געפילן פון די משתתפים ביים כינוס הרבבות א' שלח - בארקלעי סענטער

אחראי: יאנאש

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

געפילן פון די משתתפים ביים כינוס הרבבות א' שלח - בארקלעי סענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ביטע עפענען א ספעציעלע אשכול פאר די באטייליגטע ביים כינוס צו קענען אויסדריקן זייער געפילן וואס שטורעמט אין הארץ.

יישר כח!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

אין לי מילים
נישטא קיין ווערטער
אויסטערלישע התעוררות געהערשט דוכאויסן גאנצן מעמד
געווען מאמענטען וואס איז ממש געקימען טרערן
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

די אבינו מלכינו קרע רוע גזר דיננו וכו' מיט די בכיות פון אב"ד קאפיש שליט"א האט מיר ארויסגעשלעפט טרערן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ביטע נישט נוצן דעם אשכול פאר איבערגעטריבענע פראפעגאנדע, אדער אגענדע געטריבענע פראגעס און אנאליזן, נאר פשוט אייער איבערלעבעניש און געפילן פונעם מעמד.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ריזן ציבור געווען מהרזל האט גערעדט זייער הארציג
די פראגראם איז געווען זייער באורינג
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נישט דערביי געווען אבער מיטגעהאלטן לעבעדיג.
ס'איז געווען א גרויסער קידוש שם שמים, יה"ר ס'זאל האבן א שטארקער אפקלאנג.
פון די שטערקסטע מאמענטן, ביי מיר לכה"פ ווייל ווער ס'איז געווען באטייליגט קענען די געפילן זיין אנדערש. די דרשה פון הגרש"א לוין, ס'האט געריסן הערצער, נישטא קיין ווערטער אויף זיינע ווערטער.
די דרשה פון הגר"א שכטר אויך געווען גאר שטארק, ס'האט געשטורעמט הערצער, סיי איבער'ן בעצם גזירת הגיוס, און סתם אזוי ווען מ'האט געזען ווי א ניינציג יעריגער איד רעדט פון חשקות ודביקות התורה, אין מילים. (ס'איז ביי מיר בעצם געווען א חידוש ווי דער גאון גייט אן ולא נס ליחו. ווי כ'האב פארשטאנען לעצטער יאר רעדנדיג צו א גרופע בחורים מישיבתו ר"ח ברלין ביי הדלקה אין קרית יואל, איז ער שוין נישט אקטיוו אין ישיבה. יה"ר עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים).
די ווערטער פון האדמו"ר מהרי"י אויך געווען גאר שטארק, איבערהויפט ביים סוף בקול חנוק מדמעות איבער'ן שעת רצון ווען דער רבי זי"ע געפונט זיך דא ועת רצון להתפלל. (כאטשיג איין איד געזען אויפ'ן אויבן-אן, מעסקני הבימה, וועלכער האט זיך געווישט די טרערן, מסתמא היו יותר). וכמובן איז געווען התעוררות פון אבינו מלכנו ושיר המעלות פון הגה"צ מקאפיש שליט"א יורדים ונוקבים לתוך חדרי בטן.
די ווערטער פון הגר"י רוטה שליט"א אב"ד מראה יחזקאל אויך געווען גאנץ שטארק, איבערהופט ביים שילדערן ממה שעיניו ראה ולא זר ביי דרשת רביה"ק זי"ע אין בני ברק, זיך עפענענדיג דאס וועסטל און מקבל געווען מסירת נפש.
יה"ר שיתבטל הגזירה במהרה ויתקדש ש"ש על ידינו.
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

מיר האט די דרשה פונעם ספרדישע ראש ישיבה געברענגט טרערן
ווי ער האט ברבים מספיד געווען א צאל בחורים פון זיין ישיבה ביי די נעמען מיט א קורצע בייעגראפיע אויף יעדן באזינדער מיט בכיות נוראות
דאס הארץ האט געריסן ווי ער האט געשריגן איפה יוסעלע איפה רחמים אין אזוי ווייטער
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

די ערענסטע ציבור האט מיר די מערסטע באנומען.

עס האט זיך באטייליגט א גאר ערענסטע ציבור, איך האב דערקענט א צאל ערענסטע אידען טייל פון זיי רבנים ( וואס זענען כלל נישט געזיצן אויבן אן נאר נארמאל צווישען עולם ) וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין טייל אפי' פון מונסי, און היבש זקנים אריבער די שמונים צו גאר די תשעים וואס זענען געזיצן צוגעשמידט אריבער 3 שעה אויף איין פלאץ.

איך האב זיך ממש נישט געגלייבט וואס עס שפילט זיך אפ!
א'מונה ב'טחון ג'עלט
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

דברים אלו האט געשריבן:ריזן ציבור געווען מהרזל האט גערעדט זייער הארציג
די פראגראם איז געווען זייער באורינג

יאפ, אמת. מהרזל האט גערעדט ווי א ריכטיגער דרשן קורץ און שארף, זייער הארציג און ווארים גערעדט.

די פראגראם איז געווען זייער לאנגווייליג, די זעלבע פראבלעם ווי ביי כינוס כלל ישראל מיט די רעדנערס...
פארוואס נעמען אדמורי"ם מיט ראשי ישיבות ווען עס זענען פארהאן גענוג גוט מגי"ש וואס זענען אייזערנע רעדנערס?

בכל אופן איז עס געווען כל כולו רגש, די התרגשות פון זען אזא ציבור אידן נאמנים לה' ולתורתו, דער עולם זיצט מיט ערנסקייט און לעכצט נאך יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון די רעדנער, אפגעזען צו מען פארשטייט דעם שפראך אדער די מייק איז גענוג קלאר...

עס גיבט הויפנס מיט חיזוק און אמונה שלימה, ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך!
ויה"ר שבמהרה יבטל הגזירה ויתרומם קרן משיח ויתגדל ויתקדש שם שמים לעיני כל העמים והשרים.
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

די געפילן ברויזשען נאך. ס׳איז נאך שווער ארויסצוברענגען, אזא ריזיגער היימישער ערליכער ציבור בליעה״ר, מ׳זעט אז די כח פונעם הייליגען רבי׳ן זי״ע איז חי וקיים און ווי כ״ק אדמו״ר מהרי"י מסאטמאר שליט״א האט ארויסגעברענגט מעמקי לבבו מיט א קול געשטיקט מיט טרערן אז מיר גלייבן אז דער רבי זי״ע איז דא מיט אונז אין אזא זמן און ס׳איז א געוואלדיגע עת רצון. און נאכדעם די געוואלדיגע התעוררות ביי אבינו מלכינו און שיר המעלות ממעמקים פארגעזאגט מיט א קול בוכים דורך כ״ק גאב״ד קאפיש שליט״א. די פסוקי יחוד וקבלת עומ״ש דורך כ״ק הראב״ד שליט״א בקול חוצב להבת אש.

די השתתפות פון אזא הערליכער אויבן אן גאוני וצדיקי הדור. אשרינו שזכינו לקדש שם שמים ברבים!
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

נישט שייך ארויסצוברענגען די געפיהלן, געהערשט א העכערע אין גאר ערענסטער אטמאספערע, איך געדענק נישט אזאנס אין פארגאנגענהייט
איין קרישקעלע וואס האט מיר שטארק געכאפט איז געווען ביים פארלאזן דעם מעמד האב איך געזעהן ווי עס פארלאזט דער מעמד ר יחזקאל פריעדמאן פון ק"י לרפו"ש, וואס ליידט שוין יארן אויף די שרעקליכע מחלה עמעס אין קען זיך גענצלעך נישט באוועגן רח"ל.
ווי ער האט זיך מטריח געווען צו קימען מיטהאלטן דעם מעמד
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

איך האב זייער באוואונדערט די אינגעלייט עסקנים וואס האבן אנגעהאלטן א מוסטערהאפטן און רואיגן סדר. די יושב ראש הרב מייזעלס האט געפירט דעם מעמד גאר פראפעסיאנאל. מיר האט זייער איבערגענומען די דרשה פון הרב לוין פון ארגענטינא, עס איז געווען דברים היוצאים מן הלב מיט א פלאם פייער.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

רב לעווין האט געמאכט דעם אוונט, ארויסגעגעבן דעם כאב היהדות
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

רחש לבי האט געשריבן:די געפילן ברויזשען נאך. ס׳איז נאך שווער ארויסצוברענגען, אזא ריזיגער היימישער ערליכער ציבור בליעה״ר, מ׳זעט אז די כח פונעם הייליגען רבי׳ן זי״ע איז חי וקיים און ווי כ״ק אדמו״ר מהרי"י מסאטמאר שליט״א האט ארויסגעברענגט מעמקי לבבו מיט א קול געשטיקט מיט טרערן אז מיר גלייבן אז דער רבי זי״ע איז דא מיט אונז אין אזא זמן און ס׳איז א געוואלדיגע עת רצון. און נאכדעם די געוואלדיגע התעוררות ביי אבינו מלכינו און שיר המעלות ממעמקים פארגעזאגט מיט א קול בוכים דורך כ״ק גאב״ד קאפיש שליט״א. די פסוקי יחוד וקבלת עומ״ש דורך כ״ק הראב״ד שליט״א בקול חוצב להבת אש.

די השתתפות פון אזא הערליכער אויבן אן גאוני וצדיקי הדור. אשרינו שזכינו לקדש שם שמים ברבים!

גא"מ. איך וויל נאר צולייגן אז די דרשה פון כ"ק גאב״ד קארלסבורג שליט"א האט אויך געברענגט גרויס התרגשות ביים עולם, דער עיקר ביים עלטערן עולם.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז געוועהן שיין, ערענסט, הארציג, בענקעדיג, שטארק און אויך זייער שטייף.

וואס די רעדע גייט זיין מארגען ווייס איך נישט, אבער א קלארקייט ביים היימישען עולם האט עס זיכער אריינגעברענגט.

מען ווייסט וואס איז דער אמת אין ארץ ישראל, מען האט געהערט די ליידען פון אחינו בני ישראל און אונז זעמיר זיך משתתף בצערתם פון חוץ לארץ.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

עס איז געווען זייער א געלונגענער מעמד, הן מיט די דרשות און הן מיט'ן ריזיגן ציבור

הגם געוויסע דרשות זענען געווען אביסל צו לאנג, ווייל נאך אלעם איז עס אין א טאג וואס אסאך אידן האבן חתונות

עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען 6 אזייגער ווי געוויסע מענטשן האבן שוין געמוזט גיין צו די שמחות, און דעמאלט זענען נאך אנגעקומען פרישע מענטשן

די אונטערשטע שורה איז, אז דאס איז געווען א "סאטמארער מעמד" וואס דער יונגער דור האט נאכנישט געזען

למשל דער עלטערער דור געדענקט מעדיסאן סקווער גארדן אלס אזא סארט מעמד
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פון צווישן אנדערע זאכן, האט מיך זייער באנומען דאס אנווענזענהייט פון הרבני החסיד רבי יחזקאל פרידמאן שליט"א (לרפו"ש) פון קר"י.

הרהח-ר'-יחזקאל-פרידמאן.jpg
הרהח-ר'-יחזקאל-פרידמאן.jpg (245.62 KiB) געזען 6659 מאל


ווי אויך איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז ס'האט געהערשט א רואיגקייט ביי די אסיפה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

פון אלע דרשות האט מיר דאס מערסטע געכאפט, די געשריי מעומק הלב פון הג"ר ??? לעווין שליט"א.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

אז מ'רעדט שוין פון הגה''צ ר' יחזקאל ראטא שליט''א האט מיר די שרייבער פון משפחה געפרעגט אינמיטען דרשה ווי קען זיין אזא איינער וואס האט געהאט אזא הארץ אטאק, זאל רעדן ווי א אינגערמאן האב איך גענטפערט אז ער איז א תלמיד פון רביה''ק זי''ע אין די התנגדות לציונות ליגט אים אין אלע ביינער וכל עצמותי תאמרנה. (געזען אז ער הייבט נישט אן צופארשטיין וואס איך רעדט)
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

די דרשה פון הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט''א איז געווען זייער רירנד בקול חוצב להבות אש,
דאס באשיינען פונעם גדול הדור כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק איז ווערט צו באגריסען
די דרשה פון ר' יעקב שפירא איז געווען זייער תוכןדיג, יעדער פראזע האט אנטהאלטען גאר אסאך תוכן, וואס דאס איז ציונות, וואס זיי ווילען, וואס מיר ווילען,
און צום סוף פון רביןס דרשה, איז מיר שוין גערינען טרערען, ווען ער האט ארויסגעברענגט דאס ערענסטקייט פונעם מעמד
אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה, פערציג יאר פון קרן הצלה, ווייל זיי נעמען געלט איז דא א שטילשווייגעניש,
ואילו לא באתי אלא בשביל מיטציזאגען אבינו מלכינו און שיר המעלות מיט אלפים ורבבות אידן דיינו,
הן קל כביר לא ימאס
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
מוזיק באנד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיק באנד »

כ׳בין נאך באמת אינטער שאק פונעם מעכטיגן מעמד וואס וועט בלי שום ספק געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן, אשרינו שזכינו צי האבן א חלק אינעם מלחמה לד׳ בעמלק און קידוש השם וואס האט דערגרייכט גאר גאר ווייט, די דרשה פון אדמו״ר מהרי״י איז אריין טיף טיף אין די ביינער און דערמאנט דעם עולם פו מרן רביה״ק זי״ע, ווער רעדט נאך פון די התעוררת וואס האט ארויסגעשריגן פין יעדן איינעם בשעת ריבבות אלפי ישראל האבן געזאגט בקול רם אבינו מלכינו בטל מעלינו כל גזירות קשות ורעות, די פילע אויבן אן באשיינט מיט אזויפיל עלטערע רבנים וראשי ישיבות וועט בלייבן איינגעקריצט פאר לאנגע יארן.

בעצם די פלאץ אליין האט געהאט גאר אסאך מעלות ווי למשל די מעכטיגע עיר קאנדישן סיסטעם און די באקוועמע זיצן און האט גאר שטארק צוגעגעבן אז דער עולם האט זיך געקענט האלטן רואיג פאר לאנגע שעות דורכן גאנצע מעמד,

זאל דער בורא עולם העלפן אז די גזירה זאל שוין אינגאנצן בטל ווערן און מ׳זאל זוכה זיין צי מקבל זיין פני משיח צדקינו בב״א
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

די געפילן שטורעמען ווי זאל איך אנהייבן,
דאך אפאר קליינע מחשבות'לעך אין קרישקעלעך וואס איך האב אינאכט גענומען
קודם די טויזענטער אראפגעלאזטע אויגן אין אויסגעטינע גלעזער אויפ טרעין אין אויפן גאס ביזן זאל

די רוהיגקייט פונעם ציבור במשך 3-4 שעה וואס איז זעלטען ביי א מעמד בפרט פין דרשות

די ערנסקייט וואס איז געווען אין דא טראץ וואס געווענדליך ביי גרויסע מעמדים ווי עס איז אויך דא יונגע אין בחורים לאכט מען ארום איך האב עס נישט געזען דא, בכלל האב איך נישט געזען קיין ארום שמועסן

די יושב ראש האט גערעדט זייער שארף אין קלאר א חידוש פין א יושב ראש

די אויפן ווי אזוי מען איז געזעצן נישט ווי געווענדליך, אויסגעמישט יונג אין אלט פין 13 ביז 90 ארבייטערס ביינעזאם מיט יושבי אוהל רבות בשנים אין בעלי בתים נכבדים,

קוקענדיג אויפ דעי בערג אין בערג פין רבבות שלומי אמוני ישראל האב איך געטראכט צו מיר:

די גזירות גיוס איז דאך בעיקר א תוצאה ווייל מען מיינט אז מען קען נישט אן די רשעים מען האט מורא פאר די אייגענע כבוד מען האט מורא פאר די געלט מען פארקוקט אויף כבוד שמים צולוב ווייל יעצט דארץ מען זעהן אז עס זאל ווייטער אנגיין די מוסדות התורה, אבער וואס דארף מען מער צו זעהן זייער טעות ווי ווען מען קוקט זיך ארום דא אין זאל דאס איז דאך נאר איין טייל פין סאטמאר עס זיצען נאך טויזענטער יודן מבני קהלתינו מעבר לים, עס זיצען נאך טויזענטע טויזענטער סאטמארע יודן אונזערע ברודער וואס זענען נישט דא אין זאל עפ"י הוראת רבם ומאורם שליט"א, קוק וואספארא לגיון של מלך מרן רבינו הקדוש האט אויפגעשטעלט, מרן רבינו הקדוש זי"ע איז געקומען דא אין אמעריקא אנגעהויבן אין א קליין בית מדרש וואס די סטידש פין די אויבן אן דא איז געווען 5 מאל אזוי גרויס, במתי מעט אויסגעשריגן די קול ה' בכח נישט געקוקט אויף זיין כבוד גארנישט, מען האט געלאכט פין זיין מהלך, ער האט פארלוירן צוליב דעם געלט שטיצע, זיך דאפעלט געמושעט אויפצושטעלן מוסדות צוליב דעם, אבער ער האט געברענט פאר כבוד שמים, ער האט נישט פארקוקט ווייל יעצט דארף מען ראטעוועןן קודם די דורות , שטיי מיר דא 70 יאר שפעטער אין ער האט אויפגעשטעלט אזא מיליטער וואס נישטא בדומה לו.
אונזערע ברודער אין אר"י וואס זענען מצות ומרורים יאכלו, עטס האטס מורא פין א קאמף דרייט אויס ענקער אויגן געטס א קוק אויף אונז, קוק דא אויך דעם מעמד ניין דאס איז נאר א טייל תלמידים, עס איז נאכאמאל אזויפיל, איינער האט שוין אויספראבירט מען קען יא, די בוכ"ע דארף נישט ענקער עצות ווי אזוי צו פארזיכערן די מוסדות, ער דארף ענקער פייער ווען עס קומט צו כבוד שמים.
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

די כינוס איז געווען גאר א גרויסע סוקסעס אין אלע אספעקטן, פון די אבנארמאלע ציבור, ביז די הערליכע היסטארישע סאטמארער אויבן אן פון אלע שיכטן או קרייזן בתוככי סאטמאר עפעס וואס איך ווייס נישט ווען עס איז געווען די לעצטע מאל.


א גרויס חלק פון די סוקסעס איז געווען די סורפרייז פעקטאר סיי די חלק הציבור וואס כמעט קיינער האט נישט געגלייבט אז מען גייט טאקע עפענען די גאנצע סטאדיום בלויז פאר סאטמאר, דערנאך די חלק האאויבן אן ווי די אומגערישטע השתתפות פון די ליטווישע ראשע ישיבות און די השתתפות פון מרן מפשעווארסק אין האדמור ממונקאטש אין רבני בית פאפא, על אף די אבנארמאלע דרוק וואס איז געקומען מבית האגודה פון אלע וועגן כידוע.

די דרשות פון הרב לעווין און די דרשה פון מהר"י זענען געווען די הויכפונקקטן פון די נאכט. ווי אויך די יושב ראש הרב מייזעלס איז געווען זייער געלונגען.

עס האט זיך געשפירט ווי מען לעבט מיט א שטיק היסטאריע!
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

נעבן מיר איז געזעצן א איד א בן שבעים לאורך ימים ושנים טובים. ווען רבי יחזקאל האט גערעדט וויאזוי דער רבי זי״ע פלעגט זאגן תורה האט זיך אים געגאסן טרערן פון די אויגן און גענומען נאכזאגן וואס ער דערמאנט זיך א תורה פון תשכ״ז. ער איז געשווימען אין א וועלט וואס איך האב נישט זוכה געווען צו קענען.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

אומפארשטענדליך ביז גאר וויאזוי דאס האט זיך אנגעפילט, נאר געזען דווקא היימיש היימישע, און בדרך כלל פונעם פרומערן עולם.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”