רדיפת הדת אין מדינת ישראל

אחראי: יאנאש

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אז איך נעם זיך אן פאר איינעם דא חלילה, אבער סאטמאר פרובירט אויסצומישן דעם עצרת זעם, אטאקע אין די צייטונגען אינאיינעם מיט דעם פאגראם פרייטאג. לאמיתו של דבר איז דא ווידעאוס ווי מען באקלאפט א סאלדאט פרייטאג, מען האט אים אוועקגעפירט פון דארט שלעפענדיג אים אויף אקסלן, און אויף דעם ארויף איז געווען דער "בלוטיגער פאגראם". נישט אז זיי זענען נישט קיין רשעים ואכזרים, איך בארעכטיג דאס נישט חלילה, די רייד זייערע זענען גראדע אמת.

האסט געזען די ווידיאו?

אפלו עס זאל זיין אמת איז די משטרה נאך אלץ נישט גערעכט, וויבאלד זיי האבן עס אליינס אינטערגעשטעלט, בנוסף אז אין א מדינות חוק טוט מען נישט פאר נקמה וואס זיי האבן געטיען, אבער פארט וויל איך זען די ווידיאו, האסט א לינק דערצו?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אידישע מוח האט געשריבן:

אין פרייטאג איז געווען א פראוואקאציע פון די פאליציי סאיז געווען דארט פול מיט באהאלטענע פאליציי אין ווען מען האט געשריגען חרד"ק [וואס איז פרידאם אף ס'פידזש אפי' לויט זייערע חוקות סדום ] האבען זיי אוינגעהויבען צי ארעסטירן

דו פרעגסט צו דו זאגסט? גיי ארויף אויף .... און סוירטש פאר די ווידיאוס וועסטו זען.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

צהלה ושמחה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אז איך נעם זיך אן פאר איינעם דא חלילה, אבער סאטמאר פרובירט אויסצומישן דעם עצרת זעם, אטאקע אין די צייטונגען אינאיינעם מיט דעם פאגראם פרייטאג. לאמיתו של דבר איז דא ווידעאוס ווי מען באקלאפט א סאלדאט פרייטאג, מען האט אים אוועקגעפירט פון דארט שלעפענדיג אים אויף אקסלן, און אויף דעם ארויף איז געווען דער "בלוטיגער פאגראם". נישט אז זיי זענען נישט קיין רשעים ואכזרים, איך בארעכטיג דאס נישט חלילה, די רייד זייערע זענען גראדע אמת.

האסט געזען די ווידיאו?

אפלו עס זאל זיין אמת איז די משטרה נאך אלץ נישט גערעכט, וויבאלד זיי האבן עס אליינס אינטערגעשטעלט, בנוסף אז אין א מדינות חוק טוט מען נישט פאר נקמה וואס זיי האבן געטיען, אבער פארט וויל איך זען די ווידיאו, האסט א לינק דערצו?

אויף א סייט וואס קומט נישט ארויף געהעריג דא אויף אייוועלט.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

א ווענדונג צו כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ווער עס האט בילדער פון די היינטיגע איבערקערענישן וואלט עס געווען אינטערסאנט צו זען דא...
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

ווערטער פון הגרא"י סאלאווייציק שליט"א ראש ישיבת בריסק
אטעטשמענטס
Document-page-001(3).jpg
Document-page-001(3).jpg (246.61 KiB) געזען 3486 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

טישטוך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אז איך נעם זיך אן פאר איינעם דא חלילה, אבער סאטמאר פרובירט אויסצומישן דעם עצרת זעם, אטאקע אין די צייטונגען אינאיינעם מיט דעם פאגראם פרייטאג. לאמיתו של דבר איז דא ווידעאוס ווי מען באקלאפט א סאלדאט פרייטאג, מען האט אים אוועקגעפירט פון דארט שלעפענדיג אים אויף אקסלן, און אויף דעם ארויף איז געווען דער "בלוטיגער פאגראם". נישט אז זיי זענען נישט קיין רשעים ואכזרים, איך בארעכטיג דאס נישט חלילה, די רייד זייערע זענען גראדע אמת.

פאר הונדערטער ירושלימע זיידעס טאטעס און קינדער וועלכע כאפן קלעפ יעדע פאר טעג האט מען איינמאל באקלאפט א סאלדאט, מה כל הרעש?

לאמיר קלאר מאכן די נושא

א) דער סאלדאט איז נישט א פרידליכער חייל וואס האט דארט אריין געוואנדערט בטעות, נאר א אונטערגעשטעלטע אקציע (נישט דאס ערשטע מאל).

ב) מ'האט אים אביסל געשלאגן גארנישט מער פון דעם, מ'האט אים אוועק געפירט אויף די אקסלען, נישט מיט קיין אלונקה, נאר אויפן קאפ פון איינעם, כאילו מ'האט אים געמוזט ראטעווען פון עפעס גרויזאמע הענט, גענוי ווי די אראבער טראגן אוועק זייערע פגרים נאך א ציונישע אטאקע, אבער דאס איז נאר פאר די בילדער און ווידיאו, למעשה, האט מען געהערט ווי דער פארשטעלטער סאלדאט זאגט פאר די מד"א, אז ער איז געזונט און שטארק נאר א בלש, און דעריבער שפילט ער דעם שפיל, ווען ער וואלט ווען געווען צוביילט, וואלט שוין געווען בילדער פון אים פון זיין קראנקע בעטל אין שפיטאל.

ג) אפי' לשיטתם, בארעכטיגט דאס נישט קיין בארבארישע קלעפ אויף קטינים, וואס האבן זיכער גארנישט געטון חוץ אויב עפעס געווארפן א ליידיגע פלעסטיק באטל.

ד) ס'בארעכטיגט נישט, דאס אנברעכן זקנים מיט ווייסע בערד וואס האבן זיכער גארנישט געטון

ה) ס'בארעכטיגט נישט דאס אויסדרייען דאס האנט פון א אמעריקאנער פאטאגראפיער.

והרשימה עוד ארוכה.

ווער ס'קען מלמד זכות זיין אויף די פארשאלטענע ציונים, צריך בדיקה אחריו, אדער גאר קען ער נישט כלל ישראל'ס הסטוריה פון די לעצטע 69 יאר אין דעם מדינת השמד.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איינער נעמט זיך דא אן פאר זיי?
עס איז פאקטיש נישט געווען קיין דירעקטע אקציע אפצושטעלן דעם עצרת זעם אין אמעריקע קומענדיגן זונטאג ווי סאטמאר וויל עס אראפלייגן, עס האט געהאט אנדערע כונות.

מען קען דא גארנישט זאגן מער, יעדער טייטשט אויס תגובה'ס לויטן אייגענעם פארשטאנד און ווילן. קוים וואס מען ליינט עס גראדערהייט שיסט מען שוין צוריק וואס מען וויל זיך לאזן הערן.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לאמיר קלאר מאכן די נושא

א) דער סאלדאט איז נישט א פרידליכער חייל וואס האט דארט אריין געוואנדערט בטעות, נאר א אונטערגעשטעלטע אקציע (נישט דאס ערשטע מאל).

ב) מ'האט אים אביסל געשלאגן גארנישט מער פון דעם, מ'האט אים אוועק געפירט אויף די אקסלען, נישט מיט קיין אלונקה, נאר אויפן קאפ פון איינעם, כאילו מ'האט אים געמוזט ראטעווען פון עפעס גרויזאמע הענט, גענוי ווי די אראבער טראגן אוועק זייערע פגרים נאך א ציונישע אטאקע, אבער דאס איז נאר פאר די בילדער און ווידיאו, למעשה, האט מען געהערט ווי דער פארשטעלטער סאלדאט זאגט פאר די מד"א, אז ער איז געזונט און שטארק נאר א בלש, און דעריבער שפילט ער דעם שפיל, ווען ער וואלט ווען געווען צוביילט, וואלט שוין געווען בילדער פון אים פון זיין קראנקע בעטל אין שפיטאל.

ג) אפי' לשיטתם, בארעכטיגט דאס נישט קיין בארבארישע קלעפ אויף קטינים, וואס האבן זיכער גארנישט געטון חוץ אויב עפעס געווארפן א ליידיגע פלעסטיק באטל.

ד) ס'בארעכטיגט נישט, דאס אנברעכן זקנים מיט ווייסע בערד וואס האבן זיכער גארנישט געטון

ה) ס'בארעכטיגט נישט דאס אויסדרייען דאס האנט פון א אמעריקאנער פאטאגראפיער.

והרשימה עוד ארוכה.

ווער ס'קען מלמד זכות זיין אויף די פארשאלטענע ציונים, צריך בדיקה אחריו, אדער גאר קען ער נישט כלל ישראל'ס הסטוריה פון די לעצטע 69 יאר אין דעם מדינת השמד.

פיין געזאגט גוט געזאגט
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

הערליך שיין ארויסגעברענגט די נקודה
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום זונטאג יוני 04, 2017 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתר המדריגה »

איסר האטלקי האט געשריבן:איינער נעמט זיך דא אן פאר זיי?
עס איז פאקטיש נישט געווען קיין דירעקטע אקציע אפצושטעלן דעם עצרת זעם אין אמעריקע קומענדיגן זונטאג ווי סאטמאר וויל עס אראפלייגן, עס האט געהאט אנדערע כונות.

מען קען דא גארנישט זאגן מער, יעדער טייטשט אויס תגובה'ס לויטן אייגענעם פארשטאנד און ווילן. קוים וואס מען ליינט עס גראדערהייט שיסט מען שוין צוריק וואס מען וויל זיך לאזן הערן.

טאקע פארדעם זאגן חז"ל חכמים הזהרו בדבריכם...
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אידישע מוח האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אז איך נעם זיך אן פאר איינעם דא חלילה, אבער סאטמאר פרובירט אויסצומישן דעם עצרת זעם, אטאקע אין די צייטונגען אינאיינעם מיט דעם פאגראם פרייטאג. לאמיתו של דבר איז דא ווידעאוס ווי מען באקלאפט א סאלדאט פרייטאג, מען האט אים אוועקגעפירט פון דארט שלעפענדיג אים אויף אקסלן, און אויף דעם ארויף איז געווען דער "בלוטיגער פאגראם". נישט אז זיי זענען נישט קיין רשעים ואכזרים, איך בארעכטיג דאס נישט חלילה, די רייד זייערע זענען גראדע אמת.

אז די זאגסט אז סאיז דא ווידעאוס ווי מען באקלאפט א חרד"ק ברענג עס אהער

אין די קאלעקציע וואס איינער האט ארויפגעלייגט זעט מען ווי משלעפט איינעם אויף די אקסלען. די חילוק איז נאר אז יענער קוקט אויס געזונט און פריש
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

טישטוך האט געשריבן:הערליך שיין ארויסגעברענגט די נקודה

פארוועמען שרייבסטו עס?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בסתר המדריגה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער נעמט זיך דא אן פאר זיי?
עס איז פאקטיש נישט געווען קיין דירעקטע אקציע אפצושטעלן דעם עצרת זעם אין אמעריקע קומענדיגן זונטאג ווי סאטמאר וויל עס אראפלייגן, עס האט געהאט אנדערע כונות.

מען קען דא גארנישט זאגן מער, יעדער טייטשט אויס תגובה'ס לויטן אייגענעם פארשטאנד און ווילן. קוים וואס מען ליינט עס גראדערהייט שיסט מען שוין צוריק וואס מען וויל זיך לאזן הערן.

טאקע פארדעם זאגן חז"ל חכמים הזהרו בדבריכם...

וואו האט עס סאטמאר געוואלט נוצן? זיי האבן פשוט מפרסם געווען בילדער אז די אמעריקאנע יודן זאלן אויך מיטהאלטן וואס עס גייט פאר, קיין שום שייכות מיט די עצרת נישט
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

בסתר המדריגה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער נעמט זיך דא אן פאר זיי?
עס איז פאקטיש נישט געווען קיין דירעקטע אקציע אפצושטעלן דעם עצרת זעם אין אמעריקע קומענדיגן זונטאג ווי סאטמאר וויל עס אראפלייגן, עס האט געהאט אנדערע כונות.

מען קען דא גארנישט זאגן מער, יעדער טייטשט אויס תגובה'ס לויטן אייגענעם פארשטאנד און ווילן. קוים וואס מען ליינט עס גראדערהייט שיסט מען שוין צוריק וואס מען וויל זיך לאזן הערן.

טאקע פארדעם זאגן חז"ל חכמים הזהרו בדבריכם...

גערעכט. דער פראבלעם דא איז אז אפילו א חכם וואס איז יא נזהר בדבריו קען דא שוין אויך גארנישט זאגן צוליב די פאר משוגעים וואס ליינען ניטאמאל וואס מען שרייבט און אויף יעדע תגובה וואס קומט אריין שיסט מען צוריק וואס מען האט אין בויך, אפגעזען צו עס האט א שייכות אדער נישט... דערנאך שרייט מען שוין צריכים בדיקה אחריו. איי, לייין איבער וואס כ'האב געשריבן? איך שרייב סך הכל אז די ציונים זענען צולאזט צוליב די חרד"ק מלחמה און עס האט נישט מיט בארקלעיס צענטער קיין שייכות? ניין, דו נעמסט זיך אן פאר די רשעים....
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ווער האט גערעדט צו דו נעמסט זיך אן פאר די רשעים אדער נישט? מיש נאר נישט אריין סאטמארס מפרסם זיין די בילדער פון די עצרת, זיי מיינען נישט צו פארשפרייטן אז די פאגראמען קומען אין שאטן פון דעם עצרת אין אמעריקע.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

eller האט געשריבן:סאיז פחדים נוראים ! כ'האב נישט קיין ווערטער צוצולייגען ...
גארנישט אנדערש ווי ביי די פראגראם אין די תו"א שיל בימים ההם וואס האט געברענגט נאכדעם א ריזן פראטעסט אין אמעריקע .....
יזדזזו העולם ומלואה.........

ליידער איז יעצט אסאך ארבער און שווערער ווייל ס'איז מכם ובכם ווען די פרומע פארטייען שווייגן (חוץ אייכלער וואס האט יא עפעס מוחה געווען) ווען דאס וואלט געווען ביי אראבער וואלט זיך איבער געדרייט א וועלט און טראמפ וואלט שוין געהאט געטוויט וועגן דעם
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

וישלחו מן המחנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

וישלחו מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש האט מיין רב געזאגט דעם שבת א מוראדיגע זאך היסטאריע האט געוויזן אין אלע דורות פאלן אוועק ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל וואס גייען אראפ בפריקת עול התורה והמצות לשמחת הס"א וכת דילי אבער איין זאך איז זיי נאך קיינמאל נישט געלונגן און דאס איז צו פארדארבן און פארמישן די קליינע הייפעלע ערליכע יודן ביי אונז איז עס קליפ און קלאר אדער בוזטו ערליך ע"פ תורה ויראה מיט ירידות ועליות ושמירת המצות וכדו' אדער טראג דיך פון אונז אפ דאס האט דער הייליגער חת"ס געזאגט וישלחו מן המחנה וגו' טראסקעט זיי ארויס אינגאנצן מאך א טיילונג. ע"כ. דאס הארץ גייט אויס פאר די וואס כאפן דארט מכת רצח ובפרט די עלטערע יודן און די קליינע יונגעלע.. אבער מיר זאגן פאר די מדינה קיפ אפ די גוד ווארק עס געלונגט ענק אריינצוכאפן הונדערטער און אפשר ח"ו טויזענטער שוואכע אפגעפליקטע בחורים אין מיליטער ה"י און זיי אויסשמדן רח"ל מיטן זיי מאכן גענצליך פריי ווייל איין מאל א בחור הייבט אן צו פילן דעם גוטען טעם עוה"ז פונעם שמאלץ טאפ דארף ער שוין די גאנצע. אבער איין זאך וועט עטץ קיינמאל נישט קענען באווייזן און דאס איז אריינצוברענגן דעם חזיר בתוכינו דער חרד"ק וועט אייביג בלייבן א פרייער פורק עול א צא טמא'ניק און מיט שלאגן און רצח'נן אלטע מיט יונגע מענער און פרויען האבן מיר געווינען די יונגווארג וואס קוקט אויף ענק פונקט ווי אויף פרעה המן היטלער סטאלין ימ"ש וזכרם. נישטא קיין פשרות ביי די קליינע הייפעלע ממשיכי הדת הקדוש נאר וישלחו מן המחנה
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דאס אז די חברי הכנסת פארלאנגן אן אויספארשונג אויף די פאליציי ברוטאליטעטן איז בכלל נישט קיין טרייסט. זיי קענען גרינג מאניפולירן די אויספארשונג און ארויסקומען צוויי וואכן ארום מיט לגיונות אז ס'איז געווען בארעכטיגט. העכסטענס וועלן זיי ציווארפן א ביינדל און זאגן אויף עפעס א קלייניקייט אז די פאליציי וואלט עס נישט געדארפט טון.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

(link: https://drive.google.com/folderview?id= ... GQzOVNHSmM) drive.google.com/folderview?id=…

Link to the video
אטעטשמענטס
Screenshot_2017-06-04-15-22-12.png
Screenshot_2017-06-04-15-22-12.png (131.25 KiB) געזען 4032 מאל
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

דריידל האט געשריבן:דאס אז די חברי הכנסת פארלאנגן אן אויספארשונג אויף די פאליציי ברוטאליטעטן איז בכלל נישט קיין טרייסט. זיי קענען גרינג מאניפולירן די אויספארשונג און ארויסקומען צוויי וואכן ארום מיט לגיונות אז ס'איז געווען בארעכטיגט. העכסטענס וועלן זיי ציווארפן א ביינדל און זאגן אויף עפעס א קלייניקייט אז די פאליציי וואלט עס נישט געדארפט טון.

ריכטיג. ס'נאר גענוג צו ווייזן פאר די אלע חכמים וואס האבן מסביר געווען אז מ'קען נישט גיין צום גוי ווייל ס'נארמאל וכו', אז ס'איז אומדערהערטע רשעות אפי' ביי די גוי'אישע וועלט, אזוי ווייט אז די לינקע שונאי דת מר"ץ האבן פארפירט דערקעגן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:(link: https://drive.google.com/folderview?id= ... GQzOVNHSmM) drive.google.com/folderview?id=…

Link to the video

דעס הייסט געשלאגען ??? מען געבט איהם א שטופ אוועק ער איז געקומען נאר וועגען דעים זיך צי רייצן
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

Www.LetOurPeopleGo.org

#LetOurPplGoRally
אטעטשמענטס
Screenshot_2017-06-04-15-51-01.png
Screenshot_2017-06-04-15-51-01.png (251.42 KiB) געזען 3839 מאל
IMG_20170604_155138.png
IMG_20170604_155138.png (52.29 KiB) געזען 3839 מאל
בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

לבקשת רבים לייג איך ארויף א שטיקל מאמר איבער די ארטיקל און יתד און המבשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתר המדריגה »

לבקשת רבים לייג איך ארויף א שטיקל מאמר איבער די ארטיקל און יתד און המבשר - ויה"ר ש..
די קעפל הייבט זיך אן מיט גרויסע ווערטער "אין לומד תורה שהתייצב במועד שיושב במעצר"
לאמיר געבן א קוק אריין וויפיל לעכער עס איז דא און דעם
אין לומד תורה – לאפוקי א ערליכע בחור וואס איז נישט קיין לומד תורה – נאר ארבייט אדער איז נישט אין א ישיבה אדער די ישיבה איז נישט אנערקענט
שהתייצב – לאפוקי די אינם מתייצבים
במועד – לאפוקי אויב מהאט זיך באונס אדער מאיזה סיבה גשטעלט שפעט
שיושב – לאפוקי וואס איז געזיצען בעבר
במעצר – לאפוקי אויב ער איז נאכנישט ארעסטירט – לאפוקי אין מיליטער
איז וואס איז מיט אלע אנדערע בחורים זענען זיי מופקר לשמד ? אין פאקט זיצן יעצט אין תפיסה ערליכע בחורים לומדי תורה בחורי ישיבות נאר פארן נישט גיין אין מיליטער
"צוות מיוחד של ועד הישיבות ונציגי יהדות התורה מטפל בלומדי התורה שלא התייצבו או שהו בחו"ל"
אויף דעם וואס די וועד הישיבות איז זיך מטפל איז דא צענדליגע עדיות פון בחורים אז די וועד הישיבות לאזט פאלן הונדערטער בחורים און העלפט זיי נישט באקומען א דיחוי
עס איז דא גאנצע ישיבות וואס צוליב קליינע סכסוכים איז די ישיבה נישט אנערקענט און נישט ראוי צו באקומען א דיחוי
"כידוע לפני למעלה משנתיים לאחר הבחירות לכנסת ניהלה יהדות התורה מו"מ מפרך ובמהלך 14 פגישות עבודה דרשו הנציגים להחזיר את הסמכות לשר הבטחון לתת דיחויים מגיוס ללומדי תורה"
דא שרייבען זיי ווייטער אז בעצם איז אלעס ווי אמאל די שר הבטחון קען פטר'ען יעדעם פון מיליטער און דאס איז די הסכם וואס מען האט געמאכט
יעדער איינער קען אליינס אריינקוקען אינעם חוק הגיוס די חוק הגיוס איז אז יעצט איז תקופת הסתגלות הראשונה ביז תש"פ אין די צייט קען נאך יעדע בן ישיבה באקומען א דיחוי – אבער די מדינה איז מחויב צוצושטעלן יעדי הגיוס , די תקנות צו באקומען א דיחוי איז געווארן פיל פאכיג שווערער , די מדינה האט אוועקגעשטעלט אגענטן צוצורעדן בחורים צו גיין אין מילטער וכו' וכו'
טראץ וואס אין די תקופת הסתגלות הראשונה איז די געזעץ אז יעדע בן ישיבה קען באקומען א דיחוי איז למעשה דא טויזענטער בחורי הישיבות וואס קענען נישט באקומען קיין דיחוי צוליב וואס זיי פאלן ארויס פון די רשימה צוליב אלע פראבלעמען
יעצט פון תש"פ ביז תשפ"ג וואס ווערט גערופן תקופת הסגלות השניה וועט נאך אויך ארבייטען מעמד בן ישיבה אבער נאר אויב עס איז פיל די יעדעים דהיינו למשל אויב די יעדים זענען 5000 בחורים און עס האבן זיך נאר איינגעשריבן 4000 וועט מען נעמען 1000 בחורים וואס האבן שוין באקומען א מעמד בן ישיבה נאך אלע שווערעקייטן און עס צונעמען פון זיי
נו וועלעכע 1000 בחורים וועט מען אויסקלויבן דעס וועט מען מכבד זיין כ"ק "שר הבטחון"
אין תשפ"ג איז געענדיגט מיט אזא מציאות ווי מעמד בן ישיבה
דאס איז די טרוקענע פאקטן וואס עס שטייט אינעם חוק הגיוס קיינער קען נישט זאגן אנדרש ווער עס זאגט אנדרש איז פשוט א בת היענה
"לאור ההסכם הקואליציוני ולאור פעילות שקדמה לכך שבמהלכה פעלו נציגי יהדות התורה בכנסת בשיתוף עם מזכירי מועצות גדולי התורה מול משרד הבטחון וגורמי הצבא המוסמכים שבעקבותיה הובטחו תנאים והסדרים למועדים של התייצבות בני הישיבות בלשכות הגיוס באופן המבטיח מקסימום של תנאים נאותים וסבירים להימצאותם של לומדי התורה בלשכות להתייצבות לצורך דיחוי התקבלה ההוראה החד משמעית של ההנהגה הרוחנית המכוונת את בני הישיבות להישמע לדרישות להתייצבות למיון רישום וקבלת דיחוי"
דאס איז פשוט מגוחך אז די לשכת הגיוס איז צוגעשטעלט עס זאל זיין גרינג צו באקומען א דיחוי, איז אמאל נישט געווען גענוג גרינג ? די פאטגראף ענדיגט זיך להתייצבות ל"מיון" מיון מיינט סארטירן און אויסזיפן ווער עס לערנט יא באמת און ווער נישט – וואס דאס איז די היפוך פון מאכן גרינג צו באקומען א דיחוי
"כזכור טרם חתימת ההסכם הקואליציוני דנו בהרחבה במועצות גדולי וחכמי התורה אודות הסכם זה ובהסכמת מרנן ורבנן שליט"א חתמו נציגי יהדות התורה וש"ס על ההסכם הקואליציוני"
עס איז טאקע כדי צו באטאנען אז די מועצגה"ת האט זיך בכלל נישט צאמגעזעצט צו דן זיין פארן אונטערשרייבען דעם נייעם חוק – לכל הדעות רעדט מען דא פון דיני נפשות
"קביעה זו מוסיפים אותם גורמים כוללת את כל לומדי התורה שתורתם אומנותם ללא הבדל של חוג קהילה ו/או עדה ואין כל בדל של אמת באותן שמועות שגורמים אינטרסנטים מנסים להפיץ על פיהן יש כביכול מידה של איפה ואיפה ח"ו בקבלת טופסי דחיית שירות בין בני קהילה אחת לבני עדה אחרת"
אויב ליגענט קען מען זאגן אסאך, די מציאות איז אז ביי די ספרד'ישע קרייזען איז דא פול מער בחורים וואס באקומען נישט קיין דיחוי
"אולם אין זה סוד הוסיפו אותם גורמים שמתקופת חודש אב תשע"ב כאשר בוטל 'חוק טל' וכל הליכי ההתייצבות של לומדי התורה נדחו ובמקביל לכך בעקבות הקמת ממשלת לפיד בשנת תשע"ג וההכנות של ממשלה זו לחקיקת חוק גיוס פוגע ומתריס כתחליף לחוק טל – החוק שכאמור בוטל בהוראת בג"צ רשויות הצבא לא הקפידו על הצורך במתן אישורי יציאה לחו"ל ועקב כך מספר גדול של לומדי תורה שהו בחו"ל תקופות ממושכות ובעקבות זאת איבדו את מעמדם כבני ישיבות מול שלטונות הגיוס. בנוסף לכך העובדה שבשנים תשע"ב – תשע"ה היו דרישות שונות על אופי ההתייצבות בלש־ כות הגיוס ובעקבות כך היו רבים שלא הקפידו ולא נשמעו לפניות הרשויות להסדיר את מעמדם ומשום כך הללו לא התייצבו וזה גרם לכך שמאות איבדו את מעמדם כבני ישיבות"
ממש א פורים תורה פארוואס עס איז דא בחורים וואס פארלירן די מעמד בן ישיבה – ווער עס וויל וויסען ווייסט אז די סיבות פארוואס בחורים פארלירן די מעמד בן ישיבה איזו ועגן די נייע תקנות און שווערעקייטן וואס די מדינה האט געמאכט
"באסיפת ראשי ישיבות שהת־ קיימה לפני החג הופיעו בפניהם אותם גורמים המוסמכים שעוסקים בנידון והם ציינו את העובדה שהם התריעו מבעוד מועד שהנסיון להנהיג התנהלות חדשה שבו בן ישיבה יוכל לקבל טופס דיחוי מהצבא ללא שיתייצב בלשכת הגיוס נדונה לכשלון וכי הדבר עלול לגרום לאלפי תלמידים הסתבכות עד כדי מעצר כאשר ברור שהמעצר הוא על אי קיום חוק ולא מעצר בגין לימוד תורה. ראשי הישיבות שהשתתפו באותה אסיפה קבלו על הנסיון שאנו עדים לו והוא הנסיון לשנות את ההסדר שהושג בעמל רב ובס"ד עם קום המדינה כאשר מנסים לדרוש כיום דיחוי משירות צבאי עבור כל יהודי חרדי גם אם אינו בגדר של תורתו אומנותו תוך הצגת דרישתם בכך שיש לאמץ דרישת המ־ נהיגים הרוחניים בציבור החרדי שהם "בעלי דרגה עילאית יותר" וכביכול רק להם חשובה כל נפש בישראל ועל כן לשיטתם יש להאבק ולקבל דיחוי מהצבא לכל החרדים. לדברי ראשי הישיבות זה נסיון מביש ונואל שנידון לכשלון תוך כדי קריאת תיגר על ההנהגה הרוחנית שמכוונת את ההתנהלות של 'ועד הישיבות' והדרישות הקפדניות שלו כדי לוודא שאת הדיחוי משירות צבאי יכולים לקבל אלה אשר תורתם אומנותם כפי שנהוג כ־ 70 שנה"
דא איז מען אויפגעקומען מיט א תורה כאילו אלע יארן איז געווען אזוי אז נאר לומדי תורה זענען געווען פטור – און דאס איז געווען די דעת תורה , און דעס איז די מטרה פון די מלחמה קעגן גיוס כאילו צו טוישן דעם הסדר
איז ערשטנס איז נישט אמת אז די חוק הגיוס אפעקטירט נישט די לומדי תורה ווי שוין אויבן געשמועסט די חוק הגיוס אפעקטירט לומדי תורה סיי בהוה נאכמער פון שנת תש"פ און אינגאנצען פון תשפ"ג
צווייטענס איז קיינמאל נישט געווען אזא מציאות אפילו ביי די גדולים פון מועצגה"ת אז בחורים וואס לערנען נישט מעגן גיין אין מיליטער [זעה דוקעמענט ווי הרב שטיינמאן שרייבט אז א אפילו איינער וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער]
די סדר פון תורתו אומנתו איז געווען א פשוט'ע טעכנישע מהלך וואס מען האט אויסגעארבייט כדי די פטור פאר חרדים זאל שטימען מיטן חוק
די ארטיקל ענדיגט זיך
"אם בחרתם לכם לדבר סרה כלפי ההנהגה הרוחנית ומועצות גדולי התורה של יהדות התורה מדוע תבקשו את קהל ד'" סיימו הדוברים בכאב"
און מיר קענען ענדיגען, אויב האבן די שישקעס און ראשי הפארטייען און צייטונג שרייבערס מחליט געווען צו מאכן א שתיקה פונעם גזרת הגיוס צו נעמען א חלק בראש אינעם תקופת הסתגלות מיינט עס נאכנישט אז אלע אידן וואס זענען נישט געבוירן אין סאטמאר מוזן משלים זיין דערמיט די מציאות פאטשט אוין פנים די גזירת שמד איז בתוקפה די תקופת הסתגלות איז בתוקפה .
לאמיר האפן אז די קומענדיגע טעג וועט זיין א התעוררות און גאנץ כלל ישראל פון אלע שיכטען אין קרייזען איבער דעם שרעקליכען גזירה וירא ה' בעני עמו ויחיש לגאלינו
לעצט פארראכטן דורך בסתר המדריגה אום זונטאג יוני 04, 2017 4:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
המאמין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:26 pm

START TWEET

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המאמין »

Let Our People Go – Decrying the Persecution of religious Jews in Israel

http://Www.LetOurPeopleGo.Org

פון די עסקנים קומט יעצט אריין די נייעס אז אויפן פראנט פון פורסום און פראפעגאנדע פאר די אומות העולם, איז געלאזט געווארן און גאנג א שפאגל נייע "וועבסייט" פון ווי עס וועט בעזר השם ארויסגיין דעם קול היהדות החרדית קבל עם ועולם, אויסצושריין פאר די וועלט די וויי געשריי פון אחבנ"י דרי ארה"ק הנאנחים ונאנקים בשבי הציוני.

דער וועבסייט איז א חידוש אין דעם הינזיכט, היות עס איז אויסגעשטעלט גאר קלאסיש און געאייגנט פאר א גוי צו פארשטיין און באגרייפן דעם מצב, עס ווערט אראפגעלייגט מיט לעבעדיגע בילדער, די רשעות און אכזריות דורך די ציוניסטישע פאליציי אנטקעגן פרידליכע מוחים און פרויען און קליינע קינדער.

אזוי אויך וועט בעז"ש ווערן פאבליצירט נייעס און אפדעיטס פון פרישע פעלער פון רשעות פון די פאליציי, און אזוי אויך פרעסס רעליסען און צוזאמענהאנג מיט דעם כינוס הרבבות.

דאס וועט בעזה"ש ברענגען די ליידן פון אחינו בנ"י בארה"ק פאר די אויגן פון די וועלטס פרעסע און פירער, און וועט האפענטליך ברענגען די גונסטיגע רעזאלטאטן, אפצטשטעלן די רשעות און אכזריות פון די ציוניסטישע פאליציי אויף די ערליכע אידן, ווי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע שרייבט עטליכע מאל בספריו הקדושים, אז די גרעסטע און שטערקסטע מחאה וואס קען זיין, איז ווען מקומט ארויס פאר די וועלט פארשעמען די ציונים, ווייזן זייער רשעות וויאזוי זיי באגייען זיך מיט אידן וואס זענען מוחה על כבוד שמו יתברך.

דאס איז חלק א'

יעצט וועלן מענטשן פרעגן, עס איז דאך נישט קיין סוד, מיר ווייסן דאך אלע אז די פרעסע באריכטעט דאך נישט די אלע פראטעסטן פון דעם יהדות החרדית?

איז שתי תשובות בדבר:

א' עס ווערט אריינגעלייגט די מאקסימום כוחות אז אונזער ווארט זאל אנקומען צו די וועלט פרעסע.

ב' פאר ווער עס ווייסט וויאזוי די די היינטיגע וועלט גייט, לויפן רוב נייעס דורך סאציאלע מידיע- - -

איז דא קומען מיר ארויס מיט א רוף צום ציבור:

אבער קודם א **קלארשטעלונג**:
אויב זענט איר "נישט אינוואלווד אין סאשעל מידיע, איז ביטע, לייגט אייך בשום אופן נישט אריין דערין, עס איז דרכם להזיק, אשריהם פון די וואס שטייען ווייט דערפון.
אונזער רוף גייט אבער צו די וואס זענען –מחמת איזה סיבה שהוא- יא אקטיוו אויף סיי וועלכע פון די פלאטפארמעס, קומט צו אונזער הילף!

אויב זענט איר אקטיוו, דארף איך בכלל נישט מסביר זיין וויאזוי די זאכן ארבעטן, איך וועל בלויז געבן די ראשי פרקים:

די אפיציעלע "העשטעג" פון דעם פראטעסט גייט זיין: #LetOurPeopleGoRally

(פרעגט נישט וואס מיינט העשטעג, ווייל אויב ווייסט איר נישט, רעדט מען נישט צו אייך, שטייט ווייט פון די זאכן... ודי)

עס פעלט וויכטיג אויס צו מאכן א שטארקע אנוועזנהייט, אזוי אז סיי אין די וואך בעפאר דעם פראטעסט, און כש"כ בשעת מעשה זאל דאס ציען א שטארקע אינטערעסע.

יעצט אפאר גיידליינס:

א'- די ציל דארף זיין צוויי זאכן איינס: פארשפרייטן די רשעות פון די ציונים. צוויי: ברענגען אויפמערקזאמקייט פאר דעם כינוס הרבבות (וואס דאס וועט אויטעמעטיש פירן אז מענטשן זאלן זיך פאראינטערעסירן על מה יצא הקצף.
-
ב'- איר קענט דאונלאודן סיי וואסערע בילדער אדער קליפס פון דעם וועבסייט, אדער וואס איר האט אין באזיס.
-
ג'- די נוסח דארף זיין בערך אזוי "The Orthodox community in the US, stands in solidarity with our brethren in Israel being persecuted by the Israeli Gov. #LetOurPeopleGoRally”
אדער “Religious Jews in Israel are constantly being persecuted by the Israeli Police. This Must Stop #LetOurPeopleGoRally”
אדער”As a member of the Orthodox community in NY, I will participate in the #LetOurPeopleGoRally, to Decry the persecution of Religious Jews in #Israel”

די וויכטיגסטע איז צו זיין אקטיוו "ביום המחאה" ובשם השם נעשה ונצליח!!!"
המאמין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המאמין »

? Sorry i CP since it was locked... I think everyone who just follow any group is any way on twitter.. so why not just RETWEETING
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”