Don't worry האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:א קאנאדער האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו אריין רעדן און די נושא אבער איך וויל נאר זאגן וואס איך האב אמאל געהערט פון אן ערליכע יוד, אז סיי די דברי חיים זיע אין סיי די חתם סופר זיע האבן געהאלטן אז די שפיצלעך וואס רוב פון אינזערע היימיש ווייבער גייען איז די זעלבע ווי די פאה נכרית פון זייער צייט אחוץ אויב מען גייט טאקע מיט א בלויזע טיכל אדער אן אומגעדריוועלט זייד שפיצל, כך שמעתי
איך האב אויך נישט ליב אריין צו רעדן אין זעלכע נושאים, אבער קיין געדולד זיך איינצוהאלטן האבעך אויכעט נישט, זאג צדיקל, האסט געפרעגט דעם ערליכן איד וואס דער דברי חיים און חתם סופר וואלטן געהאלטן פון די דורכשניטליכע היינטיגע שייטלעך?
קענסט ביטע מסביר זיין פון וואסערע "היינטיגע" שייטלעך די רעדסט? אויב רעדסטו פון א שייטל וואס איז נישט לענגער ווי די אקסעל און די האר איז פשוט פלעין, איז עס מותר לויט אלע מתירים אפילו אינגאנצן אויפגעדעקט וכ"ש די דורכשניטליכע סאטמערע שייטל העט. מה כל הרעש? רוב סאטמערע נשים גייען זייער צניעותדיג.
שטיקל ליסט פון מתירים
שלטי הגיבורים
רמ"א
לבוש
פרישה
מגן אברהם
תוספות יו"ט
אליה רבה
באר היטב
פרי מגדים
מחצית השקל
ברוך טעם
גר"א
בעל התניא ב"שו"ע הרב"
הגאון ר' יוסף שאול נתנזון זצ"ל, בעל שו"ת שואל ומשיב, בספר "מגן גיבורים
מהר"ם שיק
ערוך השולחן
חוות דעת
כף החיים
משנה ברורה
רידב"ז
הגאון רבי שמואל סלנט זצ"ל
הגאון רבי רפאל זילבר זצ"ל, אב"ד פריימאן, בספרו "מרפא לנפש"
הגאון רבי שלום מאסקאוויטש מלונדון זצ"ל, אב"ד שאץ
חזון איש
אגרות משה
הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל
הגאון רבי משה שטרנבוך שליט"א
הגאון רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל
הגאון רבי חיים קניבסקי שליט"א
הגאון רבי ניסים קרליץ זצ"ל
כ'וויל נישט פאדרייען דעם נושא אבער די מתירים רעדן נישט פון די "היינטיגע", אפילו קורצע, וד"ל ואכמ"ל.