כינוס אדיר "טהרת הקודש" ה' טהרה תשע"ט ארטער-עש סטעידיום

אחראי: יאנאש

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

1) דער ריזיגער כוחם איז זאך שענער אינאיינעם ווי צעשמירט.

2) עס איז געווען א טפשות דאס עפענען די גאנצע טיער 2 און 3.

3) דאס לייגן די ריזיגע שווארצע לייליכער בשעת דער עולם איז שוין דארט, האט נישט געהאלפן צום סוקסעס.

4) קיין איין נארמאלע אראטארישע דרשה. אמת. גאר הייליגע אידן האבן גערעדט, אבער מ׳פארשטייט זיי נישט. און קאנעקטן נישט מיט׳ן עולם.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

מיינע פאר צענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

קודם די פאזיטיווע חלקים: דער ערשטער און גרעסטער סוקסעס איז לדעתי העניי' געווען "דער איכות העולם", איך געדענק שווער א מעמד וואס דער עולם זאל קומען מיט אזא ערנסקייט, נכון ומוכן צו הערן און מיטשטיין און מיטפילן מיט אידן מוסרי נפש פון די ליטווישע קרייזן אין אר"י. מ'קען זאגן אז אין די חלק איז עס אפילו איבערגעשטיגן די פארגאנגענע 'בארקלעיס' מעמד. וואס נאכן אריבערגיין אפאר יאר פון די 'כינוס כלל ישראל' סטאדיום, איז די 'בארקליעס סטאדיום' געווען נאכאמאל ניי פריש און אינטערעסאנט וואס האט געברענגט אז די חיצוניות'דיגער מצב זאל אסאך פלאץ פארנעמען, און אפגערעדט פון די פילע קאנטראווערסיעס און מיטמאכענישן וואס האט ארום גענומען די 'בארקליעס' וואס דאס האט זיכער היבש אוועקגענומען פון די פולע מאס ערנסקייט וואס אזא מעמד וואלט געדארפט האבן און עס האט דעמאלטס גענומען היבש לאנג ביז דער מעמד האט באקומען דער נויטיגער ערנסקייט.

דא איז אבער געווען אנדערש, עס איז קיין סאך פראפאגאנדע נישט געווען 'לפי ערך' צוליב די קורצע צייט פון ווען די כינוס איז באשטימט געווארן ביז עס איז בפועל צושטאנד געקומען, און יעדער איינער וואס האט אביסל מיטגעהאלטן דא ווייסט, אז די ענטוזיאזם פונעם עולם איז בכלל נישט געווען אויף די גאר הויכע שטאפלן, און זיכער קיין פארגלייך צו בארקלעיס. ממילא ווער עס איז געקומען, איז עס געווען צוליב דעם וואס ער האט פארשטאנען דער באדייט פון אזא מעמד און די וויכטיגקייט פון איר סוקסעס.

אממערסטן האט זיך דאס אנגעזען, אז טראץ דעם וואס די מייק סיסטעם איז געווען כאאטיש, און אין געוויסע סעקשנס אפילו אין די 360$, האט מען ביי געוויסע דרשות נישט געקענט הערן קיין איין איינציגע ווארט, און ביי די גוטע דרשות האט מען געהערט יעדע צווייטע ווארט אויך נאר נאכן זיך אנשפיצן די אויערן (מיטן אויסנאם פון דרשת כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס איז יא געווען קלאר לפי ערך), פארט איז א ריזיגע עולם געבליבן זיצן אויף פלאץ מיט געדולד, מיט איין ציל אז עס זאל ארויסקומען א כבוד שמים, און פילנדיג א זכיה מיטצוהאלטן אזא מעמד.

והשנית, איז געווען די אויסוואל פון די דרשות -לדעתי- געווען גאר געוואלדיג. נישט געווען קיין סאך איבעריגע דרשות, און אלע דרשות זענען געווען קורץ און שארף אן קיין אריכות. א שאד נאר אז מ'האט נישט געקענט הערן. אנגעפאנגען מיטן יושב ראש הרה"ג ר' חיים אהרן פריעדמאן, וואס האט בעצם געשטעלט א גוטן טאן, און אריינגעפירט די זאל אין די ריכטיגע שטימונג וואס עס דארף זיין, (עס איז אפשר נישט געלונגען.. ווייל נאכאמאל, מ'האט קיין סאך נישט געקענט הערן..), דערנאך דער גרינווילער רב שליט"א וואס זייענדיג א פה מפיק מרגליות און א מרוגש'דיגער בעל דרשן, איז ער געווען פונקט דער פאסיגער גוטע רעדנער צו רעדן ביז דער זאל פילט זיך אן. דערנאך האט גערעדט הרב עלזאס וועלכער האט אויסגעקוקט צו זיין זייער א גוטע רעדנער, אזש אז איך האב זוכה געווען צו אויפכאפן עפעס.. 'ארון נושא את נושאיו'... עפעס אזוי... סאטמאר רב.. וכדו'.. דערנאך האבן גערעדט די "מפני הכבוד" רעדנער'ס, ווי הגה"צ יהושע ראזענבערגער שליט"א, וועם מ'האט גראדע גאנץ גוט געקענט הערן, און איז א גאר גוטע רעדנער. דערנאך הגה"צ ר' חיים אורי פריינד שליט"א וואס איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין קיין איין איינציגסטע ווארט. וכן להגה"צ ר' ישראל יצחק קאלמענאוויטש שליט"א, וועם איך האב אויך נאר זוכה געווען צו 'זיין אנוועזנד' ביי זיין דרשה. אזוי אויך די הוק אופס פון גאב"ד ירושלים שליט"א און הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א.

כ'מיין אז איינע פון די מערסט ערנסטע חלקים פונעם מעמד איז געווען, ווען הגה"צ מאנטריאלער רב שליט"א האט מיט זיין נעימות'דיגע שטימע און זיסע נוסח געזאגט דעם קאפיטל תהלים פסוק בפסוק, און דער עולם האט אזוי ווארעם נאכגעזאגט. ס'האט מיר דערמאנט אפס קצהו פון דער 'יום הכיפור'דיגער' שטימונג ביי דער 'אבינו מלכינו' פון 'בארקלעיס' דורך הגה"צ אב"ד קאפיש זצ"ל.

דערנאך האט דער רבי שליט"א גערעדט, וואס איז אריינגעקומען זייער קלאר, און שטארק גערעדט. און דאס איז ווארשיינליך געווען "די דרשה" פונעם מעמד, און ווי דער רבי האט עפ"י בקשת הבית דין העדה החרדית בארה"ק, אויפגעשטורעמט דעם עולם איבער דאס ווייטאגליכער מציאות פון גזירת 'גיוס בנות', און האט געמאכט -עכ"פ אויף מיר- זיכער א גאר גרויסע רושם, דערנאך האבן גערעדט די אר"י'דיגע געסט, הגאון ר' צבי פריעדמאן און הגאון ר' ברוך שמואל דויטש און הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. אבער דאן בינעך שוין געווען אוועקגעגאנגען, ווייס איך נישט ווי אזוי עס איז געווען. און לאמיר נישט פארגעסן אז די אלע דרשות האט מען אריינגעשטופט אין קנאפע דריי שעה, וואס איז רעלאטיוו גאר קורצע צייט, דאס הייסט אז דרשות זענען געווען קורץ און צום פינטל, וואס איך בין זיכער אז עס געווארן איינגעלייגט אסאך כוחות אין דעם.

די חלק 'העסקנים' מיין איך איז געווען גאנץ פיין מסודר, עס זענען געווען גענוג און נאך עסקנים ווי מען האט זיי געדארפט, אויך איז געווען מערקבאר די גרויסע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט ארויסצולייגן די פילע טאוועלעך אויפן וועג צו צייגן די דירעקציעס, דאס געלט אפנעמען פונעם עולם איז דוכט זיך מיר יא געווען א היבשער דורכפאל און אומגעלונגען.

די צוויי הויפט דורכפעלער םונעם מעמד אין מיינע אויגן איז געווען, פארשטייט זיך דער סאונד סיסטעם, וואס אין רוב סעקשענס (חוץ קעגן איבער די אויבן אן) האט מען שוואכלעך געקענט הערן. צווייטענס איז געווען די גאר לאנגע שטרעקע וואס מען האט געדארפט וואקן פון די באס ביזן סטאדיום. פאר אינגעלייט איז איין זאך, אבער עס איז געווען א רחמנות צו זעהן עלטערע אידן שלעפן זיך א וועג פון 10 15 מינוט אין די גאנץ קילע וועטער, דאס וואלט נישט געדארפט זיין, און איז א גרויסע חסרון געווען.

סך הכל, זאכן וואלטן געקענט זיין בעסער. די עסקנים האבן זיכער פרובירט לויט זייער יכולות די בעסטע וואס זיי האבן געקענט, (כאטש איך ווייס נישט ווי אזוי קען געשען אזא פאנטשער ווי א אומגעלונגענע סאונד סיסטעם, דאס איז דאך ממש די אלף בית פון א מעמד און דאס טעסט מען דאך פארדעם). איך האף נאר אז מ'זאל כאטש ארויסצונעמען די מערסטע פון די גוטע חלקים, און טאקע ממשיך זיין צו גיבן דאס געלט מ'זאל טאקע אנקומען צום גאול פון 12 מיליאן דאללער. און מחזק זיין די מנהלי המוסדות וואס בלוטיגן כפשוטו און זענען זיך מוסר נפש למען התורה הקדושה ולמען הקדוש ברוך הוא, שלא תשתכח תורה מישראל. און זיי גיבן אוועק אסאך מער ווי אפאר שעה אין א קאלטע סטעדיום, און באקומען נישט קיין כבוד אין ערגעץ פאר זייער העראאישע ארבייט. ויה"ר נזכה שיתקדש שם שמים.


---
דער עולם האקט אריין איבער די צאל משתתפים, איז מיין מיינונג איז, אז א הצלחה פון א מעמד מעסט זיך נישט לויט ווי 'אנגעפולט' א סטעדיום איז, נאר 'וויפיל' מענטשן עס זענען דארט. די בילדער'ס הצלחה גייט מיר נישט אן, די עיקר אז די מענטשן וואס האבן געדארפט און האבן געקענט קומען, זענען געקומען. וחוץ מזה איז קלאר אז ווען די סאונד סיסטעם זאל ווען זיין מסודר וואלט אסאך גרעסערע עולם געבליבן זיצן און זיך נישט ארומגעדרייט. עס האבן זיך אדורך געדרייט דא סאך מער מענטשן ווי דאס וואס מ'האט געזען בשעת מעשה אויף איין מאל. אויך טענה'ט דער עולם אז עס איז פשוט געווען א ביליגע סטעדיום, דאס ווייס איך נישט. אויך איז קלאר אז ווען מ'מאכט עס אין א אנדערע צייט פון יאר, און מיט א בעסער סטראטעגיע, וואלט געווען פיל מער מענטשן. אבער כנ"ל איך האלט נישט אז די הצלחה ווענדט זיך לויט ווי גוטע בילדער עס קומען ארויס נאר וויפיל מענטשן עס זענען זיך משתתף.
אוועטאר
מאנסי שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי שטופער »

געהאט די זכי' זיך משתתף זיין
אנקומענדיג ביים שפאצירן צום זאל ארום 8:30 זענען שוין מאסן אידן געווען אויפן וועג צוריק צום פארקינג לאט, אין ארויס גייענדיג ארום 10:00 האבן נאך געשטראמט פילע אידן צום זאל וואס זענען דאן אנגעקומען, די וועג פון די זאל צום פארקינג האט אויסגעקוקט ווי פארנימענע 2 סיידעט וואלקוועי..
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

לא ירדתי לסוף דעתם פון די חשובע עסקנים,
איך בין זייער ווארים פארן צוועק אבער איך קוק אן דעם געדאנק פון מאכן יעצט א כינוס ווי א טעות,
אין הכי נמי אז מען דארף טון כל מה שביכולת צו שטיצן די הייליגע מוסדות וועלכע זענען נישט נהנה משלחן איזבל מיט מסירות נפש, אבער איך האלט נישט אז א כינוס גייט אריין בגדר מה שביכולת!
איז אזוי, די כינוס כלל ישראל, כינוס רבבות - בארקלעיס, און דער כינוס כללי - נעסאו, זענען אלע געווען מיט א אייגנארטיגקייט און האט געפונען א מוראדיגע מאמענטום ביים ציבור, משא"כ ווען מען גייט ביי יעדן קאמפיין פאר א זאך וואס איז קעגן ציונות מאכן א כינוס פארלירט דאס דער ווערד,
והשנית, האבן די עסקנים געברויכט ווען ארבעטן מיטן ציבורס געפיל, עס איז נישט קיין סוד אז די סאטמארע מוסדות אלוועלטליך מוטשען זיך גאר שטארק, אין ק"י האט מען געעפנט די סקול דעם יאר עטליכע וואכן אין זמן אין נאך יעצט האבן זיי חובות פון צענדליגע מיליאנען (לאמיר האפן אז דער נייער אדמיניסטראטאר ר' משה אלי' וועט מאכן סדר), אין בלומינגבורג האלט עס שוין ביי א סטרייק (און מען האט נאכנישט דערגרייכט דעם ציהל וואס דער רבי האט פארלאנגט), און די זעלבע אין מאנסי האט מען שוין חדשים נישט געצאלט, אין לאנדאן שרייען אויך די איינגעשטעלטע אז מען צאלט נישט,
די סאטמארע מערכה קעגן גיוס בני ישיבות איז איצט גאר שוואך פינאנציעל און דער מרכז הצלה האלט פארן אונטערברעכן,
סאו פליז, איך האב געקויפט א טיקעט ווייל איך שטיץ די מוסדות עטה"ק, אבער עס האט מיר שטארק ווי געטון דעם פאקט אז די עסקנים קוקן נישט אויפן היימישן ציבור קודם!
מאך א כינוס פאר די סאטמארע מוסדות ווארלדווייד וועט זיכער זיין מער מענטשן! דארט וועל איך קענען עפארדן א טיקעט פאר פינעף טויזענט דאלער,
און איך רעד שוין נישט פון דעם אז עס האט אויסגעבראכן דעם גאנצן קאמפיין אויף א צומישטע אופן, אנהייב האט קיינער נישט געוואוסט וואס פונקטליך דער ציהל איז דא, און דאס איז חוץ פון דעם וואס עס איז פארגעקומען אין סאמע שווערסטן צייט פון יאר (דאס קען אויך גענוצט ווערן לשבח אז דאך זענען זיך צוזאמגעקומען עטליכע טויזנט אידן, אבער פארט איז עס א טעות מצד די עסקנים),
היוצא לנו מזה, דער קידוש ה' איז געווען געוואלדיג גרויס אבער עפעס א גרויסער טעות האבן די עסקנים געמאכט ביים פלאנירן ולא ירדתי לסוף דעתם,
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

הרב מחשב איר זאגט געוואלדיג גוט, איך וויל נאר צולייגן, אמת טאקע א מעמד ווערט נישט געשאצט כפי די 'בילדער' אבער פארשטיי ווען דו קומסט צו א חתונה וואס עס זענען נאר דא אין זאל 30 מענטשן, הגם זיי זענען דא מיטן גאנצן הארץ און דער עולם איז זייער ווארעם, אבער דאך איז עס א דורכפאל.

ווען מ'מאכט אין א סטעדיום וואס האט פלאץ פאר 23 טויזענט זיצן און עס קומען 'נאר' 17 טויזענט, איז עס א מה שנקרא בפי ההמון 'א דורכפאל', איי ס'זענען געווען 17 טויזענט אדער מער אידן וואס זענען געקומען מיט פולסטן מאס ערענסקייט, דאך וואלט נישט געשאדט ווען מ'מאכט עס נאכאמאל אין בארקלעיס וכדו' וואס די גשמיות'דיגע אויגן און באגריפן וואלטן אויך געשפירט דעם הצלחה.

אונז זענען טאקע דא לשם שמים אבער 'ומבשרך אל תתעלם' מיר זענען ליידער אין עולם עשי' און אונזער גוף וויל מרגיש זיין סוקסעס.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

בארקלעיס איז נישט געווען עוועליבעל!
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איז דא אן אפיציעלער הסבר מטעם די עסקנים פארוואס דער מייק סיסטעם איז געווען א דיזעסטער?
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

לאלתר לחיים האט געשריבן:ביים כינוס האט מען אנאנסט אז ס'זענען דא 6 יודן וואס גיין מעטשן און געבן יעדער אן האלב מיליאן דאלער צוזאמען 3 גאנצע מעלאנעס אויב וועט מען אנקומען צום ציל פון 12 מיליאן אינקלודעד זייערס, צווי פון זיי זענען הרה''ח ר' מענדל שווימער שליט''א ראה''ק בקרית יואל און הרה''ח ר' בעריש בערגער שליט''א ראה''ק בלאנדאן.

דאס איז חוץ די מעטשערס פון 8 מיליאן דאללער?
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

א שטארקע פארנאכלעסיקייט איז געווען אז מען האט נישט ציגעשטעלט קיין גאלף קאר פאר די אלטע אידן, איך האב געהערט פין א איד קרוב צי די 90( 5 דורות מיט געברענגט )אז ער האט געדארפט וואקן 2 מאל 25 מניט
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שבת נאכן דאווענען האב איך געטראפן איינע פון די עסקנים, און די בילד האט זיך מיר אביסעל אנגעהויבן אויסגעקלארן, די עסקנים מצידם האבן בעצם געארבעט מיט אלע כוחות צו פארמיידן די אלע פראבלעמען, נאר מחמת כמה סיבות איז מען כמעט ווי געצווינגען געווארן צו די אלע פראבלעמען, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים ווייל ס'בארירט די כבוד פון געוויסע יחידים וואס מ'איז געווען משועבד צו זיי, אבער עכ''פ ס'זיכער נישט געקומען פון פארנאכטלעסיקייט און א פגיעה אין כבוד הציבור, נאר מחמת ההכרח האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט... ודי

אל תדון את חבירו עד שתגיע למקומו.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

IMG_20190413_232610.jpg
IMG_20190413_232610.jpg (459.25 KiB) געזען 5273 מאל
IMG_20190413_232612.jpg
IMG_20190413_232612.jpg (519.89 KiB) געזען 5273 מאל
IMG_20190413_232607.jpg
IMG_20190413_232607.jpg (542.98 KiB) געזען 5273 מאל
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איבער א מייל האט א יעדער געדארפט וואקן.
#בשיטה נישט
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

IMG-20190414-WA0010.jpg
IMG-20190414-WA0010.jpg (215.59 KiB) געזען 5042 מאל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

נעכטן האט געשריבן:בארקלעיס איז נישט געווען עוועליבעל!

נאכקוקענדיג אין די סקעדזשול פון די בארקלעי סטאדיום שעה איך אז זיי זענען געווען ליידיג דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג.

עס קען אבער נאכאלץ זיין אז זיי זענען נישט געווען אוועילעבל פאר אנדערע סיבות, בינעך נייגעריג וואס די סיבה איז.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

רבנים וראשי ישיבות ערשיינען צום מעמד

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר

20190414_032818.png
20190414_032818.png (618 KiB) געזען 5042 מאל


הגאון הגדול זקן ראשי ישיבות ר' אהרן משה שכטר ר"י ר' חיים בערלין

20190414_032839.png
20190414_032839.png (518.97 KiB) געזען 5042 מאל
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א

20190414_032922.png
20190414_032922.png (492.99 KiB) געזען 5042 מאל



כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א


20190414_032900.png
20190414_032900.png (591.61 KiB) געזען 5042 מאל


כ"ק הגה"צ אבד"ק צעהלים שליט"א

20190414_033002.png
20190414_033002.png (521.38 KiB) געזען 5042 מאל
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

כ"ק הגה"צ גאב"ד מעזיבוש שליט"א

20190414_033034.png
20190414_033034.png (486.38 KiB) געזען 5042 מאל


כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א

20190414_030900.png
20190414_030900.png (551.21 KiB) געזען 5042 מאל


הגה"צ גאב"ד יאוואשנא שליט"א

Screenshot_20190414-032312.png
Screenshot_20190414-032312.png (507.41 KiB) געזען 5042 מאל
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א
20190414_035011.png
20190414_035011.png (585.9 KiB) געזען 5034 מאל


הגאון הגדול ר' חיים אורי פריינד שליט"א חבר הביד"ץ עדה החרידת

20190414_032941.png
20190414_032941.png (431.5 KiB) געזען 5034 מאל


הגאון הגדול ר' ברוך שמואל דויטש שליט"א ממנהיגי יהדות בני תורה

20190414_035028.png
20190414_035028.png (501.73 KiB) געזען 5034 מאל
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איינע פון די שטארקע סיבות פארוואס מ'האט גענומען דעם סטעדיום איז געווען ווייל מ'האט געזוכט א פלאץ וואס האט מערערע סעקשענס לויט די מהלך וויאזוי מ'האט געוואלט פארקויפן די טיקעטס.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך מיין אז כאטש 90% האבן יא געפילט אז מען דארף שטיצן די נייע מוסדות עטה''ק כאטש די מוסדות דאהי פלאגן זיך, און דערפאר זענען אזויפיל געקומען און געגעבן גרויס געלט, עס איז פשוט א מוראדיג ביזי צייט, און ווען מען איז זיך מוסר נפש צו קומען דארף מען כאטש הערן אפאר ווערטער. די סאונד סיסטעם איז באמת געווען א שאד....
שויתי ה' לנגדי תמיד
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

איך ווייס נישט פארוואס מען האט גענומען די סטאדיום, אבער עס איז געווען א ריזן ריזן טעות צו גיין מיט אזא ריזן סטעדיום, ווען די האסט עס נישט אין פלאן אנצופילן מער ווי האלב.

די דיזעסטער פון די סאונד סיסטעם ווייס איך נישט וועם צו בלעימן, אבער עס איז געווען א מאסיווע דיזעסטער, רוב עולם האט חוץ א עקאו גארנישט געהערט, און אזוי האט מען געוואלט אז מען זאל זיצן אפאר שעה.

דאס אז מען האט נישט געמאכט די סקרינ'ס ארבעטן, האט נישט צוגעגעבן צו די סוקסעס.

אין זאל איז געווען היבש קיל

עניוועי עס קען זיין ווען עס איז ווען גיהעריג ארגאנאזירט, אין א קלענערע זאל וואלט געווען א משונה'דיגע סוקסעס, אויב אזוי איז א צייט צו מאכן א דין וחשבון וויאזוי מען גייט צו צום נעקסטן גרויסן מעמד, און נישט אז איין מענטש זאל אפמאכן ווען און ווי מען גייט, והמבין יבין

ארויסגעשלעפט, א ציבור פון טויזענטע יודן ערב פסח, און געמאכט דאס גענאד פון זיי
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

ראי סביב עניך וראו כולם נקבצו ובאו לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

20190414_105811.png
20190414_105811.png (690.91 KiB) געזען 4536 מאל


20190414_105835.png
20190414_105835.png (677.29 KiB) געזען 4536 מאל


20190414_105920.png
20190414_105920.png (602.81 KiB) געזען 4536 מאל
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

20190414_105710.png
20190414_105710.png (527.8 KiB) געזען 4282 מאל

20190414_105859.png
20190414_105859.png (622.96 KiB) געזען 4282 מאל

Screenshot_20190414-105609.png
Screenshot_20190414-105609.png (634.13 KiB) געזען 4282 מאל
איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך מיין עס אמתדיג »

לויט ווי עס איז געשטאנען אויף די צעטלעך זענען די סכומים געווארן 2 מאל געמעטשט

לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די גרויסע עסקנים זענען די 2 מעטשערס:

הרב יאשיהו פינטו שליט"א וחסידיו
מעריצי הגאון רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ר"י דבאטימאר

לויט דעם איז די אסטראנאמישע סומעס פון 6 האלבע מיליאנען וואס איז געווארן אויסגערופן ביים כינוס עקסטערע נתינות במילא האלט מען שוין כמעט ביים ציהל!!


[align=center]אידן החלצו ידיכם כאפט אריין די לעצטע שעות פונעם קאמפיין !!
היינט נאכט שליסט זיך די קאמפיין !!
[/align]
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

Screenshot_20190414-140407.png
Screenshot_20190414-140407.png (690.34 KiB) געזען 4280 מאל
20190414_140503.png
20190414_140503.png (748.93 KiB) געזען 4280 מאל

20190414_140444.png
20190414_140444.png (624.52 KiB) געזען 4280 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”