מיינע געדאנקען צום 'כינוס כללי' כ' סיון תשע"ח

אחראי: יאנאש

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

green sunday האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:יש"כ הרב מיללער! שפראכלאז! אין א נאט-שעל אראפגעלייגט דעם גאנצן מעמד מיט א זעלטענע בהירות וואס נאר מיללער קען. דער מעמד בכלל און דרשת הרבי בפרט

לע"ד דאס אויפגעבן אויף סקרין סוקסעס, דאס האט געברענגט הצלחה רוחני !
אשריכם אשריכם.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

@מיללער, פארדעם אליין האט זיך דער כינוס געלוינט, אז מיר זאלן האבן די זכי' נהנה צו זיין פון אייערע פערל ווערטער און רעיונות, נאך אזוי לאנג וואס מיר האבן נישט געהאט די זכי' זיך צו מבשם זיין בדבריך היקרים כימי קדם, נעמליך, שטריכן און אנעקדאטן איבער'ן כינוס כללי...
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א גרויסן יישר כח הרב מיללער
די האסט עס גענאגעלט

גם אני בחלומי הער שוין יארן דרשות פין רבין מהר"א אבער אזאנס האב איך נאך נישט געהערט, איך בין געזעסן ציגענאגלט אין געפרוירן
אויסער די קאנטענט איז די דיליווערי אויך געווען עפעס געוואלדיג!
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

רב מיללער. כשוין ארויסגעברענגט מיינע הרגשים אין אפשאצונג אינעם אנדערן אשכול, נאכאמאל אריינגעסיינט כדי דיר צי באדאנקען.

זייער שטארק באשריבן! די וועג וויאזו די ביסט מגדיר דעם ראב״ד מיט דיין געבענטשטער פעדער האט זיכער אריינגעברענגט כבוד התורה ביי די פילע ליינער. און די מהלך וויזו די באשרייבסט די דרשה פינעם רבין וועט זיכער ברענגען אסאך ליינער צי נעמען דעם נעקסטן שריט אין אויסהערן די דרשה יסודי, אין זיך אנזאפן מיט אמונה בה׳ ובתורתו.

נאר צוויי נקידות וואס סאיז מיר אריינגעקימען בשעתן ליינען

טאקע די ערשטע מאל כהער דעם רבין - אדער פאר דעט מעטטער - סיי וואספארא היימישע בעל דרשן, אזו אריינקאכן מיט א ראשון. כבין אויפגעוואקסן אין די זעלבע סערקעלס ווי דיר שוין געהערט כמה דרשות פין מיינע מחנכים ובתוכם ר׳ דוד שלמה עקשטיין ר׳ ברוך שלמה וויינבערגער ועוד ועוד, סאיז געווען היפש נויטיג צי דערמאנען אין קלאר מאכן אז אמונה ודיעות האט זיך נישט אנגעהויבן אין די חסידישע ספרים, און די רבי ז״ל האט גארנישט ציגעלייגט צי די תרי״ג מצוות, נאר טאקע זאת התורה המצויא עתה בידינו היא הנתונה..

אין לדעתי די געלונגענקייט פינעם רבינס דרשה שטארק צי פארדאנקען וואס ער האט אלס נישט געזאגט! נישט גערעדט פין קיין קארענט איווענטס, נישט גערעדט פין קיין עמבעסי, ניטעמאל ווי טמא דער ראש הכופרים איז. דעס אלעס קען ווען זייער דיסטרעקטן פינעם עצם ציהל. יסודות איז געווען די אויסשליסלעכע טעמע אין ציהל פינעם דרשה. מוועט קענען איבערהערן די דרשה אין צוואנציג יאר פין יעצט אין די זעלבע קלאר ווערן.

(פין די אנדערע זייט טיהט מיר וויי אז כוועל נישט קענען זאגן פאר מיינע אייניקלעך ״ווען עטס ווייסט ווען די בילבול המוחות וואס האט זיך דעמאלטס אפגעטיהן, וואלטס עטס פארשטאנען זיינע ווערטער..״ ״קיינער האט נישט פארשטאנען דעמאלטס זיינע ווערטער, יעדער האט געלאכט פין אים..״ אבער למעשה איז עס נישט אמת.. די ווערטער וועט קענען זיין קילורן לענים פאר לאנגע יארן אין דעם חשכות הגלות ביז בן דוד עבדיך יבוא ויגאלינו)

נאכאמאל יישר כח רב מיללער פארן נעמען דו צייט אין געדילד אפצישרייבן דעם געהויבענעם מעמד.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ר' יום טוב האט געשריבן:דאס איז כולם פה אחד מודה אז אזוינס האט דער רבי מיללער נאך קיינמאל דעליווערט. גאר א דיפרענט סטייל ווי געווענליך, עכט א געלונגענע רעדע.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

אמת איך בין נישט געווען ביים כינוס, אבער די שורות האט מיר אביסל נענטער גברענגט צום מעמד, צוקער זיס, האניג יעדע ווארט און יעדע שורה, יישר כח.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מיללער'ס פעדער האט עס גענאגלט, דעם רבינ'ס דרשה קלינגט אין די אויערן פון יעדן סאטמארע חסיד.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

נאכן ליינע אזא געלונגענעם באריכן פון @מיללער'ן איז אפילו איך בין נישט אנגעקימען צי גיין, איך זאגן בפה מלא "הרינו כאילו הייתי שם" מיללער האט עס דעליווערט לייוו.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח רב מיללער אפ' איך בין געווען ביים כינוס ווערט מען קלארער נאכן ליינען מיללער אנאליזן
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

WOW
א ריזיגען יישר כח, איך בין טאקע דארט געווען ב"ה, אבער מיין קאפ נישט עכט צוליב וואס איך בין געווען זייער אויסגעמוטשעט
יעצט איז מיר צאמגענומען געווארען די גאנצע סדר הדברים
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גרויסן שכויעח, מחי'ה נפשות ממש!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

דער רבי שליט"א האט מרחיב געווען עטליכע מינוט אין די נקודה, אבער מיין באמערקונג דערצו, דער רבי זי"ע ברענגט נישט דעם סמ"ק אין ויואל משה (אזוי דאכציך מיר, אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע מיטיילן) דאס אליינס איז דעם רבי'נס חידוש געווען נעכטן נאכט, להביא סימוכין לדבריו הקדושים מפי ספרים וסופרים

כאשר הביע אאמו"ר שליט"א קורת רוחו לרבינו שליט"א מהדרשה הנפלאה, אמר לו רבינו שליט"א: "דער סמ"ק, דאס איז א חידוש!".
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

מיין שטעלונג האט געשריבן:

מי הוא זה?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פונקט נעכטן געהערט אז דער סמ"ק ברענגט שוין הרב דאמב ז"ל אין זיין ספר אקעגן ציונות
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

זע איך אז די ארטיקל איז ערשינען אין די ספעציעלע ביילאגע הכינוס בגדול ארויסגעגעבן דורך דער בלאט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שיינע באריכט סקרענטאנער רב.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29174
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניס קראכער האט געשריבן:זע איך אז די ארטיקל איז ערשינען אין די ספעציעלע ביילאגע הכינוס בגדול ארויסגעגעבן דורך דער בלאט

דו רעדסט פון סקרענטענער רב'ס הערליכע ארטיקל?
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

:smile:
ניס קראכער האט געשריבן:זע איך אז די ארטיקל איז ערשינען אין די ספעציעלע ביילאגע הכינוס בגדול ארויסגעגעבן דורך דער בלאט

וועלעכע ארטיקל?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29174
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

האבעך עס געזעהן דארט, שטייט דארט אז עס איז מיט מינדערוויכטיגע שינויים, יעך האב פיל מער ליב דעם אריגענעלען נוסח פונעם סקרענטענער רב.
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

מיללער האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
דער רבי שליט"א האט מרחיב געווען עטליכע מינוט אין די נקודה, אבער מיין באמערקונג דערצו, דער רבי זי"ע ברענגט נישט דעם סמ"ק אין ויואל משה (אזוי דאכציך מיר, אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע מיטיילן) דאס אליינס איז דעם רבי'נס חידוש געווען נעכטן נאכט, להביא סימוכין לדבריו הקדושים מפי ספרים וסופרים

כאשר הביע אאמו"ר שליט"א קורת רוחו לרבינו שליט"א מהדרשה הנפלאה, אמר לו רבינו שליט"א: "דער סמ"ק, דאס איז א חידוש!".

פונקט נעכטן געהערט אז דער סמ"ק ברענגט שוין הרב דאמב ז"ל אין זיין ספר אקעגן ציונות

האמיר עס אויך געזען אינ׳ם שיינעם ספר ׳אפס בלתך גואלינו׳ פון נטרונא, ווי אויך די שואל ומשיב וואס די רבי האט נאכגעזאגט.
א חידוש די רבי ז״ל ברענגט נישט דעם סמ״ק אין ויוא״מ על אף ער ברענגט דארט פונ׳ם סמ״ק אפאר אנדערע זאכן.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הרב מיללער!!! איך ווייס נישט וואו אנציהייבן און ענדיגן, ממילא הייב איך נישט אן...

איך וועל נאר זאגן אז איך אגרי מיט אלע אויבנדערמאנטע שבחים!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

געהערט די דרשה פון האדמו"ר מהר"א שליט"א. נישטא וואס צו רעדן, די דרשה איז זייער שיין און רייך, שוין לאנג נישט אזאנס געהערט, ארויסגעברענגט די יסוד פון די גלות און צפי' לישועה אויף זייער א שטארקע פארנעם, ביי די דרשה איז געווארן ארומגענומען א יעדע אספעקט פון די טיפע קליפה פון ציונית, סיי איבער די עצם קליפה און סיי איבער זייערע שמדיות און גזירות רעות וואס די ציונים באגיסן כלל ישראל מיט זייערע מים הזידונים, מיט די דרשה - און די דרשות בכלליות ביי די כינוס - איז געווארן אריינגעבויעט א שטיק אמונה אין די מוח, איינשטענקדיג די ריכטיגע וועג צו טראכטן כיתד שלא תמוט, געבנדיג חומר למחשבה וואס און וויאזוי מען ברויך אנצוקוקן און באטראכטן די גאנצע עקזיסטענץ פון כלל ישראל בימי גלותינו עד ביאת המשיח.

צו קעפל "מיינע געדאנקען צום כינוס" וויל איך אויך מוסיף זיין א שטיקל געדאנק צום כינוס, הגם איך קום נישט צו לקרסולי רגליו פונעם סקרענטענעם רב שליט"א, אעפי"כ אוסיף נופך קצת.

די וואך איז די סדרה פון פרשת שלח וואס מען ליינט די פרשה פון די מרגלים וואס האבן מוציא דבה געווען על הארץ זאגנדיג מבלתי יכולת ה' להביא אותנו וגו', איז דאך די וואך טאקע די פאסיגע צייט צו מעורר זיין מעניני דיומא איבער די נגע הציונית וואס איז אויך מושרש אין די טומאה פון כופר זיין אין יכולת ה' אונז אויסצולייזן, הקריאה מעורר להיות הזמן גרמא צו מעורר זיין אז מיר וועלן ווייטער אנגיין אזוי ווי כלל ישראל איז אנגעגאנגען זינט דעים חורבן, מיט די מהלך פון ישב בדד וידום ויחול לתשועת ה', מיר וועלן ווייטער זיצן אין גלות מיט פארלייגטע הענט, און ארויסקוקן און האפן אויף די גאולה שלימה ווען השי"ת וועט אויסשטרעקן זיין יד רמה און אונז פירן קוממיות לארצינו.

פארוואס כדי ארויסצוברענגען די קליפת הציונית מיז מען מאכן א כינוס? קען זיין אזא געדאנק, היות די גאנצע מציאות פון די קליפה הציונית איז א "כינוס באופן טומאה" דהיינו, אז די מהלך פון זייער מרכבה הטמאה בתחלתו ובשורשו, איז געווען מיט די לאזיגע לאזונג אז כלל ישראל גייט צוריקגיין צו ארץ ישראל, זיי האבן געשריגן די כפירה אז מען גייט אליינס מאכן א "כינוס גליות" מען גייט זיך איינזאמלען מיט די אייגענע האנט.

דעריבער, איז טאקע נישט מער ווי פאסיג אז ווען מען קומט לוחם זיין קעגן זייער "כינוס" זאל דאס צוגיין אויף אן אופן פון זה לעומת זה, אז שלומי ישראל, אמונים אשר נאספו, זאלן מאכן אן אייגענע "כינוס שבקדושה" וואס מיט די הייליגע כינוס, זאל מען לוחם זיין אנטקעגן די כינוס פון די רשעים ארורים. פון די כינוס זאל טאקע ארויסקומען די ריכטיגע שפיזיגע פיילן אנטקעגן די עושי רשע. כשזה קם זה נופל, פון די כינוס לצדיקים זאל ווערן א פיזור לרשעים,

*
ועוד בזה רעיון, היות די וואך גייט פרשת שלח, די פרשה פון די מרגלים, וואס דאס האט גורם געווען די חורבן בית המקדש, דורך דאס וואס מען האט מוציא דבה געווען על הארץ, לא האמינו בה' ולא בטחו בישועתו, דעריבער זיצט מען ליידער יעדעס יאר תשעה באב ביינאכט און מען זאגט קינות. ליידער דורך די ציונים הארורים האט מען שוין איבערגעדריקט פרישע טויזענטער קינות'לעך במשך די לעצטע 70 יאר וואס די עבודה זרה הנקרא מדינת ישראל שטייט, פארוואס דריקט מען ווייטער קינות'לעך? פארוואס דריקן נישט די מדפיסים די גאולה'דיגע ווערסיע פון די קינות, וואס דאס וועט זיין הערליכע זמירות, וואונדערבארע שירה צום אייבערשן, ניגונים ופיוטים וואס וועט ווערן פון די צירופי אותיות פון די קינות כמבואר בספרי קודש אז פון די אותיות פון די קינות וועט ווערן איבערגעדרייט צו שירות ותשבחות אויף די גאולה.

ליידער איז פון די "כינוס לרשעים", פון די מעשים תעתועים פון די ציונים, איז געווארן פון זייער "כינוס" א גרויסער "קינות" מיט א ק', צוליב די רשעת וטומאת הכפירה, האבן מיר זיך פון פריש געדארפט זעצן זאגן כינוס יעדן תשעה באב.

אין אזא זמן, ביי די פרשה ווי מען ליינט פון די שורש וואס האט גורם געווען תשעה באב, די ערשטע בכי' של חנם וואס האט נאכגעשלעפט די בכי' לדורות מיט'ן זאגן קינות אין תשעה באב, ביי אזא זמן איז פאסיג צו איבערדרייען פון "קינות" מיט א ק', צו "כינוס" מיט א כ', אז דורכדעים וואס מען גייט זיך מכנס זיין און זיך צוריק מעורר זיין זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, וועט מען דורכדעים מבטל זיין די קליפה הציונית, און השי"ת וועט מבטל זיין אמירת "קינות" דורכ'ן מאכן די כינוס לצדיקים וואס נאה להם ונאה לעולם.

אפילו אויב די וועלט קען מען נישט מתקן זיין, קען מען זיך אליין פרובירן צו מתקן זיין. אפילו אויב מען קען נישט אריינשיינען די אור האמת אין די וועלט, אבער א כנישתא חדא וואס טוט תשובה איז אויך בכח צו מעורר זיין די גאולה. אז מען ארבעט אויף זיך אליין, ארויסצוטרייבן פון זיך די חשכות פון די מחשבת כפירת הציונית, וועט השי"ת זיך מרחם זיין אויף די גאנצע וועלט, ווי עס שטייט אין זוהר אי יחזרון בתשובה אפילו חדא כנישתא בזכותם יתכנש כל גלותא, ומעט מן האור ידחה הרבה מן החושך, ונזכה במהרה לביאת בן דוד בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב סידיראם, הערליך, טרעפליך און געשמאק!
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

מיללער האט געשריבן:און א באזונדערע יישר כח פאר אייך טייערע ליינער פארן נעמען די צייט צו ליינען מיינע שורות

זייער גערן...
שפתים ישק משיב דברים נכוחים.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

בּרזל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
דער רבי שליט"א האט מרחיב געווען עטליכע מינוט אין די נקודה, אבער מיין באמערקונג דערצו, דער רבי זי"ע ברענגט נישט דעם סמ"ק אין ויואל משה (אזוי דאכציך מיר, אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע מיטיילן) דאס אליינס איז דעם רבי'נס חידוש געווען נעכטן נאכט, להביא סימוכין לדבריו הקדושים מפי ספרים וסופרים

כאשר הביע אאמו"ר שליט"א קורת רוחו לרבינו שליט"א מהדרשה הנפלאה, אמר לו רבינו שליט"א: "דער סמ"ק, דאס איז א חידוש!".

פונקט נעכטן געהערט אז דער סמ"ק ברענגט שוין הרב דאמב ז"ל אין זיין ספר אקעגן ציונות

האמיר עס אויך געזען אינ׳ם שיינעם ספר ׳אפס בלתך גואלינו׳ פון נטרונא, ווי אויך די שואל ומשיב וואס די רבי האט נאכגעזאגט.
א חידוש די רבי ז״ל ברענגט נישט דעם סמ״ק אין ויוא״מ על אף ער ברענגט דארט פונ׳ם סמ״ק אפאר אנדערע זאכן.

דברי הסמ״ק מובאים ג״כ בספר חנוכת התורה לפרשת תשא.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”