איסר האטלקי האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:זייט מוחל גייט טענה'ט'ס אייך אין א אנדערן אשכול
דער מדובר דא און פון די גזירה היל"ת איז שוין נישט איבער דאס עצם לערנען ענגליש, נאר איבער לימודי כפירה ממש רח"ל...
די חברה וועלכע האבן אונז דאס אנגעברענגט, האבן זיך פארשלייערט אין א מאנטל פון דאס נחיצות פון 'ענגליש' לערנען, ויצא העגל הזה!
אפילו די רעדע איז איבער לערנען כפירה, אמעריקע פארלאנגט קיינמאל ארויפצוצווינגען א טעאריע, די קינדער דארפן נאר וויסן דערפון. רוב פון די ענינים אויב נישט אלע, איז קיין שום חיסרון נישט אז די קיננדער ווייסן פון אזא מציאות, ווען מען איז זיי מסביר אז עס איז שקר מיסודו, וואס דאס איז דאך דער מציאות. פארהאן גענוג גדולי ישראל וואס האלטן אז איבער עניני כפירה ואמונה דארף מען מסביר זיין, אויב געפינט מען אויס איבער דעם ווען מען ווערט עלטער רעדט מען זיך איין אז יעצט איז מען קליגער און עס קען זיך ענדיגן גאר שלעכט רח"ל, וכבר היה לעולמים ודי.
איך ווייס אז רביהק האט געהאלטן אנדערש וכו' וכו', די מציאות איז אז היינטיגע קינדער זענען מער אויפגעקלערט ווי פאר דרייסיג יאר צוריק.
נאך א נקודה, מרשעים יצא רשע וכו' וכו'... דאס אלעס איז נוגע ווען רשעים און עוקרי דת שטייען אונטער דעם. דא האלט מען ווען די שטאט האט סך הכל געוואלט אינפארסירן אן אלטער געזעץ וואס ווערט אפיציעל אויסגעפאלגט. יא, די מוסרים זענען רשעים משומדים כופרים און שוטים, אבער נישט די מדינה. יחי ההבדל.
ס'איז סיי ווי א גרויסער שמחה אז מען האט אויסגעפירט, דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן.
האלט איר אנדערש? איך לאז, איך האב באקומען א הסכמה אויף יעדעס ווארט פון א חשובער רב שליט"א.
מסביר זיין מיינט הסברה וואס יא נישט וואס נישט
סיי ווי אזוי זעכער נישט פאר קליינע קינדער וואס ווייסן נאך אפי' נישט וואס יא,
אמת די וועלט איז מער אפען אין סיי ווער עס נישטערט אין זעט די קשיות קען פונקט אזוי טרעפן גענוג אין נאך וואס זענען יא מסביר , ווער עס דרייט זיך אין די פרעמד אין זעט קשיות זאל זיך דרייען אין די פרעמד אין טרעפן תירוצים, אין אויב די תירוצים וואס די אידישע וועלטלעכע רעדנערס זענען מסביר טוט אין נישט צופרידן שטעלן, וועט די לערנען אין חדר נאר ערגער מאכן אין עס געבן א שטיקל אנדערקענונג פאר כפירה,
ווילסטו זאגן אז ער וועט וויסן פין אינגערהייט אז עס איז שטותים אהייסט די גייסט יא מיט אמונה פשוטה