שרקעליכן אבלאווע פון ציוני'סטישער שלטון אויף 'מרכז הצלה' אפיסעס אין ירושלים
ארה"ק – שאק און שאדער הערשט ביים ערליכן אידנטום אין ארה"ק איבער די פרעצעדענטלאזע רדיפות און שרעקליכן איבערפאל וואס דער ציוניסטישע פאליציי האט פארגאנגענעם דינסטאג אנגעזייעט כאאס און אבלאווע אינערהאלב די הויפקווארטירן פון 'מרכז הצלה' אין מאה שערים געגנט ירושלים.
אין די מיטאג שטונדן (ארץ ישראל'דיגן זייגער), האבן געשולטע פאליציאנטן איינגעבראכן אינעם צענטראלן אפיס וואו עס קומען אריין די טויזנטער ווענדונגען און ווערן בעהאנדלט דורך די חשובע איינגעשטעלטע פונעם אפיס, נאכן קייטלען די הענט פון די איינגעשטעלטע האבן זיי אנגעזייעט א שרעקליכן חורבן ווי זיי האבן נישט אויסגעלאזט קיין אינטש, מיט עטליכע מינוט שפעטער זענען זיי אויך אנגעקומען צום באזונדערן אפיס פון די לויערס, ווי זיי האבן אויך דארט אנגעזייעט די שרעקליכן חורבן.
די גאנצע צייט איז אינדרויסן פון די אפיסעס פארגעקומען א שווערן שלאכט פעלד וואס ירושלים האט שוין יארן נישט געזען, אנגעפירט דורך די 'ימ"ר' – העכסטע איינהייט פון די ציוניסטישע פאליציי וועלכע ווערן געווענליך געניצט פאר די אראבישע שטחים, זיי האבן גערצח'עט אויף א שרעקליכן פארנעם, און ארויסגעגנב'עט פון די אפיסעס צענדליגער קאמפיוטערס, און פולע באקסעס מיט דאקומענטן און פיילס פון בחורים, ווי עס איז צום האפן אז זיי דארט נישט טרעפן קיין זאכן וואס איז אומלעגאל.
זייט דאן האבן די מסי"נ עסקנים נאכנישט גערוהט, נאר האבן די גאנצע צייט געארבעט פארן צוריקשטעלן דעם אפיס צו אנפאנגען נעכטיגן מיטוואך צופריה מיטן ארבעט ווי געהעריג ווי די אפיס איז איינגעהארדנט און פארראכטן געווארן, און עס איז שוין געברענגט געווארן נייע קאמפיוטערס, ווי די אפיס ארבעט שוין אצינד מיטן פולן קראפט.
דורכאויס דעם טאג האבן די מסי"נ עסקנים באקומען הויפנס חיזוק פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט א לענגערער וויילע אנגעפירט א טעלעפאן קאנפרעץ מיט די ראשי העסקנים, און אזוי אויך האבן זיי באזוכט ביי כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און ביי כ"ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכע האבן א לענגערע צייט אויסגעהערט די שוידערליכן באריכט איבער די איבערפאל.
באזונדער האבן די גדולי ומאורי הדור שליט"א, אויסגעהערט די שווערן נויט און חובות פון צענדליגער טויזנטער דאלער'ס פון די עסקנים איבערן שאפן דריגענד צענדליגער טויזנטער דאלער'ס פאר די שווערע שאדנס וואס די פאליצייאישע טעראריסטן האבן וואנדאליזירט די אפיסעס און געגנב'עט צענדליגער קאמפיוטערס.
אלס רעאקציע וועלן מרכז הצלה אין די קומענדיגע וואכן פארברייטערן שריט מיטן עפענען נייע אפיסעס אין 7 שטעט איבער ארה"ק, ביתר, צפת, אלעד, אשדוד, קרית ספר, בית שמש, און אויך אין ירושלים וועלן די אקטיוויטען גאר שטארק פארברייטערט ווערן, דערמיט שרייט דער יהדות החרדית פארן שלטון הכופר אתם אמרתם פן ירבה ורוח הקודש אומרת כן ירבה!.
טייערע אידן! אין אט די קריטישע טעג הערט אויס די וויי געשריי, פון טויזנטער נשמות ישראל וואס זייערע קעיסעס ווערן געפירט אין די הויפקווארטירן פון 'מרכז הצלה', וועלכע שטייען בראש המערכה קעגן די גזירת שמד הגיוס.
נוצט אויס די געלעגנהייט! און שליסט זיך שוין אן אינעם שווערן מלחמה קעגן די כוחות הטומאה, דורכ'ן שטיצן די ארגאניזאציע 'מרכז הצלה', מיט איינמאליגע אדער מאנאטליכע שטיצע, און זייט זוכה צו די ברכות לרוב פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א, וועלכע האבן אין די טעג געלאזט הערן ברכות קודש פאר די שטיצערס פון מרכז הצלה.
****
צו אנגעבן אייער נדבה דריקט דא:
פאר נדבות אין דאלער'ס ($) דרוקט דא
פאר נדבות אין שקלים (₪) דרוקט דא
אדער רופט - 079-9575660
(972-79-9575660+)
קול מלחמה
[email protected]