איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:איך בין נישט אין וואנט אריין קעגן די שאטס אבער אויך נישט אין וואנט אריין פאר די שאטס (מיינע קינדער זענען וואקסינירט) איך האב א פשוטע שאלה, אויב איז אזוי פשוט און פארשטענדליך אז מען ׳מוז׳ געבן שאטס און יעדער בר דעת פארשטייט אזוי און דאס איז די אמת דאן פארוואס ברויך מען דאס ארויפצווינגען? פארוואס האט מען מורא אויב איך וועל חלילה ליינען עפעס נעגעטיוו דערויף? פארוואס קען א קאנגרעסמאן אנרופן בעזאס אז ער ׳מוז׳ אראפנעמען יעדן ביכל וואס רעדט קעגן וואקסינס? פארוואס פרובירט מען צו באהאלטן אנטי וואקסין אינפארמאציע? פארוואס ווערן די פרא׳ס צעיוטשעט און צעווילדעוועט און גרייט צו צעפליקן א צווייטן בלויז ווייל ער וויל טראכטן צוויי מאל פאר ער לייגט אריין אין זיין קינד פרעמדע באשטאנדטיילן - וואס איז כו״ע מודה אז סאיז נישט קיין האניג און סהאט א באנטש סייד עפעקטס וואס עס ׳קען מעגליך׳ ברענגען ווי עס שטייט אויף יעדן אינסערט (פאר ווער סאיז אינטרעסירט צו ליינען אינגרידיענטס..) - האט ער נישט די רעכט צו וועלן וויסן? ער ׳מוז׳ פאלגן בלינדערהייט? א גרויס חלק פון זיי געבן נישט ווייל זיי האבן געמאכט ריסערטש און געקומען צו די החלטה וואס ער שפירט איז בעסער פאר זיין קינד, ער צווינגט דיך צו טוהן די זעלבע? פארוואס ווילסטו אים אויפעסן לעבעדיגערהייט?
אויב איז אזוי פשוט אז אנטיסעמיטישע, העסליכע און טעראריסטישע סייטס זענען שקר וכזב און האט נישט קיין שום סובטאנץ אין זיך, פארוואס איז מען אזוי ווילד זיי צו פארשטימען די מיילער, אראפנעמען פון די אינטערנעט זייערע ארטיקלען און בלאקירן צוטריט צו זייער אינפארמאציע? פארוואס ווערט מען אזוי ווילד ווען מען הערט אן אנטיסעמיט מאכן א ווילדע נארישע קאמענטאר?
דער ענטפער איז פשוט, ווייל עס האט קאנסעקווענצן! ווי נאריש, אפגעפרעגט, רשעות'דיג א שיטה זאל נאר זיין, וועט עס אייביג באווייזן אריינצוכאפן תמימי לב און קרומי לב, און די תוצאות קענען זיין שעדליך און סכנות'דיג.
איך טו ח"ו נישט פארגלייכן וואוילע אידן וועלכע זענען ערנסט באזארגט פאר זייערע קינדער צו אנטיסעמיטן און טעראריסטן, אבער איך וויל דו זאלסט פארשטיין די שרעק. דא רעדט מען נישט פון קיין דיון איבער מגדלים הפורחים באויר צו עס זענען יא דא יו. עף. אוס. צו נישט, אדער צי טראמפ'ס האר זענען עכט אדער פאלש, מען רעדט דא פון א סאמע ערנסטע נושא וואס קען האבן און האט קאנסעקווענצן אויף דאס לעבן און געזונט פון מענטשן.
אויב האלט די גאנצע מעדיצינישע קאמיוניטי אז וואקסינען ראטעווען לעבנ'ס און אויב זאל מען נישט זיין גענוג וואקסינירט וועט צוריקקומען פילע אלטע שרעקליכע מחלות וואס קען ר"ל הארגענען און קראנק מאכן מיליאנען מענטשן, איז נישט קיין שום וואונדער אז מען גייט ארויס פון די כלים און מען זוכט צו פארשטאפן די מיילער פון א גרופע אומ'אחריות'דיגע פארשוינען וואס מאכן אן אזא חורבן.