אנעים זמירות האט געשריבן:ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.שמו האט געשריבן:
עכ"פ א שיינע שפראך האסטו דאס זענען אלע מודה, און אז מ'דארף פארשרייען א חרד"ק זענען אויך אלע מודה
ר' אנעים, די ווערטער שטעכט געפערליך, אבער ס'פשוט ווייל איר קענט נישט דעם מציאות
איז לאמיר אייך זאגן
א) ס'איז כמעט נישטא אזא זאך "א פרומער חייל", אויב איז ער שוין א חייל, איז זיין גאנצע פרומ'קייט אויף גענזן פיס (יא ער גייט נאך מיט צוויי לאנגע לאצעס ביי די זייטן פון זיין פארפוילטן קאפ, אבער מיט פיאות האט דאס גארנישט, און ס'ענגט נאך די שטריקן פון זיין ארבע כנפות, אבער מיט ציצית האט דאס גארנישט, וואס יא, ס'האט מיט דעם 'חזיר' הפורש טלפיו כלומר ראו כי כשר אני).
ב) 'טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגנט', דער פאקט האט באוויזן אז זיי טוען נישט בלויז ערשיינען, ווייל ער וויל כאפן א מנחה מעריב, נאר ער טוט ערשיינען כדי אונזערע קינדער/בחורים זאלן זעהן, אז דאס איז א נארמאלע זאך, מ'קען בלייבן פרום און גיין מיט די שמונה בגדים, און נאך אלץ זיין א חייל, און גיין שב"ק מיט ווייסע זאקן, און א גרויסן גארטל.
ג) פשוט וברור אז ס'איז אסור אים צו טשעפען, ס'איז גארנישט אזוי פשוט און גארנישט אזוי ברור, און אוודאי נישט אסור, אונזערע רבנים מאורי הדורות, חברי הביד"ץ (דער גאב"ד גענוג א סאלידער איד) האלטן אנדערש, און שטיצן דאס מוחה זיין און פארשרייען די אומ'פארשעמטע יונגען וואס דרינגען אריין אין אונזער מחנה מיט די גרינע פארשמירטע קליידער,
דעריבער ר' אנעים ביטע קודם ווער געוואר פאקטן פאר איר שרייבט. (איך מיין דיר נישט פערזנעליך, נאר דיין יעצטיגע תגובה).