אנקעטע אייר תשע''ט,~ וואקסין ~ פארוואס יא/נישט

פארוואס טו איך יא אדער נישט וואקסינירען מיינע קינדער

איך געב נישט ווייל עס שאדט פאר אסאך זאכן
19
7%
איך געב נישט ווייל אזוי האב איך געהערט פון רעדנערס אויף טעלעפאנען
2
1%
איך געב נישט ווייל מיין פרוי האט אזוי מחליט געווען
2
1%
איך געב נישט ווייל איך גלויב נאר אין די נאטורליכע וועלט פון רפואה
2
1%
איך געב נישט ווייל איך האב ביידע צדדים שטודירט, און די צד אויף נישט איז ריכטיג
31
12%
איך געב יא ווייל איך האלט אזוי און איך בין בעל הבית אין שטוב
12
5%
איך געב יא ווייל מיין רבי/רב/דיין האלט אזוי
28
11%
איך געב יא ווייל איך פאלג דעם דאקטאר
87
33%
איך געב יא ווייל איך האב ביידע צדדים שטודירט, און די צד אויף יא איז ריכטיג
38
15%
איך געב יא ווייל איך גיי מיט מיטן סיסטעם
22
8%
איך געב יא ווייל מיין פרוי האט אזוי מחליט געווען
7
3%
איך געב יא ווייל איך האב דרוק פינעם העלט דעפארטמענט
10
4%
 
סך הכול שטימען: 260

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

אנקעטע אייר תשע''ט,~ וואקסין ~ פארוואס יא/נישט

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 05, 2019 11:51 am

עס איז שוין פארהאן איין אנקעטע צו איר געט יאר אדער נישט וואקסינס, דער אנקעטע איז מיוחד אויף די סיבות פארוואס איר טוט יא אדער נישט וואקסינירען.
מען קען אויסקלויבן 2
ביטע נישט שרייבן קיינע דעבאטעס דא כדאי מען זאל נישט צישפארן די אשכול

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג מאי 05, 2019 1:09 pm

הרב '' רצון טוב''. פין דיין וועג פון פרעגן געסט איך אז די ביסט אנטי וואקסין,

אויב איינער וויל וועלן מער טריקן, '' דארף מען געבן וואקסינס? יא אדער ניין, זאל וועלן ביי די לינק
viewtopic.php?f=3&t=39583
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 05, 2019 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מאי 05, 2019 1:14 pm

וואס פארא משוגעת? נאך א וואקסין אשכול!?
שוין, גיי איך מאכן אן אשכול וועגען עסען אייער.
מען מעג?
מען מוז?
קענט איהר איינער וואס איז געווארן געשעדיגט פון א allergy reaction צו אייער?
קענט איהר איינער וואס האט באקומען food poisoning פון אייער?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג מאי 05, 2019 1:48 pm

איך געב יא ווייל דאס איז די עסטאבלישמענט, און די טענות דערקעגן איז נישט גענוג מאסגעבנד און טיילמאל ציניש.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 05, 2019 2:48 pm

בבל האט געשריבן:הרב '' רצון טוב''. פין דיין וועג פון פרעגן געסט איך אז די ביסט אנטי וואקסין,




נישט אמת

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג מאי 05, 2019 3:13 pm

רצון טוב האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:הרב '' רצון טוב''. פין דיין וועג פון פרעגן געסט איך אז די ביסט אנטי וואקסין,




נישט אמת

איי עם סארי

אוועטאר
חלומות
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:26 am

תגובהדורך חלומות » זונטאג מאי 05, 2019 6:59 pm

איין זאך זעהט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.
לעצט פאראכטן דורך חלומות אום זונטאג מאי 05, 2019 7:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג מאי 05, 2019 7:15 pm

איין זאך זעהט מען, אז די אנקעטע גייט זיין פון די מערסט פאלשע אנקעטעס אויף אייוועלט... און איז ספעציעל דיזיינט אנצורייצן די מענטשן צו שטימען פאר געוויסע אפציעס אפילו זיי האלטן נישט אזוי.
הוי מחשב...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מאי 05, 2019 7:19 pm

חלומות האט געשריבן:איין זאך זעט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.

פארוואס, ווייל א מנין און א האלב אייוועלטערס האבן אליין עדות געזאגט אויף זיך אז זיי האבן שטודירט און דורכגעטוהן די זאך...
איך הער.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
חלומות
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:26 am

תגובהדורך חלומות » זונטאג מאי 05, 2019 7:29 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
חלומות האט געשריבן:איין זאך זעט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.

פארוואס, ווייל א מנין און א האלב אייוועלטערס האבן אליין עדות געזאגט אויף זיך אז זיי האבן שטודירט און דורכגעטוהן די זאך...
איך הער.

ניין, ווייל רוב וואס גיבען יא איז נאר ווייל די דאקטאר - רבי - סיסטעם האלט אזוי, און נישט אז זיי ווייסען וואס ליגט אין וואקסין אין וואס דאס ברענגט פאר די מענטש.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מאי 05, 2019 7:48 pm

חלומות האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
חלומות האט געשריבן:איין זאך זעט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.

פארוואס, ווייל א מנין און א האלב אייוועלטערס האבן אליין עדות געזאגט אויף זיך אז זיי האבן שטודירט און דורכגעטוהן די זאך...
איך הער.

ניין, ווייל רוב וואס גיבען יא איז נאר ווייל די דאקטאר - רבי - סיסטעם האלט אזוי, און נישט אז זיי ווייסען וואס ליגט אין וואקסין אין וואס דאס ברענגט פאר די מענטש.

- גארנישט שלעכט צו פאלגן דאקטוירים און רבנים.
- די 12 אנטי-וועקס וואוטס וואס האבן מכלומרשט שטודירט די זאך. פאלט דיר נישט איין אז דאס זענען די זעלבע חברה וואס האבן געשטימט אז זיי גיבן וואקסינען ווייל זיי גייען מיט מיטן סיסטעם?! (די אנקעטע לאזט שטימען פאר מערערע טשויסעס.)
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » זונטאג מאי 05, 2019 8:54 pm

אביסל א פארפירערישע אנקעטע, מען קען נישט קלאר זעהן די פארצענטן, די אנדערע פון @בבל איז אסאך בעסער, עס שטעלט אראפ איינס מיט איינס

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מאי 05, 2019 11:15 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך געב יא ווייל דאס איז די עסטאבלישמענט, און די טענות דערקעגן איז נישט גענוג מאסגעבנד און טיילמאל ציניש.

צום פינטל. קורץ ן שארף

חלומות האט געשריבן:איין זאך זעהט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.

איך (און נאך אסאך פרא) האבן שטודירט די טענות פון די אנטי און דערזעהן אז ס'איז הוילע לאקשן און שפירן שוין נישט פאר וויכטיג צו שטודירן די עצם וואקסינען ווייל אז די טענות דערקעגן זענען הוילע לופט איז דאך נישטא קיין שום סיבה נישט צו פאלגן דאקטוירים און רבנים
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » זונטאג מאי 05, 2019 11:44 pm

הענדימען האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך געב יא ווייל דאס איז די עסטאבלישמענט, און די טענות דערקעגן איז נישט גענוג מאסגעבנד און טיילמאל ציניש.

צום פינטל. קורץ ן שארף

חלומות האט געשריבן:איין זאך זעהט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.

איך (און נאך אסאך פרא) האבן שטודירט די טענות פון די אנטי און דערזעהן אז ס'איז הוילע לאקשן און שפירן שוין נישט פאר וויכטיג צו שטודירן די עצם וואקסינען ווייל אז די טענות דערקעגן זענען הוילע לופט איז דאך נישטא קיין שום סיבה נישט צו פאלגן דאקטוירים און רבנים

אוועטאר
שימי התימני
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 1:13 pm

תגובהדורך שימי התימני » מאנטאג מאי 06, 2019 5:21 am

חלומות האט געשריבן:איין זאך זעהט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.


רוב פון די אנטי וואקסין האבן גארנישט שטודירט זיי הערן אויס און ליינען א גאנצע טאג נאר זייער זייט.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג מאי 06, 2019 8:48 am

די ליצנות איז דאך אין לשער....
"שטודירט"? רוב פון די וואס ענטפערן אז זיי האבן "שטודירט" אין "איינגעזען" אז וואקסינס איז שעדליך - האבן נישט די מינדעסטע השגה און דאקטעריי / געזונטהייט / די מענטשליכע קערפער / מחלות / ועוד - דאס נעמט יארן יארן צו שטודירן און קענען.
ביי די אלע, מיינט דאס ווארט "שטודירט" - אויסגעהערט האטליינס.. מייזעלס.. געליינט גיליונות.. געהערט פון מומעס וואס ווייסן אמת'ע פאקטן....
וואס די אלע, וואלטן זיי נישט געחלומט צו פרעגן אדער אויסהערן ווען עס איז דא חלילה עני ערענסטע סיטואציע/מחלה ביי א משפחה מטגליד אדער א חבר ח"ו (און אויב יא איז השם ירחם).

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מאי 06, 2019 2:57 pm

מחשב האט געשריבן:איין זאך זעהט מען, אז די אנקעטע גייט זיין פון די מערסט פאלשע אנקעטעס אויף אייוועלט...
און איז ספעציעל דיזיינט אנצורייצן די מענטשן צו שטימען פאר געוויסע אפציעס אפילו זיי האלטן נישט אזוי.

עס איז דיזיינט אז יעדער זאל קלויבן א אפציע אדער 2 פארוואס ער געט יא אדער נישט וואקסינען
דאס געט מער א קלארערע בילד וואס טרייבט דעם עולם יא אדער נישט צו געבן וואקסינס

גראדע שטימט די מספר פון אנטי וועקסערס מיט די אנדערע אנקעטע
דארטן איז דא 28 אויף נישט, און דערווייל איז דא בערך אזויפיל אין די אנקעטע.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מיטוואך יולי 10, 2019 1:12 am

בעזהשי"ת.

איך האב נישט געוועלט.

וויבאלד מיין סיבה אויף נישט צו געבן איז אלץ שב ואל תעשה עדיף.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:06 pm

שימי התימני האט געשריבן:
חלומות האט געשריבן:איין זאך זעהט מען זיכער אז פראצענטאעל האבען אסאך מער אנטי וואקסין שטודירט די זאך אן געקומען צו החלטה אז זיי גיבען נישט קיין שאטס.
און רוב פרא וואקסין הייבען נישט אן וויסען וואס עס גייט פאר.


רוב פון די אנטי וואקסין האבן גארנישט שטודירט זיי הערן אויס און ליינען א גאנצע טאג נאר זייער זייט.

רוב פראו האבן אפילו דאס נישט געטוהן

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:30 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:די ליצנות איז דאך אין לשער....
"שטודירט"? רוב פון די וואס ענטפערן אז זיי האבן "שטודירט" אין "איינגעזען" אז וואקסינס איז שעדליך - האבן נישט די מינדעסטע השגה און דאקטעריי / געזונטהייט / די מענטשליכע קערפער / מחלות / ועוד - דאס נעמט יארן יארן צו שטודירן און קענען.
ביי די אלע, מיינט דאס ווארט "שטודירט" - אויסגעהערט האטליינס.. מייזעלס.. געליינט גיליונות.. געהערט פון מומעס וואס ווייסן אמת'ע פאקטן....
וואס די אלע, וואלטן זיי נישט געחלומט צו פרעגן אדער אויסהערן ווען עס איז דא חלילה עני ערענסטע סיטואציע/מחלה ביי א משפחה מטגליד אדער א חבר ח"ו (און אויב יא איז השם ירחם).

מען דארף נישט אסאך שטודירן צו פארשטיין אז די מחלות וואס מען וועקסינעיט קעגן זיי זענען זייער רחוק געשעדיגט צו ווערן דורך זיי.
מען דארף נישט קיין סאך שטודירן צו פארשטיין אז די רעגירונג זענען שטארק קאראפטעט און מען קען זיך נישט פאר לאזן אויף זיי.
מען דארף נישט קיין סאך שטודירן צו פארשטיין אז סדא אסאך מומחים וואס האלטן אז וועקסינס קענען ברענגען גרויסע נזקים.
מען דארף נישט אסאך שטודירן צו פארשטיין אז אפילו די גרויסע מומחים פון די פראו זייט זאגן אפן אז אויף 135 מחלות איז נישט דא קיין באווייז אז די וועקסינס איז עס נישט גורם, און אז אפילו פול אופיט האט זיך פארעדט און געזאגט אז מען קען נישט זאגן באמת אז וועקסינס קאזט נישט קיין אוטיזם נאר מען מוזר אזוי זאגן.
מען דארף נישט אסאך שטודירן צו פארשטיין די לעכירלעכקייט פון די סעיפטי סטאדיס וואס זענען געמאכט געווארן אויף נייער וועקסינס קעגן אלטע וערבך ערבא צריך.
מען דארף נישט אסאך שטודירן צו הערן שוידערליכע מעשיות וואס מענטשן האבן מיטגעמאכט פון וועקסינס.
מען דארף נישט אסאך שטודירן צו הערן ווי דאקטוירים אליין כאפן זיך ארויס טיילמאל וואס זייער אמתר מיינונג איז וועגן וועקסינס, און אז רוב פון זיי נעמען אפילו נישט דעם פלו שאט כאטש לויט די רעגירונג שטען זיי מיט דעם זייערע פעישנס און שרעקליכע געפאר.
מען דארף אסאך שטודירן צו פארשטיין אז פאר וועקסינס איז נישט געווען קיין sids און אוטיזם און אז sids געשעט די פונקט אין די חדשים וואס מען וועקסינעיט די מערסטע.
מען דארף נישט אסאך שטודירן צו זען ווי די רעגירונג גייט אן אונזער געזונט ווי די פאריעריגע שניי, און בנוגע וועקסינס זענען זייער פארזארגט אז יעדער זאל נעמען וועקסינס, און פון די אנדערע זייט קיין געהריגע סעיפטי סטאדיס עקשענען זיי זיך נישט צו מאכן.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט