בלאט 9 פון 80

געשריבן: מיטוואך אפריל 04, 2018 10:45 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
קיסריה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:די סיטי איז נישט אינגאנצן אונטערגעווארפן

די חלק פון עדזישקעשן יא, די סיטי איז אינגאצן אינטער די בארד אוו עד. אנדערע חלקים נישט.

הרב חיים דוד צוויבל זאגט אז ס׳איז נישט שווארץ/ווייס.

זיי האבן אן אייגענע באורד אוו רידזשענס.

אויב אזוי, וויזוי קען די סיטי באשטראפן א סקול מיטן צוריקהאלטן ״סטעיט פאנדס״ ווען זיי פאלגן אויס ״סטעיט לאָה״ ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 04, 2018 11:11 pm
דורך צל עובר
קיסריה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:די סיטי איז נישט אינגאנצן אונטערגעווארפן

די חלק פון עדזישקעשן יא, די סיטי איז אינגאצן אינטער די בארד אוו עד. אנדערע חלקים נישט.

הרב חיים דוד צוויבל זאגט אז ס׳איז נישט שווארץ/ווייס.

זיי האבן אן אייגענע באורד אוו רידזשענס.

די בארד איז פאר די סטעיט עדזשוקעישן דעפארטמענט, הערט עס איבער.

די סטעיט איז פולי בעל הבית אויף די סיטי לכל דבר.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 3:17 am
דורך יואב בן צרויה
.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 6:15 am
דורך משהלע
יואב בן צרויה האט געשריבן:פארוועם עס אינטערעסירט אביסל תוכן (און קען ליינען ענגליש), שטעל איך ארויף די טעקסט פון די פעלדער אמענדמענט - גענומען פון דא. דארט קענט איר ליינען די לענגערע, ארגינעלע ווערסיע פונעם ביל און מער פרטים איבער די לעגיסלאטיווע פראצעדור וואס עס איז אדורכגעגאנגען.

עס איז זייער זעלטן וואס מען זעהט אזאנע קלארע דעטאלן איבער אן ענין אין א געזעץ אדורכגעפירט אין א לעגילאטיווע קערפערשאפט. געווענליך געבן די געזעצן אלגעמיינע ברייטע כוח פאר די פארשידענע דעפארטמענטס אוועקצושטעלן די גדרים, אבער אין דעם פאל טוט שוין די אמענדמענט די ארבעט פאר זיי. עס געט אבער יא כוח פארן עדוקעישאן קאמישאנער פעסטצושטעלן אויב די מוסדות שטעלן זיך צו און שוין חנוכה צייט האט די דעפארטמענט געהאט געמאלדן אז זיי פלאנירן צו נעמען די אינספעקציעס שטרענגער בכלליות.

געוויסע נייעס באריכטן האבן ציטירט א הויעך ראנגקיגער דעמאקראט אויפן אסעמלי קאמיטע מיט איבערזיכט אויף דעם ביל אין וועלכע יענער האט זיך גערעגט אויף די קלארע ווערטער אינעם געזעץ, אבער ער האט צוגעלייגט אז זיי האלטן עס נישט פאר אזא גרויסע געווינס פאר פעלדער ווייל געוויסע ווערטער אינעם ביל, א שטייגער ווי

קאוד: וועל אויס אלע

sound basic education,
קען מען אויסטייטשן היבש שטרענג.

א שרייבער אינעם 'פאראויס' ברענגט פון א פראפעסאר פון קאלאמביע אז דער אמענדמענט איז צו קלאר געצילט צו העלפן די יודישע ארטאדאקסישע געמיינדע און קען דעריבער אויסשטיין קאנסטיטוציאנאלע פראבלעמען לויט די סופרים קאורט'ס אורטייל אין די סקול דיסטריקט קעיס. אפשר אין יענע צייטן וואלט ער געווען גערעכט, אבער מיט די היינטיגע ריכטער און די דאזיגע פאקטן איז ער כמעט ווי זיכער נישט גערעכט.

א ריזן יישר כח!

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 9:12 am
דורך El Rushbo

Thanks.

