בלאט 1 פון 2

טראנספארטאציע צום כינוס

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 1:35 am
דורך וויכטיג מאכער
מצד העסקנים גייט זיין צוגעשטעלט באסעס, אבער היות סיז זינטאג און סיז נישט ערווארטעד קיין טרעפיק, און סיז דא דארט ארום 6000 פארקינג פלעצער, וועלן מערערע מענטשן קומען מיט קארס...

אויב איינער ווייסט פון אלטערנעטיוו טראנספארטאציע מיטלען, ביטע מעלדן... אזוי אויך קען ווען זיין אינטערעסאנט אז חברים וואס האבן קארס זאלן מיטנעמען אנדערע וואס האבן נישט קיין קארס...

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 3:08 pm
דורך איך מיין עס אמתדיג
מקען נישט פארן מיט קיין שיף ?

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 3:08 pm
דורך כא כא כא
דערווייל קוקט אויס היבש שווער מיט א גרויסע געלט אויסגאבע ציצישטעלן אסאך באסעס,
נאר אזוי ווי ס'איז דא דארט גענוג פארקינג, גייט מען קאמפיינען אז דער עולם זאל פארן מיט קארס, און מיטנעמען חברים/משפחה.

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 3:38 pm
דורך שפרינגער
מ'וועט טאקע צושטעלן טראנספארטאציע אבער דאס איז נאר א דיעבד, ס'איז א געוואלדיגע מוטשעניש און איז פארבינדן מיט אסאך קאפוויי, ווער ס'קען נאר זאל קומען מיט קארס! זעהן זיך צוזאם צו שטעלן מיט קרובים, ידידים, און גוטע פריינד וואס מער, ס'איז דא כמעט זעקס טויזנט פארקינג פלעצער וואס דאס איז גענוג און נאך און נאך...

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2018 3:39 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
צום באדוערונג וועט יעדער מיזן פארן אויפן שטענדיג-אנגעזעצטן על איי אי

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:19 am
דורך עכט היימיש
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (116.12 KiB) געזען 3742 מאל

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:19 pm
דורך Growth hacker
איך האב א עקסטערע צוואנציג דאללער טיקעט אוועקצוגעבן פאר ווער סקען מיר נעמען מיט זיין קאר צום כינוס פון וויליאמסבורג

כינוס

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:40 pm
דורך קארטל
אזוי ווי פארקינג גייט קאסטן 15$ און מבעט אויך אז מזאל קומען מיט קארס ....און קיינער וויל דאך נישט צאלן 15$ פאר א פארקינג ...איז אפשר מאכט מען 2 3 פלעצער און יעדע שטאט ווי אלע קארן וואס פארן זאלן שטיין דארטן פון 2 ביז 2.45 ? אזוי קומט אויס אז פארקינג קען אויסקומען אינגאנצען 2 3 דאללער

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:01 am
דורך צו געזונט
און פון קרית יואל איז דאפעלט געלט צו פארען מיט די באס אוואו פון מאנסי

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:53 am
דורך פארדינט
די באסעס פון אלע פלעצער - חוץ קרית יואל - גייט זיין סקול באסעס, פון קרית יואל גייט זיין קאוטש באסעס (נישט "מאנרא באס קא.").
כך שמעתי.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:33 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
קען מען למעשה באצאלן פארקינג אויף זייער וועבסייט פאר ביליגער?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:34 am
דורך פערדס מיניסטער
קארטל האט געשריבן:אזוי ווי פארקינג גייט קאסטן 15$


ווען איז דאס געשעהן? עס איז געשטאנען אז עס גייט זיין אומזיסט.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:50 am
דורך פארדינט
פארדינט האט געשריבן:די באסעס פון אלע פלעצער - חוץ קרית יואל - גייט זיין סקול באסעס, פון קרית יואל גייט זיין קאוטש באסעס (נישט "מאנרא באס קא.").
כך שמעתי.


יעצט אריינגעקומען די גוטע נייעס אז א חשובע נדבן האט מנדב געווען א חלק הוצאת פון טראנספארטעישן, ממילא גייט נאר קאסטן $20 פון קרית יואל!

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:15 pm
דורך אזוי וויל איך
*בשורה טובה*
די חשובע געטרייע עסקנים פונעם *ועד המארגן* האבן שווער געארבעט די לעצטע צוויי טאג און ס'איז ב"ה געלונגען צו מאכן א דיעל מיט די פירערשאפט פונעם נעסאו קאליסיום קאמפלעקס *אז אלע פארקינג זאלן זיין בחנם!!!*
(נישט ווי פריער געמאלדן אז ס'גייט קאסטן $15).

אזוי אויך האט זיך דער ועד המארגן אינטער גענומען צו צולייגן מער געלט כדי צו מאכן ביליגער די באס טיקעטס פאר תושבי ק"י פון $30 צו $20
*ותשואת חן להם* .

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:31 pm
דורך אברך
וואס איז די אדרעסס אריינצולייגן אינעם גפס?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:36 pm
דורך סאכאטשאווער
קומט אריין די גוטע נייעס אז די פארקינג וועט יא זיין אומזינסט צום סוף.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:46 pm
דורך אזוי וויל איך
@SatmarLive: JUST IN! Hanhulas HaKines sponsored all 7,000 parking spots, Will be FREE OF CHARGE! If u wanna go with Bus buy TODAY by all Ticket Centers.

m....

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:47 pm
דורך פארדינט
יעצט אריינגעקומען די גוטע נייעס אז פארקינג וועט זיין פריי פון אפצאל!

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:49 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
באשטעטיגט:

פארקינג וועט זיין פריי פון אפצאל!

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:49 pm
דורך ישתבח שמו לעד
@SatmarLive: JUST IN! Hanhulas HaKines sponsored all 7,000 parking spots, Will be FREE OF CHARGE! If u wanna go with Bus buy TODAY by all Ticket Centers.

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 11:22 am
דורך כא כא כא
Address for GPS: 1255 Hempstead turnpike Uniondale NY 11553

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 11:23 am
דורך כא כא כא
דער עולם ווערט געבעטן דא צי אפדעיטן וועגן די טראפיק.

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 11:37 am
דורך עכט היימיש
כא כא כא האט געשריבן:דער עולם ווערט געבעטן דא צי אפדעיטן וועגן די טראפיק.

קול סאטמאר באריכטעט אז יעצט אינדערפרי קוקט אויס אז דער מצב וועט זיין פיין, און עס ווערט ב"ה בידערוויל נישט געזען קיין טרעפיק אויפן האריזאנט

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 11:51 am
דורך יאסעלע
ווער עס וויל קויפן 4 באס טיקעטס פון קרית יואל צום כינוס קען זיך מעלדן אינישי ביז 12:30

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 12:07 pm
דורך שאהן הענניטי
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:צום באדוערונג וועט יעדער מיזן פארן אויפן שטענדיג-אנגעזעצטן על איי אי

איך מיין אז נישט, דאס פלאץ איז ממש אנהייב לאנג איילענד, וועיז פון אפסטעיט שיקט נישט דורך לאנג איילענד עקספרעסוועי