געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:00 pm

רצון טוב האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
ועוד לאמיר זאגן אז די גאנצע רעדע איז בלויז געלט, האב איך הנאה צו הערן ווי דאס איז "בלויז אפאר נאריש'ע דאללער". רבתי ניין!!! דאס איז נישט אפאר "נאריש'ע דאללער"! דאס איז דאס געהאלט פון א מלמד! דאס איז די געלט פאר'ן מארטגעזש כדי די באנק זאל נישט צונעמען די בנין! דאס איז די געלט וואס די מוסדות מוז האבן צו באצאלען די הוצאות פון דעם טאג טעגליכן לעבן! א מוסדות וואס מוטשעט זיך מיט געלט איז די קוואליטעיט פון די חינוך אין די מוסדות אסאך שוואכער ווי אין א מוסדות וואס האט הרחבה. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי מלמדים אויב זיי געבן זיך אפ מיט די קינדער פונקט אזוי גוט ווען מען באקומעט שפעט געצאלט ווי ווען מען באקומעט געצאלט צייטיליך תמידים כסדרן. איך האב נישט קיין שום טענה ח"ו אויפ'ן מלמד וואס ווערט געצאלט שפעט, אבער ווי קען מען זיך אפגעבען מיט די קינדער ווען מען איז פארדאגה'ט, וועל איך באקומען מיין געהאלט? וועל איך קענען באצאלען די רענט? די לעקטער? די גראסערי וויל שוין נישט אויפשרייבען וועל איך עם ענדליך קענען באצאלען ווייל מיין געהאלט גייט אנקומען? ווער פונקטליך איז די בת היענה דא?

איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע יא נעמען געלט צו נישט, דאס לאז איך מיין רבי זאל באשליסן
דער ווייטאג איז נאר אז מיטן נעמען געלט איז דער מצב אזוי ווי דו לייגסט אראפ ווען מ'נעמט נישט קיין געלט

שאלות בהלכה געהער צו אדמורו"ת ?

אזא החלטה באלאנגט אויסדרוקליך פאר די רבי פון די קהילה.

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:00 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (12.08 KiB) געזעהן 1261 מאל

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:02 pm

בראשית ברא האט געשריבן:וויאזוי ארבעט טאקע אזא שירעם נעץ, ווי קען איין פערלס פארטרעטן אזא פילפארביגע ספעקטרום. וואס ביי א גרויס חלק פון זיי איז א לכתחילה איז ביי אונז אפילו נישט דיעבד. יענע טון לכתחילה אן א גזירה סאך מער ביי אונז. בנושא לימודי חול וכדומה.


הצד השוה שבהן אז קיינער וויל נישט די רעגירונג זאל זיך מישען נאר טאקע יעדער לויט זייער מסורה און זייער רבנים
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

וויל נישט
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:05 pm

ישר כח פאר די מנהלים וואס האבן עס אהער געריקט אזוי סזאל נארמאל אריין צוקימען ליינען וועגן די שרעקליכע נושא... און נישט דארפן ליינען די אלע נארישע געשרייבאכצער.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:15 pm

KollelNiyes: Asifa Now by Mhrz"l to discuss the Gezira on #NY Chinech, attended by #Kasho, #Galanta #Satmar Deiyunim rYDHarfenes and 2 Litvish Rabbonim.

m....

פארדעם
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

תגובהדורך פארדעם » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:21 pm

יעצט קומט פאר א אסיפת הרבנים בבית אדמו"ר מסאטמאר אין מחנה דברי יואל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:25 pm

יש בו האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:לויט וויפיל איך האב מיטגעהאלטן איז דאס די ערשטע דעת תורה וואס קומט ארויס אין די עפענטליך.
(חוץ די דרשה פון ר' ישעי' ווייס זונטאג אין ראדני, וואס איז אויך געלאפן אויפן זעלבן שניט)
אדרבה לאמיר הערן וואס אנדערע רבנים זאגן,


אמת'דיג?! און מוהרי''י און בית דינו וואס האבן שוין פארברענגט שעות דערויף זענענן וואס? זיצען רבנים ודינים פון גאנץ נ"י בעובי הקורה און מען איז כמעט וועכעטלניך דן אינעם ענין, און גארנישט?!

סטאפ די נאון סענס.

הנסתרות לה׳ אלוקינו והנגלות לנו ולבנינו עד עולם,
א חלק פון די רבנים וואס זענען ארויסגעקומען אין דער עפענטליך וואס שרייען ״קיין פשרות״
הר״ר חיים דוד כ״ץ שליט״א
הר״ר זלמן לייב פילאפף שליט״א
הר״ר ישע׳ ווייס שליט״א

וואס די זענען פון מהרי״י ובית דינו,
אין אויך הר״ר חיים פלאהר שליט״א,
די רבנים וואס האלטן מ׳זאל יא מאכן פשרות און ווי אויך די אזויגערופענע רבנים מיט וואס פערל״ס פארופט זיך זענען נישט ארויסגעקומען בגלוי,

דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:29 pm

משה חיים פנחס האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
אמת'דיג?! און מוהרי''י און בית דינו וואס האבן שוין פארברענגט שעות דערויף זענענן וואס? זיצען רבנים ודינים פון גאנץ נ"י בעובי הקורה און מען איז כמעט וועכעטלניך דן אינעם ענין, און גארנישט?!

סטאפ די נאון סענס.


רבי טייערער, צייג מיר אן 'איינער' פון בי"ד מהרי"י וואס זאגט אז ער נעמט א טייל אין די החלטות פון פערל'ס... לפי ידיעתי איז נישטא דערווייל קיין איין איינציגער.
איך בין נישט דא זיך צו קריגן בכלל, און איך האב גארנישט מיטן קו"ק וואס איז ארויסגעקומען, איך וויל פשוט וויסן דעם אמת.

ס'איז שוין געווען א שיינע פאר מיטונגען ביי מהרז"ל אין שטוב מיט די פער'לס לויער'ס און מעמבער'ס.


לייען איבער ביטע,
איך רעד פון 'דיינים'

די נידן דא איז געווען צו פערלס ארבעט אויף די אייגענע האנט אן די אנווייזונג אדער צושטימונג פון גדולי ישראל אויף דעם איז דער ענטפער קלאר אז נישט. פינטל.

נאדיר א בילד פון אסיפת הרבנים און שטיב פון אדמו"ר מסאטמאר מהר"יי בהשתתפות אדמו"ר מסאטמאר אדמו"ר מפאפא אדמו"ר מוויען אבד"ק צעילים ר"י קאשוי און נאך
מיט די עסקנים און אדוואקאטן פון פערלס

photo_2018-12-26_13-48-00.jpg


דאס איז געווען דאכט זיך אפילו נאך פאר פסח ווען עס איז בטל געווארן די גיידליינס, און מען האט בכלל נישט געקענט דעמאלט דן זיין אויפן יעצטיגן מצב, די שאלה איז צו כהיום הזה פרעגט פערלס די רבנים/דיינים וואס צו טוהן? איז דא איינער וואס זאגט אינעם עפנטליכקייט: יא, די ארגאנעזאציע איז אונטער מיין השגחה, און יעדע זאך ווערט אנגעפרעגט ביי מיר פונקטליך?

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:55 pm

פארדעם האט געשריבן:יעצט קומט פאר א אסיפת הרבנים בבית אדמו"ר מסאטמאר אין מחנה דברי יואל

צווישן אנדערע באטייליגן

אב"ד סאטמאר לאנדאן
אדמו"ר מגאלאנטא
אבד"ק ישראל והזמנים
ר"י קאשוי
אב"ד פאיע חבר הבד"ץ
הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק
הגה"צ רז"ל פילאפף
הגה"צ ר' חיים קלמן גוטמאן
הגה"צ ר' ארי ראזנפעלד דומ"ץ קרית יואל
הגה"צ ר' אשר מאנן
הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים
הגה"צ אב"ד סיגוט

און נאך

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:56 pm

מי יודע האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
ועוד לאמיר זאגן אז די גאנצע רעדע איז בלויז געלט, האב איך הנאה צו הערן ווי דאס איז "בלויז אפאר נאריש'ע דאללער". רבתי ניין!!! דאס איז נישט אפאר "נאריש'ע דאללער"! דאס איז דאס געהאלט פון א מלמד! דאס איז די געלט פאר'ן מארטגעזש כדי די באנק זאל נישט צונעמען די בנין! דאס איז די געלט וואס די מוסדות מוז האבן צו באצאלען די הוצאות פון דעם טאג טעגליכן לעבן! א מוסדות וואס מוטשעט זיך מיט געלט איז די קוואליטעיט פון די חינוך אין די מוסדות אסאך שוואכער ווי אין א מוסדות וואס האט הרחבה. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי מלמדים אויב זיי געבן זיך אפ מיט די קינדער פונקט אזוי גוט ווען מען באקומעט שפעט געצאלט ווי ווען מען באקומעט געצאלט צייטיליך תמידים כסדרן. איך האב נישט קיין שום טענה ח"ו אויפ'ן מלמד וואס ווערט געצאלט שפעט, אבער ווי קען מען זיך אפגעבען מיט די קינדער ווען מען איז פארדאגה'ט, וועל איך באקומען מיין געהאלט? וועל איך קענען באצאלען די רענט? די לעקטער? די גראסערי וויל שוין נישט אויפשרייבען וועל איך עם ענדליך קענען באצאלען ווייל מיין געהאלט גייט אנקומען? ווער פונקטליך איז די בת היענה דא?

איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע יא נעמען געלט צו נישט, דאס לאז איך מיין רבי זאל באשליסן
דער ווייטאג איז נאר אז מיטן נעמען געלט איז דער מצב אזוי ווי דו לייגסט אראפ ווען מ'נעמט נישט קיין געלט

שאלות בהלכה געהער צו אדמורו"ת ?

דאס האט גארנישט מיט הלכה, דאס האט מיר השקפה, מסורה, דאס באלאנגט פאר א רבי
ווער ס'האט א רבי וואס ער טראסט, איז זייער רואיג, און די וואס זענען נתחנך געווארן מיטן שיטה פון איש כל הישר בעיניו, דור ששופטים את שופטיהם, די זענען יעצט שטארק פארנומען, און זייערע צאן לטבח זאלן זיך ברעכן קאפ וואס צו טון נעקסט

רוב אידן האבן יא א רבי וואס זיי טראסטן, נאר זייערע (מיינע) רבי׳ס האבן נישט קיין מוסדות,
ביי די אסיפות רופט מען נאר די רבי׳ס וואס האבן מוסדות.
און די אלע וואס שיקן אין די מוסדות ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע, ווערן נישט גענוג רעפרעזענטירט,
בלייבט איבער נאר צו שרייען און שרייען, ביז מ׳וועט זיי הערן,
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

וויל נישט
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:59 pm

פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

סוואלט כדי געווען אז איר לייגט יעדעס מאל מיט די לינק און אזוי אויך נובמר מיט וואס מקען שיקן די ברייוו מיט א טעקסט .

אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

תגובהדורך סאכאטשאווער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:04 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


לויט מיין אינפארמאציע איז דאס עצם לערנען ענגליש אין די היימישע מוסדות א פשרה, זינט דער דור הקדום תלמידי החת"ס האבן נישט געלאזט לערנען בכלל קיין לשונות העמים, אבער דאהי אין אמעריקע האט רבינו הק' און כמעט אלע אנדערע גדולי הרבנים געהאלטן אז מען מוז נאכקומען טיילווייז די חוקי המדינה דעריבער האט מען געמאכט אזא שטיקל פשרה און געלערנט די מינימאלסטע, (אזוי ווי למשל רבינו הק' האט דאהי יא געמאכט א מיידל חדר טראץ אינדערהיים זענען אלע היימישע רבנים -ובתוכם רבינו הק' - געווען שטארק קעגן אזא סארט געדאנק)

געוויסע (ליבאוויטש) האבן טאקע גארנישט געלאזט לערנען, אנדערע האבן זיך אסאך מער מקיל געווען ווי די היימישע,

דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:04 pm

משה חיים פנחס האט געשריבן:
פארדעם האט געשריבן:יעצט קומט פאר א אסיפת הרבנים בבית אדמו"ר מסאטמאר אין מחנה דברי יואל

צווישן אנדערע באטייליגן

אב"ד סאטמאר לאנדאן
אדמו"ר מגאלאנטא
אבד"ק ישראל והזמנים
ר"י קאשוי
אב"ד פאיע חבר הבד"ץ
הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק
הגה"צ רז"ל פילאפף
הגה"צ ר' חיים קלמן גוטמאן
הגה"צ ר' ארי ראזנפעלד דומ"ץ קרית יואל
הגה"צ ר' אשר מאנן
הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים
הגה"צ אב"ד סיגוט

און נאך


זיי ווילן אהערשטעלן גאלאנטא, ר"י קאשוי אינעם וועד צו ערקלערן די אלע פעולות פון פערל"ס לעגיטים.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:05 pm


אונגארישע הייזער האט געשריבן:נאדיר א בילד פון אסיפת הרבנים און שטיב פון אדמו"ר מסאטמאר מהר"יי בהשתתפות אדמו"ר מסאטמאר אדמו"ר מפאפא אדמו"ר מוויען אבד"ק צעילים ר"י קאשוי און נאך מיט די עסקנים און אדוואקאטן פון פערלס
photo_2018-12-26_13-48-00.jpg


דאס איז געווען דאכט זיך אפילו נאך פאר פסח ווען עס איז בטל געווארן די גיידליינס, און מען האט בכלל נישט געקענט דעמאלט דן זיין אויפן יעצטיגן מצב, די שאלה איז צו כהיום הזה פרעגט פערלס די רבנים/דיינים וואס צו טוהן? איז דא איינער וואס זאגט אינעם עפנטליכקייט: יא, די ארגאנעזאציע איז אונטער מיין השגחה, און יעדע זאך ווערט אנגעפרעגט ביי מיר פונקטליך?


מה שאין כן אויף די פאשקעווילן בבתי המדרשים, איז יא דא א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס נעמט אחראי?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:05 pm

יש בו האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
ועוד לאמיר זאגן אז די גאנצע רעדע איז בלויז געלט, האב איך הנאה צו הערן ווי דאס איז "בלויז אפאר נאריש'ע דאללער". רבתי ניין!!! דאס איז נישט אפאר "נאריש'ע דאללער"! דאס איז דאס געהאלט פון א מלמד! דאס איז די געלט פאר'ן מארטגעזש כדי די באנק זאל נישט צונעמען די בנין! דאס איז די געלט וואס די מוסדות מוז האבן צו באצאלען די הוצאות פון דעם טאג טעגליכן לעבן! א מוסדות וואס מוטשעט זיך מיט געלט איז די קוואליטעיט פון די חינוך אין די מוסדות אסאך שוואכער ווי אין א מוסדות וואס האט הרחבה. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי מלמדים אויב זיי געבן זיך אפ מיט די קינדער פונקט אזוי גוט ווען מען באקומעט שפעט געצאלט ווי ווען מען באקומעט געצאלט צייטיליך תמידים כסדרן. איך האב נישט קיין שום טענה ח"ו אויפ'ן מלמד וואס ווערט געצאלט שפעט, אבער ווי קען מען זיך אפגעבען מיט די קינדער ווען מען איז פארדאגה'ט, וועל איך באקומען מיין געהאלט? וועל איך קענען באצאלען די רענט? די לעקטער? די גראסערי וויל שוין נישט אויפשרייבען וועל איך עם ענדליך קענען באצאלען ווייל מיין געהאלט גייט אנקומען? ווער פונקטליך איז די בת היענה דא?

איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע יא נעמען געלט צו נישט, דאס לאז איך מיין רבי זאל באשליסן
דער ווייטאג איז נאר אז מיטן נעמען געלט איז דער מצב אזוי ווי דו לייגסט אראפ ווען מ'נעמט נישט קיין געלט

שאלות בהלכה געהער צו אדמורו"ת ?

דאס האט גארנישט מיט הלכה, דאס האט מיר השקפה, מסורה, דאס באלאנגט פאר א רבי
ווער ס'האט א רבי וואס ער טראסט, איז זייער רואיג, און די וואס זענען נתחנך געווארן מיטן שיטה פון איש כל הישר בעיניו, דור ששופטים את שופטיהם, די זענען יעצט שטארק פארנומען, און זייערע צאן לטבח זאלן זיך ברעכן קאפ וואס צו טון נעקסט

רוב אידן האבן יא א רבי וואס זיי טראסטן, נאר זייערע (מיינע) רבי׳ס האבן נישט קיין מוסדות,
ביי די אסיפות רופט מען נאר די רבי׳ס וואס האבן מוסדות.
און די אלע וואס שיקן אין די מוסדות ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע, ווערן נישט גענוג רעפרעזענטירט,
בלייבט איבער נאר צו שרייען און שרייען, ביז מ׳וועט זיי הערן,


האב איך דיר סאך א גרינגערע עצה זאלן די אלע אידן שרייען צו זייערע רבי׳ס זאלן עפענען מוסדות אזוי זאלן זיי אויך האבן א ווארט.

ווילאנג די רבי פון די מוסדות ווי די שיקסט דיינע קינדער זענען דיר גוט צו קאווערן די בודשזעט ווייל מטאר נישט ארויפגיין מיט שכר לימוד און דארפן דיר צושטעלן חתונה זאלן מיט תקנות און דירות וועסטע זיי מוזן טראסטן מיט זייער מיינונג לגבי חינוך

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:17 pm

סאכאטשאווער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

מ׳רעדט דאך פון צולייגן א שעה, און אויך צולייגן כיתה ב׳ און כיתה ט׳,
אויף דעם שרייט מען אז דאס רופט זיך אויף אידיש פשרות,
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:19 pm

וויל נישט האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

סוואלט כדי געווען אז איר לייגט יעדעס מאל מיט די לינק און אזוי אויך נובמר מיט וואס מקען שיקן די ברייוו מיט א טעקסט .

https://www.voice.pearlsny.org/

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:23 pm

יש בו האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

מ׳רעדט דאך פון צולייגן א שעה, און אויך צולייגן כיתה ב׳ און כיתה ט׳,
אויף דעם שרייט מען אז דאס רופט זיך אויף אידיש פשרות,

מ'וועט מאכן א פשרה אויף די פשרה,
כיתה ב' נישט כיתה ט' יא....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:24 pm

הלשון האט געשריבן:

אונגארישע הייזער האט געשריבן:נאדיר א בילד פון אסיפת הרבנים און שטיב פון אדמו"ר מסאטמאר מהר"יי בהשתתפות אדמו"ר מסאטמאר אדמו"ר מפאפא אדמו"ר מוויען אבד"ק צעילים ר"י קאשוי און נאך מיט די עסקנים און אדוואקאטן פון פערלס
photo_2018-12-26_13-48-00.jpg


דאס איז געווען דאכט זיך אפילו נאך פאר פסח ווען עס איז בטל געווארן די גיידליינס, און מען האט בכלל נישט געקענט דעמאלט דן זיין אויפן יעצטיגן מצב, די שאלה איז צו כהיום הזה פרעגט פערלס די רבנים/דיינים וואס צו טוהן? איז דא איינער וואס זאגט אינעם עפנטליכקייט: יא, די ארגאנעזאציע איז אונטער מיין השגחה, און יעדע זאך ווערט אנגעפרעגט ביי מיר פונקטליך?


מה שאין כן אויף די פאשקעווילן בבתי המדרשים, איז יא דא א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס נעמט אחראי?



זייער גוט! און פארדעם פאלגט מען טאקע נישט די פאשקעווילן...

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:25 pm

יש בו האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

מ׳רעדט דאך פון צולייגן א שעה, און אויך צולייגן כיתה ב׳ און כיתה ט׳,
אויף דעם שרייט מען אז דאס רופט זיך אויף אידיש פשרות,

איז דאס נישט געווען אמאל די נארמאל?
מיר געדענקן ענגליש ביי כיתה ט' כ'מיין אז ס'האטצעך גענדיגט בערך פופצן זעכצן יאר צוריק
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

תגובהדורך סאכאטשאווער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:26 pm

זאגן טייל אז בימי רבינו הק' האט מען געלערנט אין די סאטמארע מוסדות 2 שעה ענגליש, סאו מען לייגט "צוריק" א שעה,

און צולייגן כתה ב' און כתה ט' איז אנדערש ווי בכלל לערנען ענגליש?

--

בקיצור, יעדער קען רואיגערהייט טוען וואס זיינע רבנים הייסן, די אלע עסקנים ארבעטן פאר די עקזעסטירענדע מוסדות וואס זייער רבנים הייסן זיי דאס וועלן זיי טוען, די רבנים וואס האלטן אנדערש זאלן באפעלן זייערע מעריצים און תלמידים זאלן ארויסנעמען די קינדער פון די מוסודת וואס געהערן צו רבנים מיט וועם זיי זענען מחולק, נאך אלעם ווייס איך נישט קיין פון קיין היימישע מוסודת וואס איז "כלל ישראל'ס" מוסד, יעדע מוסד באלאנגט צו א קהלה אדער חסידות, און יעדע רבי/ רב / ראש ישיבה פון יענע חסידות/ קהלה מוסודת איז בארעכטיגט צו זיין אייגענע מיינונג, און ער איז בארעכטיגט צט נעמען א לעקציע פונעם עבר און זיך פירן לויט ווי ער פארשטייט אז די אמאליגע רבנים וואלטן געטוען אין אזא פאל,

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:31 pm

יש בו האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

מ׳רעדט דאך פון צולייגן א שעה, און אויך צולייגן כיתה ב׳ און כיתה ט׳,
אויף דעם שרייט מען אז דאס רופט זיך אויף אידיש פשרות,

דו זאגסט דאך "הנסתרות לה׳ אלקינו והנגלות לנו וכו'", לפי"ז ווער זאגט דיר אז די שמועות איבער די "פשרות" זענען קראנט?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:32 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:בנוגע די ק"ק וואס איז ארויס - אפגערעדט אז א חלק איז שקר וואס איז שוין נישט קיין גוטע סימן אויף די גאנצע מערכה - אבער אפי' עס זאל זיין %100 אמת איז דאס א אומדערהערטע זאך: אז פון 1 זייט שטייען אלע קהלות קדושות פון אלע קרייזן פאראייניגט אין א מערכה קעגען די רעגירונג און קעגן די עוכרי ישראל, עס ווערט געפירט דורך ערענסטע עסקנים בלויז לשם שמים מיט די מערסטע אחריות וואס קען נאר זיין די לעצטע 5 יאר ווען קיינער האט פון גארנישט געוואסט, און כל דבר קטן וגדול ווערט איבערגעשמועסט מיט ערליכע רבנים ומנהיגי קהלות, וואס בדרך הטבע אויב גאנץ יהדות החרדית שטייט פאראייניגט קען די גזירה קיין קיום נישט האבן ווי מזעט ביי יעדע זאך, קומען פון די צווייטע זייט אפאר תמימות'דיגע רבנים און אן זיך אראפזעצן מיט די רבנים און עסקנים וואס טוען שוין יארן אין די נושא און אן זיך אריינלייגן אין די נושא כאטשיג פאר עטליכע וואכן געט מען ארויס א מכתב וואס בדרך הטבע קען דאס צוברעכן די גאנצע מערכה היל"ת (איך בין זיכער אז די עוכרי ישראל פרייען זיך צו דעם זייער שטארק) בשעת ווען סאיז ניטאמאל שוין דא החלטה אז מגייט לערנען 2 שעה וואס לשיטתם איז דאס אסור אבער קודם גייט מען צוברעכן די מערכה עס איז אן אומדעהערטע און געפערליכע אומאחריות'דיקייט ותוצאותיו מי ישורנה

נישט אננעמענדיג בכלל א שטעלע איבער דעם ענין, זאלט איר אריינטראכטן אבער בעפאר'ן נוצן די ווערטער "אפאר תמימות'דיגע רבנים" אויף אזעלכע רבנים וואס זענען פון די גרעסטע מורי הוראה, און איינער פון זיי איז אן איידעם - און געשטאנען לימינו אין אומצאליגע עניני הכלל והפרט - ביי איינעם פון די צדיקי הדור זצ"ל וואס כמעט אלע שרייבערלעך דא אויפ'ן וועלט זענען געלאפן צו אים ביי יעדע ספק און שוועריגקייט, אלזא דער אויסדריק איז געווען זייער אומפאסיג.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:33 pm

יש בו האט געשריבן:רוב אידן האבן יא א רבי וואס זיי טראסטן, נאר זייערע (מיינע) רבי׳ס האבן נישט קיין מוסדות,
ביי די אסיפות רופט מען נאר די רבי׳ס וואס האבן מוסדות.
און די אלע וואס שיקן אין די מוסדות ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע, ווערן נישט גענוג רעפרעזענטירט,
בלייבט איבער נאר צו שרייען און שרייען, ביז מ׳וועט זיי הערן,

איך פארשטיי זייער גוט וואס דו זאגסט, אבער די אידן דארפן זיך ווען אליין צאמנעמען און עפענען א מוסד לפי דעת תורת רבם, פון שרייען וועלן זיי אין ערגעץ נישט אנקומען, די סארט אידן האבן געווענליך די קינדער אין ריזיגע מוסדות ווי זיי ווערן בטל בששים, און פון אזעלכע געשרייען בענעפטירן זיי נאר א נאמען פון טראבל מעיקערס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:36 pm

סאכאטשאווער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דעמאלטס ווער זאגט אז איינער מאכט בכלל פשרות?


לויט מיין אינפארמאציע איז דאס עצם לערנען ענגליש אין די היימישע מוסדות א פשרה, זינט דער דור הקדום תלמידי החת"ס האבן נישט געלאזט לערנען בכלל קיין לשונות העמים, אבער דאהי אין אמעריקע האט רבינו הק' און כמעט אלע אנדערע גדולי הרבנים געהאלטן אז מען מוז נאכקומען טיילווייז די חוקי המדינה דעריבער האט מען געמאכט אזא שטיקל פשרה און געלערנט די מינימאלסטע, (אזוי ווי למשל רבינו הק' האט דאהי יא געמאכט א מיידל חדר טראץ אינדערהיים זענען אלע היימישע רבנים -ובתוכם רבינו הק' - געווען שטארק קעגן אזא סארט געדאנק)

געוויסע (ליבאוויטש) האבן טאקע גארנישט געלאזט לערנען, אנדערע האבן זיך אסאך מער מקיל געווען ווי די היימישע,

דעריבער איז דא אסאך וואס האבן מורא אז פונקט ווי דאן וועט מען אצינד אויך מאכן א שטיקל פשרה, און געוויסע טראסטן נישט די עסקנים, אנדערע האלטן אז די עסקנים וועלן טוען וואס זייערע רבנים הייסן,

איך זאג נישט קיין מיינונג איך שמועס נאר אויס
איך זעה איינע פון די נקודות פון די פשרה וואס מ'טאר נישט אננעמען, איז צו לערנען ענגליש צוויי שעה, למעשה שאל אביך ויגדך, די פשרה וואס מ'האט געמאכט בימים ההם איז געווען מתחלה געשטעלט מ'זאל לערנען 2 שעה ענגליש, דאס איז געווען אין סאטמאר אין די געזונטע יארן פון רבין ז"ל, ממילא דא רעדט מען דערווייל נישט קיין נייע פשרות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט