מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

אחראי: יאנאש

הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבדלה וויין »

היות איך האב דורכגעטוען די ענין פון אינעווייניג אין די תשובה פון די דברי חיים, און אויך געזען פון א ספר פון סאטמארע רבין הדרכות פאר אינגעלייט, (געדענק נישט יעצט די נאמען און אויך איז שווער נאכצוקוקן יעצט די תשובה אין דברי חיים, די בהימ"ד ווי איך האב עס געזען און געלערנט בפנים און עס דורכגעטוען איין שבת איבער עטליכע שעה איז פארמאכט פאר'ן פאבליק און איך קען נישט אנקומען דארט) וועל איך מוזן פרובירן לויט וויפיל איך געדענק בע"פ.
קודם אן הקדמה
מיר האבן געטוישט ביי די תשס"ד פרשה פון אייגענער ווילן פון היומען העיר צו סינטעטיק, אבער שוין דענמאלטס איז עס אריין אין קאפ אז אפשר זאל מען טוישן צי א שפיצל, נאר היות מיר זענען געווען זייער אינג און קיינער פון אונזער ארומ'יגע גייען נישט דערמיט איז עס נאר געבליבן א חלום.
איבער די יאר'ן האט מיין ווייב אזויפיל יא געטוען, אז זי האט עס געקויפט און זי האט געוואלט זען צי זי וועט אמת'דיג נושא חן זיין ביי מיר מיט עס. אבער למעשה האט זי נישט געוואלט דערווייל טוישן, פשוט ביי איר משפחה איז יעדער די זעלבער ווי אירע עלטערן נישט בעסער און נישט ערגער, און איך רעד פון א שטוב כמעט נאר מיידלעך. און זי האט נישט געוואלט זיין קיין אויסנאם.
נאך א זאך וואס האט אפגעהאלטן און מיט רעכט, מיר פארשטייען אז יעדער איינער האט אן אנדערע יצה"ר, און אויב די קינדער וואקסן אויף אז זייער מאמע גייט מיט א שפיצל, און אויב זיי וועלן וועלן עס טוישן פון א שפיצל צי א שייטל וועט זיין זייער שווער פאר אונזערע קינדער אויב זיי וועלן עס דארפן האבן צי קענען זיין ערליך, ודי. און ווי שטארק איך אליינס בין גרייט אז מיין ווייב זאל גיין מיט א שפיצל (און נישט איך זאג עס היינט אלץ אן התעוררות פון איין טאג, און איך וועל טוישן מיין מיינד אין א האלב יאר, נאר דאס איז שוין א רצון פון איבער פופצן יאר, און גענוג דורכגעטראכט) אבער נאך אלץ ווילן אונז חתונה מאכן די קינדער מיט א שייטל, פשוט ווייל ווען מען איז אינג איז א שייטל פאר זייער אסאך א צורך גמור ווי לופט צי אטעמען, און זיך צו קענען האלטן ערליך. ממילא האבן מיר אלץ געהאפט אז ווען מען וועט עטליעסט אנהייבן חתונה מאכ'ן די קינדער וועט זיין גרינגער עס צי טוישן. ווי אויך האב איך אלעמאל געבעטן אז עס זאל נישט זיין קיין שטופ עס אנצוטוען מכח א צרה.
איך ווייס, אז עס וועט זיין וואס וועלן זאגן אז ווען מען מאכט חתונה איז שווערער, די קינדער וועלן נישט לאזן וועגן שידוכים וכו', אבער למען האמת, אויב די פירסט זיך מיט דיינע קינד ווי אן עדאלט און די טראסט אים, און די פארשטייסט זיינע נסיונות, און די ווילסט ער זאל טוען וואס איז גוט פאר אים, וועלן רוב קינדער נישט שטערן די עלטערן ווען זיי פארבעסערן זיך מיט עפעס. איך אליינס קען עטליכע וואס האבן געטוישט ווען די קינדער זענען שוין געווען ערוואקסן און די קינדער גייען אלע מיט שייטלען. און מיט די פולסטע גוטהייסונג פון זייערע עלטערן.
יעצט לגבי הלכה, אויב וואלט עס טאקע געווען אסור מדאורייתא, ווי עטליכע וואס האבן דא געשריבן, וואלט מיר נישט אזוי געהאלטן לגבי די קינדער. אוודאי איז עס מער צניעות און מער אויסגעהאלטן, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אונז ווילן טוישן.
דער דברי חיים שרייבט עוברת על דת יהודית, און מנהג אפיקורסות, אויף א מקום ווי קיינער גייט נישט מיט א שייטל, און עטליכע אויסווארף האבן געטוישט צי א שייטל, ער ברענגט אפילו א ראי' אז אפילו אין די געגענט פון זיין שווער דער ברוך טעם איז כמעט נישט געווען א שייטל, און כש"כ אין גאליציע, און ער האט פרובירט עס אפצוהאלטן פון עס אריינכאפן ביי בנות ישראל. (און איך האב עס קלאר געזען אין א ספר נישט פון די לעצטע פאר יאר נאר א פריער'דיגע), בערך אזא בחינה ווי היינט ביי די חסידישע שטובער הייבט זיך אן אריינכאפן למשל פאני טעיל שייטלען, וואס אלע היימישע ערליכע רבנים שרייען דערויף (און מיט רעכט), און זייער מעגליך אז לויט ווי די דורות גייען וועט עס אין 50 יאר ארום ווערן נארמאל ח"ו ביי טייל חסיד'ישע פרויען. ממילא רוב פון אונז, וואס אונזערע באבעס גייען מיט א שייטל, שוין אפילו די לעצטע צוויי דורות פאר די קריג לויט די קלארע בילדער וואס עס איז דא פון זיי, איז עס נישט שייך די איסור דאורייתא און אפילו דרבנן. די זעלבע זאך די וואס זאגן אז די מתירים האבן נאר מתיר געווען נאר די וואס קוקט נישט אויס ווי האר, איז אוודאי די וואס האבן עס אריינגעברענגט די ערשטע זענען עתיד ליתן את הדין, אזוי ווי די ערשטע וואס האבן געטוישט פון טיכלעך צו שייטלען ביי די צייטן פון דברי חיים. (נישט די וואס האבן געטוישט צוליב א גזירה, וואס דאס קענען מיר נישט דן זיין). אבער איינמאל כמעט יעדער גייט מיט די שייטלען איז נישט שייך צי זאגן אז עס איז אסור אלץ צוציענד, עוברת על דת יהודית וכדו', יעדער גייט דאך דערמיט, וזה כלל גדול בצניעות הכל לפי המקום והמצב.
איך וואלט געזאגט אז די גאנצע שייטל מבוכא איז דומה, צו א פאל ווי די די.פי. לאגערן ווי מען האט למשל נישט געקענט באקומען קיין האנד מצות נאר מאשין מצות איז אוודאי אז סאטמאר'ע רבי און קלויזענבורגע רבי וואלטן נישט געגעסן קיין מצות גאנץ יום טוב, נאר געלעבט אויף פאטעיטאס, אבער פאר די עמך אידן וואס זענען נארוואס באפרייט געווארן פון א שווערע מלחמה וואלטן זיי קלאר געפסקענט צי עסן מאשין מצות, אפילו דער דברי חיים האט עס געאסר'ט אלץ חמץ, כש"כ ביי שייטלען ווי יעדער האט אן אייגענע מלחמת היצר זה בהווה וזה בעבר איז אוודאי אז מען קען נישט פסקענען בכלליות און יעדער דארף וויסן ווי ער האלט, און געווענליך ביי אן עלטערע איז אנדערש ווי ביי א אינגערע (איך האב דירעקט נישט געברענגט קיין ראי' פון מלחמה יאר'ן בעצם, ווייל ביים מלחמה האט מען געמעגט עסן לכתחילה חמץ, ספעציעל ביי די וואס האבן געדארפט האבן כח צי ארבעטען שווער און אויב נישט האט עס געמיינט א קויל פון די דייטש ימ"ש, נאר אפילו ביי די די.פי. לאגערן וואס דענמאלטס איז עס נאר געווען זיך צו ערהוילן און נישט קיין שעת סכנה בפועל.)
און דאס איז די סיבה פארוואס סאטמאר רבי האט עס נישט פארלאנגט פון כמעט קיינעם תיכף נאך די קריג, און אפילו שפעטער אויך נאר פון יחידי סגולה. און די זעלבע ביי אנדערע צאנזער אייניקלעך, ווי למשל קלויזענבורג'ע רבי, וואס האט געהאט זיין קהילה, און ער פאר זיך און זיין שטוב איז געגאנגען אויסגעהאלטן לויט די דברי חיים, אבער פארלאנגען פון אנדערע פשוטע עמך איד'ן האבן זיי עס נישט געטוען.
נאך א זאך וואס מען דארף נעמען אין באטראכט, וואס עס איז אנדערש היינט ווי אמאל, אמאל זענען די גוים געגאנגען צוגעדעקט די האר, ממילא איז א שייטל אפילו צוגעדעקט דומה לחוקת הגוי, און עס איז נישט אזוי ניכר צווישן צוגעדעקטע האר און צוגעדעקטע שייטל, משא"כ היינט ווען דער גוי גייט בגילו ראש אינגאנצען, און די מושג שייטל איז געווארן א אידישע לבוש, און קיין איין גוי גייט נישט דערמיט, און אוודאי א צוגעדעקטע שייטל זעט מען קלאר אז דאס איז א בת ישראל און נישט ווי א גויטע. ועוד, דאס אז אמאל האט מען זיך נישט געשוירן די האר, און א פרוי איז געווען כל כבודה בת מלך פנימה, דאן וואס דארף זי א שייטל פאר די גאס, משא"כ היינט ווען עס איז גאנץ אן אנדערע מצב, און א שייטל נאר פאר שטוב איז אינו דומה צי די האר ודי. ממילא דארף מען מער פארשטיין די וואס דארפן עס יא.
למעשה, ווענדט זיך טאקע פאר יעדער יחיד לויט די מקום ווי זי וואוינט, למשל א פרוי וואס וואוינט אין מאה שערים און באלאנגט צי א פרומע קהילה טאר טאקע נישט משנה זיין צו אפילו שייטל מיט א טיכל, א פרוי פון קרית יואל האט די איסור צו גיין מיט א לאנגע שייטל, ווייל אין איר מקום איז עס עוברת על דת יהודית, און א פרוצה, משא"כ א פרוי אין ב"פ איז עס נישט קיין שום איסור.
לגבי די האטלייןס וכו', לויט ווי איך פארשטיי איז עס פארקערט, קיינער הערט נישט קיין האטליינס אויף אן ענין וואס ער לעכצט נישט דערויף, ממילא איז זיכער א האטליין וואס איז געווידמעט בלויז פאר די איין צוועק, איז גארנישט שלעכט מיט די אנפירערעס דערפון, קיינער מוז נישט רופן, און די וואס רופן עס יא ווילן בלויז נאר חיזוק און א שטופ עס יא צו טוען.
לסיכום הענין, די אלע באזעסענע וואס האבן שוין יעצט געטוישט, איז לכאורה האבן שוין א שפיצל אינדערהיים יאר'ן, נאר האבן געווארט אויף א גוטע געלעגנהייט.
אפשר וועט טאקע יעצט ווערן ווי א כח היחיד אז יעדער זאל טוען לויט ווי אזוי זיין מצב איז אמת'דיג, אן ארומקוקן וואס אנדערע וועלן טראכטן, און פונקט ווי א מאן קען ווערן ערענסטער ביי די עלטערע יאר'ן און מער לערנען, מער מהדר זיין במצוות אן א מורא אז מה יאמרו הבריות און אן זיך דארפן רעכענען מיט ארומ'יגע, די זעלבע זאל ביי צניעות/לבוש זיין די זעלבע. איך פארשטיי אז עס איז א 2 וועי סטריט און גענוג וועלן טוישן פארקערט, אבער אני לכשעצמי האלט אז איינער וואס קומט פון א שפיצל משפחה און זיי דארפ'ן עס נישט זאל'ן זיי יא האבן די פרידאם צו טוישן אן דעם וואס זיי זאלן הייסן גוים, ביי די ארומ'יגע, ס"ה ווייטער ערליכע אידן נאר אן אנדערע מלחמת היצר ביי זייער צוואנציג יאר ווי זייער זיידע און באבע האבן געהאט ביי די פערציג יאר. און אויב וועט זיין אזא זאך אז עס וועט זיך גרינג טוישן, וועלן אפילו די וואס האבן געטוישט פון שפיצל צי שייטל ביי די אינגע יאר'ן קענען צוריעקטוישן צו א שפיצל ווען זיי וועלן פילן אז זיי קענען. ווי גייט נאר די ניגון: א שיינע חלום האב איך געהאט....
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

Screenshot_20200506-142358_Chrome.jpg
Screenshot_20200506-142358_Chrome.jpg (410.77 KiB) געזען 5648 מאל
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

איר האט געשריבן (הבדלה וויין): לגבי די האטלייןס וכו', לויט ווי איך פארשטיי איז עס פארקערט, קיינער הערט נישט קיין האטליינס אויף אן ענין וואס ער לעכצט נישט דערויף, ממילא איז זיכער א האטליין וואס איז געווידמעט בלויז פאר די איין צוועק, איז גארנישט שלעכט מיט די אנפירערעס דערפון, קיינער מוז נישט רופן, און די וואס רופן עס יא ווילן בלויז נאר חיזוק און א שטופ עס יא צו טוען.
אפאר שורות פארדעם האט איר געשריבן: אויב וואלט עס טאקע געווען אסור מדאורייתא, ווי עטליכע וואס האבן דא געשריבן, וואלט מיר נישט אזוי געהאלטן לגבי די קינדער.
דאס איז דאך מיין טענה לגבי די האטליינס, אז וויבאלד זיי לייגען עס אראפ כאילו עס איז אסור מדאוריתא און עס ברענגט צרות אויפ'ן וועלט. ממילא קען מען שוין נישט צופיל אריינטראכטן, ווייל יעדע מינוט איז מען דאך עובר א איסור דאוריתא. און מען טוישט אן עס האבן גוט דורכגעטראכט.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

הער איך אז אויף לג בעומר קומט א פרישע כוואליע פין פרויען וואס טוישען זיך.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

לאמיר אפלאזן די ענין פון שפיצלעך און שייטלעך לגבי די הלכה, דאס איז אבער זיכער אז אייביג און בפרט יעצט מעג מען זיך אויפוועקן אביסל כל אחד לפי יכולתו איבער די ענין פון קדושה.
און ווי עס שטייט אין חז''ל אז א מגיפה קומט אויף די וועלט צוליב פגם הקדושה, און ווי מען זעט אלץ אז צדיקים האבן עס אנגעהאנגן אין דעם ואכמ''ל מיט מראי מקומות.

און דאס איז סיי פאר אונז מענער ---
איך האב פאריגע וואך גערעדט מיט א חבר און אים איבער געזאגט א ווארט פון ר' שלומקה זוועהילער וואס ער האט געזאגט פאר א אידענע וואס האט זיך אפגערעדט פאר אים אז איר מאן איז נישט מקפיד אויף א געוויסע חומרא וואס איר פאטער האט שטענדיג זייער מקפיד געווען, האט ר' שלומקה איר גענטפערט:
"אויף יענע וועלט וועט מען נישט פרעגן אויף דעם, אויף יענע וועלט וועט מען זיך שטעלן צו מען האט געהיטן די אויגן און צו מען האט נישט מצער געווען א צווייטע איד".
האט מיין חבר אנגעהויבן זיך צו מתנצל זיין אז מען דארף פארשטיין אז עס איז זייער שווער און מען איז צוגעוואוינט און נאך, בקיצור, ער קען זיך נישט היטן די אויגן און שוין, דערצייל אפילו נישט אזעלכע מעשיות ווייל עס מאכט סתם אומבאקוועם.
האב איך אים געזאגט, אז ווער האט יעצט געזאגט אז מען דארף פון איין מינוט אויפן צווייטן ווערן א שומר עינים, סך הכל בעט דער אייבערשטער פון אונז אז אונז זאלן וויסן דערפון, פרובירן איין צוויי מאל א טאג, זיך שלאגן אביסל, אבער די עיקר איז אז מיר זאלן וויסן פון אזא פראבלעם אז קוקן א ראיה אסורה איז אסור בתכלית האיסור און א שלעכטע מחשבה בכונה איז א געפערליכע פגם, און ווער רעדט שוין פון מוז''ל רח''ל. דאס אלעס.

דער אייבערשטער ווייסט אונזער מצב און די מצב הדור, ער ווייסט אלעס, אבער די אייבערשטער פארלאנגט יא פון אונז אז אונז זאלן שטרעבן און בענקן און ווילן זיין רצון, ער דארף אונזער ביסל וואס אונז קענען יא טון.
אבער די ערגסטע איז אז מען געט אויף און עס איז נעשה לו כהיתר, יאוש, דאס איז נאך ערגער פון די עבירה אליין, אפילו א מענטש פאלט דורך טויזענט מאל אבער ער וויל נישט, איז ער בעסער ווי דער וואס פאלט דורך פינף מאל אבער ער איז שוין לאנג מיואש און עס גייט אים ניטאמאל אן, רחמנא לבא בעי, לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה.
און פארשטייט זיך אז א מענטש וויל, שטארקט ער זיך צומאל, און יעדע מאל איז אזוי טייער ביים אייבערשטן אז אלעס איז ווערד פאר דעם, און פארשטייט זיך אויך אז מען קען און מען דארף תשובה טון, אפילו אביסל, און עס רייניגט פשוט די מענטש, א קרעכץ, א דיבור פארן אייבערשטן, דאס איז מקוה המטהר מכל הטומאות.

און דאס איז אויך לגבי די נשים, וואס בעצם איז עס היבש מוטל עלינו.
די קליידער. עס איז נישט הותרה הדבר און אויב עס איז נישט רויט קען מען גיין דערמיט וויפיל מען וויל. ניין. מען דארף טראכטן יעדע קלייד צו עס איז נישט אויפאלנד און ציענד, יעדע פרוי (און איר מאן וואס איז בידו למחות) האט א חיוב צו זיכער מאכן אז זי איז נישט מכשיל א צווייטן מיט איר קלייד.
און ווייטער מיט די שייטל, איז פשוט אז גענוג מען גייט דערמיט וואס יעדער ווייסט אז דאס איז די 'מערסט' ציענדע זאך, אבער מען דארף עס נישט באשיינען און באפיצן ביז מען זאל אויסקוקן ווי די שוועסטער פון די כלה אליין יעדע מאל מען גייט ארויס, נאכדערצו אז ע''פ רוב איז עס ליידער א זאך וואס מען טוט אן 'נאר' ווען מען גייט ארויס אויפן גאס, איז פארוועם טוסט עס?...
און זיכער דארף מען נישט ארבעטן אז די שייטל זאל אויסזען ווי 'עכטע' האר, און עס זאל אריינפאלן אין פנים, און זיין צופלויגן, וואס הרב וואזנער שרייבט זייער הארב דערויף, און יעדער וואס האט אביסל יראת שמים פארשטייט עס אליין אז מען דארף ניטאמאל זאגן.
בכלל שטייט אין פסוק 'כל כבודה בת מלך פנימה', און אלע דורות איז א אשה געווען אינדערהיים ווי מער, און היינט דארף אויך נישט א פרוי זיך דרייען איבריג אויפן גאס, און זיכער נישט רעדן הויעך אויפן טעלעפאן וכדומה.
און נאך און נאך וואס מען קען נישט מאריך זיין, די קורצע סקירטס, די קנאקעדיגע שיך (גיי פארשטיי וואס די פוינט דערפון איז, ווילסט יעדער זאל וויסן דו קומסט כדי מען זאל קענען זיך היטן די אויגן?.... אבער א מאן וואס היט זיך יא די אויגן דארף נישט הערן א פרוי גיין נעבן אים פאר פינף מינוט! ודי), און די מעיקאפ (וואס ליידער לייגט מען עס אויך בעיקר ווען מען גייט ארויס), און אזוי ווייטער.
און מען דארף צולייגן אז נשים זענען געווענטליך ערליך און נישט אינטערעסירט אין נישט גוטס, זיי ווייסן נאר נישט, זיי כאפן זיך נישט, דעריבער ליגט פיל מער אויף די מאן זיי צו אויפקלערן און זאגן, זיי זענען גרייט זיך צו טוישן אין געוויסע זאכן זייער שנעל, דעריבער איז פיל מער די אחריות אויף אונז.

און עס איז מוטל עלינו צו זען צו טון וואס מען קען. אז מען קען נישט אלעס איז כאטש אביסל, יעדע קלייניגקייט וואס מיר געבן אוועק פארן אייבערשטן האט א געוואלדיגע חשיבות און עס קען טוישן גאר אסאך בזה ובבא, דער אייבערשטער וויל אבער זען אז מיר טוען עפעס, עס איז נישט הותרה הרצועה און נעשית לו כהיתר.
עס איז טאקע שווער, זייער שווער, אבער מען קען כאטש ווילן, וויסן דערפון, אביסל טון, דאווענען צום אייבערשטן דערויף, דער אייבערשטער הערט צו אונזערע תפילות אויך אויף רוחניות און העלפט, און איך ווייס אסאך מעשיות דערויף, מען קען בעטן דעם אייבערשטן איבער עניני קדושה פאר זיך און פאר די רעביצין און דער אייבערשטער העלפט, און אויך אז די עצם בעטן איז שוין גאר אסאך ממתיק ווייל מען האט כאטש געטון עפעס דערפאר, מען האט געוויזן אז מען וויל עס נישט, מען וויל די גוטס!!

איך בין נישט דא צו קריטיקירן און צו מקטרג זיין, אידישע קינדער מיינען גוטס און ווילן נאר גוטס, מען דארף פשוט אביסל זיך אויפוועקן און זיך דערמאנען פון די מצוות התורה המתוקה והנעימה, פון די גוטע באשעפער וואס בעט פון אונז זאכן פאר אונזער טובה בזה ובבא, און טאקע טון כאטש וואס מען קען במחשבה דיבור ומעשה ואז טוב יהיה לנו.
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

הבדלה וויין האט געשריבן:נאך א זאך וואס האט אפגעהאלטן און מיט רעכט, מיר פארשטייען אז יעדער איינער האט אן אנדערע יצה"ר, און אויב די קינדער וואקסן אויף אז זייער מאמע גייט מיט א שפיצל, און אויב זיי וועלן וועלן עס טוישן פון א שפיצל צי א שייטל וועט זיין זייער שווער פאר אונזערע קינדער אויב זיי וועלן עס דארפן האבן צי קענען זיין ערליך, ודי. און ווי שטארק איך אליינס בין גרייט אז מיין ווייב זאל גיין מיט א שפיצל (און נישט איך זאג עס היינט אלץ אן התעוררות פון איין טאג, און איך וועל טוישן מיין מיינד אין א האלב יאר, נאר דאס איז שוין א רצון פון איבער פופצן יאר, און גענוג דורכגעטראכט) אבער נאך אלץ ווילן אונז חתונה מאכן די קינדער מיט א שייטל, פשוט ווייל ווען מען איז אינג איז א שייטל פאר זייער אסאך א צורך גמור ווי לופט צי אטעמען, און זיך צו קענען האלטן ערליך. ממילא האבן מיר אלץ געהאפט אז ווען מען וועט עטליעסט אנהייבן חתונה מאכ'ן די קינדער וועט זיין גרינגער עס צי טוישן. ווי אויך האב איך אלעמאל געבעטן אז עס זאל נישט זיין קיין שטופ עס אנצוטוען מכח א צרה.
איך ווייס, אז עס וועט זיין וואס וועלן זאגן אז ווען מען מאכט חתונה איז שווערער, די קינדער וועלן נישט לאזן וועגן שידוכים וכו', אבער למען האמת, אויב די פירסט זיך מיט דיינע קינד ווי אן עדאלט און די טראסט אים, און די פארשטייסט זיינע נסיונות, און די ווילסט ער זאל טוען וואס איז גוט פאר אים, וועלן רוב קינדער נישט שטערן די עלטערן ווען זיי פארבעסערן זיך מיט עפעס. איך אליינס קען עטליכע וואס האבן געטוישט ווען די קינדער זענען שוין געווען ערוואקסן און די קינדער גייען אלע מיט שייטלען. און מיט די פולסטע גוטהייסונג פון זייערע עלטערן.

מען זעט טייל וואס טוישן זיך זענען נישט גרייט צו געבן פאר די קינדער די זעלבע אויסוואל וואס זיי וואלטען געוואלט אליינס האבן.

פארוואס נישט לאזן די קינדער אליינס אויסוועלן די קאפ צודעק וואס זיי ווילן ביים קומען אין די שידוכים יארן, אזוי אז אייער ווייב וועט אויך האבן אליינס די פרייהייט צו באשלוסען וואס זי וויל? די מאמע קען אנטון א שפיצל ווען דאס קינד איז נאך צען און ווען עס קומט צו שידוכים קען ער/זי אליינס באשלוסען אין וואספארא דירעקציע צו גיין.
קריסטאל-קלאר
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:40 am

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריסטאל-קלאר »

מי יודע האט געשריבן:
שצם_חנכל האט געשריבן:די צד השווה פון עטליכע תגובות פריער דא אין אשכול איז אז די ווייבלעך האבן מעגליך געטון אן איבערגעאיילטע שריט אדער אז די מענער זענען מעגליך נישט מסכים וכדו׳. איך קען נישט רעדן פאר יעדן, עס זענען ווארשיינליך דא אלע מינים, אבער ביי די געציילטע וואס מיר קענען איז די מעשה געווען פונקט פארקערט.

די צד השוה איז איינע פון די וועגן ווי אזוי געטראפענע פרובירן מסביר צו זיין אז ס'לוינט נישט צו גיין מיטן ערליכן לבוש

איך געדענק יארן צוריק ווען ס'איז געווען א באוועגונג פון טוישן פון שייטל אויף שפיצל, האט מיין ווייב דערציילט פון איינעם וואס האט זיך געטוישט, און די גאס שמועסט אז זי איז א פרומע אויפן מאנ'ס חשבון, דער מאן האלט בכלל נישט ביי די מדריגה, שפעטער בין איך געוואר געווארן בדרך לא דרך, אז דער מאן איז גאר געווען דער וואס האט אינספירירט זיין ווייב נאך א שטיק צייט פאר די באוועגונג אז זי זאל זיך טוישן

אין איין ווארט: ווען דער מאן מיינט באמת, שלא יתן עיניו באחרת, וועט ער דייקא בעטן זיין פרוי זאל זיין מער בצניעות, ווייל נאר אזוי וועט זי לעבן אינדערהיים און נישט אויף דער גאס, וואס נאר אזוי וועט זיין שייך שלא יתן עיניו באחרת. די וואס נוצן דאס אלס תירוץ - צו זיי רעדן זיך אליין איין, אדער פרובירן איינרעדן די פרוי - די פארלאנגען אלץ מער קולות און היתרים. און וואונדער איבער וואונדער, זיי ווערן קיינמאל נישט צופרידן. והמפורסמים אין צריכין ראי'.
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

מהאט דא פריער געברענגט אז די צדיקים האבן געזאגט אז די מגיפה קומט צילוב די שייטלן
כהאב לעצטענס געזען אין שדי חמד אז ער זאגט בפירוש ''מגפה'' איז ר''ת מ'פני ג'ילוי פ'את ה'נשים
ווער עס קען זאל עס ביטע ארויפברענגען
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

שמחהלע האט געשריבן:הער איך אז אויף לג בעומר קומט א פרישע כוואליע פין פרויען וואס טוישען זיך.

די שטוב מיינע האט מיר איבערגעגעבן אפאר נעמען פון מענטשן וואס איך קען אז זיי האבן זיך געטוישט דעם קאפ צודעק סאיז ממש צום שטוינען די גבורת הנפש זייערע.
אשריכם!!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך האב נישט דירעקט א מיינונג לכאן או לכאן. אבער נעכטן פארציילט מיר מיין ווייב אז איר ערשטע קאזין טוישט זיך בקרוב אויף א שפיצל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

מיינע פאר צענט צו די נושא

איינער האט דא געברענגט אז לויטן דברי חיים איז אפילו א שפיצל אסור, און מ'האט אים אוועקגעמאכט במחי יד.
האמת ניתן להיאמר, איינע פון די טענות פון די האטליינס און מודעות איז אז מען דעקט צו האר מיט האר, און בכלל די אנדערע טענות/טעמים וואס איז דא. איז דען נישט די גאנצע שפיצל פון פארנט כדי עס זאל כאטש עטוואס אויסזען ווי האר??

והשנית, און איך וועל מקדים זיין:
די אלע וואס טוישן מרצונם הטוב, טוען עס זיכער ווייל זיי ווילן באמת זיין ערליך און פיין, צו ווייל זיי ווילן שוין לאנג, אדער זיי זענען יעצט נתעורר געווארן, וואס דאס האט מען שוין דורכגעקייט איבער די לעצטערע בלעטער. און די מיינען עס אמת'דיג, און ביי זיי איז לכאורה גילטיג וואס עטליכע האבן געשריבן אז דאס וועט נישט אראפברענגן זייער סטאנדארט אין אנדערע הינזיכטן. משא"כ אסאך וועלכע גייען אזוי בלויז ווייל די משפחה גייט אזוי, איז די מציאות אז עס קלאפט אויס גאר שטארק אין אנדערע בגדים ואכמ"ל.

אבער די האטליין אנפירערינס און רעדנערינס קוקט יא אויס אז עס ליגט עפעס אן אגענדע דערונטער, און אז עס איז גרינגער צו מעורר זיין איבער יענעמ'ס פירצות ווי די אייגענע. והראיה מוכחת פון די אייגענע דרשות און צעטלעך אז ווען מען מען דערמאנט עפעס איבער די גאר שרייעדיגע טיכלעך, וואס די סטיילס און קאלירן זענען פיל מער שרייעדיג און פארביג ווי קליידער, מאכט מען עס אוועק במחי יד אז למעשה א שייטל וכו' וכו' און מען וויל בכלל נישט רעדן דערוועגן...

אגב אעתיק וואס א חבר האט מיר פארציילט, ער האט אנגעפרעגט א גאר חשוב'ער רב ומורה צדק, א שטארק פרומער און ערליכער מחשובי תלמידי הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע, און ער האט בשום אופן נישט געלאזט דעם מאן אריינרעדן אין די נושא, נאר די ווייב זאל אליין מחליט זיין אויב און וויפיל זי איז גרייט צו גיין בעסער (וואס אגב איז עס נישט געווען ביז א שפיצל נאר פון א פשוט'ע יומען שייטל צו צודעקן/סינטעטיק) און רעדנדיג אפן צום אינגערמאן פערזענליך האט דער דיין נישט אפגע'פסק'ט לאיסור א נארמאלע יומען שייטל.
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

אכטונג אכטונג האט געשריבן:מהאט דא פריער געברענגט אז די צדיקים האבן געזאגט אז די מגיפה קומט צילוב די שייטלן
כהאב לעצטענס געזען אין שדי חמד אז ער זאגט בפירוש ''מגפה'' איז ר''ת מ'פני ג'ילוי פ'את ה'נשים
ווער עס קען זאל עס ביטע ארויפברענגען

@חסד שבמלכות האט דאס שוין געברענגט גאנץ אנפאנג פונם שמועס
חסד שבמלכות האט געשריבן:ועיין בשדה חמד (אסיפת דינים מערכת דל"ת) שרייבט ער א מורא'דיג לשון: מגפ"ה ראשי תיבות מ'פני ג'לוי פ'את ה'נשים

איך האב פרובירט נאכצוזוכן אויף היברו בוקס אבער ליידער פעלן דארט פונקט די פאר בלעטער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שצם_חנכל האט געשריבן:

עיין כאן
אטעטשמענטס
אוצר החכמה_617394.jpg
אוצר החכמה_617394.jpg (87.18 KiB) געזען 4907 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לייטיש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 10:10 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטיש »

farshlufen האט געשריבן:
שצם_חנכל האט געשריבן:
אכטונג אכטונג האט געשריבן:מהאט דא פריער געברענגט אז די צדיקים האבן געזאגט אז די מגיפה קומט צילוב די שייטלן
כהאב לעצטענס געזען אין שדי חמד אז ער זאגט בפירוש ''מגפה'' איז ר''ת מ'פני ג'ילוי פ'את ה'נשים
ווער עס קען זאל עס ביטע ארויפברענגען

@חסד שבמלכות האט דאס שוין געברענגט גאנץ אנפאנג פונם שמועס
חסד שבמלכות האט געשריבן:ועיין בשדה חמד (אסיפת דינים מערכת דל"ת) שרייבט ער א מורא'דיג לשון: מגפ"ה ראשי תיבות מ'פני ג'לוי פ'את ה'נשים

איך האב פרובירט נאכצוזוכן אויף היברו בוקס אבער ליידער פעלן דארט פונקט די פאר בלעטער.

עיין כאן

רעדט ער נישט דארט פון אייגענע האר?
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

איך האב אויך געטראכט קודם אזוי, דערפאר האב איך געוואלט נאכקוקן. מען קען זיך דינגען, ער רעדט פון ביידע דארט, צו מיר קוקט אויס אז ער באציט זיך אויף אפענע האר.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ער הויבט אן מיט האר און גייט ווייטער צו פאה נכרית.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

שצם_חנכל האט געשריבן:
הבדלה וויין האט געשריבן:נאך א זאך וואס האט אפגעהאלטן און מיט רעכט, מיר פארשטייען אז יעדער איינער האט אן אנדערע יצה"ר, און אויב די קינדער וואקסן אויף אז זייער מאמע גייט מיט א שפיצל, און אויב זיי וועלן וועלן עס טוישן פון א שפיצל צי א שייטל וועט זיין זייער שווער פאר אונזערע קינדער אויב זיי וועלן עס דארפן האבן צי קענען זיין ערליך, ודי. און ווי שטארק איך אליינס בין גרייט אז מיין ווייב זאל גיין מיט א שפיצל (און נישט איך זאג עס היינט אלץ אן התעוררות פון איין טאג, און איך וועל טוישן מיין מיינד אין א האלב יאר, נאר דאס איז שוין א רצון פון איבער פופצן יאר, און גענוג דורכגעטראכט) אבער נאך אלץ ווילן אונז חתונה מאכן די קינדער מיט א שייטל, פשוט ווייל ווען מען איז אינג איז א שייטל פאר זייער אסאך א צורך גמור ווי לופט צי אטעמען, און זיך צו קענען האלטן ערליך. ממילא האבן מיר אלץ געהאפט אז ווען מען וועט עטליעסט אנהייבן חתונה מאכ'ן די קינדער וועט זיין גרינגער עס צי טוישן. ווי אויך האב איך אלעמאל געבעטן אז עס זאל נישט זיין קיין שטופ עס אנצוטוען מכח א צרה.
איך ווייס, אז עס וועט זיין וואס וועלן זאגן אז ווען מען מאכט חתונה איז שווערער, די קינדער וועלן נישט לאזן וועגן שידוכים וכו', אבער למען האמת, אויב די פירסט זיך מיט דיינע קינד ווי אן עדאלט און די טראסט אים, און די פארשטייסט זיינע נסיונות, און די ווילסט ער זאל טוען וואס איז גוט פאר אים, וועלן רוב קינדער נישט שטערן די עלטערן ווען זיי פארבעסערן זיך מיט עפעס. איך אליינס קען עטליכע וואס האבן געטוישט ווען די קינדער זענען שוין געווען ערוואקסן און די קינדער גייען אלע מיט שייטלען. און מיט די פולסטע גוטהייסונג פון זייערע עלטערן.

מען זעט טייל וואס טוישן זיך זענען נישט גרייט צו געבן פאר די קינדער די זעלבע אויסוואל וואס זיי וואלטען געוואלט אליינס האבן.

פארוואס נישט לאזן די קינדער אליינס אויסוועלן די קאפ צודעק וואס זיי ווילן ביים קומען אין די שידוכים יארן, אזוי אז אייער ווייב וועט אויך האבן אליינס די פרייהייט צו באשלוסען וואס זי וויל? די מאמע קען אנטון א שפיצל ווען דאס קינד איז נאך צען און ווען עס קומט צו שידוכים קען ער/זי אליינס באשלוסען אין וואספארא דירעקציע צו גיין.

די זעלבע דארף אויך זיין ביי די וואס גייען מיט א שייטל זאלן געבען די אפשען פארן טיען א שידך אז מען זאל קענען גיין מיט א שפיצעל נישט עס מאכען פאר די קינדער ווי א משפחה זאך אז אינז גיימער מיט שייטלעך
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

מתוך ספר זכרון למשה להגרי"נ שטערן זצ"ל
מכתב מהגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע
תמונה חדשה.jpg
תמונה חדשה.jpg (89.01 KiB) געזען 4370 מאל
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

זע איך אז די הלכה חלק ווערט שוין ברייט דא אויסגעשמועסט
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

איך וויל נישט אריינרעדן אבער א זאך וואס איז אזוי נפוץ ביותר ביי ערליכע אידן איז בודאי נישט קיין איסור פשוט, פוק חזי מאי עמא דבר, וויפול נאך צענדליגע זאכן וואס פשטות הגמרה אדער אפילו פשטות השולחן ערוך טוהען מיר אנדערש, דאס איז די באדייט פון מסורה.

אפילו אין הגהות אין שלחן ערוך דינגט זיך די חת"ס מיטן מג"א איז דאס אלעס נאר להלכה אבער אויף למעשה האט ער עס קיינמאל נישט ברבים גע'אסר'ט, ער האט עס נאר געאסרט פאר זיינע קינדער און אייניקלעך.

א עדות יחיד איבער הרה"ק מסאטמאר בין איך נישט מקבל, סאיז א גרויסע אחריות צו איינזאלצן קינדער.

איך בין נישט קיין בן גרים אן קיין מסורה איך שטאם פון שטרענגע ארטאדאקסן וואס די לעצטע זאך וואס איך זאל גלייבן אויף זיי אז זיי זענען געווען הפקר יונגען.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

איך האב עטוואס גענישטערט און נישט געפונען מ'זאל רעדן דערפון דא,

עס איז איינגעפירט ביי פילע נשים צדקניות אראפ צו נעמען מיט Laser די האר פערמענאנט ביי די עקן פון די שטערן וכדו' וואס קען לייכט אויפגעדעקט ווערן ווי אויך נישט צו דארפן האלטן דעם קאפ צודעק (שפיצל צו שייטל) אזוי נידעריג, עמיצער האט מיר אבער מעורר געווען אז דאס העלפט נישט צוליב וואס דער איסור גילוי ראש בלייבט אפי' אויף א פלאץ ווי עס איז בעפאר נאטורליך געוואקסן האר, האט איינער דורכגעטון דעם נושא?
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון "מענה דבר" פון הג' ר' עזריאל מאיר קאהן זז"ג
אטעטשמענטס
IMG_20200629_193801_1.jpg
IMG_20200629_193801_1.jpg (119.18 KiB) געזען 3400 מאל
IMG_20200629_193823_1.jpg
IMG_20200629_193823_1.jpg (256.33 KiB) געזען 3400 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

לאזט זיך נאך אלס דן זיין וואס גייט אריין אינעם גדר פון ״רק במקרה ירדו לשם״
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

farshlufen האט געשריבן:פון "מענה דבר" פון הג' ר' עזריאל מאיר קאהן זז"ג

ייש"כ
קאמענטארן זענען איבריג
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

זאג א גוטס האט געשריבן:מיינע פאר צענט צו די נושא

איינער האט דא געברענגט אז לויטן דברי חיים איז אפילו א שפיצל אסור, און מ'האט אים אוועקגעמאכט במחי יד.
האמת ניתן להיאמר, איינע פון די טענות פון די האטליינס און מודעות איז אז מען דעקט צו האר מיט האר, און בכלל די אנדערע טענות/טעמים וואס איז דא. איז דען נישט די גאנצע שפיצל פון פארנט כדי עס זאל כאטש עטוואס אויסזען ווי האר??
[

אגב אסאך האבן זיך אינגאנצן אראפגעבינדן
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”