עצרת ביום כ' סיון - משנת רביה"ק מסאטמאר בענין ציונות

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 29, 2018 10:00 am

יחזקאלע האט געשריבן:איך קען נישט מער ווי מיטשטומען מיט הלשון, און די אנדערע מגיבים בנוגע די סקרין שאלה, (סוכ"ס, האבן דאך עסקני ק"ק סאטמאר מהר"א נישט קיין פעסט עקספיריענס בנוגע סטעדיומ'ס...) מיר זענען ב"ה געווען סיי און סיטי פיעלד און סיי און בארקלעי סענטער, א סטעדיום איז ריזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזיג!!! דער וואס זיצט אויפן 25'סטן שטאק ווייט פונעם אויבן אן זעהט גארנישט!!! זילטש! נאדא! איך בין דארט געווען... און אז מען זעהט גארנישט, איז לכה"פ פופציג פארצענט פון די היסטארישקייט פון אזא מעמד פארהוילן פון די אלע אויבענדערמאנטע, ער פילט שוין באלד ווי דער און אוסטראליע וואס האט מיטן כינוס אזויפיל צו קוקן אויף די בילדער נאכדעם, אינו דומה שמיעה לראי' איז נישט היינט געבוירן ובפרט ביי אזא היסטארישע מעמד, נעמט עס און באטראכט!!!

זייער א שטארקע נקודה, מען דארף עקספיריענס אין א סטאדיום. יא, מיך האט אויך געבאדערט די סקרינס, סוף כל סוף וואלט רוב עולם נישט געזעצן אזוי לאנג אן דעם.

מיין מיינונג, עס גייט זיין סקרינס. נישט פארהאן קיין אויסוועג ממילא מיט די פארוואלטונג פונעם סטאדיום.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מאי 29, 2018 10:08 am

יחזקאלע האט געשריבן:איך קען נישט מער ווי מיטשטומען מיט הלשון, און די אנדערע מגיבים בנוגע די סקרין שאלה, (סוכ"ס, האבן דאך עסקני ק"ק סאטמאר מהר"א נישט קיין פעסט עקספיריענס בנוגע סטעדיומ'ס...) מיר זענען ב"ה געווען סיי און סיטי פיעלד און סיי און בארקלעי סענטער, א סטעדיום איז ריזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזיג!!! דער וואס זיצט אויפן 25'סטן שטאק ווייט פונעם אויבן אן זעהט גארנישט!!! זילטש! נאדא! איך בין דארט געווען... און אז מען זעהט גארנישט, איז לכה"פ פופציג פארצענט פון די היסטארישקייט פון אזא מעמד פארהוילן פון די אלע אויבענדערמאנטע, ער פילט שוין באלד ווי דער און אוסטראליע וואס האט מיטן כינוס אזויפיל צו קוקן אויף די בילדער נאכדעם, אינו דומה שמיעה לראי' איז נישט היינט געבוירן ובפרט ביי אזא היסטארישע מעמד, נעמט עס און באטראכט!!!

נאך אלץ איז סקרינס און ווידיאו אסור
אונז האב מיר זיך געהאלטען פעסט ביז יעצט, און אונז וועלן אי"ה נישט דורך פאלן יעצט אויך נישט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 29, 2018 10:18 am

יחזקאלע האט געשריבן:איך קען נישט מער ווי מיטשטומען מיט הלשון, און די אנדערע מגיבים בנוגע די סקרין שאלה, (סוכ"ס, האבן דאך עסקני ק"ק סאטמאר מהר"א נישט קיין פעסט עקספיריענס בנוגע סטעדיומ'ס...) מיר זענען ב"ה געווען סיי און סיטי פיעלד און סיי און בארקלעי סענטער, א סטעדיום איז ריזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזיג!!! דער וואס זיצט אויפן 25'סטן שטאק ווייט פונעם אויבן אן זעהט גארנישט!!! זילטש! נאדא! איך בין דארט געווען... און אז מען זעהט גארנישט, איז לכה"פ פופציג פארצענט פון די היסטארישקייט פון אזא מעמד פארהוילן פון די אלע אויבענדערמאנטע, ער פילט שוין באלד ווי דער און אוסטראליע וואס האט מיטן כינוס אזויפיל צו קוקן אויף די בילדער נאכדעם, אינו דומה שמיעה לראי' איז נישט היינט געבוירן ובפרט ביי אזא היסטארישע מעמד, נעמט עס און באטראכט!!!

ניצן דעם שפאקטיוו קומט נישט און באטראכט?. איינס, צווייטנס, לויט ווי ס׳איז געווען באריכטעט האט מען יא ״אפציעל״ געארבעט צונפארלעשן די סקרינס און בארקלעי, אויב איז דאס אמת, פארוואס?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 29, 2018 10:28 am

מיינונגען איז נאר נוגע נאר אויב יא אדער נישט ניצן דעם סקרין איז אן אויסוואל, און אויב ס׳איז טאקע א אויסוואל וועט די מהר״א זיין דער וואס וועט באשליסן יא אדער נישט. און אויב ס׳איז נישט קיין אויסוואל, נו וואסעדע דעבאטע דא?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג מאי 29, 2018 10:28 am

אויב גייט מען יא אנצונדען די סקרינס איז עס א געפערליכע זאך נישט נאר פאר יעצט נאר פאר להבא דאס מיינט צו זאגן אז ווען סאטמאר מאכט א גרויסע כינוס איז סקרינס אפציעל מותר אויב אבער לאזט מען נישט קיין סקרינס איז עס שטארקע מעסעדזש אפילו עס איז זייער שווער אזוי צו פירן א מעמד אבער פאר אידישקייט פארקוקט נישט.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג מאי 29, 2018 10:49 am

מי יודע האט געשריבן:
יחזקאלע האט געשריבן:איך קען נישט מער ווי מיטשטומען מיט הלשון, און די אנדערע מגיבים בנוגע די סקרין שאלה, (סוכ"ס, האבן דאך עסקני ק"ק סאטמאר מהר"א נישט קיין פעסט עקספיריענס בנוגע סטעדיומ'ס...) מיר זענען ב"ה געווען סיי און סיטי פיעלד און סיי און בארקלעי סענטער, א סטעדיום איז ריזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזיג!!! דער וואס זיצט אויפן 25'סטן שטאק ווייט פונעם אויבן אן זעהט גארנישט!!! זילטש! נאדא! איך בין דארט געווען... און אז מען זעהט גארנישט, איז לכה"פ פופציג פארצענט פון די היסטארישקייט פון אזא מעמד פארהוילן פון די אלע אויבענדערמאנטע, ער פילט שוין באלד ווי דער און אוסטראליע וואס האט מיטן כינוס אזויפיל צו קוקן אויף די בילדער נאכדעם, אינו דומה שמיעה לראי' איז נישט היינט געבוירן ובפרט ביי אזא היסטארישע מעמד, נעמט עס און באטראכט!!!

אלעס פיין און גערעכט ווען מ'רעדט פון דעת בעה"ב
און לאז מיר זיך נישט פאפן, ס'איז אנדערש ווי ווען מען הערט אויפן טעלעפאן ווי ווען מען זיצט מיט טויזענטער אידן ארומגענומען, מ'פילט זיך א חלק פונעם מעמד
זכרנו ימים מקדם, אזא שנת החמישים אין ארמארי תשנ"ה (נאר א דוגמא), נישט געווען קיין קוקערס, גארנישט, איך בין געווען א בחור'ל, געזיצן די אנדערע עק זאל, בלויז געהערט די דרשות, רוב ציבור איז געזעסן צוגעשמידט צו די פלעצער
נאר וואס יא, ס'פעלט אויס מ'זאל האבן אין זאל עפעס עסן און טרינקען וואס מ'זאל צושטעלן (און גענוג ביהכ"ס.... דאס גייט זיין יעדעם'ס ערשטע סטאנציע....)

דא ליגט ווארשיינליך א שטיקל חסרון ידיעה, אינו דומה ארמארי ווי מען איז לכאורה געזיצן צונויפגעפרעסט הונדערטער און טויזענטער צוזאמען , מען האט זיך אריינגעשטופט מער ווייניגער פון איינס צוויי אריינגענג, און ווי די ערווענסט, מען האט זיך געפילט א טייל... מה שאין כן אין א סטעדיום וואס איז זייער זייער גרויס, איינמאל מען קומט אריין אינעם בנין צושפרייט זיך יעדער צו זיין סעקשען, שטאק, אפטיילונג, זייט וכו' וכו', איינמאל די זיצט אויף דיין פלאץ, אויסער די פאר הונדערט יודן וואס די זעסט ארום דיר, זעסטו כמעט גארנישט, מען פילט בכלל נישט קיין חלק פון טויזענטער נאר ווי אן אינדווידועלער אויף זיין זיץ, במילא ווי געזאגט, אן די סקרינ'ס איז די האלבע זאך נישט אינטערעסאנט, וכינוס כלל ישראל ווי רוב מנין ובנין גאונים וצדיקים, פון כמעט כל קצוי תבל זענען געווען פארזאמעלט, און די מטרה איז לכתחלה געווען נגד הטעכנעלאגיע, עכ"ז האט מען פארשטאנען אז עס פעלט אויס.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג מאי 29, 2018 11:18 am

וויכטיגע מעלדונג: די נושא פון די "סקרינס" איז שוין אויסגעשמועסט געווארן פון אלע צדדים די והותר, נישט געזארגט די באשלוס גייט נישט דא אנשיידן ווערן סיי ווי...

די סאבדזשעקט איז געשלאסן.

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » דינסטאג מאי 29, 2018 12:43 pm

אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט נאכגעברענגט דא.

כינוס = אותיות כ' סיון

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג מאי 29, 2018 12:47 pm

איינער ווייסט אויב מען קען נאך באקומען ערגעץ טיקעטס?

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג מאי 29, 2018 1:07 pm

אהבת השם האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מען קען נאך באקומען ערגעץ טיקעטס?

76 rutledge

דער מח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » דינסטאג מאי 29, 2018 2:13 pm

יעצט געווען א פייערדיגע דרשה אין מבצר הכוללים קרית יואל דורך הגאון הצדיק חסידא ופרישא רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים ומו"ץ העדה החרדית, אין בעפארברייטונג צום כינוס, ער האט געשטורעמט און געפייערט מיט דיבורי אמונה הטהורה, אויפגעקאכט דעם עולם מיט האר-אויפשטעלנדע עפיזאדן וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן ווי ביים ציבור וואס חזר'ן נישט די מלחמחה קעגן ציונות ווערט אזוי אפגעקילט דאס ענין עס ווערט ממש "אונזער" מדינה, "אונזער" שר הבטחון וכו' וכו' ר"ל מהאי דעתא.
ער האט אויסגעפירט בשם איינע פון די פריערדיגע צדיקים "אם אין דעת הבדלה מנין, די אלע צומושענישן קומט ווייל עס פעלט דער דעת, דעת איז אותיות "עדת", דברו אל כל עדת בנ"י, מען דארף אין אזא צייט זיך צאמקומען און רעדן דיבורי אמונה" ע"כ
מיט אן אש קודש האט ער אויסגעפירט: "עס וועט זיך גיסן א שפע פון אמונה ביי דעם כינוס, מען וועט אהיימגיין מיט פולע קעשענעס אמונה!!!"

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 29, 2018 2:33 pm

ווי האלט איך דא האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מען קען נאך באקומען ערגעץ טיקעטס?

76 rutledge

אין בארא פארק?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

אש תמיד 'תוקד'

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 29, 2018 4:28 pm

א זיסע דרשה פון הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א בנוגע דעם עצרת
https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פרא איי וועלט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 2:25 pm

תגובהדורך פרא איי וועלט » דינסטאג מאי 29, 2018 5:26 pm

מי יודע האט געשריבן:א זיסע דרשה פון הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א בנוגע דעם עצרת
https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D

drobox please

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 29, 2018 5:36 pm

פרא איי וועלט האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:א זיסע דרשה פון הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א בנוגע דעם עצרת
https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D

drobox please

https://www.dropbox.com/s/72xvpyxvedlmc ... 1.MP3?dl=0
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דער מח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » דינסטאג מאי 29, 2018 5:36 pm

מי יודע האט געשריבן:א זיסע דרשה פון הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א בנוגע דעם עצרת
https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D

דאס איז א דרשה פאר בחורים, ער ברענגט שטארק ארויס די ערנסטקייט פונעם כינוס, און די משמעות שבו, זייער צום זאך.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג מאי 29, 2018 5:37 pm

מי יודע האט געשריבן:א זיסע דרשה פון הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א בנוגע דעם עצרת
https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D

ר' מאיר איז דעך אייביג זיס, הוצק חן בשפתותיו...

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג מאי 29, 2018 6:45 pm

איך בין סורפרייזד צו ווערן איבערצייגט אז ס'דאס מאל נישט קיין פראפאגאנדע אנאנס, (כ'פארשטיי די וואס מיינען אז ס'איז בלויז פראפאגאנדע) אין די עסקנים זענען באמת כמעט אויסגעלאזט פין טיקעטס, מ'וועט צולייגן פרישע סעקשאןס אויפן פלאר, אויך איז מען היינט געווען אונעם סטאדיום פאר א מעגליכקייט צו עפענן זיצן אינטער די אויבן אן, דער עולם זאל עס אליין נאכגיין ס'אנבעליוובל, מענטשן זיכען טיקעטס, זיי נעמען אויך שטארק אן א מעגליכקייט מענטשן האבען געקויפט איבריגע טיקעט אין בעטן שטארק מ'זאל צירוקברענגן ווי פריער

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג מאי 29, 2018 7:07 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ווי האלט איך דא האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מען קען נאך באקומען ערגעץ טיקעטס?

76 rutledge

אין בארא פארק?


אין 53 וועט זיין לימיטיעד טיקעטס היינט ביינאכט

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 29, 2018 7:27 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:זיכער וועט זיין א לייוו הוקאפ, אבער וועט ווארשיינליך געמאלדן ווערן נאך דעם וואס די טיקעטס וועלן זיין אויספארקויפט, די עיקר ציהל פונעם כינוס איז צו פארשפרייטן די שיטה און ווי מער מענטשן עס האלטן מיט די מעמד ווערט דאך די שיטה מער פארשפרייט

לויטן פלאן וועט נישט זיין קיין הוק אופ אין ניו יארק בשעת'ן מעמד
נאר אין די אויסלענדישע בתי מדרשים
איי איי,-וועלט

Working
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » דינסטאג מאי 29, 2018 7:33 pm

אויב איז נישטא קיין טיקעטס מער פארוואס זאל מען נישט צושטעלן א הוקאפ??

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג מאי 29, 2018 7:40 pm

מקשה זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט נאכגעברענגט דא.

כינוס = אותיות כ' סיון

;l;p-
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » דינסטאג מאי 29, 2018 8:02 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:זיכער וועט זיין א לייוו הוקאפ, אבער וועט ווארשיינליך געמאלדן ווערן נאך דעם וואס די טיקעטס וועלן זיין אויספארקויפט, די עיקר ציהל פונעם כינוס איז צו פארשפרייטן די שיטה און ווי מער מענטשן עס האלטן מיט די מעמד ווערט דאך די שיטה מער פארשפרייט

לויטן פלאן וועט נישט זיין קיין הוק אופ אין ניו יארק בשעת'ן מעמד
נאר אין די אויסלענדישע בתי מדרשים

וואס פשט?? די אידן וואס קענען נעבעך נישט קומען מאיזה סיבה שהיא, ווילן אויך זיין אויסגעקאכט אין די שיטה קעגן עצם רעיון הציוני.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 29, 2018 9:49 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
מקשה זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט נאכגעברענגט דא.

כינוס = אותיות כ' סיון

;l;p-

מדברי הרה״ג ר׳ מאיר צוויבל, רב דביהמ״ד קדושת יו״ט
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » דינסטאג מאי 29, 2018 10:26 pm

באשטעטיגט אז מ'וועט אי"ה עפענען אלע סעקשאנס אונטערן אויבנאן.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט