רדיפת הדת אין מדינת ישראל

אחראי: יאנאש

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

רדיפת הדת אין מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

ציוניסטישע רעגירונג גרייכט וואס א טאג מער עזות און שפלות!

פרייטאג צונכאכט'ס נאך קידוש נאכן מאכן המוציא, פאר אנהייבן די מאכל דגים האבן מיר געהערט ביטערליכע וויי געשרייען קולות "שבת!!!" "שבת!!!"...
אונזער געגנט איז לויטער חרדיש (טאקע קאלירפוהל דעות און השקפות מן הקצה אל הקצה אבער חרידיש)כמעט נישט בנמצא אז אן אוטאמאביל זאל דורך פארן ביי אונזער געגנט.

יא, דריגענד-הילף אויטאס קענען יא אדורך פארן (זאל זיין נאר פאר גוטע זאכן). אויך קען פאסירן - לעיתים רחוקות מאד - היות אונזער געגנד איז קרוב די אלגעמיינע געגנט האט שוין פאסירט אז אז פארבלאדזשעטער איד האט אריינגעבלאנדזשעט ביי אונז וועלדיג ארויס פארן פון שטאט און בטעות אריין ביי אונז.
א אזא פאל כאפט דער טרייבער באלד אין וועלכע 'צרה ר'איז ארייגעפאלן, כאפט הענט און פיס און ווערט אנטרינען איידער די יונגעלעך וואס שפילן אויפן שאסיי [אלס א שבת-הויף] וועלן אים 'באוואשן' מיט די "שבת!'ן", בדרך כלל האט אזא 'אינצידענט' נישט געדויערט מער ווי 1 מינוט אויפן זייגער. צו יענעמס שלימאזל אבער, ווערט ער אייביג 'באזונגען' מיט א קיצור זמירות, אבער ווי איידער וואס ווען וואו איז ער שוין נישט דא...

דעם ליל שבת קודש איז אבער די "שבת" געשרייען געוועהן הולך ומתגבר ס'האט נישט אויפגעהערט, די געשרייען זענען געווארן וואס אמאהל שטערקער און היסטערישער,
די קינדער לויפן באלד ארויף אין הויף זעהן וואס אזוינס האט פאסירט, און קעמען באלד צוריק שאקירט - פאליציי!!! זיי פארן געמיטליך איינס און נאך איינס!

די "שבת" געשרייען ווערן אלס העכער, קינד און קייט אלעס קומט אראפ אונטן אויפן שטראז, יונגעלייט, טאטעס מיט קינדער און ווער נישט (יא, געוועהן ליידער ווער נישט... און אויך געוועהן מואסים באחרים שעושים).

"טאטי!!!" לויפט אריין דער בחור'ל א יאהר 14, "זיי זענען שוין ווייטער געקומען צו .... אונטער אונזער בנין נעמען דעם בחור מיט זיין שוועסטער!"
"איך קען דאס נישט פארשטיין" פרעגט מיין צדיק'ל מיט זיינע בחור'ל תמימות אויגן "אום שבת?!"

בחסדי שמים, האט די שטאט (די וואס האט זיי געבאדערט חילול שבת נישט בלויז ווען מ'רעדט פון על-אל...) מיט העראשיש קאמפף זיך קעגן געשטעלט בגופם, און נישט דערלאזט די טמאים מחלל זיין קדושת ישראל און קדושת השבת.

בימות החול האבן די באנדיטן א וועג צו קומען באישון ליל ווען קיינער זעהט נישט, אבער דער באשעפער האט געטרייע אידעלעך, און ווי נאר עפעס א רויש פון די פאליציי ווערט באלד אלאמירט דער גאנצער געגנט אזש 3 אינמיטן נאכט... און קיינע ברירות... יעדעס מאהל פארלאזן זיין דעם מקום ב"ה בבושת פנים.
(די [חרידישע] וואס בייזערן זיך אויף גזל שינה, ענטפערן מיר זיי אפ מיט זייער מטבע, און ס'איז ב"ה/ליידער דא פיל מיט וואס זיי פארשטאפן ס'מויל)

נו, ווען איז דאס בעסטע צייט ארעסטירן א פרום בחור און א פרום מיידל ווען 3, 2, 4 און 5:30 געלונגט נישט? - ליל שבת קודש!... בעת ווער אלע אידן זיצן; דער ביי כל מקדש, דער ביי קידוש, און דער ביי די מעשה פאר די קינדער...

גוט אויסגערעכנט! אבער כלל ישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם און האבן אן הייליג געפיל און באלד דעשמעקט מען ווען די טמאים קומען - און בע"ה פארטריבן די שפלים!



* * *
אגב, די משפחה איז נעבעך א צובראכן משפחה, דער זוהן וואלגערט זיך אן א ישיבה שוין א פאר יאהר און דאס מיידל האט אויך נישט א געהעריג סקול - אבער זענען פרום און ערליך!
מפני הכבוד וועלן מיר ניטאמאל מרמז זיין וועם'אייניקל, ער, דער טאטע איז.
ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזן סוף »

ישר כוח פאר דע באריכט יעדעס ווארט ריכטיג (בפרט דער מצב פין אחינו בני ישראל בארץ הקודש מיט דע בכם ומכם ניקעס )
אויך געהרט פין דע שרעקליכע פאסירונג ( פון דער נאנט ליידער )
אין ערגער ווי דע עצם פאסירונג איז ווי שוין אויבן צי געצייכנט דע חוצפה וואס האט נישט קיין גרעניצן אין גייט בעוונותינו הרבים ארויף יעדן טאג מיט נאך שטאפלען ה"י
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

די וואך שבת האט עס פאסירט?
ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזן סוף »

יא יא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אין וועלכע שטאט?
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

וויכטיג צו באטאנען נאך א פונקט וואס עפעקטירט צוליב די שענדליכע חילול שבת קודש און טונקעלע בארבאריזם פון קומען ארעסטירן ביום השבת.
[בלי ספק אן א פארארדענונג פון די העכערע אינסטאנצן וואלט אזא פרעכע התנהגות נישט צושטאנק געקומען]

פאר די וואס ווייסן נישט, ברויכן צו וויסן.
נישט בלויז א 'דיחוי' [פאר די וואס גייען זיך שטעלן ביי זיי] ווערט שווערער און שווערער, וואס איך גלייב אז יעדער וואס 'וויל' וויסן קען וויסן וויפיל נעבעך די אומשולדיגע בחורים האבן אויסצושטיין פון די פארשאלטענע באאמטע, און נישט ווייניגער פון די מלחכי פינכא למיניהם ולסוגיהם, און וויפיל קרבנות פאלן נעבעך נעבעך.
ווער עס וויל דאס לייקענען איז מכובד צו לייקענען אזוי לאנג ביז ס'וועט ווערן אויס פאקט...

איינס פון די גרויסע פראבלעמען פון די גזירת הגיוס וואס האט זיך צענדליג-פאכיג פארערגערט בכלל, איז אז די וואס זענען געגאנען זיך שטעלן באופן צו מאכן א "פטור" דהיינו אז מ'איז נישט פעהיג צו דינען מחמת... איז געווארן זייער שווער. (פון מיין פערזענליך ערפארונג, צוויי פון מיינע זין האבן געהאט אן ארעסט פארארדענוג, ס'האט געדויעט ביי איינעם א צירקע 2 יאהר, און ביים צווייטן ארום איינס אהאלב יאהר ביז זיי זענען פטור געווארן, עס האט געקאסט ממון ודמים, און פיל פיל טרערן פון די מאמעס און באבעס און טאטעס...)

[אז מ'רעדט שוין, די שמחה וואס די חברים פראווען אין ישיבה איז נישט ווייינגער ווי מען ווערט א חתן. און ווען איינעם קומט דאס אן שווער איז דאס פייערונג א שטייגער אן עלטערע בחור ווערט ענדליך א חתן... ווען עס קומט די 'תקופה' ווען אויסגעטיילט צווישן די חברים אלע נעמען מיט די מאמעס נאמען "שיזכה לצאת ולהשתחרר מהרשעים בניקל" נישט וויינעגער וויי ביי "זיווג הגון"
נישט מעגליך צו שילדערן דעם געפיל פון א טאטן ווען נעמט ארויס פון פאסט קעסטעלע צוויי בריוון אויף איינמאל; איינס ער זאל זיך קומען פארהערן כדי אריינגיין אין [א מובחר'דיג] ישיבה גדולה, און דאס צווייטע אז ער איז געלאנדט זיך צו שטעלן אויף א פארהער און זיך גרייטן צום דינסט אין מיליטער... יא, ס'האט פאסירט ווירקליך ביי איינע פון מיינע זין. פאר קיינעם געוואונטשן אזוינע געפילן]

וואס האבן די אלע בחורים געטוהן ביז היינט, די האבן א ישיבה מיט א דארמיטארי אידאך גוט, מ'קומט דאך אהיים בלויז אויף שבת, ביי אנדערע ישיבות אויך נישט יעדען שבת נאר געוויסע, (און נאר ווען די בחורים מאכן 'זייערע גניבות' מיטן מנהל...) און די בחורים וואס האבן נישט קיין דארמיטארי, שאפט מען צו שלאפן ערגעצוואו, און פיל מאהל קאסט עס גאנץ פיין, אבער אלעס איז ווערד.

די קינדער ווייסן שוין ווען מ'רופט אויפן טלעפאן פון דעם פארשאלטענעם "לשכת הגיוס" וואו איז פלוני? ענטפערט מען א גרויסן "איני יודע" נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי זידן ארויס א ווארנונג צום וויפילטן מאל און דיינו, (פלא והפלא בדרך כלל ווייסן זיי ווער עס איז אינדערהיים און ווער נישט, פון וואנען?...)

עכ"פ די בחורים זענען נישט אידערהיים א גאנצע וואך, ס'קומט שבת איז א מחי', קיינער דראעט נישט, און עס לויערט קיין סכנה אז אט אט קומען די רשעים און וועלן אריינרייסן אין שטוב אריין און פארכאפן חלילה.


* * *

לאור די לעצטע אנטוויקלונגען, אז בעצם יום השבת קודש וואגן זיך די רשעים לחלל את השבת און קומען מיט ד גרעסטע מאס עזות פארכאפן אידישע בחורים - נפל דבר!
מען קען זיך שוין נישט שיצן אז אין א''אידישע' מדינה וואס 'האלט' שבת... זאגאר אל-על (אגד?...) פארט נישט שׁאַבּאַט און זייערע אינסטאנצן זענען צוגעמאכט שׁאַבּאַט, זאלן זיך בחורי ישראל אויך קענען שפירן רוהיג ביום השבם קודש.

א טאטע האט מיר מיטטגעטיילט אין וואס פאר א פחדים זיי זענען געוועהן א גאנץ שב"ק ווילאנג זייער זוהן איז צוריק מוצש"ק אין ישיבה "איך האב נאך קיינמאהל אזוי נאס געמאכט מיין זוהן'ס שטערן ווען איך האב אים באלייט צום באס או זיך געזעגנט פון אים [דער טאטע, די מאמע איז דאך קיין חידוש]

די נייעס איז אז פון היינט איז קיינער פארזיכערט ביום השבת קודש. (ח"ו היו לא תהיה, מיר רעדן נאר פונעם פאליטיש-אסטראטעגישן שטאנדפונקט)



מנהלים, דאס איז בלויז נייעס, קיינע דעבאטעס און מיינונגען!
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

אבן יקרה האט געשריבן:אין וועלכע שטאט?
בית שמש, אין איינע פו די 'שטעטלעך', ס'איז דא כמה.
(אין מאנסי, וואו אין מאנסי? היימישער געגנט עמממ... מעיפל עוועניו סוזען מאנסי בלוו. ביז סענטרל... והגלילות, מכון להוראה געגנט והגלילות מימין ומשמאל, וויזשניץ, פארשעי, קאנקארד, וועסלי הילס, סטאניסלאב געגנט, ועוד... ביז...
כן הדבר בבית שמש. נחלה ומנוחה, קרית רמ"א, חפציבה, גבעת ירושלים, (האלו! נישט די... מ'וואוינט שוין דארט 6 יאהר) ריב"ל, יפה נוף, רמה א', רמה ג', ועוד... ביז...)
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:די וואך שבת האט עס פאסירט?

ביזן סוף האט געשריבן:יא יא
ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזן סוף »

איך מיין אז חפציבה קנה בושם געגנט איז דאס געווען
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

בערעלע קבצן האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אין וועלכע שטאט?
בית שמש, אין איינע פו די 'שטעטלעך', ס'איז דא כמה.
(אין מאנסי, וואו אין מאנסי? היימישער געגנט עמממ... מעיפל עוועניו סוזען מאנסי בלוו. ביז סענטרל... והגלילות, מכון להוראה געגנט והגלילות מימין ומשמאל, וויזשניץ, פארשעי, קאנקארד, וועסלי הילס, סטאניסלאב געגנט, ועוד... ביז...
כן הדבר בבית שמש. נחלה ומנוחה, קרית רמ"א, חפציבה, גבעת ירושלים, (האלו! נישט די... מ'וואוינט שוין דארט 6 יאהר) ריב"ל, יפה נוף, רמה א', רמה ג', ועוד... ביז...)
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:די וואך שבת האט עס פאסירט?

ביזן סוף האט געשריבן:יא יא

ביסטו א הערליכע שרייבער.
קוש מיט בוידעם.
מ'קען אבער וויסן און וועלכע געגנט? סתם אינטרעסאנט אויף פאקט.
בלויז נייעס, נישט מעשהל'ך.
ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזן סוף »

איך מיין אז חפציבה קנה בושם געגנט איז דאס געווען
נישט גענוג קלאר
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

אבן יקרה האט געשריבן:
בערעלע קבצן האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אין וועלכע שטאט?
בית שמש, אין איינע פו די 'שטעטלעך', ס'איז דא כמה.
(אין מאנסי, וואו אין מאנסי? היימישער געגנט עמממ... מעיפל עוועניו סוזען מאנסי בלוו. ביז סענטרל... והגלילות, מכון להוראה געגנט והגלילות מימין ומשמאל, וויזשניץ, פארשעי, קאנקארד, וועסלי הילס, סטאניסלאב געגנט, ועוד... ביז...
כן הדבר בבית שמש. נחלה ומנוחה, קרית רמ"א, חפציבה, גבעת ירושלים, (האלו! נישט די... מ'וואוינט שוין דארט 6 יאהר) ריב"ל, יפה נוף, רמה א', רמה ג', ועוד... ביז...)
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:די וואך שבת האט עס פאסירט?

ביזן סוף האט געשריבן:יא יא

ביסטו א הערליכע שרייבער.
קוש מיט בוידעם.
מ'קען אבער וויסן און וועלכע געגנט? סתם אינטרעסאנט אויף פאקט.
בלויז נייעס, נישט מעשהל'ך.

ס'האט פאסירט אין שכונת גבעת ירושלים דמתקריא 'סלונים' (נאכאמאל, נישט די יענע...)
ביזן סוף האט געשריבן:איך מיין אז חפציבה קנה בושם געגנט איז דאס געווען

חפציבה און 'סלונים' גבעת ירושלים רירן איינע צו די אנדערע, חפציבה איז געבויעט געווארן פריען מיט צוויי יאהר.
אבער גאר אינטערעסאנט ממש צוויי געגנטן, אן אנדער כאראקטער אינגאנצן, מען קען זיך, מען טרעפט זיך אבער ממש אנדערש אינגאנצן.


פאר די וואס וואוינען אין בי"ש:
דער "קנה בשם" נאמען איז בלויז פאר א פארמאליש/פאליטיש/קינדיש/ צוועק און מ'דערמאנט זיך דערפון נאר ווען דער 11'ער פון "סופרבוס" פארט פון רמה א' ביז "קנה בשם" לענגער ווי ביז ירושלים... קיין ווערטל...
(ולשבר את אזני הניו-יורקים: פון בארא פארק ביז וויליאמסבורג לענגעו ווי בארא פארק ביז מאנסי... קיין ווערטל...
לעצט פארראכטן דורך בערעלע קבצן אום זונטאג מאי 21, 2017 1:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
sharp
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sharp »

אפשר איז טאקע כדאי צו עפענען אן אויפקלערונגס אשכול פשוט מסביר זיין די מציאות הדברים

ווי עס קוקט אויס האט דער עולם נישט קיין השגה וואס דער גזירה איז, מער ווייניגער באדערט פארן עולם די (אומענטשליכע) פראטעסטירער און דער (נישט) מחונך׳דיגע פעמפער ווארפער.
לעצט פארראכטן דורך sharp אום זונטאג מאי 21, 2017 1:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

sharp האט געשריבן:אפשר איז טאקע כדאי צו עפענען אן אויפקלערונגס אשכול פשוט מסביר זיין די מציעות הדברים

ווי עס קוקט אויס האט דער עולם נישט קיין השגה וואס דער גזירה איז, מער ווייניגער באדערט פארן עולם די (אומענטשליכע) פראטעסטירער און דער (נישט) מחונך׳דיגע פעמפער ווארפער.

ווער עס וויל וויסן קען וויסן, ווער עס וויל וויסן דורך די וואס ווילן נישט מען זאל וויסן, ווייסן דאס וואס איר ווייסט.



* * * * * * *
טראץ וואס דער אשכול איז בלויז אויף ידיעות און נייעס, און איר האט עפעס אנדערש אריינגערעדט האב איך איינמאל געענטפערט, בקיצור, אויף דברים וואס זענען נישט לגופן של דברים, און איך גיי בע"ה נישט מער רעאגירן אויף ענינים וואס זענען נישט נוגע צו די פאקטן.

איר קענט אויפמאכן אן אשכול אויף צו דן זיין אלעס וואס איר האלט איבער די ענינים, קיין פראבלעם, אבער נישט אין א 'נייעס' אשכול.
לעצט פארראכטן דורך בערעלע קבצן אום זונטאג מאי 21, 2017 1:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שרעקעדיג! נאך שרעקעדיגער צו הערן פון איינער וואס איז ממש דעראינען
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

שרעקליך פחד פחדים,
סזעהט מיר אויס ווי איך ליין א מעשה פון די צווייטע וועלט מלחמה אין איינע פון די שטעטלעך אין אונגארען
השם יעזור
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איך שפור געהעריג ווי 'אן סין'.. הערליך באשריבן, א שאד אזא פארווייטאגטע נושא
...
משכני
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2017 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משכני »

נישט געווען פונקט אזוי
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

משכני האט געשריבן:נישט געווען פונקט אזוי


סתם נישט איז גארנישט געזאגט, אויב נישט אזוי וואס איז יא געווען
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

משכני האט געשריבן:נישט געווען פונקט אזוי

שלום עליכם מָשְכֵני אדער מִשְכָּני?
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

משכני האט געשריבן:נישט געווען פונקט אזוי

זענט איר דארט געוועהן?
משכני
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2017 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משכני »

בערעלע קבצן האט געשריבן:
משכני האט געשריבן:נישט געווען פונקט אזוי

זענט איר דארט געוועהן?


א שוואגער געווען דארט
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

משכני האט געשריבן:
בערעלע קבצן האט געשריבן:
משכני האט געשריבן:נישט געווען פונקט אזוי

זענט איר דארט געוועהן?

א שוואגער געווען דארט

פרעג דיין שוואגער וועלכע פרט איז "נישט געווען פונקט אזוי"
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

פנחס בן חיים האט געשריבן:עני עווידענס ממקום אחר אז די מעשה האט ווירקליך פאסירט?

איז עס נאך ערגעץ באריכטעט אדער נאר דא?

משכני'ס שוואגער (ער זאגט נאר אז ס'איז "נישט געווען פונקט אזוי")
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

בערעלע קבצן האט געשריבן:
משכני האט געשריבן:
בערעלע קבצן האט געשריבן:
משכני האט געשריבן:נישט געווען פונקט אזוי

זענט איר דארט געוועהן?

א שוואגער געווען דארט

פרעג דיין שוואגער וועלכע פרט איז "נישט געווען פונקט אזוי"

זיין שוואגער האט שוין געהאלטן נאך די יאהך (נישט פאר די פיש)
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

בכלל אין די מעשה פארוואס האט מען ארעסטירט (געוואלט עכ"פ) די מיידל ? גיוס בנות ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”