עצל פוילשטריק האט געשריבן:
האדמור מהרא האט סך הכל ארויסגעברענגט די גאנצע צייט אז אויב מ'וויל באמת אויפטוהן וועט מען עס נאר קענען מיט די הילף פון זייערע אייגענע רבנים, ווייל וואס די אנוועזנדע ביי די אסיפה האלטן ווייסט שוין יעדער און ווער ס'איז סר למשמעתם ווייסט וואס זיי האלטן, דער פראבלעם איז מיט די וואס זענען נישט סר למשמעת פון די אנוועזנדע רבנים, און אויף זיי וועט נישט העלפן אויב מיר וועלן נאכאמאל און נאכאמאל שרייען פוי אויף די מדינה, סיי ווייל די מדינה האט ליידער די פולסטע שטיצע פון זייערע ר"י און סיי ווייל דאס וועט נישט מאכן קיין איין בחור ווייניגער גיין אין מילטער (מ'רעדט נישט יעצט פון די פעולות לטובה וואס ווערן געטוהן דארט אויפן פראנט וואס דאס איז כ"ע מודי אז דאס איז א שטארקע מהלך צו אפהאלטן בחורים פון גיין אין מיליטער), משא"כ אויב מ'וועט אויף סיי וואספארא אופן פועל'ן ביי זיי אויך צו ארויסקומען זאגן אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער וועט מען "אפשר" עפעס אויפטוהן, און איבער דעם איז סובב הולך די גאנצע שמועס פון איבער א שעה.
די אנדערע האבן גענטפערט בסך הכל
אז אין אלע יארן האט מען נאך א שטורעם אין אמעריקא געקענט עפעס אויפטוען באר"י
דער מציאות ביי אינז באווייזט אויך אז ביז אין חו"ל איז נישט געווארן קיין טומעל וועגן גיוס, האבן די חברה אין אר"י זיך נישט גערירט פון ארט
די רבנים אין בי"ד דעדה החרדית שרייבן אויך דאס אז מיט א רעש בחו"ל קען מען רירן זאכן פאראויס.