געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:47 am

זייער שטארקע דיבורים פון כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר (מהר''יי) שליט"א נעכטען ביים יארצייט סעודה בנוגע די דרכי המערכה לביטול הגזירה.
7188317000
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:48 am

כ"ק מרן אדמור מהר"א מסאטמאר שליט"א האט נעכטן אויפדערנאכט ביי די פייערדיגע דב"ק ביים יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י במקהלות אלפי ישראל דערקלערט זייער קלאר אז מען וועט אין די סאטמאר'ע מוסדות אין נוי יארק נישט מאכן קיין שום שוני אין די סדרי הלימודים פון די לימודי חול!
נאר אלעס וועט בלייבן פונקט ווי ביז היינט, אן קיין שום פשרות און שוניים אויף די טייערסטע וואס מיר פארמאגן דעם חינוך פון אונזערע קינדער!

קול סאטמאר
718-305-6942

עס וועט זיין גיט
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 1:53 pm

די עסקנים אין אלבאני בייט איבערגעבען די צענדליגער טויזנטער געזאמלטע פעטיציעס
צוגעלייגטע
Capture2.GIF
Capture2.GIF (388.22 KiB) געזעהן 3423 מאל

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:23 am

צוגעלייגטע
דברות קודש כו אב.pdf
(189.65 KiB) דאונלאודעד 84 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

דברים חוצבים מאת הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר לאנדאן שליט"א‎

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:07 am

לאנדאנע רב (1)1.jpg
לאנדאנע רב (1)1.jpg (319.59 KiB) געזעהן 2922 מאל
צוגעלייגטע
לאנדאנע רב (1).pdf
(78.26 KiB) דאונלאודעד 61 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:05 am

וואס גייט זיין מאנטאג אין אלבעני?
עפעס איז דא א קו"ק פון רבנים אהין צוגיין

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 5:13 pm

יש בו האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

מ׳רעדט דאך פון צולייגן א שעה, און אויך צולייגן כיתה ב׳ און כיתה ט׳,
אויף דעם שרייט מען אז דאס רופט זיך אויף אידיש פשרות,

איז דאס נישט געווען אמאל די נארמאל?
מיר געדענקן ענגליש ביי כיתה ט' כ'מיין אז ס'האטצעך גענדיגט בערך פופצן זעכצן יאר צוריק

נישטא אזא מין זאך נארמאל, נארמאל איז רעלאטיוו, דאס איז זיכער אז אויב קומט דאס מטעם די גאווערנמענט ווייזט דאס אויף א טיעפערע פראבלעם,
אזש ס'דא אידן וואס האלטן אז ס'איז ממש שעת שמד אנדערע האלטן אז מ'דארף נאך פראבירן מיט גוטן,

אבער ווער עס קומט פשוט אז ס'איז נארמאל.... ס'גארנישט....... ס'סך הכל א דורכגאנג....... דער איז עפעס נישט נארמאל,

כאב גרויסע נייעס פאר דיר: די גאנצע לערנען ענגליש איז מטעם די גאווערמענט!
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 5:16 pm

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


לויט מיין אינפארמאציע איז דאס עצם לערנען ענגליש אין די היימישע מוסדות א פשרה, זינט דער דור הקדום תלמידי החת"ס האבן נישט געלאזט לערנען בכלל קיין לשונות העמים, אבער דאהי אין אמעריקע האט רבינו הק' און כמעט אלע אנדערע גדולי הרבנים געהאלטן אז מען מוז נאכקומען טיילווייז די חוקי המדינה דעריבער האט מען געמאכט אזא שטיקל פשרה און געלערנט די מינימאלסטע, (אזוי ווי למשל רבינו הק' האט דאהי יא געמאכט א מיידל חדר טראץ אינדערהיים זענען אלע היימישע רבנים -ובתוכם רבינו הק' - געווען שטארק קעגן אזא סארט געדאנק)

געוויסע (ליבאוויטש) האבן טאקע גארנישט געלאזט לערנען, אנדערע האבן זיך אסאך מער מקיל געווען ווי די היימישע,

דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

איך זאג נישט קיין מיינונג איך שמועס נאר אויס
איך זעה איינע פון די נקודות פון די פשרה וואס מ'טאר נישט אננעמען, איז צו לערנען ענגליש צוויי שעה, למעשה שאל אביך ויגדך, די פשרה וואס מ'האט געמאכט בימים ההם איז געווען מתחלה געשטעלט מ'זאל לערנען 2 שעה ענגליש, דאס איז געווען אין סאטמאר אין די געזונטע יארן פון רבין ז"ל, ממילא דא רעדט מען דערווייל נישט קיין נייע פשרות

לאמיר אפטייטשן וואס מיינט א פשרה.
זיך צושטעלן 50 פראצענט מיינט מ׳האט נאכגעגעבן פארן גוי 50 פראצענט,
און זיך צושטעלן 1 פראצענט מיינט מ׳האט נאכגעגעבן פארן גוי 1 פראצענט.
א פשרה מיינט אז דו ביסט גרייט ׳עפעס׳ נאכקומען זיינע פארלאנגען, ממילא קומט בכלל נישט אריין דא אין בילד צי אין רבי׳נס צייטן האט מען אזויפיל געלערנט צי אזויפיל, דער דיון איז דא וויפיל געבסטו נאך פארן גוי׳ס פארלאנג.
טראכט עס איבער פאר איר זענט מגיב

עקזעקטלי. דער רבי זי"ע האט געוואלט מען זאל גארנישט לערנען לימודי חול. די רעגירונג האט געוואלט מען זאל יא. האט מען געמאכט א פשרה און מען איז נאכגעקומען דעם גוי'ס פארלאנגען ביז א געוויסע פראצענט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 5:28 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אין די נושא פון צוויי שעה וועל איך במילא האלטן ווי מיין רבי'ן זז"ג, אבער לאמיתו של דבר האלט איך אז ס'איז ארויס געווארפענע ארבעט און צייט, די רעגירונג וועט נישט זיין צופרידן דערפון, ס'וועט במילא אנקומען אין געריכט, אויב געווינט מען אין געריכט געווינט מען אויך איין שעה, אויב נישט, איז צוויי שעה אויך נישט גענוג.

לאו דוקא. די החלטה פון געריכט קען זיך אסאך ווענדן אין די קוואליטי פון די עקזיסטירנדע ענגליש קוריקולעם, און דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס פערלס פרובירט אהערצושטעלן די עקזיסטירנדע לימודי חול אז זיי זאלן האבן א שטיקל פנים.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:14 am

עפר [דאס יא?] אני תחת רגלי כ"ק מרן זצ"ל, אבער אנקוקענדיג דעם רבי'נס החלטה איבער לערנען ענגליש פראקטיש און היסטאריש לפי המקום והזמן, זאגט אונזער קליינער קאפ אז דאס האט זיך נישט געוואנדן בלויז אין דאס וואס די רעגירונג פארלאנגט, דער רבי ברוחב בינתו וחכמתו האט דייקא געוואלט אויפשטעלן מוסדות ווי ס'זאל זיין באקוועם פאר פארשידענארטיגע טיפן און אפשטאמיגע צו אריינשטעלן זייערע קינדער, ער האט געוויס גענומען אין חשבון דער שטאפל פון לימודי חול אין די עקזיסטירענדע ת"ת און געוואוסט אז איין שטאפל פרומער ביי זיך מיינט אז געוויסע וועלן ענדערש שטעלן די קינדער אין מאדערענע בתי חינוך, בבחינת כל המוסיף גורע ותפסת מרובה לא תפסת, והבין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:26 am

מחזור האט געשריבן:וואס גייט זיין מאנטאג אין אלבעני?
עפעס איז דא א קו"ק פון רבנים אהין צוגיין

עס האלט שוין נאנט צום לעצטן זמן איידער די עדיוקעישאן דעפ. געט ארויס זייער החלטה
די רבנים בעטן אהינצוגיין און איבערגעבן די מיינונג פון תורה טרייע אידן
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (200.23 KiB) געזעהן 2648 מאל

אבי איינער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

תגובהדורך אבי איינער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:44 am

עס איז צום האפן אז די עצרת וועט טראגן א פראפעסיאנאלע פנים, וועט נישט זיין קיין "פראטעסט" און קיינער זאל נישט רעדן צו די פרעסע.
אויב חס וחלילה וועט דאס נישט זיין אזוי, קען די מחאה האבן די זעלבע אפעקט וואס עס האט געהאט ווען היימישע פרויען האבן גערעדט צו די מידיא קעגן וואקסינען.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:37 pm

דאס אז 130 טויזנט אידן שרייבן אונטער א בקשה אז מיר זענען קעגן יעדע סארט שינויים און ענדערונגען איז דען נישט אזוי שטארק ווי א פראטעסט פון מאקסימום 150 מענטשן?

איתמהה?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:12 pm

farshlufen האט געשריבן:עפר [דאס יא?] אני תחת רגלי כ"ק מרן זצ"ל, אבער אנקוקענדיג דעם רבי'נס החלטה איבער לערנען ענגליש פראקטיש און היסטאריש לפי המקום והזמן, זאגט אונזער קליינער קאפ אז דאס האט זיך נישט געוואנדן בלויז אין דאס וואס די רעגירונג פארלאנגט, דער רבי ברוחב בינתו וחכמתו האט דייקא געוואלט אויפשטעלן מוסדות ווי ס'זאל זיין באקוועם פאר פארשידענארטיגע טיפן און אפשטאמיגע צו אריינשטעלן זייערע קינדער, ער האט געוויס גענומען אין חשבון דער שטאפל פון לימודי חול אין די עקזיסטירענדע ת"ת און געוואוסט אז איין שטאפל פרומער ביי זיך מיינט אז געוויסע וועלן ענדערש שטעלן די קינדער אין מאדערענע בתי חינוך, בבחינת כל המוסיף גורע ותפסת מרובה לא תפסת, והבין.

אויב איז דאס ריכטיג אז צוליב חשבונות אז מענטשן זאלן וועלן אהינשיקן האט דער רבי מסכים געווען צו לערנען לימודי חול, איז דאך פשוט אז כדי די מוסדות זאלן בכלל קענען אנגיין מעג מען זיכער לערנען לימודי חול.
כנלע"ד
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:09 pm

Think and Thank האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:עפר [דאס יא?] אני תחת רגלי כ"ק מרן זצ"ל, אבער אנקוקענדיג דעם רבי'נס החלטה איבער לערנען ענגליש פראקטיש און היסטאריש לפי המקום והזמן, זאגט אונזער קליינער קאפ אז דאס האט זיך נישט געוואנדן בלויז אין דאס וואס די רעגירונג פארלאנגט, דער רבי ברוחב בינתו וחכמתו האט דייקא געוואלט אויפשטעלן מוסדות ווי ס'זאל זיין באקוועם פאר פארשידענארטיגע טיפן און אפשטאמיגע צו אריינשטעלן זייערע קינדער, ער האט געוויס גענומען אין חשבון דער שטאפל פון לימודי חול אין די עקזיסטירענדע ת"ת און געוואוסט אז איין שטאפל פרומער ביי זיך מיינט אז געוויסע וועלן ענדערש שטעלן די קינדער אין מאדערענע בתי חינוך, בבחינת כל המוסיף גורע ותפסת מרובה לא תפסת, והבין.

אויב איז דאס ריכטיג אז צוליב חשבונות אז מענטשן זאלן וועלן אהינשיקן האט דער רבי מסכים געווען צו לערנען לימודי חול, איז דאך פשוט אז כדי די מוסדות זאלן בכלל קענען אנגיין מעג מען זיכער לערנען לימודי חול.
כנלע"ד

נישט ממש, די רבי האט געזאגט אז ער פראבירט נישט צו ציען די גאס, דאס יא ער האט געוואלט אז סיי די פרימע און סיי די בעל בית'ישע זאלן זיין באקוועם.
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:28 pm

קען איינער ברענגען בילדער פין די נעכטיגע עצרת אין אלבאני?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:27 pm

IMG-20190912-WA0019.jpg
IMG-20190912-WA0019.jpg (265.93 KiB) געזעהן 1772 מאל
IMG-20190912-WA0020.jpg
IMG-20190912-WA0020.jpg (151.05 KiB) געזעהן 1772 מאל
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

קעדילעק
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:36 pm

כאטשיג דער קול קורא איז נישט פון מיין קאמפאני, מוז איך זאגן אז עס איז
גאר שטארק!

ס'זאל רינען
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

תגובהדורך ס'זאל רינען » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:38 am

היסטאריש אז א סאטמארער קול קורא זאל געשריבן ווערן אזוי זאכליך

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:41 pm


ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 2:03 pm

יעצט
צוגעלייגטע
IMG-20190919-WA0132.jpg
IMG-20190919-WA0132.jpg (148.62 KiB) געזעהן 1197 מאל

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

אנטי-חינוך גיידליינס אפשטימונג אפגעשיבט

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:31 am

ניו יארק – נעכטן האט דער ניו יארק סטעיט "באורד אוו רידזשענטס" ארויסגעשטעלט זייער סקעדזשועל און אגענדע פאר'ן מאנאטליכן זיצונג וואס גייט פארקומען די וואך, און מיט גרויס פרייד האט מען אויפגענומען די נייעס אז די פארגעשלאגענע אנטי-חינוך גיידליינס ליגט נישט אויף דער אגענדע. עסקנים און פארמישטע אקטיוויסטן פון די היימישע מוסדות האבן געזאגט, אז דאס אפשיבן די אפשטימונג אויף די גיידליינס, איז ווארשיינליך א רעזולטאט פון די מאסיווע בריוו און קאמענטארן קאמפיין, וואס דאס ברענגט אז דער באורד זאל איינזען אז זי קען נישט סתם אזוי גרינגשעצן די מיינונג פון אזויפיל מענטשן, און זי מוז זיך דערמיט רעכענען.

טעגליכער דער איד
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

לאמיר האפפען אז כיון דאידחי אידחי לגמרי

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 8:11 am

דער אפשיטימונג פון די NYS BOARD OF REGENTS וואס איז געווען באשטיטם אויף ערב יוה"ק העל"ט
איז אפגעשטיפט געווארען

https://hamodia.com/2019/10/06/nys-will ... nes-month/

ערליכער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » פרייטאג אוקטובער 18, 2019 4:54 pm

Breaking ! JUST IN: Education Commissioner Beth Berlin, who replaced the recently resigned @NYSEDNews commissioner, is resigning November 15.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט