מי יודע האט געשריבן:פלטיאל האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.
ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.
עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.
דו כאפסט נישט די נקודה, די רעדע איז נישט צו דיינין באותו העיר צו נישט.
האדמו"ר מהר"א האט געפרעגט א שאלה וואס איז נישט געווען קיין ענטפער דערויף, דהיינו, איך שרייב דיר גערן א בריוו מיט די שארפסטע לשונות, פאר וועמען? מיינע בחורים פרעגן מיר וואס צו טון, און זיי ווייסן וואס איך האלט, אבער פאר פאנאוואזישע ישיבה? זיי גייט נישט אן וואס איך האלט. ממילא וואס איז דער ציל פון א קול קורא????
וואס טוט מען אויף ווען חו"ל רבנים רעדן אריין ווען זיי זענען קיינען נישט מחייב?
בעלזא און גור זענען דען יא מחייב פאנאוויזשע בחורים?
קיינער ברויך נישט א קול קורא פון אמעריקאנע רבנים צו "מחייב" זיין איינעם, מען ברויך די אמעריקאנע רבנים צו מאכן מחאות און אסיפות צו אויפשטורמען די רבני אר"י און געבן חיזוק פאר די רבנים וראשי ישיבות וואס בלוטיגן יא נאר זיי וויינען אז זיי קענען נישט אליין און מען זאל זיי העלפן.
אויף וואס בלוטיגן זיי און וואס קענען זיי נישט?
די אייגענע ווייסן דעם פראבלעם, די פרעמדע קרייזן גייט נישט אן וואס דו זאגסט אויב זייערע אייגענע רבנים זאגן אז אלעס איז פיין, וואס פונקטליך איז דער ציל דא
אויף דעם זאגט כ"ק מהר"א "זיי קענען, זיי ווילן נישט".
כלומר, זיי ווילן נישט. ווייל מען פרעשערט זיי, זאגן זיי דו טו, און לאזט מיר אפ!
טענה'ט כ"ק מהר"א. ווען דו קענסט נישט אבער דו ווילסט, בין איך דא צו טון. אבער סתם איך זאל טון ווייל דו ווילסט נישט, ווילסט זיך ארויסדרייען? ניין. לייג נאך פרעשער! פאר אראפ צו זיי לייג פרעשער.
וואס העלפט א קו"ק? זיי האבן נישט געבעטן אונזער הילף. זיי האבן געזאגט לאז מיר אפ!
(האקט)