דורך מיללער » מיטוואך אפריל 04, 2018 2:10 pm
קרית יואל, ניו יארק
אין גאר דראמאטישע לעצט-מינוטיגע אנטוויקלונגען איז די שאפונג פונעם נייעם טאון 'פאלם-טרי' צוריק צום אריגינעלן צייט-פלאן פון יאנואר 20' למספ' נאכדעם וואס די חרדישע אידנטום אין ניו יארק האט געדארפט א וויכטיגערע געזעץ זאל ווערן אודרכגעפירט.
די שאפונעם פונעם פאלם-טרי טאון, ווי געברענגט אין דעם אשכול פון אנהויב אן, גייט צוריק עטליכע יאר אלס א שלום פלאן און רעגירונגען.
נאכדעם וואס די איינוואונער פון קרית יואל און מאנרא האבן פארגאנגענעם נאוועמבער געשטימט אין אן איבערוויגענדן מערהייט צו באשטעטיגן די פארמאציע פון דעם נייעם טאון, האבן די פארשריפטן געלויטעט אז די אפיציעלע שאפונג פונעם טאון וועט הערשט צושטאנד קומען קומענדיגען יאנואר פון יארע 20' למס'.
הנהלת קרית יואל האט אנגאזשירט סטעיט סענאטער לארקין און אסעמבלימאן סקאופיס פארצושלאגן א געזעץ אין ניו יארק וואס זאל טוישן די רעגולאציעס און ערלויבן אז די נייע טאון זאל שוין אריינגיין אין אפעקט קומענדיגען יאנואר פון 19' למספ' און צו דעם האט זיך אויך פארלאנגט צו באשטעטיגן א סכום געלט וואס די סטעיט זאל שענקען פאר די מאנרא-וואודבורי סקול דיסטריקט צו ערזעצן זייער שאדן פון שטייער געלט וואס זיי פארלירן מיטן ערלויבן צו טוישן די גרעניצן פון די דיסטריקט.
א געזעץ זאל דורכגיין אין ניו יארק פארלאנגט זיך באשטעטיגונג פון ביידע הייזער, די סענאט און אסעמבלי, און א באשטעטיגונג פונעם גאווערנערס אפיס. אין דעם פאל האט קרית יואל שוין מצליח געווען צו האבן דעם געזעץ באשטעטיגט אינעם סענאט (זעה בייגעלייגט) און אסעמבלימאן סקופיס האט געארבייט פלאנמעסיג אריינצוריקן דעם געזעץ אין די לעצטע שעות פונעם בודזשעט פארהאנדלונגען.
פאוטא נויז ארטיקל מעלדט די פלענער פון די געזעץ טויש:
http://www.thephoto-news.com/apps/pbcs. ... /180309940
רעקארד ארטיקל איבער די געזעץ טויש:
http://www.recordonline.com/news/201803 ... f-schedule
אין די לעצטע שעות פארגאנגענעם יום בדיקת חמץ, האט כלל ישראל בייגעוואונט א דראמאטישע שאודאון, ווען די גאנצע סטעיט איז געווארן אויפגעהאלטן דורך אן הערויאישער ר' שמחה פעלדער פון ברוקלין, וועלכער האט אויפן באפעל און שטיצע פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, פארלאנגט א טויש אינעם עדיוקעישאן געזעץ וואס זאל ראטעווען די חינוך הטהור פון כלל ישראל אין ניו יארק, ווי אויסגעשמועסט באריכות אינעם אשכול המיוחד לזה.
די פארהאנדלונגען איבער די עדיוקעישאן געזעץ האט געשטעלט די פארהאנדלונגען פון פאלם טרי אונטער א פראגע צייכן, אויף וועלכע הנהלת קרית יואל און דער מרא דאתרא סאטמארער רבי שליט"א האט באלד געלאזט מעלדן אז דער חינוך און עתיד פונעם גאנצן יהדות החרדית שטייט העכער ווי די לאקאלע אינטערעסן פון קרית יואל, ובפרט אז מ'רעדט נישט פון א גענצליכער אנולירונג נאר אן אפשטיפונג פון איין יאר, איז דער מעסעדזש געווען קלאר,"" אז טראץ די אלע הארעוואניעס איז קרית יואל גרייט צו פארקוקען און די געזעץ איז ארויסגעפאלן פון פלאן, וואס אזוי ארום איז יעצט דער פלאן צוריק צום אריגינעלן דאטום פון יאנואר 20' למס'"".
צוגעלייגטע
2018 Palm Tree Monroe-Woodbury Budget Letter Artivle VII Language.pdf
(369.58 KiB) דאונלאודעד 6 מאל
http://moreshesamerica.blogspot.com/