די זייטיגע גרויסע סכנה פון די אנטי-וועקס באוועגונג

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

די זייטיגע גרויסע סכנה פון די אנטי-וועקס באוועגונג

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 28, 2019 11:06 am

אסאך איז שוין געשריבן געווארן לטובת און כנגד וואקסינאציעס. איך וויל דא נישט מאכן קיין חזרה.
לאמיר זאגן אז עס איז נישט אזא גרויסע סכנה נישט צו נעמען די וואקסינס. לאמיר זאגן אז עס איז פאראן א גוטע סיבה נישט צו נעמען די וואקסינס. לאמיר זאגן אז דאס וואס עס איז גורם א פארשפרייטונג פון מיזעלס איז נישט קיין סיבה פאר אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל ה"י.
עס איז דא גאנץ א נאנטע סכנה פון וועלכע איך האב נאכנישט געהערט אז מ'זאל רעדן.
עס קען אויפגעוויזן ווערן אז וואס מער געשולט און געלערנט אלס מער פארצענטואל נעמט מען יא די וואקסינאציעס.
ד.ה. אז מ'וועט נעמען די צאל פון מענטשן וואס זענען קעגן וואקסינאציעס צווישן א גרופע וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש וועט עס זיין זייער נידריג, נאר היי-סקול, אביסל העכער, נאר עלעמענטארע סעקולערע לימודים נאך העכער, קיין סעקולארע לערעס - אסאך העכער.
יעדער קען זיך דאס אליינס איבערצייגן, וד"ל.
דאס ווייסן מיר דאך אלע אז די אפיציעלע שטעלונג פון די שטאט און די גאווערמענט איז אז מ'דארף יא נעמען די וואקסינאציעס.
אצינד מיטן נישט נעמען די וואקסינאציעס, און דער גרויסער פרסום וואס די מיזעלס אנשטעקענישט פאראורזאכט, גייט דאס געבן אן אויסרייד פאר די עדוקעישאן דעפארטמענט צו פאדערן אסאך מער סעקולארע לימודים אין אונזערע ישיבות און חדרים.
איך וויל נישט מער מאריך זיין. אבער די אלע אנטי וואקס צדיקים וועלן זיין שולדיג אין דעם, זאל דער טאג און די טענה אנקומען אין דער נישט ווייטער עתיד. ה' ירחם.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג אפריל 28, 2019 11:29 am

OK
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אפריל 28, 2019 11:54 am

נע, דאס איז נאר א סיבה נישט צו פאדערן א טויש אין education .
לאמער מסביר זיין ! א רגע.
ווען מען נעמט א העכערע בילדונג, גייט ארויף די ראטע פון vaccinations, און מיר קענען דאך אויפווייזן אז די vaccines זענען שעדליך.. נו, איז דאס דען נישט קיין סיבה דווקא צו מינימיזירן די education ?!

קען איינער אפווענדן מיין פעלזן פעסטע logic ? הע?
mi a nagy ügy

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אפריל 28, 2019 11:56 am

ביטע געדענקסט, דאס איז נישט קיין פרא אדער אנטי אשכול -מיר האבן שוין 50 אזעלכע - דאס איז נאר א זייטיגע אשכול!!
mi a nagy ügy

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 28, 2019 12:00 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:נע, דאס איז נאר א סיבה נישט צו פאדערן א טויש אין education .
לאמער מסביר זיין ! א רגע.
ווען מען נעמט א העכערע בילדונג, גייט ארויף די ראטע פון vaccinations, און מיר קענען דאך אויפווייזן אז די vaccines זענען שעדליך.. נו, איז דאס דען נישט קיין סיבה דווקא צו מינימיזירן די education ?!

קען איינער אפווענדן מיין פעלזן פעסטע logic ? הע?

וואלטסט געוען גערעכט אויב די אנגענומענען שטעלונג פון די רעגירונג וואלט געווען אז וואקסינאציע איז שעדליך.
למעשה איז דאך פארקערט.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אפריל 28, 2019 12:04 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:נע, דאס איז נאר א סיבה נישט צו פאדערן א טויש אין education .
לאמער מסביר זיין ! א רגע.
ווען מען נעמט א העכערע בילדונג, גייט ארויף די ראטע פון vaccinations, און מיר קענען דאך אויפווייזן אז די vaccines זענען שעדליך.. נו, איז דאס דען נישט קיין סיבה דווקא צו מינימיזירן די education ?!

קען איינער אפווענדן מיין פעלזן פעסטע logic ? הע?

וואלטסט געוען גערעכט אויב די אנגענומענען שטעלונג פון די רעגירונג וואלט געווען אז וואקסינאציע איז שעדליך.
למעשה איז דאך פארקערט.

דארפסט זיך נישט זארגן. אז ד'וועסט מעיין זיין אין מיינע ווערטער וועסטו זען אז מיר זענען אויף איין page. איך האב עס נאר מסביר געווען לוגיש... וד''ל
mi a nagy ügy

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אפריל 28, 2019 12:13 pm

נישטא עפעס מער uneducated ווי מאכען א גאנצע ארטיקל אן מאכען א פלעינע גוגל סוירטש.

https://www.google.com/search?q=anti+va ... e+educated

יא די אנטי וועקסערס זענען דוקא יא די עדשוקעיטעד

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » זונטאג אפריל 28, 2019 12:15 pm

די גרעסערע סכנה איז אז די וועלט באשולדיגט די פרומע אידן אין די איצטיגע עפידעמיע. היסטאריע זאגט אז ס'האט נישט געטויגט אפילו ווען ס'איז נאר געווען א בלבול, כש"כ אין א זמן ווען ס'יד ישראל איז ווארשיינליך נישט אויסגעשלאסן.
ס'איז א שרעקליכע חוסר אחריות פון די אנטי'ס וואס זענען חלילה מפקיר דם און מסכן די רבים, וועגן חששות פון אוטיזם וכדו' וואס לו יהא נכון איז עס פערצענטואל נישט מער מצוי פארן יחיד ווי די קאנסעקווענצן פון מיזעלס וכו' בנוסף צו די שנאת ישראל וואס אן עפידעמיע פארמערט , ה' ירחם.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אפריל 28, 2019 12:34 pm

ירום הודו האט געשריבן:די גרעסערע סכנה איז אז די וועלט באשולדיגט די פרומע אידן אין די איצטיגע עפידעמיע. היסטאריע זאגט אז ס'האט נישט געטויגט אפילו ווען ס'איז נאר געווען א בלבול, כש"כ אין א זמן ווען ס'יד ישראל איז ווארשיינליך נישט אויסגעשלאסן.
ס'איז א שרעקליכע חוסר אחריות פון די אנטי'ס וואס זענען חלילה מפקיר דם און מסכן די רבים, וועגן חששות פון אוטיזם וכדו' וואס לו יהא נכון איז עס פערצענטואל נישט מער מצוי פארן יחיד ווי די קאנסעקווענצן פון מיזעלס וכו' בנוסף צו די שנאת ישראל וואס אן עפידעמיע פארמערט , ה' ירחם.

לענ''ד איז דאס א טענה וואס שטימט נישט .
ווייל נניח אז די ואקסינען שעדיגן, איז בלבולים נישט קיין סיבה דאס צו נעמען.
דאס איז ווי זאגן אז מען מוז פאלגן די דייטשען און גיין אין פייער, ווייל אויב נישט וועלן זיי זאגן אז אידן קענען זיך נישט צושטעלן צו געזעלשאפטליכע ערווארטונגען! זיי ערווארטן דאך מ'זאל גיין אין פייער!
אדרבה, הרצחת וגם ירשת?
mi a nagy ügy

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » זונטאג אפריל 28, 2019 12:38 pm

דממה דקה האט געשריבן:נישטא עפעס מער uneducated ווי מאכען א גאנצע ארטיקל אן מאכען א פלעינע גוגל סוירטש.

https://www.google.com/search?q=anti+va ... e+educated

יא די אנטי וועקסערס זענען דוקא יא די עדשוקעיטעד

לאו דוקא. מאך נישט סתם א גוגל סורטש, ווייל אזוי ווערט מען א אנטי-וועקסער... ואכמ"ל.

עכ"פ עס איז פארהאן א "געוויסע צאהל" אנטיוועקסערס וואס האבן א הויכע עדוקעישאן (און דאס קומט פאן א שווכע מקור: קוקענדיג איבער די דעמאגראפיע, צוגעגליכן צו די "אלגעמיינע" עדוקעישאן שטאפל אין די זעלבע דעמאגראפיע, דערפאר איז עס סטאטיסטיש מעגליך, אבער אויך איז מעגליך אז דוקא די אונטער-עדוקעיטעד פון דארט זענען אנטיוועקסערס), אבער א ריזיגע מאיאריטעט אנטיוועקסערס געפונט זיך אין שטארק צוריקגעשטאנענע קאמיוניטיס, א שטייגער ווי ארטאדאקסישע אידן (ביטע ווערט נישט דעפענסיוו דערוועגן) און די אמיש.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » זונטאג אפריל 28, 2019 1:57 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
ירום הודו האט געשריבן:די גרעסערע סכנה איז אז די וועלט באשולדיגט די פרומע אידן אין די איצטיגע עפידעמיע. היסטאריע זאגט אז ס'האט נישט געטויגט אפילו ווען ס'איז נאר געווען א בלבול, כש"כ אין א זמן ווען ס'יד ישראל איז ווארשיינליך נישט אויסגעשלאסן.
ס'איז א שרעקליכע חוסר אחריות פון די אנטי'ס וואס זענען חלילה מפקיר דם און מסכן די רבים, וועגן חששות פון אוטיזם וכדו' וואס לו יהא נכון איז עס פערצענטואל נישט מער מצוי פארן יחיד ווי די קאנסעקווענצן פון מיזעלס וכו' בנוסף צו די שנאת ישראל וואס אן עפידעמיע פארמערט , ה' ירחם.

לענ''ד איז דאס א טענה וואס שטימט נישט .
ווייל נניח אז די ואקסינען שעדיגן, איז בלבולים נישט קיין סיבה דאס צו נעמען.
דאס איז ווי זאגן אז מען מוז פאלגן די דייטשען און גיין אין פייער, ווייל אויב נישט וועלן זיי זאגן אז אידן קענען זיך נישט צושטעלן צו געזעלשאפטליכע ערווארטונגען! זיי ערווארטן דאך מ'זאל גיין אין פייער!
אדרבה, הרצחת וגם ירשת?


האסט לכאורה נישט פארשטאנען וואס איך זאג, אדער האסטו נישט געליינט.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג אפריל 28, 2019 5:44 pm

sholom88 האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:נישטא עפעס מער uneducated ווי מאכען א גאנצע ארטיקל אן מאכען א פלעינע גוגל סוירטש.

https://www.google.com/search?q=anti+va ... e+educated

יא די אנטי וועקסערס זענען דוקא יא די עדשוקעיטעד

לאו דוקא. מאך נישט סתם א גוגל סורטש, ווייל אזוי ווערט מען א אנטי-וועקסער... ואכמ"ל.

עכ"פ עס איז פארהאן א "געוויסע צאהל" אנטיוועקסערס וואס האבן א הויכע עדוקעישאן (און דאס קומט פאן א שווכע מקור: קוקענדיג איבער די דעמאגראפיע, צוגעגליכן צו די "אלגעמיינע" עדוקעישאן שטאפל אין די זעלבע דעמאגראפיע, דערפאר איז עס סטאטיסטיש מעגליך, אבער אויך איז מעגליך אז דוקא די אונטער-עדוקעיטעד פון דארט זענען אנטיוועקסערס), אבער א ריזיגע מאיאריטעט אנטיוועקסערס געפונט זיך אין שטארק צוריקגעשטאנענע קאמיוניטיס, א שטייגער ווי ארטאדאקסישע אידן (ביטע ווערט נישט דעפענסיוו דערוועגן) און די אמיש.

קוקט אויס אז די האלטס אז די CDC איז א שוואכע מקור, ווייל די CDC האט דורך געפירט די שטודיע וואס ווייזט אז אנטי וועקסערס זענען דייקא, ווייסע, עדיקעיטעד, מיט קאליזש דעגריס.



מינארעטיס זענען געווענדליך נישט עדיקעיטעד, און די וואקסינאציע ראטע ביי זיי איז די זעלבע פון די אלגעמיינע באפעלקערונג.

דא קענסטו זעהן די וואקסינאציע ראטעס ביי די ספאנישע באפעלקערונג.
https://minorityhealth.hhs.gov/omh/brow ... 4&lvlid=67

דא קענסטו זעהן די וואקסינאציע ראטעס ביי די שווארצע באפעלקערונג.
https://minorityhealth.hhs.gov/omh/brow ... 4&lvlid=22

(צו זעהן אויב זיי נעמען וואקסין'ס, דארף מען קוקען די וואקסינאציע ראטעס ביז די 19 יאר אלט)

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג אפריל 28, 2019 8:01 pm

און וואס טוט זיך מיט די אמיש הערט מען אויך שעלטן אויף זיי טאג און נאכט און ווען מ'זעהט זיי איין שפיטאל הייסט מען זיי אנטוהן מאסקעס ווייל זיי באלאנגען צו די גרופע וואס האט אסאך אנטי וואקסין?
איך טראכט נאר צו מ'וואלט דאס געקענט טוהן צו אנדערע מינאריטעטן?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:46 am

א דזשעט בלו פליגער אויפן וועג קיין ניו-יארק סיטי איז פארשפעטיגט געווארן און א היימישער איד האט געליטן בושות, צוליב וואס עס האט זיך געדאכטן פאר איינעם אז דאס קינד פון דעם איד האט מיזעלס, נאכן זעהן עטליכע פימפלס אויף זיין קערפער.

מען האט אפגעזונדערט די פליגער און געמאכט א טשעק-אפ צו מאכן זיכער אז אלעס איז אקעי, דערנאך האט מען געלאזט וויסן פאר אלע פאסאזשירן אז אלעס איז מסודר און עס איז ווארשיינליך נאר א מוסקיטא ביס...

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

מגלגלין זכות על ידי זכאי...

תגובהדורך טוב ליהודים » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:29 am

בדידי הוה עובדא, שפאצירענדיג שביעי של פסח, האט זיך אפגעשטעלט א שנעל פלינדיגע קאר לעבן אונז, און די שקצים'לעך האבן ארויסגעשריגן קולות: GET VACCINATED
און אזוי פארציילן פילע אידן וואס האבן צוזאמגעליטן בזיון וקצף אין די יו"ט טעג פון די אומת העולם פארן פארשפרייטן דעזיזס.
הה"ד מגלגלין זכות.. ווי זאגט מען נאך אז א איד וויל וויסן אויב ער טוט גוט, זאל ער זעהן וואס קומט ארויס דערפון.. ברענגט דאס א קידוש השם איז א סימן עס איז כשר וישר, און אויב פארקערט איז אוודאי...!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:38 am

ליידיג גייער האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די אמיש הערט מען אויך שעלטן אויף זיי טאג און נאכט און ווען מ'זעהט זיי איין שפיטאל הייסט מען זיי אנטוהן מאסקעס ווייל זיי באלאנגען צו די גרופע וואס האט אסאך אנטי וואקסין?
איך טראכט נאר צו מ'וואלט דאס געקענט טוהן צו אנדערע מינאריטעטן?

די אמיש לעבן זיך אין זייער וועלטל אסאך אסאך מער ווי - להבדיל - אחבנ"י.
זיי פארן נישט אויף קיין עראפלאנען, פאבליק טראנספארטאציע. גייען נישט אין באנק, פארן נישט צו אנדערע שטעט.
ממילא זיי זענען נישט די סיבה פאר א פארשפרייטונג.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:45 am

אויך געהערט נעכטן פון א ידיד אז ער איז געווען אין א געשעפט און א עכו"ם האט אים בא'שגצ'ט אז ער זאל נעמען די וואקסינען און אז די אידן פארשפרייטן מיזעלס


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, לעגאו מענטשעלע און 11 געסט