עדה החרדית מחאה אדירה קעגן בחירות - ב' טהרה תשע"ט

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

עדה החרדית מחאה אדירה קעגן בחירות - ב' טהרה תשע"ט

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:49 am

נעכטן איז פארגעקומען א מעמד מחאה אדירה ומעמד התחזקות פאר די רבבות פון יקירי קרתא דשופריא, אנשי ישוב הישן וועלכע קלאמערן זיך בדרך התורה הקדושה און גייען נישט צו די בחירות הטמאות, כשיטת רבותינו הקדושים נבג"מ.

עס זענען געהערט געווארן פייערדיגע דרשות דורך רבותינו הגאונים הצדיקים שרי התורה , חברי ביד"צ העדה החרדית וועלכע האבן אויסגשריגן דעם אומפגעפעלשן פסק הלכה פון די תורה הקדושה אז דער איסור פון גיין שטימען צום כנסת המינים במקומה עומדת.

ווער עס האט שיינע בילדער פון די מאורע זאל ביטע ארויפשטעלן.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:57 am

אויף איינע פון די איזרעילי וועבזייטליך האב איך געזעהן באריכטעט אז די אגודה פירער האבן געזאגט אז זיי האבן צאמגעשטעלט א סאפיסטיקירטע סיסטעם ווי זיי וועלן קענען וויסן וויפול פון יעדע קהילה זענען געגאנגן שטימען ביי די בחירות הטמאות/חוב קדוש, און די קהילות וואס זייערע רבנים האבן נישט גע'אסר'ט די בחירות און זיי ברענגן נישט ארויס גענוג שטימעס וועט מען זיך אפרעכענען מיט זיי

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך אפריל 10, 2019 4:42 pm

דריידל האט געשריבן:אויף איינע פון די איזרעילי וועבזייטליך האב איך געזעהן באריכטעט אז די אגודה פירער האבן געזאגט אז זיי האבן צאמגעשטעלט א סאפיסטיקירטע סיסטעם ווי זיי וועלן קענען וויסן וויפול פון יעדע קהילה זענען געגאנגן שטימען ביי די בחירות הטמאות/חוב קדוש, און די קהילות וואס זייערע רבנים האבן נישט גע'אסר'ט די בחירות און זיי ברענגן נישט ארויס גענוג שטימעס וועט מען זיך אפרעכענען מיט זיי

נישט ממש אפרעכענען, נאר זיי זאלן נישט קומען בעטן קיין טובות
זיי האבן אויסגעשמועסט אז קנאי'שע קהילות גיייען זיי ווייטער האלפן אפילו זיי קלייבען נישט.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט