עצרת ביום כ' סיון - משנת רביה"ק מסאטמאר בענין ציונות

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:39 pm


אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:40 pm


אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:40 pm

לעצט פאראכטן דורך סעטינגס אום דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:41 pm


אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:44 pm


Potus
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:03 pm

יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג יוני 08, 2018 3:19 am

פאלט מיר יעצט ביי:
מהאט מקיים געווען בשלימות דעם 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' (די וואכעדיגע סדרה)
ולא תתורו אחרי לבבכם, זו מינות - ציונות, ואחרי עיניכם, זו גו"ע - סקרינ'ס

טי בעג
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:38 am

תגובהדורך טי בעג » פרייטאג יוני 08, 2018 12:17 pm

דאכצעמער "ואחרי עיניכם" עם הכולל ותיבות בגי, "סקרין"
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » פרייטאג יוני 08, 2018 12:55 pm

באריכט פין בחצרות, ברוך המקדש שמו ברבים!
רבבות תלמידי מרן רבינו הק' זי"ע חזר'ן עיקרי הדת ויסודות האמונה און גענצליכע התבדלות פון מדינת הציונית
ביי היסטארישער מעמד "כינוס כללי" א' שלח כ' סיון, אין ריזן "נעסאו קאליסיום" - פאררופן דורך שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו שליט"א

ניו יאָרק. – ס'איז שוין א עטליכע טעג נאָכן כינוס אדיר לשם שמים, דער "כינוס כללי לתלמידי רביה"ק זי"ע" און נאָך אַלץ ברויזן די געפילן, דער אש קודש וואָס איז אונטערגעצינדן געוואָרן ווערט נישט פאַרלאָשן, און עס ווערט נאָר בלויז שטערקער אין די הערצער מיט יעדע פאַרבייגייענדע מינוט, איבערטראכטענדיג וואָס מ'האָט זוכה געווען מיטצולעבן בבמשך די קרוב צו פיר שעות וואָס דער מעמד האָט זיך פאַרצויגן. "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו" – איז דער אויסדרוק פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואָס האָבן די וואך זונטאָג, כ' סיון אין די מיטאָג שטונדן איבערגעפולט דעם גיגאַנטישן "נעסאָו קאַליסיום קאָמפּלעקס", קומענדיג כאיש אחד בלב אחד, מיטן איינעם און ריינעם ציל, לחזור ולשנן, איבערצו'לערנען און נאָכאַמאָל צו חזר'ן די הייליגע און ריינע שיטה פון איתן אדונינו מרן רבינו הק' זי"ע, ועל פי דיבורו הם נאספים, איז מען זיך צוזאַמגעקומען אויף דער קריאת הקודש פון ממשיך דרכו גאון עוזינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וואָס האָט פאָרגעשלאָגן, געמאָנט און געפאָדערט אַהערצושטעלן דעם כינוס, נאָר מיט דעם ציל צוזאַמצונעמען דעם ציבור איבערצו'חזר'ן שיטתו הקדושה והבהירה פון רבי'ן זי"ע.
שוין עטליכע טעג נאָכ'ן מעמד, און עס רעש'ט נאָך אין די אויערן דער קול ה' בכח וואָס מ'האָט זוכה געווען צו הערן בהתלבות אש קודש פון כ"ק מרן דער רבי זאָל זיין געזונט, ווי ער דונערט אויף די מאַסן פאַרזאַמעלטע מיט דעם רוף און געשריי "תלמידים וחסידים פון רבי'ן זי"ע, אייכם? וואו געפונט עטס זיך?" וואָס אייגענטליך דאָס איז געווען דער גאַנצער כינוס. מ'איז געקומען מיט דעם איינעם ציל, זיך אַליינס אויפצוטרייסלען, אַליינס נתעורר צו ווערן, און פון ווי זיך אַליינס הערט זיך דער ווידערקלאַנג, אַז נאָכ'ן מיטהאַלטן אַזאַ מעמד אדיר, נאָכ'ן הערן אַזעלכע פייערדיגע דברות קודש מיט אַזאַ בהירות, איז א גרויסער טייל פון די קשיא שוין נישט שווער. דער נאָמען א "סאַטמאַרער תלמיד" האָט צוריקבאַקומען דעם אַמאָליגן גלאַנץ און שיין. יעדער פון די רבבות משתתפים ווייסט קלאָר וואו ער געהער, וואָס עס איז חובת האדם בעולמו, און אַז דער הייליגער גייסט און רוח פון דעם מייסד הקהלה מרן רביה"ק זי"ע איז קאי וקיימי.
שווער, זייער שווער, כמעט אוממעגליך איז זיך צוזאַמצוקלויבן די מחשבות און געדאַנקן, צו קענען אָפּשרייבן א דעטאַלירטן באַריכט פון דעם הייליגן מעמד, א מעמד וואָס איז געווען כל כולו קודש, כל כולו סאַטמאַר, כל כולו אומר כבוד שמים, און א מעמד וואָס נעמט אַרום אַזויפיל פּרטים און פרטי פּרטים וואָס איז שווער אָנצוקומען צו יעדע זאַך באַזונדער. דאָס האַרץ שטורעמט נאָך, און די הארץ-קלאַפּענישן לויפן דאָס מאָל שנעל וויפיל מען פּרובירט צו שרייבן, אַלס מער ווערט דאָס האַרץ פריש איבערגעפולט מיט נייע רוישיגע געפילן וואָס איז פּשוט שווער צו באַהערשן און איבערקומען. דאָס פאַרשווערט נאָר פּשוט צו שרייבן אין א געווענליכן סדר מיט די טרוקענען פאַקטן.
אין די לעצטע חדשים, זינט דער רבי שליט"א האָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעברענגט אין היכל הישיבה גדולה, דעת קדשו איבער דאָס נחיצות פון פאַררופן דעם כינוס, זענען געווען פאַרשידענע זמנים. עס איז אריבער א שטיק צייט וואָס עס האָט אויסגעזען שטיל, און ביים ציבור איז נישט געווען באַקאַנט אַז עפּעס קאָכט זיך נאָך, עפּעס רודערט זיך נאָך איבער דעם כינוס. אָבער במשך די גאַנצע צייט איז דער כינוס נישט אַראָפּ פונעם סדר היום ביים רבי'ן שליט"א. פאַרשידענע שווערע אונטערנעמונגען זענען אינצווישן אונטערגעקומען דורכאויס די חדשים, ובפרט די הייליגע מערכה וואָס דער רבי שליט"א האָט געפירט למען הצלת עתיד חינוך הטהור על אדמת ניו יאָרק, וחפץ ה' בידו הצליח אויפצוטון גדולות ונצורות בסייעתא דשמיא, אָבער וגם מזה לא הניח ידו, איז דער רבי שליט"א כסדר געווען אין נאָנטן פאַרבינדונג מיט די רבנים הגאונים שליט"א חברי רבני "ועד משמרת חומותיך" שע"י קהל יטב לב דסאַטמאַר, וועמען ער האָט כסדר אויפגעפאָדערט, געמאָנט און געבעטן אַז מען זאָל אַרבעטן פאר די הצלחה פון דעם כינוס.
וואָס א טאָג שפּעטער איז דער ציבור אַלס מער אָנגעוואַרעמט און אויפגעפלאַמט געוואָרן צו דעם הייליגן כינוס לשם שמים, ובפרט ווען במשך די תקופה פאַר'ן כינוס האָט מען כסדר געהערט די וואַרעמע דרשות, פלאַמפייערדיגע דברות קודש וואָס דער רבי שליט"א האָט אַלץ משמיע געווען איבער דעם חיוב פון דעם כינוס. יעדעס מאָל באַזונדער האָט דער רבי שליט"א נאָכאַמאָל ערווענט דעם ציל פונעם כינוס, איבערצו'חזר'ן מיט א קלאָרקייט די אָרגינעלע שיטה ווי אַזוי מ'האָט דאָס אַלע יאָרן מקבל געווען פון רבי'ן זי"ע, און מ'האָט געוואוסט קלאָר אויף וואָס זיך צו רישן און וואָס צו ערוואַרטן ביים כינוס.
דער בלויזער קריאת הקודש פון רבי'ן שליט"א צו פאַררופן דעם כינוס לשם שמים, האָט שוין אָנגעצינדן א העליש פייער ביים ברייטן ציבור וואָס איז פּשוט שווער געווען צו פאַרלעשן. ווי פּאַסיג האָט דאָס אַרויסגעברענגט דער יושב ראש ביים מעמד אדיר, הרב הגאון פה מפּיק מרגליות רבי דוד פּערל שליט"א פיליעריגער ר"מ ומרביץ תורה בקרית יואל, אין זיינע דברי פּתיחה צום מעמד, אויפ'ן מאמר וואָס מען זאָגט אין די הגדה בליל חג הפּסח "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו". פרעגן אַלע מפרשים, וואָס וואָלט מען דען אויפגעטון אויב מען קומט אָן צום באַרג סיני און מען באַקומט נישט די תורה?
אָבער לויט'ן מצב וואָס מען האָט מיטגעהאַלטן אין די לעצטע חדשים פאַרשטייט מען דאָס שוין זייער גוט. נאָך איידער מען איז בכלל אָנגעקומען צום טאָג פון דעם גרויסן כינוס, האָט שוין געברענט, עס האָט שוין געפלאַקערט אן אש קודש פון קידוש שם שמים. אין אַלע ישיבות, אין אַלע כוללים, אין אַלע סאַטמאַרער מוסדות התורה, ביי די אינגלעך און ביי די מיידלעך, און דאָס זעלבע אין אַלע סאַטמאַרער בתי מדרשים, האָט מען אויסגענוצט די געלעגענהייט נאָך איידער'ן כינוס, אויף איבערצו'חזר'ן מיט די קינדער די יסודות פון די הייליגע שיטה. מ'האָט אַריינגעברענגט אין די תלמידים דעם גייסט, צו וויסן וואָס דאָס הייסט התבדלות מרשעים, און וויפיל מען דאַרף זיין אָפּגעשיידט פונעם רעיון הציוני בדיבור במעשה ובמחשבה.
דער שבת דערנאָך איז גוט אויסגענוצט געוואָרן אין אַלע סאַטמאַרער בתי מדרשים, וואו מ'האָט ביי די פּרקי אבות שיעורים געהערט די דרשות נהלבות פון די רבנים הגאונים שליט"א מיט דברי הכנה צום גרויסן מעמד. ווי אויך האָבן די רבנים הגאונים שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט פון די דברי תורה ביי שלש סעודות מעורר צו זיין מיט פּאַסיגע דברי הכנה צום גרויסן מעמד. אין ביהמ"ד הגדול דסאַטמאַר אין וויליאַמסבורג, האָט הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאַטמאַר-וויליאַמסבורג שליט"א ספּעציעל אַרומגערעדט צווישן אַנדערן, אַז ביי אַזאַ מעמד איז זייער וויכטיג צו האַלטן פאַר די אויגן בלויז דעם תכלית פונעם כינוס, און זיך נישט צו לאָזן אַראָפּשלעפּן צו קטנות'דיגע זאַכן ווי כבוד און מאַכט וכדומה, וואָס נעמט בלויז אַוועק פון דאָס ערענסטקייט פון דעם מעמד.
זונטאָג אינדערפרי האָט א כינוס'דיגער שטימונג שוין געהערשט אין אַלע בתי מדרשים. אידן האָבן געדאַווענט און אַריינגעגאַנגען צו די אַרבעט באַצייטענס כדי צו קענען גענוג באַצייטנס זיך אַרויסלאָזן אין וועג אַריין צו קענען מיטהאַלטן דעם מעמד.
אינדערפרי נאָכ'ן דאַווענען, האָט מען געהערט די באַריכטן וואָס האָט נאָר נאָך מער צוגעגעבן צום אַזוי-אויך ערענסטן שטימונג וואָס האָט אומעטום געהערשט, ווען עס איז איבערגעגעבן געוואָרן, אַז גלייך נאָכ'ן דאַווענען איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אַרויף מיט אן ענגע קבוצה נאמני בית, צום ציון המצוינת אויפ'ן ביה"ח דקרית יואל, מתפּלל צו זיין אינעם אוהל הק' מקום מנוחתו פון רבינו הק' זי"ע און מר אביו מרן רבינו הברך משה זי"ע, מתפּלל צו זיין פאַר דער הצלחה פון דעם מעמד אדיר, ושיתקדש שם שמים על ידינו.
דאָס האָט געברענגט א שטאַרקן אויפוואַכונג ביים ציבור נאָך מער אַרויסצוהאָבן דאָס ערענסטקייט פון דעם זמן, און אויפ'ן גאַנצן וועג צום כינוס איז געווען צום זען ווי אידן זיצן מיט תהלימ'לעך אין די הענט, און זענען מתפּלל הייסע תפלות פאר דער הצלחה פון דעם כנסי' לשם שמים, ושיתקדש שמו ית' בעולם.
אין קרית יואל איז די שטאָט כמעט געקומען צו א שטילשטאַנד אומגעפער 2:00 מיטאָג, ווען א גרויס חלק פון די געשעפטן האָבן פאַרשלאָסן דאָס געשעפט, פון איין זייט וויסענדיג אַז ס'איז סייווי נישט דאָ פאר וועמען צו לאָזן אָפן דאָס געשעפט, נאָכדעם וואָס דער גרויסער רוב פון די תושבים וועלן סייווי פאַרלאָזן די שטאָט מיטצוהאַלטן דעם מעמד, און בעיקר טאַקע צוליב דעם, כדי אַז די אייגענטומער און מיטאַרבעטער זאלן פּערזענליך קענען מיטהאַלטן דעם מעמד. נישט אַנדערש איז געווען אין אַנדערע מקומות, און וואו אימער מ'האָט זיך געדרייט אין וויליאַמסבורג און אין באָראָ פּאַרק, האָט מען געזען מעלדונגען אויף געשעפטן, אַז צוליב דעם כינוס שליסט מען שוין דאָס געשעפט אינמיטן טאָג.
אויפ'ן אַלע וועגן און שטעגן וואָס פירן צום גרויסן נעסאָו קאַליסיום קאָמפּלעקס, האָט מען געזען צענדליגער באָסעס, א גרויסער טייל פון די סאַטמאַרער באָס פלאטעס פון די היימישע מוסדות אין וויליאַמסבורג, באָראָ פּאַרק און מאָנסי וואָס האָבן געפירט דעם ציבור צום כינוס הגדול, זייט-ביי-זייט מיט הונדערטער פול-געפּאַקטע אויטאָ'ס וואָס האָבן געמאַכט דעם וועג קיין לאָנג-איילענד אַלעס מיטן ציל אנצקומען מיטצוהאַלטן דעם כינוס הגדול.
נאָך פיל פריער איידער דער ציבור האָט אָנגעהויבן אָנצוקומען צום מעמד, זענען שוין אָנגעקומען צום נעסאָו קאַליסיום קאָמפּלעקס גאַנצע גרופּעס פון עסקנים, וואָס האָבן באַקומען צוגעטיילט באַשטימטע פּאָזיציעס מיט וואָס צוצוהעלפן ביים מעמד, סיי אין די פריערדיגע שעות נאָך איידער דער ציבור איז אָנגעקומען, און סיי שפּעטער צו קענען אויפנעמען דעם מאַסיוון ציבור הגדול בליעה"ר.
צו די באַשטימטע צייט אום 3:00 מיטאָג זענען די טויערן געעפענט געוואָרן, און גלייך האָט זיך אָנגעהויבן דער מאַסיווער שטראָם אַריין אינעם גיגאַנטישן קאָמפּלעקס. די זיכערהייט-אַריינגענג האָט זיך נישט אויף לאַנג פאַרצויגן, אָבער פאָרט האָט אַזאַ מאַסיווער ציבור וואָס איז אָנגעקומען כמעט אין די זעלבע צייט, געשאַפן לאַנגע שורות פון די מאַסן פאַרזאַמעלטע אידן. דער ציבור האָט מיט געדולד זיך געשטעלט ביי די שורות, און נאָכ'ן דורכגיין די זיכערהייט-פּונקטן איז מען אַריין אינעם בנין.
א קבוצה יונגע עסקנים זענען ספּעציעל געשטעלט געוואָרן אויף מקבל פּנים צו זיין די פּני העדה, די זקני וחשובי עדתינו, די חברי אהבת קדומים, וואָס האָבן ספּעציעל פאַרנומען זייערע ערטער אין צענטער פון דעם גיגאַנטישן קאָמפּלעקס, אויף די פאָדערשטע שורות האַרט פאָרענט פונעם ריזיגן אויבן-אָן. די עסקנים האָבן אויפגענומען מיטן פולסטן רעספּעקט, און צוגעצייגט גענוי וואו צו גיין, דורך וועלכע טויערן, און ווי אַזוי אָנצוקומען צו זייערע דעזיגנירטע זיץ-פּלעצער.
אַריינקומענדיג אינעם בנין איז געווען א מחזה הוד צו זען די טאָוולען פון פילצאָליגע מוסדות התורה און אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען געשטעלט בלויז אויף דעם, צו פאַרשפּרייטן די שיטה הקדושה והבהירה פון מרן רביה"ק זי"ע, סיי אויף אַרויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות על טהרת הקודש וואָס זענען מיט מסירת נפש זיך מתנזר פון נהנה זיין משולחן איזבל, ובראשם דער מוסד הק' "קרן הצלה" וואָס האָט אין דעם הייליגן טאָג אָפּגעצייכענט גענויע פערציג יאָר זינט איר התייסדות, וואָס אידן האָבן טאַקע אויסגענוצט די געלעגענהייט מקיים צו זיין צוואתו של רבי, צו שטיצן און מחזק זיין דעם הייליגן מוסד, און דאָס זעלבע האָט מען געזען טאָוולען און אינפאָרמאַציע פון אַנדערע מוסדות, ובפרט פון דעם מוסד הק' נטרונא, וועמענס ציל עס איז קלאָר, מפרסם צו זיין לעיני העמים דעם תורה-קלאָרן שטעלונג פונעם יהדות החרדית, זיך אפצוטרייסלען פון יעדע נאָנטשאַפט צו די מדינה הטמאה.
צענדליגער עסקנים האָבן אָפּגעוואַרט דעם שטראמענדן ציבור, און געגעבן גענוי אָנווייזונגען. יעדער איז אָפּגעוואַרט געוואָרן מיט א ספּעציעלן "כינוס פּעקל" וואָס האָט אַנטהאַלטן א פרישן גליון "משנתו" וואָס איז ספּעציעל ערשינען לקראת דעם געהויבענעם מעמד, מיט א גאָר רייכער תוכן פון פרישע דרשות און מאמרים וואָס איז געזאָגט און געשריבן געוואָרן לכבוד דעם מעמד אדיר, ווי אויך מיט א ספּעציעלן שפּאַקטיוו וואָס איז פאר יעדן געשאנקן געוואָרן, צו קענען מיטהאַלטן דעם מעמד, און דערצו אַביסל לייכטע איבערבייס און משקאות אויף במשך דעם מעמד.
אַדאַנק דער גרויסער עסקנים-שטאַב האָט יעדער געטראָפן זיין באַשטימטן פּלאַץ שנעל און גיך, און אַריינקומענדיג עטוואָס שפּעטער אינעם גרויסן קאָמפּלעקס, האָט דאָס אויג זיך נישט געקענט גענוג אָנזעטיגן. מ'האָט זיך דערזען מיט אַזאַ ריזן מחנה, ליבערשט געזאָגט, מיט ריזיגע מחנות, פון בלויז היימישע אידן, טאַקע משופרא דשופרא, בלויז היימישע סאַטמאַרער חסידים, תלמידים מובהקים פון דעם הייליגן רבי'ן זי"ע, תלמידים וחסידים וואָס לעכצן און גאַרן נאָכצוגיין זיינע הייליגע דרכים און צו חזר'ן זיינע הייליגע הדרכות און תורה'ס, און טאַקע בלויז חסידים מיט וועמען מ'טרעפט זיך שוין די לעצטע נאָנט צו פערציג יאָר ביי אַלע גרעסערע כנסיות און פאַרזאַמלונגען וועלכע האָבן צוזאַמען זיך חוסה געווען בצל ממשיך דרכו הגדול מרן רביה"ק הברך משה מסאַטמאַר זי"ע, און זענען אַצינד זיך ווייטער חוסה בצל בנו הגדול כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, וזר לא יתערב במחנינו.
בליץ שנעל איז דער ריזיגער קאָמפּלעקס איבערגעפולט געוואָרן פון ברעג צו ברעג, ווי ווייט דאָס אויג האָט געקענט זען האָט מען בלויז געזען היימישע סאַטמאַרער אידן. ממזרח וממערב מצפון ומים, האָט מען איבעראָל געזען בלויז א ים הגדול פון היימישע אידן וואָס זענען זיך צונויפגעקומען על פי דיבורו פונעם מנהיג העדה, און עס האָט ביי אַסאַך אַרויסגערופן טרערן פון התרגשות בלויז זיך צו קענען טרעפן אין אַזאַ הייליגע חבורה, צוזאַמען מיט אַזאַ עדה קדושה פון לויטער ערליכע אידן, יראים ושלמים וואָס זוכן צו זיין נאָך בעסער, נאָך ריינער, און נאָך אויסגעהאַלטענער, בדיבור, מעשה ומחשבה.
נישט לייכט איז עס אָנגעקומען פאר קיינעם, ובפרט פאר די רבנים הגאונים שליט"א צו קומען מיטהאַלטן דעם מעמד אדיר, אָבער וויסענדיג דעם ריינעם און אמת'דיגן ציל פון דעם מעמד, האָט מען זיך מתגבר געווען אויף אַלע מניעות, און מען איז געקומען געבן חיזוק, און אַליינס נתחזק צו ווערן, ממשיך צו זיין מיט די הייליגע שיטה וואָס מ'האָט אַזויפיל געהערט און געלערנט במשנתו פון מרן רביה"ק זי"ע.
אין די זעלבע צייט וואָס די רבבות ישראל האָבן זיך פאַרזאַמעלט אינעם גיגאַנטישן נעסאָו קאליסיום קאָמפּלעקס, האָבן טויזנטער סאַטמאַרער חסידים אין אַלע וועלט-טיילן זיך פאַרזאַמעלט מיטצוהאַלטן דעם מעמד מיט ספּעציעלע הוק-אפס וואָס זענען צוגעשטעלט געוואָרן אין אַלע סאַטמאַרער בתי מדרשים אַלוועלטליך מחוץ למדינת ארה"ב.
דער מעמד איז געעפענט געוואָרן דורך דעם אַלעמען-איש המעש הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו מראשי העסקנים בחצרת סאַטמאַר, וועלכער האָט אין די לעצטע וואָכן אַוועקגעגעבן גאַנצע טעג און נעכט צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת די הצלחה פון דעם מעמד אדיר.
גאָר א דראַמאַטישער מאָמענט איז געווען ווען דער חשוב'ער עסקן ר' מרדכי אלעזר הי"ו, האָט אַרויסגעברענגט דאָס אייגענאַרטיגקייט פון דעם מעמד, וואָס וועט אָפּגעהאַלטן ווערן כולו קודש לה', אָן דעם וואָס מען זאָל עס קענען מיטהאַלטן אויף די "גע'אסר'טע ווידעא סקרינס" וואָס האָט זייער קלאָר געצייגט דעם ריינעם און ערליכער ציל פון אַהערשטעלן דעם מעמד קודש.
נאָכ'ן זיך קורצלעך באַדאַנקן פאר עטליכע נדיבים בעם וואָס האָבן בייגעשטייערט ריזיגע סכומים און צענדליגער שעות פאר די הצלחה פון דעם מעמד, האָט ר' מרדכי אלעזר הי"ו איבערגעגעבן דאָס וואָרט פאַר'ן יו"ר ווייטער צו פירן דעם געהויבענעם מעמד.
אינצווישן האָט מען געהאַט די זכי' מקבל פּנים צו זיין דעם שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו שליט"א וועלכער האָט זיך וואַרעם באַגריסט מיט אַלע רבנים הגאונים שליט"א וואָס האָבן שוין דאַן באַשיינט דעם אויבן-אָן, און דאַן זיך אַוועקגעזעצט על מקומו אין צענטער פונעם אויבן אָן, ליד מקומו הכבוד פון דעם שר התורה הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א וועלכער איז שפּעטער ערשינען אין זאַל.
ווי נאָר דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד האָט מען אָנגעהויבן מיטן סדר היום, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אמירת פּרקי תהלים, ווען דער ריזיג-פאַרזאַמעלטער ציבור האָט צוזאַמען געזאָגט צען קאַפּיטלעך תהלים, פון קאַפּיטל ק"כ ביז קאַפּיטל ק"ל, מתפּלל צו זיין פאַר דער הצלחה פונעם מעמד, און מעורר צו זיין רחמי שמים מרובים, לביטול מדינת הציונית מתוך רחמים וחסדים, ובפרט ווי דער יו"ר האָט אַרויסגעברענגט, שטייענדיג אין אַזאַ גרויסן טאָג פון כ' סיון, אויף וואָס דער הייליגער אַפּטער רב זי"ע שרייבט דאך אַז דער טאָג איז אַזוי גרויס ווי יום כיפּור, און עס איז הזמן גמרא מעורר צו זיין רחמי שמים להפּקד בדבר ישועה ורחמים.
אַלס שליח ציבור איז נתכבד געוואָרן דער אורח הגדול הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו מאַנטשעסטער שליט"א, וועלכער האָט צוגעטרעטן צום מיקראָפאָן און האָט בקול דממה דקה המעורר רגש ואימה, אָנגעהויבן פאָרצוזאָגן די פּרקי תהלים.
עס לאָזט זיך נישט גענוג שילדערן דעם געוואַלדיגן התעוררות וואָס האָט זיך געשאַפן אינעם גאַנצן אַרום. דער גאַנצער ציבור פון די רבבות ישראל, אין שפּיץ פון די רבנים הגאונים שליט"א האָבן צוזאַמען זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און אַזוי האָט מען געזאָגט די פּרקי תהלים איינס נאָכ'ן אַנדערן, ווען אומעטום האט מען געהערט דעם קול תפלה פון אַזויפיל טויזנטער אידן צוזאַמען, און עס איז שווער געווען אָפּצוהאַלטן דעם טרערן-שטראָם וואָס האָט זיך באַוויזן ביי אַסאַך, ביי אַזאַ געוואַלדיגן עת רצון ושעת רחמים.
מיט כבוד און שעצונג האָט מען דאַן געהערט די ווערטער פון הרה"ג פה מפּיק מרגליות רבי דוד פּערל שליט"א פיליעריגער ר"מ ומרביץ תורה בקרית יואל, וועלכער האָט מיט זיין לשון לימודים אָנגעפירט דעם מעמד אדיר, אַלס יושב ראש, און מיט זיינע טרעפליכע רעיונות און פייערדיגע שפּראַך ריכטיג אָנגעשלאָגן דעם ערענסטן טאָן פון דעם כינוס לשם שמים.
ביקרא דאורייתא האָט מען דאַן געהערט די דרשה פון דעם געהויבענעם גאַסט, הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראה"כ ד'קהלתינו אין לאָנדאָן, וועלכער איז ספּעציעל געקומען צו פאָרן צו באַשיינען דעם מעמד, און מיט געשפּאַנטע אויערן איז דער ציבור געזעסן און צוגעהערט די דברים היוצאים מן הלב פון דעם לאָנדאָנער דיין שליט"א וואָס שמעתתי' מבדרין תמיד בבי מדרשא, און טויזנטער אידן זענען צמאים לדבריו בכתב ובעל פה מדי שבוע בשבוע.
א געפיל פון יראת הכבוד האָט באַנומען דעם ציבור ביים הערן אויפרופן דעם 'בחיר התלמידים' פון מרן רביה"ק זי"ע, הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל שו"ת אגלי דבש, וואָס ס'איז דערביי אַרויסגעברענגט געוואָרן דעם געוואַלדיגן חביבות צו וואָס דער דיין שליט"א האָט נאָך אין זיינע גאָר יונגע יאָרן זוכה געווען פון רבי'ן זי"ע, וואָס דער רבי האָט אים אַליינס אויסגעקליבן צו קומען מכהן פּאר צו זיין אַלס דומ"ץ אין דעם עיר תהלה קרית יואל וואָס דער רבי האָט אויפגעבויט בשארית כוחותיו, און זינט דאַן האָט דער רבי אים כסדר געהייסן פרעגן די שאלות, ובפרט יעדע וואָך ביי שלש סעודות האָט דער דיין שליט"א געהאַט די זכי' אַז דער רבי האָט זיך צו אים אויסגעדרייט פרעגן אויב ער האָט שוין געגעסן א כזית, ולזכות גדול יחשב צו קענען הערן די דברים קילורין לעינים פונעם דיין שליט"א.
דער דיין שליט"א איז יענעם טאָג, די וואך זונטאָג געווען א געהויבענער בעל שמחה, זייענדיג אינעם יום החופּה פון נכדתו הכלה וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין די אָווענט שטונדן. דאָך האָט דער דיין שליט"א זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבה, צו קומען באַשיינען מעמד כאָטש אין די ערשטע שעות, און משמיע צו זיין די דברים חוצבים להבות אש, פון וועלכן עס האָט אַרויסגעשריגן דעם סאַטמאַרער ברען, דער אש להבת וואָס ברענט נאָך בלבבו מימי רביה"ק זי"ע, איבערגעבענדיג מיט א קלאָרקייט דעת קדשו הבהירה איבער עניני אמונות ודעות.
קומענדיג אין די ריי האָט מען געהאַט דעם כבוד צו הערן די דברי פי חכם חן פון הגאון הגדול רבי יעקב קאפּעל שוואַרץ שליט"א אבדק"ק בויאם ובמעח"ס יקב אפרים, וואָס ביי א גרויסן ציבור פונעם מיטליעריגער ציבור, האָט זיין ערשיינונג דערמאַנט זיסע זכרונות פון די יאָרן ווען מען האָט זוכה געווען לקבל לקחה של תורה מפּיו, במשך די יאָרן וואָס ער האָט געדינט אַלס מרביץ תורה אין די סאַטמאַרער ישיבה גדולה במשך קרוב צו צוואָנציג יאָר נאָכאַנאַנד, און ביי נאָך עלטערע אידן, ובפרט ילודי ארץ ישראל האָט עס דערמאַנט ימי בחרותו פונעם רב שליט"א ווען ער איז געווען דער פאר התלמידים פון די סאַטמאַרער ישיבה אין בני ברק, ועוד יזכור להם דער לעצטער באַזוך פון רבי'ן זי"ע בשנת תשכ"ה, ווען דער רבי האָט זיך אַסאַך משתעשע געווען אין לערנען מיט הגאון רבי קאפּעל שליט"א.
מיט גאָר שטאַרקע ווערטער האָט דער חשוב'ער רב שליט"א ממשיך געווען, אַרויסצוברענגען דרכו בקודש פון רבי'ן ווי ער איז געווען דער גרויסער מלמד זכות אויף אידישע קינדער, און ער האָט זיך מוסר נפש געווען פאַר אידישע קינדער. ער האָט געהאַט אַזאַ געוואַלדיגע אהבה צו ארץ ישראל, ווי מען האָט געזען כמה פעמים, ובפרט ביי די הייליגע תפלות מיט וויפיל המיית הלב ער האָט זיך מתגעגע געווען צו קדושת ארץ ישראל. ווען דער רבי זי"ע איז דאָס לעצטע מאָל געווען אין ארץ ישראל בשנת תשכ"ה, האָט ער פאַר'ן אַוועקפאָרן נאָכגעזאָגט די ווערטער פונעם צמח ה' לצבי, אַז ווען רשעי ישראל זענען מטמא ארץ ישראל, נעמט דער אויבערשטער אַוועק די ריכטיגע ארץ ישראל פון דעם מקום הקודש. דער רבי האָט זיך דאַן אויסגעדרוקט מיט בענקשאַפט און צובראָכנקייט "ווער ווייסט צו איך האָב געהאַט די זכי' צו זיין ארץ ישראל".
און טאַקע צוליב דעם, צוליב זיין אהבת ארץ ישראל האָט דעם רבי'ן אַזוי שטאַרק געבלוטיגט וואָס די רשעים טוען דאָרט אין ארץ ישראל. ער האָט תובע געווען עלבונה און כסדר געשריגן קעגן די מעשה הרשעים בפלטרין של מלך.
אן עלעקטערישער שטראָם האָט יעדן אַרומגענומען הערענדיג די בשורה אַז מ'האָט אַצינד דעם כבוד אַז דער אורח הגדול הגאון האדיר פּוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א ערשיינט אַצינד אין זאַל. ספּאָנטאַן האָט דער ציבור אויסגעבראָכן אין א הילכיגן געזאַנג אויף "כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לך" און מ'האָט מקדם פּניו געווען מיט ריכטיגן כבוד, כראוי לכבודה של תורה.
קורץ דערנאָך וואָס דער רבי שליט"א איז ערשינען האָט מען געהאַט די זכי' צו הערן דעם "דבר ה' מירושלים" וואָס דער ראב"ד שליט"א האָט משמיע געווען, מלא וגוש מיט טיפע און יסודות'דיגע רעיונות איבער די שיטה הקדושה והבהירה וואָס דער ציבור האָט געשלונגען מיט א זעלטענעם דורשט.
דער ראב"ד שליט"א איז קענטליך געווען שטאַרק מרוגש פון דעם ריזיגן ציבור פונעם יהדות ניו יאָרק וואָס האָט זיך פאַרזאַמעלט מיטן איינעם ציל, זיך מחזק צו זיין אין די שיטה הקדושה מיט א קלאָרקייט, לויט דעם דרך וואָס מ'האָט זוכה געווען מקבל צו זיין פון מרן רביה"ק זי"ע. במשך די דרשה פונעם ראב"ד האָט מען געקענט טאַפּן אין די לופטן דעם אויסטערלישן רגש דקדושה וואָס האָט זיך געשפּירט ביי יעדן. דער עצם זאַך אַז אַזאַ גדול בישראל וואָס שטייט שוין צענדליגער יאָרן נאָכאַנאַנד בראש מערכות ישראל, און איז כהיום דער אנערקענסטער פּוסק ביים יהדות החרדית אומעטום, דאָס אַליינס האָט געגעבן דעם שטאַרקן געפיל צו זיצן מיט יראת הכבוד און אויסהערן די דברים היוצאים מלבו הטהור.
די דרשה פונעם ראב"ד שליט"א האָט זיך פאַרצויגן אויף קרוב צו דרייפערטל שטונדע, ומחמת תשות כוחו האָט דער ראב"ד שליט"א פאַרלאָזט דעם זאל גלייך דערנאָך, גייענדיג אויף אָפּרוה אויף א שטיק צייט, און איז שפּעטער צוריק ערשינען אין זאַל מיטצוהאַלטן דעם המשך פונעם מעמד.
אינצווישן בין הפרקים, גלייך נאָך די דרשה פונעם ראב"ד שליט"א האָט מען מיט וואַרעמקייט געזינגן דעם זמר "רחם בחסדך על עמך צורינו" וואָס האָט אַריינגעברענגט פרישע רגשי קודש ביים גאַנצן ציבור, גרייטנדיג זיך צום קלימאַקס פונעם כינוס הגדול, צו הערן די דברי אלקים חיים פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
דער ריזיגער ציבור וואָס האָט זוכה געווען מיטצוהאַלטן דעם מעמד אדיר, האָט שוין דאַן געהאַלטן נאָך א גוטע צוויי-און-האַלב שטונדן מיטהאַלטעדיג דעם מעמד. מ'האָט דאָך שוין אַזויפיל געהאַט געהערט ביז איצט, און מ'איז דאָך נישט מיד געוואָרן. מ'האָט געדורשט און געלעכצט צו הערן נאָך און נאָך. דאָס איז געווען פאר די דרשה פון רבי'ן שליט"א. נאָך די דרשה פון רבי'ן איז יעדער געווען אַזוי איבערגענומען, אַזוי קלאָר אין די מחשבות, אַזוי אויסגעלייטערט מיט די שיטה הק', אַז ס'איז געווען דער זעלבער אויסדרוק פון יעדן, מ'האָט טאַקע פאר דעם שוין געהערט אַזוי סאַך, און פון רבי'ן אַליינס האָט שוין אויך כסדר געהערט סיי איצט פאַר'ן כינוס, און סיי וואָס מ'הערט כסדר פון רבי'ן שליט"א מעורר צו זיין איבער דעם נגע הציונות, אָבער וואָס מ'האָט איצט זוכה געווען צו הערן אַזאַ קלאָרע און יסודות'דיגע דרשה, דאָס איז געווען די זאַך. דאָס האָט געגעבן דעם ריכטיגן מאָמענטום פאַר'ן כינוס, אַהיימצונעמען אַזויפיל קלאָרקייט אין די יסודות'דיגע ענינים.
די פולע דברות קודש פון רבי'ן שליט"א איז באַזונדער געשיקט געווארן דא אויף אימעיל. מ'קען ליינען די ווערטער מיט די אויגן, אָבער אין א בחינה פון רואים את הנשמע, דאָס האָט מען געדאַרפט מיטהאַלטן בשעת מעשה, דעם אויסטערלישער קאָך און ברען, דער פייער און התלהבות מיט וואָס דער רבי שליט"א האָט משמיע געווען זיינע הייליגע דיבורים, דאָס איז א זאַך וואָס נאר די טויזנטער אידן וואָס זענען אָנוועזענד געווען בשעת מעשה האָבן דאָס זוכה געווען מיטצוהאַלטן און צוצוזען.
און גענוי ווי ס'איז אוממעגליך צו שילדערן פאר ווער עס האָט דאָס נישט מיטגעהאַלטן, דעם רגש של קדושה מיט וואָס די דברות קודש זענען געזארט געוואָרן, גענוי אַזוי איז שווער אָדער אוממעגליך צו שילדערן דער טאפענדער התרשות וואָס האָט זיך געשפּירט דורכאויס די גאַנצע צייט פון די דרשה. כסדר במשך די דרשה האָט מען געזען ווי אידן דעקן זיך צו די אויגן, און פאַרגייען אין א געוויין פון גרויס התרגשות.
בהמשך הדברים האָט דער רבי שליט"א אַראָפּגעלייגט די יסודות פון די הייליגע שיטה מיט אַזאַ אויסטערלישן קלאָרקייט, אָנהייבנדיג פון די היסטאָריע פון דעם קליפּת הציונות, ווי אַזוי דאס האָט ליידער אָנגעהויבן צו שלאָגן וואָרצלען ביי כלל ישראל, און אַזוי האָט דער רבי שליט"א אָנגערירט אַלע אַספּעקטן אַרום דעם רעיון הציוני, ווי שטאַרק מען דאַרף נזהר זיין על כל פּרט ופרט. "עס איז געווען ווי א שיעור כללי אין דעם הייליגן ספר ויואל משה" – איז געווען דער אויסדרוק פון סאַטמאַרער חסידים וואָס זענען אויסגעקאָכט אין דעם הייליגן ספר על כל פּרט ופרט. אין די קורצע צייט פון בלויז א שעה-און-צוואָנציג מינוט, האָט דער רבי שליט"א מיט אן אויסטערלישן קלאָרקייט אַרומגענומען א גרויסן טייל פון די ענינים וואָס דער רבי שמועסט אויס באריכות אין ויואל משה, דעם גאַנצן ענין פון גלות ישראל, ווי אידן האָבן אַלץ מקבל געווען דעם עול הגלות באהבה, און פאַרשטאַנען אַז נישט ווייל אידן זענען געווען שוואַכער צוליב דעם האָט מען זיך פאַרטריבן אין גלות, פאַרקערט איז עס געווען, אידן זענען געווען א שטאַרק פאָלק, ולא האמינו כל יושבי תבל אַז מ'קען זיי באַזיגן. אָבער מ'איז דאך געגאַנגען אין גלות, ווייל דאָס איז געווען דער רצון ה', ומפני חטאינו גלינו מארצינו.
אזוי האָט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט אַלע אַנדערע ענינים, ובפרט איבער שותפות במלכות המינות וואָס עס האָבן די רעליגעזע חברי הכנסת, און די אַלע וואָס וואָס גייען צו די בחירות הטמאות וואָס בכוחם האָבן די חברי הכנסת דעם כח עובר צו זיין אויף דעם דת תורה. מיט א הייליגן פייער אַרויסגעברענגט ווי ווייט מען דאַרף נזהר זיין נישט נתפּעל צו ווערן ממעשה הרשעים און נאָכגעזאָגט דערביי דברים נוראם פון רביה"ק זי"ע, אַז דאָס איז מעכב ביאת משיח צדקינו.
בקול צעקה מלא צער האָט דער רבי שליט"א אויסגעשריגן: "ווען משיח צדקינו וועט קומען, און יעדער איד וועט האָבן די זכי' דורכצוגיין שלום נעמען פון משיח, ווי גרויס וועט זיין די בושה ווען משיח וועט אים פרעגן 'פאַרוואָס האסטו מעכב געווען מיין קומען? דו מיט דיין זיך מיטפרייען בהצלחת הרשעים האסט דאך אויפגעהאַלטן ביאת המשיח. די בושה וועט דאָך זיין מורא'דיג!'.
און דער פייער האָט נישט נאָכגעלאָזט. דער רבי שליט"א איז ממשיך ארומצוגערעדן איבער די פאַרשידענע הצלחות פון די רשעי הציונים און פרעגט מיט א ביטערניש "איך ירדנו פלאים? תלמידים וחסידים פון רבי'ן זי"ע אייכם? אייכם?" ווי קען דאָס זיין אַז מ'האָט שוין פאַרגעסן פון דעם אש קודש מיט וואָס דער רבי האָט אַלץ פאַרפירט דערקעגן ווי שטאַרק מען דאַרף זיך היטן ווי פון פייער פון אַזעלכע זאַכן. מנהמת לבו האָט דער רבי שליט"א אויסגעשריגן "נח נפשי' דרבי!" אויב קען זיין אַזאַ זאַך אז מ'פריידט זיך מיט בהצלחת הרשעים, דאָס איז דאָך דער מיתת צדיקים! עס פעלט שוין זייער כח. – אוי האָט דאָס געטראָפן אין פּינטל, אין ציל, ביי יעדן איינעם פּערזענליך. "אייכם, אייכם" האָט אָפּגעקלונגען דער קול ה' בכח. יעדער איז געזעסן איינגעזינקן פאר זיך, און זיך געמאַכט זיין אייגענעם חשבון הנפש, אייכם, וואו בין איך? וואָס איז מיט מיר? בין איך ריין פון אַזעלכע מחשבות?.
בין הדברים האָט דער רבי שליט"א דערמאַנט ברגשי אש קודש די געוואַלדיגע צפי' לישועה וואָס מ'האָט געזען ביים הייליגן רבי'ן, די בכיות עצומות וואָס דער רבי האָט פאַרפירט יעדן יום טוב ביי "ומפני חטאינו גלינו מארצינו" און ווי ער האָט יעדן שבת אינדערפרי ביים דאַווענען אַזויפיל צוזאמגעוויינט ביי "ממקומך מלכינו תופיע". דער רבי שליט"א האָט דאָס געזאָגט מיט אַזאַ קאָך, מיט א קול חנוק מדמעות, וואָס האָט ספּעציעל אויפגעשטורעמט די הערצער פון דעם טויזנטער פאַרזאַמעלטע, ובפרט ביי די זקני החסידים, חברי אהבת קדומים ביי וועמען דער גאַנצער תוכן ובפרט דער אופן אמירתה לגבוה, האָט אַזוי שטאַרק מעורר געווען זכרונות מימי קדם. כאַפּנדיג א בליק צום צענטער פונעם זאַל וואו די חברי אהבת קדומים זענען געזעסן צוזאַמען, האָט מען פון אַלע זייטן געזעסן ווי אידן זיצן מיט אַראָפּגעלאָזטע קאָפּ, און לאָזן טייכן טרערן פון התרגשות, דערמאַנענדיג זיך פון די הייליגע תפלות מיט וואָס דער הייליגער רבי האָט אַזויפיל אויסגעוואַשן אידישע הערצער, און מ'האָט דערהערט דעם קריאת הקודש פון רבי'ן שליט"א, איבער דעם פליכט וואָס עס ליגט אויף יעדן איינעם פון זיי, דאָס ווייטער איבערצוגעבן לדורות אחריו, פאר די קינדער און אייניקלעך, אַריינצוברענגן אין זיי דעם געפיל און ברען וואָס דער רבי האָט אַלץ געהאַט צו די גאולה שלימה.
אַזוי האָט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט פאַרשידענע למעשה'דיגע החלטות וואָס מען דאַרף אַהיימנעמען פון דעם כינוס, זיך קובע צו זיין שיעורים תמידין כסדרן אין די הייליגע ספרים פון רבי'ן זי"ע, סיי בעלי בתים און סיי אין די ישיבות, דאָס זעלבע דעם געפיל פון כסדר שטיצן די מוסדות הקדושים על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, אויף וואָס דער רבי שליט"א האָט ספּעציעל מייסד געווען די פרישע קופּה "שקל הקודש" וואָס וועט פאַרטיילן די תמיכה פון אנ"ש חסידי סאַטמאַר פאר די ערליכע מוסדות אין ארץ ישראל, דורך דעם הייליגן מוסד "קרן הצלה" און בעיקר צו שטיין גרייט מיט א פעסטקייט ווייטער לוחם צו זיין קעגן אַלע גזירות פון די רשעי ישראל אין ארה"ק, ובפרט קעגן דעם שרעקליכן גזירת גיוס וואָס דאַרף ליידער אַריינגיין אין קראַפט ביז געציילטע חדשים אַרום.
באַזונדער האָט דער רבי שליט"א אַרויסגעברענגט דעם פליכט וואָס ליגט אויף חסידי סאַטמאַר, זיך צו האַלטן מיט א גאוה דקדושה צו די שיטה הקדושה והבהירה, צו וויסן מיט א קלאָרקייט אַז דעם רבי'נס הייליגע שיטה דאָס איז תורת אמת, ותורתו ושיטתו איז חי וקיים לעולם ומינה לא נזוע.
דאָס זענען בלויז בקוצר קצרה די הייליגע פלאַמפייערדיגע דיבורים וואָס מען האָט זוכה געווען צו הערן, און א מקצת מן המקצת פון די רוישיגע געפילן וואָס עס האָט יעדן באַנומען בשעת'ן הערן דעם תוכן הדברים מיט אַזאַ קלאָרקייט און מיט אש להבת שלהבת.
עס איז זיכער אַז די דרשה פון רבי'ן שליט"א וועט נאָך אַסאַך אַסאַך איבערגעהערט און גע'חזר'ט ווערן דורך סאַטמאַרער חסידים, אויפ'ן אופן ווי מען חזר'ט היינט כסדר די הייליגע באַקאַנטע תורה'ס פון נשא בהעלותך שלח קרח, און נאָך.
ווי אַנדערש האָט נאָך אַזעלכע פייערדיגע דיבורים זיך געזאָגט די פּסוקי היחוד, ופסוקי עול מלכות שמים, וואָס איז פאָרגעזאָגט געוואָרן מיט א נוסח מיוחד דורך האדמו"ר מסטאַניסלאָוו שליט"א על ישראל הדרתו בעיר לאָנדאָן יצ"ו. דער ציבור הרבבות האָט נאָכגעזאָגט די פּסוקים מיט טרערן אין די אויגן, און דערביי זיך מקבל געווען עול מלכות שמים שלימה, מיט א גאַנצקייט און פעסטקייט, מיט א קבלת עול זיך נישט אַוועקצורירן פון די הייליגע דרכים עד ביאת משיח צדקינו.
שווער שווער איז צו שילדערן די געפילן ביים פאַרלאָזן דעם זאַל, און בשעת תפלת המנחה אָדער נאָך אינעם בנין אָדער אויף די באָסעס צוריק, וואו מען האָט געזען אידן שטייען און זענען שופך שיח מיט השתפּכות הנפש אַז מ'זאָל זוכה זיין איינצוקריצן די הייליגע דיבורים וואָס מ'האָט זוכה געווען צו הערן אויף שטענדיג, און האָבן די זכי' צו גיין ווייטער אין די הייליגע דרכים אויף שטענדיג.
ַסאַך אַסאַך איז נאָך פאַרבליבן אין די פּענע צו שרייבן געדאַנקן און איבערלעבענישן פון דעם כינוס, אָבער זמן איז נישט מספיק. וואָס יעדער אָבער האָט געשפּירט בשעת'ן פאַרלאָזן דעם בנין, ווי מ'איז מיט א קאָפּ העכער. מ'איז געוואָרן אַזוי אויסגעקלאָרט, מ'האָט באַקומען אַזאַ קלאָרן מהלך המחשבה, וואָס מעג מען און וואָס טאָר מען נישט, און אַזוי קען מען האפן שוין גאַנץ בקרוב זוכה צו זיין צו די גאולה שלימה וקרובה.
דער טאָג פון כ' סיון תשע"ח וועט זיכער פאַרשריבן ווערן מיט גאָלדענע אותיות בקורת עדת חסידי סאַטמאַר, אַלס דער טאָג ווען סאַטמאַר האָט צוריקבאַקומען דעם אַמאָליגן אָרגינעלן גלאַנץ און פראכט, וואָס דאָס וועט אי"ה באַגלייטן יעדן פון די משתתפים עד ביאת הגואל בקרוב.

≈♦≈

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג יוני 08, 2018 4:16 pm

פ' לך לך האט געשריבן:פאלט מיר יעצט ביי:
מהאט מקיים געווען בשלימות דעם 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' (די וואכעדיגע סדרה)
ולא תתורו אחרי לבבכם, זו מינות - ציונות, ואחרי עיניכם, זו גו"ע - סקרינ'ס

זאגן אויף סקרינס ג"ע איז א שטיקל סטרעטש. כדי זיך נישט צו באנוצן דערמיט איז גענוג אז ס'איז גע'אסר'ט געווארן
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 11, 2018 12:05 pm

unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (86.89 KiB) געזעהן 2924 מאל
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (157.1 KiB) געזעהן 2924 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (155.14 KiB) געזעהן 2924 מאל
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג יוני 12, 2018 7:09 pm

קהלה
צוגעלייגטע
קהלא.JPG
קהלא.JPG (71.18 KiB) געזעהן 2651 מאל

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג יוני 12, 2018 9:20 pm

סעטינגס האט געשריבן:קהלה

can I buy it in the us?
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
אויסגעשלאפן
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 10:32 am

תגובהדורך אויסגעשלאפן » מיטוואך יוני 13, 2018 11:31 am

שטענדיג "אויסגעשלאפן"

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

קונטרס גואל ישראל

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 17, 2018 3:14 pm

קומט ארויס די וואך אי"ה
צוגעלייגטע
Document-page-001.jpg
Document-page-001.jpg (315.14 KiB) געזעהן 2283 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 21, 2018 2:42 am

די ״ספר גואל ישראל״ איז שוין עוועלעביל. ס׳קאסט איין גאנצע דאלער.

זייער שיין און א גוטע תוכן׳פולע ליקוט. כ׳האלט אבער ס׳וואלט בעסער געווען ווען ס׳איז צוטיילט לויט פרקים, ארויסגעקליבן פון די דרשות. נישט דרשות דרשות באזינדער.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:37 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די ״ספר גואל ישראל״ איז שוין עוועלעביל. ס׳קאסט איין גאנצע דאלער.

זייער שיין און א גוטע תוכן׳פולע ליקוט. כ׳האלט אבער ס׳וואלט בעסער געווען ווען ס׳איז צוטיילט לויט פרקים, ארויסגעקליבן פון די דרשות. נישט דרשות דרשות באזינדער.

ווי קען מען עס קויפן?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יוני 21, 2018 3:11 pm

אהבת השם האט געשריבן:ווי קען מען עס קויפן?

אין ביהמ"ד

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג יוני 22, 2018 12:45 am

א בחינה ווי די על הגאולה בשעתו וואס איז געווען צאמגעשטעלט פון די תורות פון נשא בהעלותך שלח קרח.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובהדורך איך מיין עס אמתדיג » פרייטאג יוני 22, 2018 2:42 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:ווי קען מען עס קויפן?

אין ביהמ"ד

עס איז דא צו באקומען אין די בתי מדרשים ווי אויך אין אלע ספרים געשעפטן איבער גרעיטער נוי יארק

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יוני 24, 2018 4:04 pm

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:ווי קען מען עס קויפן?

אין ביהמ"ד

עס איז דא צו באקומען אין די בתי מדרשים ווי אויך אין אלע ספרים געשעפטן איבער גרעיטער נוי יארק

אין וויליאמסבורג אין וועלעכע ספרים געשעפטן איז עס דא? איך בין געווען אין עטליכע ספרים געשעפטן און נישט געזען.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

קראון הייץ
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 8:45 pm

תגובהדורך קראון הייץ » זונטאג יוני 24, 2018 4:21 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:ווי קען מען עס קויפן?

אין ביהמ"ד

עס איז דא צו באקומען אין די בתי מדרשים ווי אויך אין אלע ספרים געשעפטן איבער גרעיטער נוי יארק

אין וויליאמסבורג אין וועלעכע ספרים געשעפטן איז עס דא? איך בין געווען אין עטליכע ספרים געשעפטן און נישט געזען.


עס איז דא אין סאטמארער בית המדרש אויף 13 הופער עס ליגט אויפן טיש גראד ווען מען קומט אריין
עס קאסט א דאללער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יוני 24, 2018 8:01 pm

און ביהמ״ד הג׳ און קרית ויואל משה באנגעלאו קאלעני (איחוד) איז היינט פארגעקומען די ערשטע פון א טעגליכע נייע שיעור און ספר הק׳ על הגאולה ועל התמורה. געווען א שיין און אומגעראכטענער ציבור באטייליגטע. ס׳ווייזט ווי ווארעם דערוילעם איז דערצו.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובהדורך איך מיין עס אמתדיג » מיטוואך יוני 27, 2018 10:38 am

עכט היימיש האט געשריבן:
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:ווי קען מען עס קויפן?

אין ביהמ"ד

עס איז דא צו באקומען אין די בתי מדרשים ווי אויך אין אלע ספרים געשעפטן איבער גרעיטער נוי יארק

אין וויליאמסבורג אין וועלעכע ספרים געשעפטן איז עס דא? איך בין געווען אין עטליכע ספרים געשעפטן און נישט געזען.

(באקומען פון א עסקן)
אין וומ"ס איז עס דא אין די פאלגענדע ספרים געשעפט
בית הספר
תלפיות
וויינשטאק'ס
איינהארנ'ס
רובינפעלד'ס
סגולה
ווי אויך אין די פאלגענדע בתי מדרשים
ביהמ"ד הגדול - הופער
ביהמ"ד ברך משה
ביהמ"ד קראלי
בביהמ"ד קרית ויאל משה מאנטיסעלאו

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » זונטאג אוגוסט 05, 2018 5:49 pm

שטייענדיג אפגעריקט פונעם גרויסען כינוס, איז אינטערסאנט געווען צו זעהן ווי עטליכע סאטמארע קעמפס אין קאלאניס האבען אויפגעשפילט א כינוס כללי פאר די תשב''ר, פאר די קינדער וואס זענען געווען אדער געהערט פין די עלטערן פונעם כינוס קריצט זיי דאס שטערקער אריין מוח אין לאזט א רושם, ספעציעל זעהט אויס גאר גיט די כינוס אין מחנה ברך משה וואדבורען אין מחנה רב טוב מאנטוסעלא


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט