מעמד היסוד קרן הצלת ישראל בארה"ק - בארא פארק - א' בא תשע"ט

Working
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

מעמד היסוד קרן הצלת ישראל בארה"ק - בארא פארק - א' בא תשע"ט

תגובהדורך Working » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:00 pm

מיט עקסטאז גרייטן זיך יהדות בארא פארק צו א היסטארישער מעמד 'מעמד היסוד' פאר די נייע 'קרן הצלת ישראל' וואס וועט ארויסהעלפן די אלע ארגענעזאציעס בארה"ק וואס קעמפן קעגן די ביטערע גזירות גיוס בנים ובנות היל"ת.

די מעמד וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג פרשת בא הבעל"ט - ליל ניטל במעמד אלפי תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן ובראשם אלע רבני העיר שליט"א אין די גרויסארטיגע 'עטרת גאלדא' זאלן.

א גאר קאלירפולע קול קורא פון אלע רבני העיר איז ערווארטעט צו ערשיינען אין די קומענדיגע טעג בעז"ה.

בשם השם נעשה ונצליח!!!

IMG_20190102_225900_434.jpg
IMG_20190102_225900_434.jpg (197.45 KiB) געזעהן 3058 מאל
לעצט פאראכטן דורך Working אום מיטוואך ינואר 02, 2019 11:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:37 pm

ווען כ'האב געקליקט אויף דעם אשכול בין איך געווען זיכער אז מ'רעדט דא פון הצלת החינוך אין ניו יארק.

עס איז מיר שווער צו גלייבן אז די וואס מאכן דעם איווענט האבן זיך דורך גערעדט מיט די עסקנים ווי פעירל'ס, תורה ומסורה, אגודת ישראל, אדער מיט די אנדערע עסקנים וואס טוען אין דעם. זיי האבן גרויסע פלענער צאמצנעמען די עולם אויפצווועקן און צו ביישטערן למען עתיד בנינו ובנותינו על אדמת ניו יארק.

אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד. קענען מיר יעצט ערלויבן אהער צוברענגן א מערכה, וואס וועט געוויס אפשוואכן אונזערע מערכה.

חוץ, אויב ס'איז א פלאן צאמשטעלן ביידע קאמפיינס, הצלת קרן ישראל בארץ ובגולה.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:38 pm

וויכטיגע אלערט און עצה טובה: ביטע שרייבן דא נאר נייעס, אלעס אנדערש וועט ווערן געמעקט דורך די הנהלה.

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:38 pm

יעצט געזעהן די קול קורא
צווישן די חותמים
ר"י בית מאיר
אדמור מקאסוב
צאנז זמיגראד
בית חיים יושע
גור
קארלסבורג
כונת הלב
מעזעביז
טענקא
סקווירא
פאפא
סאטמאר
באבוב
באבוב 45
תולדות יהודה
ועוד

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:43 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:ווען כ'האב געקליקט אויף דעם אשכול בין איך געווען זיכער אז מ'רעדט דא פון הצלת החינוך אין ניו יארק.

עס איז מיר שווער צו גלייבן אז די וואס מאכן דעם איווענט האבן זיך דורך גערעדט מיט די עסקנים ווי פעירל'ס, תורה ומסורה, אגודת ישראל, אדער מיט די אנדערע עסקנים וואס טוען אין דעם. זיי האבן גרויסע פלענער צאמצנעמען די עולם אויפצווועקן און צו ביישטערן למען עתיד בנינו ובנותינו על אדמת ניו יארק.

אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד. קענען מיר יעצט ערלויבן אהער צוברענגן א מערכה, וואס וועט געוויס אפשוואכן אונזערע מערכה.

חוץ, אויב ס'איז א פלאן צאמשטעלן ביידע קאמפיינס, הצלת קרן ישראל בארץ ובגולה.

פיין געפרעגט, שאלת חכם חצי תשובה. די אסיפת היסוד דעם זונטאג איז ווייט נישט קיין אנהייב פון א מערכה, נאר דא ציהט זיך א פייערדיגע מערכה שטילערהייט [צוליב סיבות וואס מען קען נישט ארויסשרייבן, וד"ל] דורך חשוב'ע גדולי תורה פון די שטאט, איבער דעם חורבן פון גיוס בנים ובנות וואס גייט שוין אן עטליכע יאר, איך ווייס נישט צו איך מעג זאגן אבער איינער פון די פירענדע רבנים אין דעם ענין איז הגה"צ ר' יעקב שרגא הורוויץ שליט"א אבד"ק טעלז ור"י בית מאיר, און נאך אנדערע גדולי ישראל - וועלכע קערן זיך לאו דוקא אן צום קנאי'שן קרייז, און האבן שייכות מיט די אגודה - און זיי פלאנירן שוין די אסיפה פאר א לענגערע צייט. איך קען נישט זאגן מער פרטים ווייל איך בין נישט ערלויבט.

ווידעראום די גזירה איבער חינוך אין ארה"ב האט זיך הערשט אנגעהויבן די מערכה לעצטע יאר פסח, און די אויבנדערמאנטע ארגאניזאציעס וועלכע איר האט אראפגעברענגט זענען יעצט טאקע אריין בעובי הקורה אפצושרייען די גזירה, אבער דאס גייט נישט אויפאיינמאל און עס האלט נאכנישט ביים צוזאמרופן דעם עולם פאר אן אסיפה וכדו', דאס וועט נאך נעמען א שטיק צייט.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:44 pm

יעדע פאר חדשים וואקסט ארויס א פרישע "שירעם ארגאניזאציע" וועלכע איז די רוקן ביין פאר "אלע" ארגאניזאציעס וואס קעמפן קעגן גיוס בארה"ק

כ'מאך א טעות?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:46 pm

הלשון האט געשריבן:יעדע פאר חדשים וואקסט ארויס א פרישע "שירעם ארגאניזאציע" וועלכע איז די רוקן ביין פאר "אלע" ארגאניזאציעס וואס קעמפן קעגן גיוס בארה"ק

כ'מאך א טעות?

מאכסט נישט קיין טעות, הלואי זאל זיך עפענען נאך עטליכע אזאנע שירעמעס אפשר אזוי וועלן די עסקנים נישט צאמברעכן!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:46 pm

בעקיטשע האט געשריבן:יעצט געזעהן די קול קורא
צווישן די חותמים
ר"י בית מאיר
אדמור מקאסוב
צאנז זמיגראד
בית חיים יושע
גור
קארלסבורג
כונת הלב
מעזעביז
טענקא
סקווירא
פאפא
סאטמאר
באבוב
באבוב 45
תולדות יהודה
ועוד

סקולען pending

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:49 pm

הלואי זאל גאנץ כלל ישראל זיך צו צונויפנעמען.
סיי ביי די גזירות אין ארץ ישראל און אוודאי אויך ביי די גזירות אין אונזער בעק-יארד.

מיט אחדות קענען מיר אלעס איבער קומען.
אן אחדות - - -

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:53 pm

קיסריה האט געשריבן:הלואי זאל גאנץ כלל ישראל זיך צו צונויפנעמען.
סיי ביי די גזירות אין ארץ ישראל און אוודאי אויך ביי די גזירות אין אונזער בעק-יארד.

מיט אחדות קענען מיר אלעס איבער קומען.
אן אחדות - - -

אחדות, בטל, גזירת גיוס

Working
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:54 pm

בארא פארק יוכיח אז מיט אחדות קען מען אנקומען!

אידן פון ׳אלע׳ קהילות וועלן זיך בעז״ה באטייליגן ביים מעמד און ארויסווייזן סאלידאריטעט מיט אונזערע ברודער אין ארה״ק.
און בעז״ה וועט מקויים ווערן המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה אז מען זאל בקרוב פטור ווערן פון די גזירה הנוראה דא אין אמעריקא!

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:57 pm

ווער גייט אויפטרעטן? מ'ווייסט שוין עפעס א סדר המעמד?
מיט קיין דברי תורה וועט מען נישט קענען אויפהאלטן דעם עולם, ווייל ס'איז ניטל, מ'וועט נאר קענען איבערגעבן טריקענע פאקטן פון די שמד וואס טוט זיך אפ דארט רח"ל

Working
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:00 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
בעקיטשע האט געשריבן:יעצט געזעהן די קול קורא
צווישן די חותמים
ר"י בית מאיר
אדמור מקאסוב
צאנז זמיגראד
בית חיים יושע
גור
קארלסבורג
כונת הלב
מעזעביז
טענקא
סקווירא
פאפא
סאטמאר
באבוב
באבוב 45
תולדות יהודה
ועוד

סקולען pending

אויך האבן אונטערגעשריבן:
הרבנים הגאונים הדיינים שליט״א פון ביידע סאטמאר׳ע קהילות.
כ״ק אדמו״ר מ׳טשערנאביל שליט״א
כ״ק האדמורי״ם מ׳וויזניץ בארא פארק און ירושלים שליט״א.
און נאך
מען האפט צובאקומען חתימות פון נאך גדולי ישראל שליט״א צווישן היינט נאכט און מארגן בעז״ה.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:01 am

בעקיטשע האט געשריבן:ווער גייט אויפטרעטן? מ'ווייסט שוין עפעס א סדר המעמד?
מיט קיין דברי תורה וועט מען נישט קענען אויפהאלטן דעם עולם, ווייל ס'איז ניטל, מ'וועט נאר קענען איבערגעבן טריקענע פאקטן פון די שמד וואס טוט זיך אפ דארט רח"ל

שמעתי אז איינער פון די רעדנער וועט זיין הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א ר"י חכמי לובלין, בנו של כ"ק גאב"ד זכרון מאיר שליט"א, ומלפנים רב דקהל יטב לב דסאטמאר [מהר"א] בלאנדאן

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:01 am

הלשון האט געשריבן:יעדע פאר חדשים וואקסט ארויס א פרישע "שירעם ארגאניזאציע" וועלכע איז די רוקן ביין פאר "אלע" ארגאניזאציעס וואס קעמפן קעגן גיוס בארה"ק

כ'מאך א טעות?

די אנדערע שירעם ארגאניזאציעס געבן נישט געלט פאר אלע

Working
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 6:53 am

20190103_065159.jpg
20190103_065159.jpg (637.77 KiB) געזעהן 2390 מאל

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 7:29 am

ס'איז אויך פאר בחורים (גיוס בנים)?
ס'דאך שוין דא אזויפיל קאסע'ס פאר דעם
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
אין שטעטל
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך אין שטעטל » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 8:41 am

דאס מיינט אז די אלע אנדערע גיוס אנגענעזאציעס מאכט זיך צו, אדער פאר די קול קורא האט מען ס"ה דיזיינט א פרישע לאגא?

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 10:38 am

אין שטעטל האט געשריבן:דאס מיינט אז די אלע אנדערע גיוס אנגענעזאציעס מאכט זיך צו, אדער פאר די קול קורא האט מען ס"ה דיזיינט א פרישע לאגא?

as i understood from one of the askunem involved it will be the same Idea of "Keren V'Yoel Moshe" sending money to all the offices fighting giyes on a natural level
With a special natural Vad Harbunem Designated for Boro Park

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:03 pm

הרה"צ רבי מאיר בן סקולען האט אינטערגעשריבן (די רבי אליינס דערווייל נישט)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:23 pm

HelpMe האט געשריבן:הרה"צ רבי מאיר בן סקולען האט אינטערגעשריבן (די רבי אליינס דערווייל נישט)

שקר גמור, די עסקנים ורבנים וואס זענען נעכטן נאכט געווען אין סקולען האבן מיר געזאגט אז עס האבן אונטערגעשריבן 3 זיהן פון רבי'ן שליט"א וועלכע זענען געווען דארט אנוועזענד: הרב אפרים יודא שליט"א פון מאנסי, הרב צבי נח שליט"א פון לעיקוואד, און הרב שמואל מרדכי שליט"א. הרה"צ ר' ישעי' יעקב שליט"א וואוינט דאך נישטא [הגם ער וועט זיין דא די וואך און מסתם וועט ער זיך משתתף זיין ], און הרב מאיר שליט"א איז דאן נישט געווען ביים רבי'ן אין שטוב.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:29 pm

פאר די אלע וואס זענען נייגעריג וואס און ווער גייט דארט רעדן, האב איך א פשוט'ע עצה: קומט אריבער און איבערצייגט אייך אליין..... עס איז דאך סייווי ניטל ווען מען לערנט נישט, אלזא שפילט א קורצערן שאך שפיל און לויפט גלייך אריבער צו עטרת גאלדא...

Working
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:47 pm

HatzulasYisroel002.jpg
HatzulasYisroel002.jpg (78.48 KiB) געזעהן 2097 מאל
HatzulasYisroel003.jpg
HatzulasYisroel003.jpg (83.59 KiB) געזעהן 2090 מאל

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 1:18 pm

כ'האב פריער געטראפן א איד וואס זאגט מיר אז ער איז פון די עסקנים, און ער האט מיר אראפגעלייגט בקיצור וואס דא גייט פאר.

אז אין די לעצטע עטליכע חדשים איז דא א שטארקע זארג אין א"י אפילו ביי די נישט סאטמארע קרייזן, איבער דעם עתיד פון גיוס בני הישיבות, און אסאך אנדערע קרייזן טוהען שוין אויך פארשידענע פעולות, און הרה"ג ר' יעקב האראוויץ שליט"א האט זיך אריינגעלייגט דאהי וואס האט געשאפן דעם יעצטיגן מצב פון א מוראדיגע אחדות פון אלע רבנים אין קהילות צו שטיצן די פעולות קעגן גיוס, און עפענען א פאנד קרן הצלת ישראל פאר אלע קרייזן פון גאנץ בארא פארק.
דעריבער ווי מען זאגט איז זייער סימפל, וואס דא גייט פאר, און מען דארף נישט זיין צומישט, קרן ויואל משה איז סאטמאר פאר זייערע ארגאניזאציעס, קרן הצלת ישראל ישראל ווערט נישט געפירט דורך סאטמאר דווקא נאר דורך א קאמיטע פון נייטראלע רבנים (וואס האבן לאו דווקא מיט'ן ויואל משה...). צו שטיצן די פעולות קעגן גיוס.

ווער, וואס, ווען? זאגט ער מיר מען וועט אלעס געוואר ווערן אין די קומענדיגע 24 שעה.

אויך האט ער מיר פארציילט אז סאטמאר האט גראדע געוואלט מאכן אויך יעצט אין די צייט א גרויסע אקציע פאר קרן ויואל משה אין בארא פארק, אבער די עסקנים האבן געבעטן אז דערווייל זאלן זיי זיך צאמשטעלן, און נישט מאכן עקסטער.

אויך זאגט מיר יענער אז עס איז אין פלאן ווייטער צו גיין מיט דעם קרן קיין מאנסי, או אפשר אנדערע פלעצער (וומ"ס און קר"י לכאורה נישט)

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 1:20 pm

טענקס פאר דיין באריכט, קומסט אריין קלאר.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט