געפילן פון די משתתפים ביים כינוס הרבבות א' שלח - בארקלעי סענטער

אחראי: יאנאש

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

אויף איין פעידזש האט געשריבן:קודם להקדמה: איך באלאנג נישט אין סאטמאר, נאר פון א גרויסע קרייז אין מאנסי
איך בין אנגעקומען 3:00 פונקטליך, קודם בין איך געבליבן שטיין אינדרויסן זיך אומקוקנדיג אויפן שטראם וואס איז געווען א מחזה הוד צו קוקן
איך האב געהאט זייער א באקוועמע פלאץ נעבן א דורכגאנג, סאו איך האב געקענט גרינגערהייט אויפשטעלן און ארומסערקעלען דעם זאל און בעאבאכטן דעם זאל
עס איז באמת נישטא קיין ווערטער, מען זעהט נישט יעדן טאג אזא ציבור פון אזויפיל טויזענטער אידן, נאכדערצו ווען רובו דרובו זענען געווען פון די קרייזן וואס הייסן תלמידי הרה"ק מסאטמאר זצ"ל
מיין שאצונג איז געווען אז די זאל איז געווען לכה"פ 70 פראצענט פיל
קיין איין דרשה איז נישט געווען קיין דורכפאל, אבער איז געווען צופיל און צולאנג
די דרשה פון הרב לעווין איז געווען זייער אינספירירנד, עכט יוצא מן הלב באמת
אויך הרב שפירא האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטע ארבעט
איך האב נאך אויספיעט צו הערן א א חלק דרשה פון האדמו"ר מהר"יי ווען איך בין דערנאך אהיים
די מייקס זענען געווען אויסערגעווענליך
די עירראנדישאן געוואלדיג
רוב רבנים אויפן אויבן אן האבעך נישט געקענט אבער האט אויסגעקוט מלא חן
איין זאך אבער נאר די איין זאך האט מיר זייער ווייגעטוהן און איך האב הנאה געהאט צו זעהן אז נאך אידן טוט דאס וויי, עס קומען זיך צוזאם אזויפיל פרומע אידן אויף א קנאות מיסיע און מען צינדט אן לייוו ווידיאו פונעם גאנצן מעמד און מען האט נאך געזומט די גאנצע צייט די אויבנאן און די עולם, עס האט היבש מגשם געווען דעם מעמד, און איך האב מיר נישט געראכטן דערויף
אבער חוץ מזה איז עס געווען גאר א הייליגע מעמד
וועגן די ליוו ווידיא האט מען אויסגערופן אז די סעקריוטי פארלאנגט עס, כ'פארשטיי אויך ניטש פארוואס אבער אזוי האט מען אויסגערופן, למעשה ווען מענטשן זיצן אין קענען נישט מיטהאלטן וואלט געווען זייער שווער צו זיצן אזוי לאנג
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

בעטער לעיט דען נעווער..

כבר הקדימוני החברים היקרים כאן, מיר האבן נישט וואס מוסיף זיין.

איין זאך בין איך מחולק - אויף וואס אייניגע האט האט ערוועינט אז ס'איז געוועהן 'בארינג',
ניין, יעדע דרשה באזונדער איז געוועהן וויכטיג פאסיג טרעפליך ועל כולם בארירנד ביז גאר.

דער ראש ישיבה הרה"ג הרב לעווין שליט"א האט גערעדט מיט זיין לויטער ריין הארץ וואס האט געשטראמט בריענדע קוואלן פון הייליג מסורת, ריין אמונה, און פעלזן פעסט דרך התורה המקובלת לנו איש מפי איש.

דער ראש ישיבה הרב שעכטער שליט"א פון חיים ברלין, מיט זיין אייגנארטיגן וועג וואס האט ארויס געברענגט דעם ענין.

הרב שפירא, מעכטיג, די שפראך די וועג דער ענין, ס'מעג ווערן אויך גערעדט אין אידיש.

הרב ראבי שליט"א, האט באוויינט און דער עולם האט מיטגעוויינט.

די רעדנער פון ארץ ישראל, רבי יעקב מאיר שליט"א, הרה"ג הרב קאלמענאוויץ שליט"א (אין די היינטיגע 'וועלט' וואס די מידיע ראנט און באקרוינט איז ער נישט אזוי באקאנט ווי גרויס ער איז).

ותנא ושייר וואס אלע האבן שוין דערמאנט און הערליך אראפגעלייגט דא.

אבער, ועל כולם, דאס הייליג גייסט וואס האט געשוועבט און ארומגענומען דעם גאנצן עולם איז אומבאשרייבליך, מען האט זיך אויפגעכאפט פון א לאנג לאנג יעריג שלאף און זיך געזעהן מיט רבבות ישראל יראים ושלימים מיט אן ערנסקייט וואס האט צורודערט די געפילן אזש ביז טרערן, נאכאמאל און נאכאמאל, ביי יעדען פאזע פונען הייליג מעמד.

די תלמידים פון רבינו זיע"א די גאנץ עלטערע און די מיטל-גאנג ('סענצסטריט' אויף סאטמאריש) וואס זענען זענען שוין היינט עלטערע, אלעס אלעס איז געזעצן מיט א מין אינערליך שטורעם וואס נאר הארץ האט פארשטאנען די סיגנאלן.

די אחדות וואס מען האט געזעהן ביים אויבן-אן, די רבנים החשובים - לאו דווקא סאטמארער​ - וואס האבן באשיינט דעם מעמד קדוש, האט דערמאנט די אלטע גרויסע אסיפות און פראטעסטן וואס האבן געטראגן א ריין כאראקטער און א ריין ציל.

די אחדות לדעה, די פרייהייט צו זאגן דבר ה' ברמה - אן חשבונות פון אזוי צו א שטרוי אז מען האט אויסגענומען 'בתנאי כפול' בלויז דאס און נישט יענץ... - האט גענאגלט מיט מעכטיגע האמערס אין די מוחות און הערצער פון אלע אנוועזנדע אז - כוחו של אותו צדיק איז חי וקיים! יעקב אבינו לא מת!

די האבן מיט געברענגט די קינדער האבן זיי געשענקט א מתנה וואס וועט זיי באלייטן כל ימיהם - זיי באהאפטן מיט שרשרות של אש צום דור הקודם!



איך קען נישט מער מאריך זיין די געפילן ברויזן...

דער גרויסער באשעפער וועט בוודאי העלפן, ווי הרב לעווין שליט"א האט געשטורעמט מיט א געשטיקט קול גראד פון זיין בלוטיג אידיש הייליג הארץ, בזכות וואס מיר שרייען אונזערס און טוען אונזערס, ואנו הולכים בדרכי אבותינו ורבותינו הקדושים ולהבח"ל שליט"א
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

מעמד עורי והתעוררי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

מעמד עורי והתעוררי...
אזוי מיין איך דארף מען דעם מעמד רופן. עס האט אויפגעוועקט אין מיר געפילן וואס זענען שוין געווען פארשלאפן פאר א שטיק צייט.
איך האב מיטגענומען מיין בחור און איך האב זייער הנאה געהאט אז ער האט געהאט די זכיה מיטצוהאלטן אזא היימישע הייליגע כינוס לשם שמים. ער וועט דאס אלעמאל געדענקן.
צי זעהן דעם רבי'ן רעדן מיט אייזערנע כוחות, שטארק און צום פוינט, איז געווען אן עקסטערע הנאה רוחניות. (בגשמיות אויך ווייל ער האט גערעדט קורץ צום פינטל)
רבי יחזקאל... אהההה.... ווי נעמט מען די אידן... כגבור מלחמה. ווי א יונגערמאן... מיט אזא בענקעניש צי די ימים מקדם. ער האט דאך גערעדט מיטן הייליגען רבין. ער האט אליינס געזעהן און געהערט. ער האט מיטגעטיילט לעבעדיגע עדות מיט אזא נעימות.מיט א לויטערע חן.
הרב לעווין שליט"א איז געווען עפעס אזא צושפייז וואס נעמט איבער דעם גאנצן טעלער... אומגעראכטן, הערט מען א לייב שרייען... אן אש קודש וואס האט אויפגעשאקעלט דעם כינוס.
ר' שלמה אליעזר דער יושב ראש האט געפירט מיט א מורא'דיגע פארשטאנד. נישט גערעדט איבעריג אבער אנגעפאנגען דעם עצרת מיט א פונקטליכע הסבר. לשון לימודים. חסידיש און געשמאק.
הרב אשכנזי האט גערעדט שטייט און קלאר און שטארק. זייער אינטערסאנט געווען ובפרט פאר זיינע טויזענטער תלמידים.
אוי די אבינו מלכינו... דער קאפישער רב שליט"א האט מיר געעפענט די שערי דמעות...
דער שעכטער וואלט געדארפט רעדן אנפאנג.
שפירא האט גערעדט זייער רייך אבער נישט עכט פון דעם ענין דירעקט. ער האט גערעדט פון דעם חורבן פון ציונות בעצם
אחרי ככלות הכל, איז געווען אן הערליכע כינוס לשם שמים און די וועלט האט זיך אויפגעוועקט צום מצב. מען קען מער נישט ווארפן זאמד אין די אויגן אז עס איז נישט אזוי בלא בלא. כלל ישראל פון חוץ לארץ וועט מחזק זיין אונזערע ברודער וואס זענען אויפן שלאכט פעלד און מען וועט אויפדעקן דעם פנים פון די צבועים פאר געלט און אויטאריטעט. מען גייט די מערכה געווינען בעזהשי"ת.
אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועל קליינער »

איך האב אויך געוואלט ארויסגעבן מיינע געפילן, אבער איך זעה יעדער האט שוין געשריבן וועגן די רעדנער'ס.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן מיין קידוש ה' ווען איך האב געזעהן מער ווי 'הונדערט' אינגעלייט, ווען זיי קומען ארויס פון זאל, האבן זיי אויסגעטוהן די אויגן גלעזער צוליב יראת שמים פון ראיית איסורים, דאס האט מיר שטארק ארויסגענומען פון די כלים, אז ב"ה די זעלבע אינגעלייט וועלכע גייען מוחה זיין למען כבוד שמו ית', זענען אפגעהיטן אין שמירת עינים.
דאס זעלבע אויפן באן, א גרויסער עולם האט זיך אויסגעטוהן די בריללן ביי די שמיציגע גאסן. אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים לפני אביכם שבשמים!
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

ווילעךיא האט געשריבן:מעמד עורי והתעוררי...
שפירא האט גערעדט זייער רייך אבער נישט עכט פון דעם ענין דירעקט. ער האט גערעדט פון דעם חורבן פון ציונות בעצם

ער האט זייער זייער גוט גערעדט אלע ביידע עצם ציונות און די פראבלעם פון מיליטער אז אפי' א גוי קען אויך פארשטיין די פראבלעם
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:כבוד פעידש, במחילת תורתך, אזא מעמד וואלט קיינמאל נישט געווען סוקסעספול ווען נישט די סקרינ׳ס. סאיז געווען טןיזענטער אידן וואס זענען געזיצן גאנץ אויבן און וואלטן גארנישט מיטגעהאלטן ווען נישט די סקרינס. סאיז ברור אז סאטמר רב ז״ל וואלט נישט געמאכט קיין עסק דערפון, גענוי ווי בילדער כידוע על אף ווי שארף ער איז געווען דערקעגן.
זעמער אויף איין פעידש?

מיט אזא זיכערקייט, צו זיין ממש אזוי ברור אין דעת רבינו? כ׳זאג נישט אז ס׳האט נישט געטארט זיין, אבער לאמיר עס כאטש נישט אנלייגן אויפ׳ן רבי׳ן. אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן, ווערט עס נישט יא אויסגעהאלטן פשוט ווייל איך און דו האבן געוואלט בעסער זען...

סעטינגס האט געשריבן:
אויף איין פעידזש האט געשריבן:
וועגן די ליוו ווידיא האט מען אויסגערופן אז די סעקריוטי פארלאנגט עס, כ'פארשטיי אויך ניטש פארוואס אבער אזוי האט מען אויסגערופן, למעשה ווען מענטשן זיצן אין קענען נישט מיטהאלטן וואלט געווען זייער שווער צו זיצן אזוי לאנג

ס׳האט עפעס ביי מיר און מיינע ארומיגע אויסגעזען ווי גאנץ א גוטע תירוץ...כ׳קען פארשטיין די סקרינס דארף זיין אין דינסט צו ווייזן עפעס על כל צרה שלא תבא, אבער ס׳האט לכאורה נישט געמוזט פאר סעקיורעטי זאמען די אויבנאן (א חוץ אויב ס׳איז געווען א ציטער אז ס'עט זיין געשלעגן צווישן די רבנים און מ׳האט געוואלט דער עולם זאל וואטשען). מ׳האט געקענט דערויף למשל לייגן די בילדער פון די פאליציי ברוטאליטעטן וואס איז געלאפען אויף א סקרין אויף די זייט קעגן די אויבנאן וכדו׳.

עגעין, כ׳זאג נישט אז ס׳האט נישט געטארט זיין. פאר מיר, ווי פאר אסאך אנדערע, איז די סקרין זייער צוניצגעקומען, אבער ס׳איז אויך נישט אוועקצומאכן במחי יד ווען איינער ברענגט אויף קעגנערשאפט דערויף.
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

בעאבאכטער האט געשריבן:די האבן מיט געברענגט די קינדער האבן זיי געשענקט א מתנה וואס וועט זיי באלייטן כל ימיהם - זיי באהאפטן מיט שרשרות של אש צום דור הקודם!


כ׳האב הנאה אז נאך אירע ברענגן עס ארויס, אזוי ווי שוין געזאגט אז פון די פרט האב איך נאך די מערסטע הנאה געהאט.

ס׳האט מיך אפילו שטארק געבאדערט ווען מתחילה ווען מ׳האט נאך געקלערט פון א גרעסערע השתתפות האט מען געהאט געמאלדן אז מ׳וועט נישט פארקויפן טיקעטס פון זעכצן און אראפ. איך וואלט עס איינגעטוישט ענדערש נישט פון פופציג און ארויף....(חוץ די רבנים שטייטזעך...). דעמאלס האב איך נאר געקלערט ווי וויכטיג ס׳איז פאר די בחורים, הערשט ביים כינוס זעענדיג אזויפיל לעכטיגע קינדערליך, האב איך געכאפט די שטארקייט דערפון. כאטש א דבר נשגב ארויסגעקומען פון דעם אז ס׳איז צום סוף געווען גענוג פלאץ...
שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלץ טאפ »

וויל איך אויך ארויסברענגן מיין געפילן אבער זעה איך אז מען האט שוין כמעט אלעס ערווענט נאר איין נקודה וואס איך זעה אז מען האט נישט גערעדט, אז מען האט 'כמעט' נישט געזען בליצן פון קאמערעס במשך'ן מעמד וואס האט שטארק צוגעגעבן צום ערנסטקייט פונעם מעמד, ביי כינוס כלל ישראל האט נישט אויפגעהערט צו בליצן פון אלע זייטן.....
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

לדעתי האט הרב שפירא געמאכט די קעיס! קלאר געמאכט די פוינט אז מ׳זאל פארשטיין אז ס׳איז דא צוויי פעלקער אידן און ציוניסטן און זיי האבן נישט די רעכט ארויפצוצווינגען מיטן צוואנג און רעגירונג כח זייער רעליגיע אויף אונז.

דער געשריי: סטאלין! פון הרב לעווין האט אויפגעקאכט מיין בלוט.

מיין בחור׳ס ראש ישיבה האט געזאגט פאר א בחור וואס איז מסופק געווען צי ער זאל גיין: ״אז דו וועסט גיין וועסטו מיר דאנקען א גאנץ לעבן!״
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

סעטינגס האט געשריבן:
אויף איין פעידזש האט געשריבן:
וועגן די ליוו ווידיא האט מען אויסגערופן אז די סעקריוטי פארלאנגט עס, כ'פארשטיי אויך ניטש פארוואס אבער אזוי האט מען אויסגערופן, למעשה ווען מענטשן זיצן אין קענען נישט מיטהאלטן וואלט געווען זייער שווער צו זיצן אזוי לאנג


שמעתי בשם הרב הלל וויינבערגער שליט"א אז די הסבר איז אז צוליב סעקיורעטי סיבות ווילן זיי נישט אז דער עולם זאל זיך אויפשטעלן צו וועלן קוקן, אזוי ווי ביי די גרויסע באל געימס וואס מען וויל נאכקוקן די שפילערס, מילא פארלאנגען זיי אז ווען עס איז דא א גרעסערע ציבור, העכער צען טויזענט זאל זיין סקרינס אז דער עולם זאל געהעריג קענען מיטהאלטן זיצענדיג, ולדעתי איז דאס זייער פארשטענדליך
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

ארך אפים האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:
אויף איין פעידזש האט געשריבן:
וועגן די ליוו ווידיא האט מען אויסגערופן אז די סעקריוטי פארלאנגט עס, כ'פארשטיי אויך ניטש פארוואס אבער אזוי האט מען אויסגערופן, למעשה ווען מענטשן זיצן אין קענען נישט מיטהאלטן וואלט געווען זייער שווער צו זיצן אזוי לאנג


שמעתי בשם הרב הלל וויינבערגער שליט"א אז די הסבר איז אז צוליב סעקיורעטי סיבות ווילן זיי נישט אז דער עולם זאל זיך אויפשטעלן צו וועלן קוקן, אזוי ווי ביי די גרויסע באל געימס וואס מען וויל נאכקוקן די שפילערס, מילא פארלאנגען זיי אז ווען עס איז דא א גרעסערע ציבור, העכער צען טויזענט זאל זיין סקרינס אז דער עולם זאל געהעריג קענען מיטהאלטן זיצענדיג, ולדעתי איז דאס זייער פארשטענדליך


Either way. אן די סקרינס וואלט געווען א דיזעסטער
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”