אויב רעדט מען פון קאנסטיטוציאנאלע פראבלעמען, האט דער עצם געזעץ, וואס לויט די ביז יעצטיגע סטאנדארטן (עפלייעד דורך א יחיד דער קאמישענער, אונטער גרויס דרוק פון אן אנדערן יחיד מיט א ארגענעזאציעלע) האט פארלאנגט צו לערנען געוויסע זאכן וואס שטערט רעליגיע, אויך אסאך קאנסטיטוציאנאלע פראבלעמען.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 10:23 am
דורך קרייסלער
ווי אזוי איז מעגליך איז אין אמעריקא וואס בעפארציגט פרייהייט צו פראקטיצירן רעליגיע זאל מען איינטיילן וואס מדארף לערנען אין שולע
?
כקען פארשטיין אז מדארף לערנען די שפת המדינה, כהער, אבער סייענס? אויף וואס ארויף
פיין ווילסט נישט געבן קיין געלט פאר אזא שולע העמיר זיך אן עצה געבן אבער צווינגען וואס צו לערנען איז א קלארע פארלעצונג פון די שמייליגע קאנסטוטוציע

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 10:24 am
דורך קרייסלער
און אגב הונדערטער מיליאנען ווערט פארטיילט פאר להבדיל קריסטליכע און קאטועלישע שולעס
כמיין אז די סופרים קאורט איז אייביג געשטאנען צו די זייט פון די רעגליעזע און פריוואטע שולעס

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 10:48 am
דורך טשאדעלע באדעלע
קרייסלער האט געשריבן:ווי אזוי איז מעגליך איז אין אמעריקא וואס בעפארציגט פרייהייט צו פראקטיצירן רעליגיע זאל מען איינטיילן וואס מדארף לערנען אין שולע
?
כקען פארשטיין אז מדארף לערנען די שפת המדינה, כהער, אבער סייענס? אויף וואס ארויף
פיין ווילסט נישט געבן קיין געלט פאר אזא שולע העמיר זיך אן עצה געבן אבער צווינגען וואס צו לערנען איז א קלארע פארלעצונג פון די שמייליגע קאנסטוטוציע

דאס איז טייטש ליביראלע דעמעקראטיע. ״פרייע אינטערדריקונג״!

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:32 am
דורך פאטאקי08
יואב בן צרויה האט געשריבן:פארוועם עס אינטערעסירט אביסל תוכן (און קען ליינען ענגליש), שטעל איך ארויף די טעקסט פון די פעלדער אמענדמענט - גענומען פון דא. דארט קענט איר ליינען די לענגערע, ארגינעלע ווערסיע פונעם ביל און מער פרטים איבער די לעגיסלאטיווע פראצעדור וואס עס איז אדורכגעגאנגען.

עס איז זייער זעלטן וואס מען זעהט אזאנע קלארע דעטאלן איבער אן ענין אין א געזעץ אדורכגעפירט אין א לעגילאטיווע קערפערשאפט. געווענליך געבן די געזעצן אלגעמיינע ברייטע כוח פאר די פארשידענע דעפארטמענטס אוועקצושטעלן די גדרים, אבער אין דעם פאל טוט שוין די אמענדמענט די ארבעט פאר זיי. עס געט אבער יא כוח פארן עדוקעישאן קאמישאנער פעסטצושטעלן אויב די מוסדות שטעלן זיך צו און שוין חנוכה צייט האט די דעפארטמענט געהאט געמאלדן אז זיי פלאנירן צו נעמען די אינספעקציעס שטרענגער בכלליות.

געוויסע נייעס באריכטן האבן ציטירט א הויעך ראנגקיגער דעמאקראט אויפן אסעמלי קאמיטע מיט איבערזיכט אויף דעם ביל אין וועלכע יענער האט זיך גערעגט אויף די קלארע ווערטער אינעם געזעץ, אבער ער האט צוגעלייגט אז זיי האלטן עס נישט פאר אזא גרויסע געווינס פאר פעלדער ווייל געוויסע ווערטער אינעם ביל, א שטייגער ווי

קאוד: וועל אויס אלע

sound basic education,
קען מען אויסטייטשן היבש שטרענג.

א שרייבער אינעם 'פאראויס' ברענגט פון א פראפעסאר פון קאלאמביע אז דער אמענדמענט איז צו קלאר געצילט צו העלפן די יודישע ארטאדאקסישע געמיינדע און קען דעריבער אויסשטיין קאנסטיטוציאנאלע פראבלעמען לויט די סופרים קאורט'ס אורטייל אין די סקול דיסטריקט קעיס. אפשר אין יענע צייטן וואלט ער געווען גערעכט, אבער מיט די היינטיגע ריכטער און די דאזיגע פאקטן איז ער כמעט ווי זיכער נישט גערעכט.

ישר כח הרב צרויה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:48 am
דורך טשאדעלע באדעלע
איינער פרעגט מיר אויב כ׳ווייס מער פרטים איבער די היינטיגע 3:00 פרעס קאנפרענס פארופן דורך UJCare ווי עלטערן גייען אויף טרעטן, כ׳האב אים געענפערט אז כ׳ווייס נישט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:53 am
דורך farshlufen
ביטע נישט צוטירן מבור מים סרוחים.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:56 am
דורך צל עובר
@יואב בן צרויה, שכח פארן ברענגן.

איין וויכטיגע הערה, די צייטונג הייסט נישט אויף אידיש פאראויס, נאר דאס איז דער משכיל'ישער פארווערטס ימ"ש.

--------------

@פארשלאפן האקט ענדליך.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 12:07 pm
דורך eller
ווייסט איינער מער איבער די פרעסע קאנפרענס ?
געהערט אז ס'גייט זיין ביי גערי און העריסאן ביי די נייע סקול (קולמא זאגט גערי און וואלבאויט ווייסט איינער ווי דאס איז..... ?) און וואס איז טאקע פשט פון דעם ?
זאגן זאגן זיי אז פערל'ס די ארגענעזאציע פון אלע מוסדות שטייט אונטער דעם.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 12:11 pm
דורך אידיש.טייפינג
דאס איז פארן נייעם בנין בית רחל

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 12:21 pm
דורך גרויסע-גדולה
קרייסלער האט געשריבן:ווי אזוי איז מעגליך איז אין אמעריקא וואס בעפארציגט פרייהייט צו פראקטיצירן רעליגיע זאל מען איינטיילן וואס מדארף לערנען אין שולע
?
כקען פארשטיין אז מדארף לערנען די שפת המדינה, כהער, אבער סייענס? אויף וואס ארויף
פיין ווילסט נישט געבן קיין געלט פאר אזא שולע העמיר זיך אן עצה געבן אבער צווינגען וואס צו לערנען איז א קלארע פארלעצונג פון די שמייליגע קאנסטוטוציע

וויסן זאלט איר. דער ענין איז שוין ברייט ערקלערט געווארן אינ'ם אלטן אשכול "לימודי חול בבתי חינוך" viewtopic.php?f=6&t=27477
די תשובה אויף דיין שאלה בקיצור; מיר האבן א ברירה צו זאגן אז עס איז קעגן אונזער רעליגיע צו לערנען לימודי חול, און מיר קענען זיך שלאגן אויף עוועלושען וכדו'. אבער בכלליות הענין, אויב א סקול טענה'ט אז זיי לערנען יא לימודי חול , איז דער אחריות פונ'ם גאווערנמענט צו פארזיכערן אז דאס איז אויף א גוטע קוואליטי. וממילא שטעלן זיי סטאנדארטן וואס מען דארף דעקן, און זיי דארפן דאס ענפארסן, אזויווי יעדע אנדערע חוק.
סייענס, מיינט נישט עוואלוציע, נאר סייענס מיינט די פראצעדור וויאזוי מען טוט דורך אן ענין
הי לך פון וויקיפעדיע
Science (from Latin scientia, meaning "knowledge")[2][3]:58 is a systematic enterprise that builds and organizes knowledge in the form of testable explanations and predictions about the universe.[a]
און דאס מאכט סענס אז מען זאל דאס מחייב זיין צו לערנען.
נישט נאר דאס, נאר ביי די פרעזענטאציע וואס פראפעסערקע שיק האט געמאכט פאר די DOE 2 יאר צוריק , האבן זיי אפיציעל גע'טענה'ט אז מיר דעקן די מהלך פון סייענס בעת מיר לערנען גמרא.
וכמובן מיינט דאס נישט אז די סטעיט וויל נישט זיכער מאכן אז עס ווערט טאקע געדעקט!
לויט די נייע געזעץ, איז גרינגער אז מען זאל זיך רעכענען מיט די לימודי קודש גמרא פאר דעם. אבער עס דרייט אונז נישט ארויס פון לערנען דעם ענין.
יא, מיר האבן די ברירה צו זאגן אז דאס איז קעגן אונזער רעליגיע, אבער דאס איז נישט די שטעלונג פונ'ם יהדות אינ'ם איצטיגן מאמענט.

אני לא כ''כ שרייבער, ואתכם הסליחה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 1:15 pm
דורך צו געזונט
זייער גוט "גרויסע גדולה"
עס צו ערקלערן ברייטער, וואס דאס מיינט סייענס. לאמיר נעמען דעם מענטשליכען קערפער, און מען טוט דורך די האנט פונעם מענטש. דאס איז אינוואלווד פינגערס און די אלע נערוון, אדערן און ביינער, הויט און טישא דערינען. יעדע זאך האט נאך צענדליגער זאכען דערינטער, די אדערן, יעדעד מיט אנדערע בלוט, און די מוסקלען, וואס יעדע טוט א אנדערע פעולה און בייגט זיך אנדערש. נערוון, וואס יעדע נערוו מאכט עפעס אנדערש שפירען.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 1:17 pm
דורך פימפערנוטער
געזען ערגעץ אז די רעגירונג פארלאנגט סייענס ווייל יעדער בירגער איז מחוייב צו זיין אמאל א חלק פון א גרענד דזשורי, ממילא מוז מען פארשטיין די יסודות פון DNA.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 1:25 pm
דורך שפרינגער
קיסריה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:@קיסירה. אויב כ׳פארשטיי גוט וואס די האסט פריער נאכגעברענגט. זעע איך בכלל נישט אז עפעס זאל דא נישט זיין גוט. פארקערט, פעלדער איז רעגעסטרירט אלטס א דעמעקראט, ער האט פשוט געקאקעסט מיט די ריפאבליקענס. (כ׳ווייס נישט פארוואס) וואס זיין שטימע האט ביז איצט געבראכן דעם טיי לטובה׳ס די ריפאבליקענס. יעצט אז פעלדער האט געהאט א אינטערעקשן צו שטערן די באדזשעט, זעען די דעמעקרעטס א וועג וויזוי זיך צו צוריק פאראייניגן מיט פעלדער און אזוי האבן די מעדזשאריטי.

ס׳איז א רעאקציע צום שטיקל וואס פעלדער האט געמאכט.

איך האב נישט געשריבן אז ס׳איז גוט. בלויז באריכטעט די דעוועלאפמענטס אויפן פאליטישן פראנט.

ס'איז א טעות דער גאנצער אויסטייטש דא.

די דעמאקראטן האבן 31 און די רעפאבליקענס אויך 31, נאכדעם איז דא שמחה פעלדער וואס ער איז בעצם א דעמאקראט וואס קאוקאסט מיט די רעפאבליקענס, אזוי אז יעצט זענען זיי דער רוב און האבן 32.

אויסער דעם איז דא ארום 8 דעמאקראטישע סענאטארן וואס האבן זיך אויסגעדרייט דעם רוקן צו די דעמאקראטישע פארטיי און שטימען אויך אסאך מאל צוזאמען מיט די רעפאבליקענס, אבער זיי קאוקעסן נישט אפיציעל מיט די רעפאבליקענס, קאומא ארבעט שוין לאנג זיי צוריק צו ברענגען געהעריג צו די דעמאקראטישע פארטיי, אבער ביז יעצט איז דאס נאכנישט געווארן.

יעצט אויף דעם געזעץ האט שמחה'ס וואויט באמת נישט אויסגעפעלט צו מאכן דעם רוב צוליב די אנדערע 8, אבער שמחה האט געסטראשעט אז ער וועט איבערלאזן די רעפאבליקענס און זיי אוועק נעמען דעם מיאריטעט אינגאנצן (וואס די איבריגע 8 קענען דאס למעשה נישט געבן פאר די רעפאבליקענס וויבאלד זיי קאוקעסן נישט אפיציעל מיט זיי), אזוי אז די רעפאבליקענס האבן געזאגט אז זיי וואויטן נישט פארן באדזשעט אויב דער געזעץ גייט נישט אדורך, דאס איז שוין געווארן א גרויסער פראבלעם ווייל דאן איז נישטא גארנישט, פארדעם האט מען זיך געמוזט ברעכן, און שמחה האט געקענט זיין אינדערהיים פסח ביינאכט ביים ענדגילטיגן אפשטימונג ווייל זיין וואויט האט נישט אויסגעפעלט למעשה ווייל ס'איז דא נאך 8 וואס געבן דאס, און אויף דעם געזעץ האבן זיך די רעפאבליקענס שוין געזארגט אז ס'זאל אדורך גיין וויסנדיג אז אויב נישט פארלירן זיי דעם רוב, אבער למעשה ווייל שמחה איז נישט געווען אויפן פלאץ האט מען געקענט אריין רוקן קלייניגקייטן וואס זאל קענען שווערער מאכן בעתיד.

יעצט אויב דער גאווערנער נעמט צוריק די אנדערע 8 געהעריג צו די דעמאקראטן, באקומט פעלדער הערשט יעצט מער מאכט, ווייל יעצט איז ער באמת דער סווינג וואויט, און מ'דארף פאקטיש האבן זיין וואויט ביי יעדע געזעץ וואס מ'וויל אדורך פירן, ער פארלירט גארנישט מיט דעם וואס די איבריגע 8 גייען געהעריג צוריק צו די דעמאקראטן.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 1:27 pm
דורך שפרינגער
צו געזונט האט געשריבן:זייער גוט "גרויסע גדולה"
עס צו ערקלערן ברייטער, וואס דאס מיינט סייענס. לאמיר נעמען דעם מענטשליכען קערפער, און מען טוט דורך די האנט פונעם מענטש. דאס איז אינוואלווד פינגערס און די אלע נערוון, אדערן און ביינער, הויט און טישא דערינען. יעדע זאך האט נאך צענדליגער זאכען דערינטער, די אדערן, יעדעד מיט אנדערע בלוט, און די מוסקלען, וואס יעדע טוט א אנדערע פעולה און בייגט זיך אנדערש. נערוון, וואס יעדע נערוו מאכט עפעס אנדערש שפירען.

ווי איך פארשטיי ווערט דאס וואס דו רעדסט אנגערופן פיזיקס, סייענס מיינט בעיקר אויף נאטור, פון אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי אז אויב מ'צוברעכט א טעלער צוברעכט זיך דאס, און ווי אזוי, ביז אסטראנאמיע און אלעס אינצווישן, די אלע גמרות פון מס' ר"ה וואס רעדן פון הלכות קידוש החודש קען מען אויך רעכענען פון סייענס.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 2:22 pm
דורך צל עובר
גוט ארויסגעברענגט @שפרינגער, ר' שמחה האט נאך יעצט מער מאכט ווי פאריגע וואך.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 2:50 pm
דורך שמואל אלצווייסער
שפרינגער האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:זייער גוט "גרויסע גדולה"
עס צו ערקלערן ברייטער, וואס דאס מיינט סייענס. לאמיר נעמען דעם מענטשליכען קערפער, און מען טוט דורך די האנט פונעם מענטש. דאס איז אינוואלווד פינגערס און די אלע נערוון, אדערן און ביינער, הויט און טישא דערינען. יעדע זאך האט נאך צענדליגער זאכען דערינטער, די אדערן, יעדעד מיט אנדערע בלוט, און די מוסקלען, וואס יעדע טוט א אנדערע פעולה און בייגט זיך אנדערש. נערוון, וואס יעדע נערוו מאכט עפעס אנדערש שפירען.

ווי איך פארשטיי ווערט דאס וואס דו רעדסט אנגערופן פיזיקס, סייענס מיינט בעיקר אויף נאטור, פון אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי אז אויב מ'צוברעכט א טעלער צוברעכט זיך דאס, און ווי אזוי, ביז אסטראנאמיע און אלעס אינצווישן, די אלע גמרות פון מס' ר"ה וואס רעדן פון הלכות קידוש החודש קען מען אויך רעכענען פון סייענס.

סייענס מיינט וויסנשאפט.
אלעס וואס האט מיט וויסנשאפט איז אריינגערעכט.
אגב, איך וויל נישט פארקריכן.. דאס פון וואס @שפרינגער רעדט מיינט ביאלאגיע, Biology און Anatomy.
פיזיקס איז כעמישע וויסנשאפט, ווי למשל אטאמישע כוחות, עלעקטעריק, וכו׳

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 3:29 pm
דורך איש האשכולות
eller האט געשריבן:ווייסט איינער מער איבער די פרעסע קאנפרענס ?
געהערט אז ס'גייט זיין ביי גערי און העריסאן ביי די נייע סקול (קולמא זאגט גערי און וואלבאויט ווייסט איינער ווי דאס איז..... ?) און וואס איז טאקע פשט פון דעם ?
זאגן זאגן זיי אז פערל'ס די ארגענעזאציע פון אלע מוסדות שטייט אונטער דעם.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 4:47 pm
דורך וואס עפעס?
ווערט געזעהן אינעם בילד נחמן קאלער
וואסע פשט פון אזא קליינע עולם?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 5:02 pm
דורך איש האשכולות
וואס עפעס? האט געשריבן:ווערט געזעהן אינעם בילד נחמן קאלער
וואסע פשט פון אזא קליינע עולם?

ס'נישט קיין פראטעסט, ס'איז א פרעסע קאנפערענץ פארופען דורך די "פערלס ארג." ווי בלויז ראשי המוסדות זענען געווען געלאדענט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 5:04 pm
דורך איש האשכולות
גלייב מיר אז ווען די פרעס קאנפערענץ קומט ווען פאר אויף ליע עוו. ווארטן געווען מער פרעמדע ווי געלאדענטע.