאיז דא דריי שטאפלן:

גילו שער באשה ערוה, אלץ דת יהודית

גילו אפילו משהו אפילו בבית עפ״י זוהר

שערן גענצליך די האר תקנת וועד ד׳ ארצית
(הרב מסאטמער רגיל לומר אז אויב משערט זיך נישט קען מען צוקומען נכשל צו ווערן אינעם זוהר)
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט