געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

אחראי: יאנאש

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:פאר ווער ס'קען ר' שמחה פערזענליך איז עס ממש א חידוש. אזא איידעלער מענטש, פרייליכער און געשמאקער כאראקטער, זאל אזוי איבערדרייען. ער איז פונקט דאס פארקערטער בטבע, א ריכטיגער שתדלן לשם שמים. אשריך ר' שמחה!

ס׳איז אים געווען מסירה׳ס נפש ממש. ער האט דאנערשטאג נאכט געווען אויפן ציון הק׳ און ק״י מתפלל צו זיין אז ער זאל זיין סעקסעספול.
דרך אגב, אטע דאס מיינט א עסקן! איינער וואס ארבעט נישט פאר זיין אינטערעסן און כבוד, נאר ער פאלגט אויס הוראת הרבנים.

ווי איך פארשטיי איז די רבי געווען ביים ציון נישט ר׳ שמחה
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

א ווארט נאר,

הלואי איז די זאך פארטיג.

למעשה איז דאס נישט קיין אויסגעארבעטע זאך, ד"ה אז סיי דער גאווענער און סיי די סענאטערס וואס האבן געשטימט דערפאר האלטן נישט דערפון, און די לשון איז עפעס אויך נישט קלאר, עס איז געווען געצווינגענערהייט כאפ לאפ סה"כ ווייל פעלדער האט געסטראשעט מיטן בודזשעט.

ווי עט זיין קומענדיג יאר נאך די וואלן אויב פעלדער וועט מער נישט זיין דער מכריע אין סענאט, און די ליבעראלן וועלן אריינקומען מיט א רוב, פארוואס זאלן זיי דאס נישט צוריקדרייען איינס צוויי, אזוי ווי אלע לינקע רעגירונגען וואס ווילן אינטערדרוקן רעליגיע ? (חוץ אויב דער גאווענער וועט זיך ארויסשטעלן אין דאס באשיצן מיט עקזעקטיווע שריט)

די שריט פון פעלדער איז מסירות נפש פון זיין זייט, דאס קען אים מעגליך קאסטן זיין זיץ (האפענטליך וועט כלל ישראל זיך אנשטרענגען די מאקסימום), אבער אין אלגעמיין רופט זיך דאס נישט גוט אפ אין די גוי'אישע גאס, און די ליבעראלן וואס ניו יארק ווערט נאר פולער פון זיי, ווילן דייקא יא "אויסמענטשעלען" די רעליגיעזע, סא איך זע נישט ווי דאס איז די ענדע, סאיז א גוטע שפיצל אויף די מינוט.

ביי אונז אין קאנאדא, ווי די לינקע ווילן מיט אלע מיטלען (אהן קיין יאפעד) ארויפצווינגען די לימודים, איז עס היבש מער פארפלאנטערט.

שוין נאך וואס סאטמאר איז געווען אין געריכט, און נאך די האום סקולינג פשרה מיט די רעגירונג (וואס מען לערנט באמת מער ענגליש מיט די קינדער), און טראץ וואס מען נעמט נישט קיין געלט פון זיי, ברויך מען נאך אלץ גרויס רחמים, זיי רוען נישט, די ארכי לינקע זענען עלול איבערצונעמען די רעגערונג, און שאפן פריש קאפוויי, די ליבעראלן פארנעמען נישט קיין רעליגיע.

ניו יארק הייסט אויך זייער ליבעראל, סא איך זע נישט פארוואס זיי זאלן אזוי גרינג מוותר זיין, אויף אזא יסודות'דיגע זאך (חוץ אויב די ניו יארקע ליבעראלן זענען געקנאטן פון א אנדערע טייג ווי די אייראפעאישע ליבעראלן, און עס אינטערסירט זיי נישט-שאינו מסתבר).

ווי אזוי סזאל נאר זיין, ברויך מען דאנקן דעם אייבירשטן אויף ביז אהער, און בעטן אויף ווייטער.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פימפערנוטער האט געשריבן:אבער אין אלגעמיין רופט זיך דאס נישט גוט אפ אין די גוי'אישע גאס, און די ליבעראלן וואס ניו יארק ווערט נאר פולער פון זיי, ווילן דייקא יא "אויסמענטשעלען" די רעליגיעזע, סא איך זע נישט ווי דאס איז די ענדע, סאיז א גוטע שפיצל אויף די מינוט.
.

האסט א שפיץ. אבער טאקע דאס איז געווען ד הויפט ציל פונעם דרשה, שיין צולייגט אויף פיצליך וואספארא סארט מעטשן ס׳קומען ארויס פון ווערן נתחנך אויף אינזער אידישע חינוך, געזאגט אויף א גאר דיטאלירטן אויפן אז ס׳זאל קענען ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש צו קענען פארשטיין געבן פאר די גאס וואס אינזער מערכה איז געווען דא.. הער אויס די דרשה העסטו אלעס פארשטיין פינקטליך.
רשעות קאלטע סעלצער
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

די "איינציגסטע" חילוק פון ניו יארק ביז קאנאדע איז די רבוי עם וואס גייט ב"ה שטימען. און קיין איין פאליטישאן וויל נישט טשעפענען די חסידים
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

איך האף זיי וועלן האבן שכל און "נישט שרייבן" און די צייטונגען .
א דרשה און בית המדרש צו לויבן און דערציילן די ניסים איז איין זאך. נישט גוט צו שרייבן און א נושא וואס די אלגעמיינע גאס פארשטייט נישט, און איז דערקעגן , גענוג די שונאים וואס שעלטען און העצן
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

סאיז געלינגען אראף פון טיש און זאלן זיי נישט קוקן אויף אונזער זייט, סאיז אויך צום האפן אז די מוסדות זאלן אויספאלגן די נייע געזעץ בשלימות, און דעי שעה צוויי וואס מען לערענט ענגליש זאל עס זיין אויף די העכסטע סטענדארט.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
פימפערנוטער האט געשריבן:אבער אין אלגעמיין רופט זיך דאס נישט גוט אפ אין די גוי'אישע גאס, און די ליבעראלן וואס ניו יארק ווערט נאר פולער פון זיי, ווילן דייקא יא "אויסמענטשעלען" די רעליגיעזע, סא איך זע נישט ווי דאס איז די ענדע, סאיז א גוטע שפיצל אויף די מינוט.
.

האסט א שפיץ. אבער טאקע דאס איז געווען ד הויפט ציל פונעם דרשה, שיין צולייגט אויף פיצליך וואספארא סארט מעטשן ס׳קומען ארויס פון ווערן נתחנך אויף אינזער אידישע חינוך, געזאגט אויף א גאר דיטאלירטן אויפן אז ס׳זאל קענען ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש צו קענען פארשטיין געבן פאר די גאס וואס אינזער מערכה איז געווען דא.. הער אויס די דרשה העסטו אלעס פארשטיין פינקטליך.

זאג נאר די ביזט ערענסט?
די האלסט טאקע אז די גוישע גאס איז אינטערסירט און די טובה פון אונזערע קינדער?
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Volunteer »

אויף קול מבשר יונה כהן אין חיים דוד צוויבל 1-1-4 פון די מעין מעניק ברענגט זייער גיט ארויס די גאנצע מעשה
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

לויט וויפיל איך ווייס האט מען אינעם חתם סופר'ס ישיבה (אין אביסעל שפעטערע צייטן) יא געלערנט לימודי חול, און נאר אזוי זענען די רבנים געווארן אנערקענט ביי די רעגירונג.

און מיינע צוויי סענז סטריט זיידעס קענען ביידע דירעקט יא א בעסערן ענגליש ווי מיין טאטע און זיינע ברודערס. טאקע מיט א זייער שטארקע אקצענט, אבער מיט א גוטן שפראך און גרעממער.

פארשטייט זיך אבער אז אינעם יעצטיגן פאל דארף מען זיך ארויסשטעלן בחרב ובחנית אנטקעגן די רשעים און משכילים ימ"ש וואס זענען אונטער דעם גאנצן מערכה, און זייער ציל איז קלאר, מאכן די פרומע אויס פרום ר"ל, און ווי מער אויסרייסן די הבדלה צווישן דעם איד און להדיל דעם גוי, איז נישט קיין שום שאלה אז מען ברויך זיך ארויסשטעלן בכל תוקף ועוז, מיט מסירות נפש ממש אנטעקגן די נייע אינפארסירונג וואס זיי האבן געוואלט, און אנטעקגן די משומדים און משכילים בכלל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישתבח שמו לעד האט געשריבן:אז מען טראכט אריין ממש א נס פורים
אזוי פיל זאכן האבן גידארפט שטימען אז דאס זאל קענען צישטאנד קומען אזויפיל השגחה פרטית און אזוי שיין מלובש בטבע א ווי נס פורים
חסדי השם

און ב׳ה לא אלמן ישראל כלל ישראל האט נאך אמת׳ע גיטרייע מנהיגי ישראל


פארוואס פורים? פסח ביינאכט איז דאך דער זמן פון אז רוב ניסים, און ווי עס שטייט שוין אין פסוק, הוא הלילה הזה שימורים לכל בני ישראל לדורותם.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די ליבעראלע זענען לאו דווקא אזוי שטארק אין ניו יארק סטעיט, עס איז א דעמאקראטישע סטעיט אבער די דעמאקרעטס דא זענען גאנץ מעסיגע , און עס אויך גאנץ א רעליגעזע סטעיט רעלאטיוו צום לאנד.
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

אביסל ברייטער אויסגעשמועסט.

אויף די אלע גוטע ווערטער זאגט מען הלואי, אבער מטאר זיך נישט בארואיגן אז דאס איז פאריבער, עס איז א דורכברוך, און דער אייבישטער זאל ווייטער האלטן די רעכטע האנט.

יעדער היימישער פאליטישן רימט אויס פעלדער, און יעדער נישט היימישער פארדאמט אים.

מיט האלטנדיג די חינוך גזירה דאהי אין קאנאדע, איז על פי שכל שווער צו גלייבן אז עס בלייבט ביי דעם, עס איז א געזעץ וואס איז נוגע גאנץ ניו יארק סטעיט, און טעכניש מיינט דאס אלע פריוואטע סקולס אראבישע, קריסטליכע, וכדו'. אז בעיסיקלי ניו יארק סטעיט האט געשניטן זייער עדיוקעישאן פארלאנג פון 12 לימודים צו פיר... בערך וואס די שוואכערע דריטע וועלט לענדער פארלאנגן....

בין איך טאקע נישט באקאנט מיטן וואל קראפט פונעם ציבור לגבי ניו יארק סטעיט, אבער דער ריבוי העם איז געווענליך א סיבה אויף פארקערט, אז די רעגירונג זאל נעמען שטערענגער די חינוך אין די הענט, כמיין זיי ווילן דאך נישט אז איין טאג זאל גאנץ ניו יארק זיין א שטאט מיט א רוב פאנאטישע קריסטן אראבער וכדו'.

דאהי פאריגע מאל ווען די רעגירונג האט איבער געשריבן די חינוך געזעצן זענען אראפגעפארן קיין קוויבעק סיטי צום קוויבעקע פארלאמענט א סאטמארע דעלעגאציע, מהאט געהאלטן א דרשה אין פארלאמענט (כהאב גראדע די קליפ, עס איז אבער מיט נשים) מהאט זיי מסביר געווען אז מיר ווילן זיך בעצם ארויפארבעטן אין לימודי חול בלא בלא בלא מיט האבן נאר אפאר נקודות וואס אונזער רעליגיע לאזט נישט לערנען סא מבעט אז זיי זאלן שרייבן די געזעץ אויף אזא אופן וואס וועט אונז העלפן נאכצוקומען די לימודים וכו' זיי זענען געווען זייער סימפאטיש,(- אפשר ווייל עס איז נישט דא קיין ארגאנאזירטע 'מכם' יאפעד וואס פירט די מערכה), און זיי האבן למעשה אביסל געשטוישט די טעקסט פונעם געזעץ (די ארכי לינקע האבן אויך געשאלטן דעמאלט, און סאיז טאקע אין סכנה אויב זייער פארטיי קומט אריין), עכ"פ עס איז געווען אויסגעאבעט מיטן לעגיסלאטיווע פליגל, אין ניו יארק זעט עפעס אויס ווי סאיז נישט אינטערגעבעט ווי געהעריג.

עניוועי, די רעגירונג ברויך וויסן אז מיר גייען ממילא נישט לערנען קיין לימודים אסורים, אפגעזען וואס די געזעץ איז, סא מיטן האבן פארשטענדעניש העלפן זיי נאר זיך, אז זיי זאלן קענען אינפארסירן די געזעצן, איך גלייב שווער אז ניו יארק סטעיט קען דאס אפילו געווינען אין קארט, עס איז אויך נייטיג פי אר אז אונזער חינוך סטאנדארט איז הויך און שטעלט צו מעגליכקייט פאר פרנסה (עכ"פ לפי ערך פון די פאבליק סקולס), און בעיקר זען אז מזאל רעדן פון אונז ווי ווייניגער.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

אין א זייטיגע נאטיץ. ווי יעדער ווייסט גייט די וואלן דעם נאוועמבער גיין שלעכט פאר די רעפאבליקאנער און די מאיאריטעט מיט ר' שמחה גייט לכאורה גיין פייפן. ווי אזוי אויכעט גייט די אינדעפענדענט דעמאקראטישע קאוקעס זיך צוריק פאראייניגען מיט די דעמאקראטן, מעגליך אפילו שוין היינט ווי באריכטעט איבעראל.

קומענדיגע יאהר גייט לכאורה זיין א פולשטענדיגע דעמאקראטישע קאנטראל אין אלבעני.

עס איז ב"ה געלונגען אין די לעצטע מינוט.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

אפשר וואלטן מיר געדארפט האבן אביסל מער פי אר, אריינלייגן ארטיקלן אין די גרעסטע צייטונגען ווי מען איז מסביר בטוב טעם ודעת וואס די חסידים זענען, פון ווי מיר קומען און ווי מיר זענען אנגעקומען מיט אונזער דרך, איך מיין אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמן פאר קיין שום אנדערע פאלק און רעליגיע, קוים זיבעציג יאר נאכן קריג און מיטן אייבירשטן׳ס הילף זיך אויפגעבויט אויף אן אימגלויבליכן פארנעם און אלעס נאר מיט אונזער אייגענארטיגן חינוך, זאלן די גוים זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

א גוטן האט געשריבן:אפשר וואלטן מיר געדארפט האבן אביסל מער פי אר, אריינלייגן ארטיקלן אין די גרעסטע צייטונגען ווי מען איז מסביר בטוב טעם ודעת וואס די חסידים זענען, פון ווי מיר קומען און ווי מיר זענען אנגעקומען מיט אונזער דרך, איך מיין אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמן פאר קיין שום אנדערע פאלק און רעליגיע, קוים זיבעציג יאר נאכן קריג און מיטן אייבירשטן׳ס הילף זיך אויפגעבויט אויף אן אימגלויבליכן פארנעם און אלעס נאר מיט אונזער אייגענארטיגן חינוך, זאלן די גוים זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע.


וועט העלפן א מכה.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

משהלע האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:אפשר וואלטן מיר געדארפט האבן אביסל מער פי אר, אריינלייגן ארטיקלן אין די גרעסטע צייטונגען ווי מען איז מסביר בטוב טעם ודעת וואס די חסידים זענען, פון ווי מיר קומען און ווי מיר זענען אנגעקומען מיט אונזער דרך, איך מיין אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמן פאר קיין שום אנדערע פאלק און רעליגיע, קוים זיבעציג יאר נאכן קריג און מיטן אייבירשטן׳ס הילף זיך אויפגעבויט אויף אן אימגלויבליכן פארנעם און אלעס נאר מיט אונזער אייגענארטיגן חינוך, זאלן די גוים זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע.


וועט העלפן א מכה.

אבי געשאסן א סטעיטמענט, פי אר איז זייער א וויכטיגע זאך, סאיז דא ריזיגע קאמפאניס וואס האבן זיך געבויט נאר מיט פי אר
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

א גוטן האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:אפשר וואלטן מיר געדארפט האבן אביסל מער פי אר, אריינלייגן ארטיקלן אין די גרעסטע צייטונגען ווי מען איז מסביר בטוב טעם ודעת וואס די חסידים זענען, פון ווי מיר קומען און ווי מיר זענען אנגעקומען מיט אונזער דרך, איך מיין אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמן פאר קיין שום אנדערע פאלק און רעליגיע, קוים זיבעציג יאר נאכן קריג און מיטן אייבירשטן׳ס הילף זיך אויפגעבויט אויף אן אימגלויבליכן פארנעם און אלעס נאר מיט אונזער אייגענארטיגן חינוך, זאלן די גוים זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע.


וועט העלפן א מכה.

אבי געשאסן א סטעיטמענט, פי אר איז זייער א וויכטיגע זאך, סאיז דא ריזיגע קאמפאניס וואס האבן זיך געבויט נאר מיט פי אר


זיי הייסען נישט "חרדישע יודענטום."
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ישתבח שמו לעד האט געשריבן:
balkishron האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער סאטמארער רבי מהר"א שליט"א האט נארוואס פארענדיגט די יערליכע חוה"מ דרשה אין סאטמארער ביהמ"ד אויף הופער סט. אין וומ"ס, נאכן מעורר זיין אויף פארשידענע ענינים הצריכים תיקון כדרכו בקודש, האט ער עפנטליך אפגעגעבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער אויף די אז רוב נסים הפלאת בלילה וואס כלל ישראל האט געהאט פארגאנגענעם ליל התקדש החג, מיטן אפראטעווען דעם חינוך הטהור און עתיד פון ניו יארק'ס ערליכע אידנטום.

דער רבי האט שטארק באדאנקט בשם כלל ישראל די חשוב'ע עסקנים וועלכע האבן געארבייט שטילערהייט אויף די פלאן וואס איז צושטאנד געקומען דורך דעם חרדישען סענאטער ר' שמחה פעלדער פון ברוקלין. דער רבי האט זייער באריכות אויסגעשמועסט די השתלשלות הענינים, די עצה דערוועגן, און די לעצט מינוטיגע דרוק פונעם גאווערנער וואס האט ב"ה נישט געארבייט, און ממש בעת כניסת ליל הפסח האבן ביידע געזעץ הייזער באשטעטיגט די נייע פארבעסערטע געזעץ לטובת חינוך בני ישראל החרדים במדינת ניו יארק.

למען תספר באזני בנך.

ווי קאן מען הערן די דרשה?


7183056942

דראפבאקס?
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

פון בחדרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

חייבים לספר לציבור את חסדי השם, דברים שהציבור לא ידע על הגזירה הנוראה שריחפה על ראש היהדות החרדית בניו יורק וב"ה 'אז רוב ניסים הפלית בלילה' בליל התקדש החג הגיעה הישועה הגדולה שאלמלא הישועה היו צריכים לגזור תענית ולעורר רחמי שמים מרובים על מה שנאספו הני רשעי ישראל ששנו ופירשו ונקבצו יחד לסגור את כל המוסדות היהודיות במדינת ניו יורק וזה לא היה רחוק מסגירת כל המוסדות". פתח הרבי את דבריו.

"החוק בניו יורק מחייב את כלל המוסדות גם מוסדות פרטיים ללמוד את אותם הלימודים שלומדים בבתי הספר הממלכתיים, כולל הכל ולא רק אנגלית וחשבון וא"א לפרט וב"ה כבר 70 שנה הקימו גדולי ישראל מוסדות בכל רחבי המדינה הכוללים כיום 200 אלף תלמידים כן ירבו בלעה"ר".

"וב"ה במשך 70 שנה קיבלו מאות אלפים חינוך יהודי ואני לא מדבר על חינוך יהודי לתורה, אני מדבר על חינוך תרבותי כאשר הבין אדם לחבירו הגיע לתפארת ולשם אין בינינו לא גנבים ולא רוצחים לא סוחרי סמים ולא שודדים ואת זה יכולים לברר את המשטרה המקומית, בנוסף לזה גם הצליחו בעזרת השם לגדל דור של נגידים גדולים מליונרים גם בלי לקבל תעודת בגרות ולימודים אקדמים ויש הרבה שעובדים קשה לפרנסתם ויש גם עניים אבל הם לא יוצאים לפשע להרוג ולשדוד, הם נשארים במשפחה ומגדלים את ילדיהם בחן וכבוד".

"לצערנו ולבושתנו" אמר הרבי "יש מוסרים שלמדו במוסדות והם יצאו ואף אחד מכל היוצאים לא הצליחו בחייהם אחרי היציאה מהעולם החרדי אבל מתוך מרירות ויאוש הם החליטו להוציא את תסכולם על הוריהם והמוסדות בהם למדו בתחילה בניו יורק סיטי ואח"כ במדינת ניו יורק כאילו כל הבעיות שלהם היא אי למידת אנגלית וכו' והם אומרים שהם רק חושבים על הטובה של הילדים והם הולכים ומפרסמים שמהמוסדות יוצאים תלמידים כמו מהטליבאן ופרזיטים ועל המדינה להציל את הילדים".

"שרי המדינה לא מעוניינים להקשות עלינו והם הקימו וועדה שכבר עובדת מעל לשנתיים אבל המוסרים לא יורדים מהם ורודפים אחרי שרי המדינה בכל מקום, והם התחילו ללכת לבית משפט נגד מדינת ניו יורק בטענה שהם לא עושים כלום והם תובעים את החינוך וכך הם מצאו אוזן קשבת ושם החליטו שהמדינה ישלחו פקחים שיכנסו בתלמודי תורה ובתי ספר ויסגרו מוסדות שלא לומדים את "כל" הלימודים וזה גזירת שמד ממש שהציבור לא ידע מזה אבל העסקנים שעוסקים בזה לא ישנים כבר כמה חודשים בלילות מגודל הגזירה שמרחפת על הציבור".

"יש לזה עצה אחת" הבהיר הרבי מסאטמר ופירט "לחוקק חוק חדש שיוציא את מוסדות היהודים מכלל החוב לימודים וזה צריך לעבור בשני בתי המחוקקים של מדינת ניו יורק ואח"כ יקבל חתימה ממושל ניו יורק. המציאות כיום היא שהבית התחתון נמצא תחת שליטת הדמוקרטים והסנאט נמצא תחת שליטת הרפובליקנים וכידוע הדמוקרטים והליברלים הם יותר בעד הלימודים האלו ולכן כל העסקנים הבינו שהסיכוי שחוק כזה יעבור, הוא כמעט אפסי".

"לפני כמה חודשים" המשיך הרבי וסיפר "הגיע אליי הרב חיים דוד צוויבל - עסקן גדול ומראשי אגודת ישראל בארה"ב ושאלתי אותו מה אפשר לעשות והוא הציע לי לקחת את הרב יעקב סופר מגדולי העסקנים כאן בקרית יואל שכבר הצליח במקום שהרבה לא הצליחו להעביר חוקים ואכן הכניסו אותו לסוד העניינים והוא הציע לי ללכת בדרך זו".

"כידוע, הבית התחתון מנוהל ע"י רוב גדול של דמוקרטים אבל הסנאט מנוהל על ידי הרפובליקנים, והקולות בעד ונגד חוקים מעין אלו, עומד בדיוק על חצי חצי והקול המכריע הוא של הסנטור החרדי ר' שמחה פלדר מבורו פארק, שעל אף היותו מזוהה עם הדמוקרטים, הוא נוהג לצביע עם הרפובלקנים ולכן הם שולטים בסנאט".

"אז התקשרתי למנהל המוסדות שלנו בבורו פארק הרב אהרן וועלץ ובקשתי ממנו שיבוא אלי עם הסנטור ר' שמחה", סיפר הרבי "בתחילת חודש כסליו הם הגיעו וישבנו והסברנו לו את חשיבות העניינים, ואז החלטנו שהיות ובסוף חודש מרץ חייבים להעביר את התקציב לשנת 2019 וזה חייב להיות לפני ה-1 באפריל היות ומושל ניו יורק ענדרו קומאו שם על חוק התקציב את כל כוחו וכבודו ואז יקום הסנטור ר' שמחה ולא יתן לתקציב לעבור עד שיעבירו את החוק החדש להצלת החינוך היהודי בניו יורק וזה היה סוד שמור במשך ארבעה חודשים".

"ביום חמישי האחרון ממש כמה שעות לפני ההצבעה על התקציב, הודיע הסנטור ר' שמחה כי לא יצביע על התקציב עד שיעבירו את החוק החדש ואז התחילה מהומה גדולה בין הסנאט לאסמבלי (הבית התחתון)".

"בליל שישי האחרון ליל בדיקת חמץ יצאתי לאוהל הקדוש בבית העלמין כאן וידעתי שאם לא עכשיו, כל החינוך היהודי בסכנת כליה ח"ו. התחננתי שם אצל אלו שבנו את המוסדות הגדולים כאן שיעמדו לצידו של הסנטור היחידי מול הלחצים הכבדים".

וכאן מגיעה התפנית מספר הרבי: "מושל ניו יורק שהמהלך פגע בכבודו, התקשר אלי והבטיח לי שהחוק יעבור מיד אחרי התקציב ונתן לי את הבטחתו שלא יהיו שום בעיות לחינוך היהודי ורק שאתן הוראה לסנטור ר' שמחה פלדר שיתמוך בתקציב לפני ה-1 לאפריל. אבל אני אמרתי לו שאם זה לא יעבור עכשיו זה לא יקרה - יקימו עוד וועדה ועוד וועדה ויסחבו את זה, אני מוכן לוותר על התקציבים אבל לא על חינוך הילדים וזה חייב לעבור עכשיו לפני התקציב".

"הסנטור ר' שמחה יהודי שומר תורה ומצוות ישב וחיכה - אנחנו עומדים בערב החג והוא רצה לחזור לביתו לבדיקת חמץ ולהכנות לקראת החג, אבל אני סיפרתי לו שבעיר סיגוט גם קרה פעם אחת בערב יום כיפור, שישב הראש הקהל בעירייה לצורך השתדלות לטובת העיר וזה נמשך עד כניסת החג, כך שהוא לא הספיק להתפלל מנחה בערב יום הקדוש וללכת למקוה, בצר לו הלך לזקיני רב העיר הגה"ק בעל הייטב לב. אמר לו ה'ייטב לב', "תשמע אני כן הלכתי למקוה כן התפללתי מנחה וכן נכנסתי ליום הקדוש בהכנה האם אתה רוצה להחליף איתי?" ואז נחה דעתו, אמרתי לר' שמחה כל העתיד של כלל ישראל בניו יורק תלוי בך".

"ואכן כך היה עד ממש לפני כניסת החג, ובליל שימורים החוק עבר גם בסנאט וגם בבית התחתון. וזה גם עבר בחתימה של מושל ניו יורק וברוך השם שונאי ישראל נחלו מפלה גדולה ולנו הישועה והחינוך היהודי לרבבות תינוקת של בית רבן ניצל". סיכם הרבי את מה שאירע מאחורי הקלעים ונשמר בסוד.

לסיום, ציין הרבי מסאטמר לשבח את עושי המצוה, שעמלו רבות מאחורי הקלעים עד לחקיקת החוק. בראש ובראשונה הודה הרבי לעסקן הרב יעקב סופר מקרית יואל, אחריו הזכיר הרבי את הרב חיים דוד צוויבל מאגודת ישראל ואת העסקן הבעלזאי הרב יהושע עסטרייכר.

אחרון חביב, הזכיר הרבי את הסנטור ר' שמחה פלדר, וציין כי זכות הרבים תלוי בו וזכות כל תינוקות של בית רבן תלוי בו ויש קונה עולמו בשעה אחת. "אני יודע שהתקשורת תצא נגדך אבל זה הכבוד שלך בעיני כל העם היהודי לכל קהילותיו". אמר הרבי לסיום.

כאמור, לאחר מכן קמו החסידים ופצחו בשירת 'והיא שעמדה' כשבח והודאה להשי"ת על הנס שעשה עמם "שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו והקב"ה מצלינו מידם".
אוועטאר
פיינקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינקייט »

דער בדחן האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/dhnv9qo32asn3me/a%20%282%29.mp4?dl=0

א גרויסן ייש"כ פאר'ן ברענגען.
"כלנו לנארמאל"!!!...(קרעדיט:שאץ מאץ)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

משהלע האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ. ווי יעדער ווייסט גייט די וואלן דעם נאוועמבער גיין שלעכט פאר די רעפאבליקאנער און די מאיאריטעט מיט ר' שמחה גייט לכאורה גיין פייפן. ווי אזוי אויכעט גייט די אינדעפענדענט דעמאקראטישע קאוקעס זיך צוריק פאראייניגען מיט די דעמאקראטן, מעגליך אפילו שוין היינט ווי באריכטעט איבעראל.

קומענדיגע יאהר גייט לכאורה זיין א פולשטענדיגע דעמאקראטישע קאנטראל אין אלבעני.

עס איז ב"ה געלונגען אין די לעצטע מינוט.


דאס האט טאקע דער רבי זאל זיין געזונט מסביר געווען פארן גאווערנער פארוואס מקען עס נישט אפשטופן אויף קומענדיגע יאר ווען קואמא וועט נישט ברויכן זיך רעכענען מיט די ליבערלס וועגן די פריימעריס.
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

דורך מיללער » מיטוואך אפריל 04, 2018 2:10 pm

קרית יואל, ניו יארק

אין גאר דראמאטישע לעצט-מינוטיגע אנטוויקלונגען איז די שאפונג פונעם נייעם טאון 'פאלם-טרי' צוריק צום אריגינעלן צייט-פלאן פון יאנואר 20' למספ' נאכדעם וואס די חרדישע אידנטום אין ניו יארק האט געדארפט א וויכטיגערע געזעץ זאל ווערן אודרכגעפירט.

די שאפונעם פונעם פאלם-טרי טאון, ווי געברענגט אין דעם אשכול פון אנהויב אן, גייט צוריק עטליכע יאר אלס א שלום פלאן און רעגירונגען.

נאכדעם וואס די איינוואונער פון קרית יואל און מאנרא האבן פארגאנגענעם נאוועמבער געשטימט אין אן איבערוויגענדן מערהייט צו באשטעטיגן די פארמאציע פון דעם נייעם טאון, האבן די פארשריפטן געלויטעט אז די אפיציעלע שאפונג פונעם טאון וועט הערשט צושטאנד קומען קומענדיגען יאנואר פון יארע 20' למס'.

הנהלת קרית יואל האט אנגאזשירט סטעיט סענאטער לארקין און אסעמבלימאן סקאופיס פארצושלאגן א געזעץ אין ניו יארק וואס זאל טוישן די רעגולאציעס און ערלויבן אז די נייע טאון זאל שוין אריינגיין אין אפעקט קומענדיגען יאנואר פון 19' למספ' און צו דעם האט זיך אויך פארלאנגט צו באשטעטיגן א סכום געלט וואס די סטעיט זאל שענקען פאר די מאנרא-וואודבורי סקול דיסטריקט צו ערזעצן זייער שאדן פון שטייער געלט וואס זיי פארלירן מיטן ערלויבן צו טוישן די גרעניצן פון די דיסטריקט.

א געזעץ זאל דורכגיין אין ניו יארק פארלאנגט זיך באשטעטיגונג פון ביידע הייזער, די סענאט און אסעמבלי, און א באשטעטיגונג פונעם גאווערנערס אפיס. אין דעם פאל האט קרית יואל שוין מצליח געווען צו האבן דעם געזעץ באשטעטיגט אינעם סענאט (זעה בייגעלייגט) און אסעמבלימאן סקופיס האט געארבייט פלאנמעסיג אריינצוריקן דעם געזעץ אין די לעצטע שעות פונעם בודזשעט פארהאנדלונגען.

פאוטא נויז ארטיקל מעלדט די פלענער פון די געזעץ טויש:
http://www.thephoto-news.com/apps/pbcs. ... /180309940

רעקארד ארטיקל איבער די געזעץ טויש:
http://www.recordonline.com/news/201803 ... f-schedule

אין די לעצטע שעות פארגאנגענעם יום בדיקת חמץ, האט כלל ישראל בייגעוואונט א דראמאטישע שאודאון, ווען די גאנצע סטעיט איז געווארן אויפגעהאלטן דורך אן הערויאישער ר' שמחה פעלדער פון ברוקלין, וועלכער האט אויפן באפעל און שטיצע פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, פארלאנגט א טויש אינעם עדיוקעישאן געזעץ וואס זאל ראטעווען די חינוך הטהור פון כלל ישראל אין ניו יארק, ווי אויסגעשמועסט באריכות אינעם אשכול המיוחד לזה.

די פארהאנדלונגען איבער די עדיוקעישאן געזעץ האט געשטעלט די פארהאנדלונגען פון פאלם טרי אונטער א פראגע צייכן, אויף וועלכע הנהלת קרית יואל און דער מרא דאתרא סאטמארער רבי שליט"א האט באלד געלאזט מעלדן אז דער חינוך און עתיד פונעם גאנצן יהדות החרדית שטייט העכער ווי די לאקאלע אינטערעסן פון קרית יואל, ובפרט אז מ'רעדט נישט פון א גענצליכער אנולירונג נאר אן אפשטיפונג פון איין יאר, איז דער מעסעדזש געווען קלאר,"" אז טראץ די אלע הארעוואניעס איז קרית יואל גרייט צו פארקוקען און די געזעץ איז ארויסגעפאלן פון פלאן, וואס אזוי ארום איז יעצט דער פלאן צוריק צום אריגינעלן דאטום פון יאנואר 20' למס'"".
צוגעלייגטע
2018 Palm Tree Monroe-Woodbury Budget Letter Artivle VII Language.pdf
(369.58 KiB) דאונלאודעד 6 מאל
http://moreshesamerica.blogspot.com/
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אויף ק"מ 1 1 4, א גאר אינהאלטסרייכע אינטערוויאו צווישן ר' יונה כהן מיט העסקן הנמרץ הרב ח"ד צוויבל הי"ו מנהל אגו"י בארה"ב, וועלכער לייגט אראפ דעם גאנצן נושא, לארכה ולרחבה, און אלעס וואס מען האט ערייכט ביז אהער, און וואס עס איז צו ערווארטן בעתיד, ער גיבט קרעדיט בעיקר און כמעט אינגאנצען פאר ר' שמחה פעלדער

לויט ווי ער לייגט עס אראפ איז עס נאר א הצלה פורתא, מיטן האפענונג אז די דעפ. אויף עדיוקעישאן וועט זיין ציפרידן מיטן לערנען סוגיות אין בבא קמא, כדי נאכצוקומען די איקוועלענט צו די פאבליק סקול'ס...., און אויך דערמאנט ער אז מען גייט זיך פארלייגן אויף די cure קריקעלקיזם פון דעם עדיוקעישאן סיסטעם, וואס איז לערנען ,מאטעמאטיק, סייענס, און היסטארי, וואס מען האפט אז דאס אלעס וועט מען 'אריינרוקן' אין די קורצע שעות פון לימודי חול, און מען זאל נאכקומען מיט דעם די פארלאנגען
צום סוף דערמאנט ער אז מען דארף נאך בעתיד גרויס רחמי שמים, הן מצד אז די דעפארטמענט זאל מהיום והלאה קוקן אויף דעם איצטיגן סיסטעם מיט אן עין טובה, און הן מצד די 'מכם ובכם'ניקעס שר"י זאלן נישט אנמאכן פרישע קאפ-וויי, ווייל עס איז זיכער אז זיי גייען נישט זיצן יעצט מיט פארלייגטע הענט, [זיי האבן שוין פארופן אויף צומארגנס דאנערשטאג, א פרעסע קאנפערענץ, וואו זיי גיין מסתמא גיסן און שיסן פעך און שווועבל, און צינדן העכער דעם פייער, ה"י מהם ומהמונם]
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך אפריל 04, 2018 3:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

BREAKING: Governor Cuomo has called on IDC leader Jeff Klein and his 8 member conference to leave coalition with Republicans and reunite with Andrea Cousins and mainline Democrats. Meetings this morning but could all happen as soon as today.

Mainline State Senate Democrats holding conference call right now. Under reunification deal proposed by Cuomo, Andrea Cousins would be sole leader of reunited party who will sit in Minority. Jeff Klein will be Deputy. IDC will be dissolved as a conference.

עפעס ערנסטע ענדערונגען קומען פאר היינט.

שמחה פעלדער פארלירט זיין גאנצע כח, בפשטות.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”