Let Our People Go – Decrying the Persecution of religious Jews in Israel
http://Www.LetOurPeopleGo.Orgפון די עסקנים קומט יעצט אריין די נייעס אז אויפן פראנט פון פורסום און פראפעגאנדע פאר די אומות העולם, איז געלאזט געווארן און גאנג א שפאגל נייע "וועבסייט" פון ווי עס וועט בעזר השם ארויסגיין דעם קול היהדות החרדית קבל עם ועולם, אויסצושריין פאר די וועלט די וויי געשריי פון אחבנ"י דרי ארה"ק הנאנחים ונאנקים בשבי הציוני.
דער וועבסייט איז א חידוש אין דעם הינזיכט, היות עס איז אויסגעשטעלט גאר קלאסיש און געאייגנט פאר א גוי צו פארשטיין און באגרייפן דעם מצב, עס ווערט אראפגעלייגט מיט לעבעדיגע בילדער, די רשעות און אכזריות דורך די ציוניסטישע פאליציי אנטקעגן פרידליכע מוחים און פרויען און קליינע קינדער.
אזוי אויך וועט בעז"ש ווערן פאבליצירט נייעס און אפדעיטס פון פרישע פעלער פון רשעות פון די פאליציי, און אזוי אויך פרעסס רעליסען און צוזאמענהאנג מיט דעם כינוס הרבבות.
דאס וועט בעזה"ש ברענגען די ליידן פון אחינו בנ"י בארה"ק פאר די אויגן פון די וועלטס פרעסע און פירער, און וועט האפענטליך ברענגען די גונסטיגע רעזאלטאטן, אפצטשטעלן די רשעות און אכזריות פון די ציוניסטישע פאליציי אויף די ערליכע אידן, ווי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע שרייבט עטליכע מאל בספריו הקדושים, אז די גרעסטע און שטערקסטע מחאה וואס קען זיין, איז ווען מקומט ארויס פאר די וועלט פארשעמען די ציונים, ווייזן זייער רשעות וויאזוי זיי באגייען זיך מיט אידן וואס זענען מוחה על כבוד שמו יתברך.
דאס איז חלק א'
יעצט וועלן מענטשן פרעגן, עס איז דאך נישט קיין סוד, מיר ווייסן דאך אלע אז די פרעסע באריכטעט דאך נישט די אלע פראטעסטן פון דעם יהדות החרדית?
איז שתי תשובות בדבר:
א' עס ווערט אריינגעלייגט די מאקסימום כוחות אז אונזער ווארט זאל אנקומען צו די וועלט פרעסע.
ב' פאר ווער עס ווייסט וויאזוי די די היינטיגע וועלט גייט, לויפן רוב נייעס דורך סאציאלע מידיע- - -
איז דא קומען מיר ארויס מיט א רוף צום ציבור:
אבער קודם א **קלארשטעלונג**:
אויב זענט איר "נישט אינוואלווד אין סאשעל מידיע, איז ביטע, לייגט אייך בשום אופן נישט אריין דערין, עס איז דרכם להזיק, אשריהם פון די וואס שטייען ווייט דערפון.
אונזער רוף גייט אבער צו די וואס זענען –מחמת איזה סיבה שהוא- יא אקטיוו אויף סיי וועלכע פון די פלאטפארמעס, קומט צו אונזער הילף!
אויב זענט איר אקטיוו, דארף איך בכלל נישט מסביר זיין וויאזוי די זאכן ארבעטן, איך וועל בלויז געבן די ראשי פרקים:
די אפיציעלע "העשטעג" פון דעם פראטעסט גייט זיין: #LetOurPeopleGoRally
(פרעגט נישט וואס מיינט העשטעג, ווייל אויב ווייסט איר נישט, רעדט מען נישט צו אייך, שטייט ווייט פון די זאכן... ודי)
עס פעלט וויכטיג אויס צו מאכן א שטארקע אנוועזנהייט, אזוי אז סיי אין די וואך בעפאר דעם פראטעסט, און כש"כ בשעת מעשה זאל דאס ציען א שטארקע אינטערעסע.
יעצט אפאר גיידליינס:
א'- די ציל דארף זיין צוויי זאכן איינס: פארשפרייטן די רשעות פון די ציונים. צוויי: ברענגען אויפמערקזאמקייט פאר דעם כינוס הרבבות (וואס דאס וועט אויטעמעטיש פירן אז מענטשן זאלן זיך פאראינטערעסירן על מה יצא הקצף.
-
ב'- איר קענט דאונלאודן סיי וואסערע בילדער אדער קליפס פון דעם וועבסייט, אדער וואס איר האט אין באזיס.
-
ג'- די נוסח דארף זיין בערך אזוי "The Orthodox community in the US, stands in solidarity with our brethren in Israel being persecuted by the Israeli Gov. #LetOurPeopleGoRally”
אדער “Religious Jews in Israel are constantly being persecuted by the Israeli Police. This Must Stop #LetOurPeopleGoRally”
אדער”As a member of the Orthodox community in NY, I will participate in the #LetOurPeopleGoRally, to Decry the persecution of Religious Jews in #Israel”
די וויכטיגסטע איז צו זיין אקטיוו "ביום המחאה" ובשם השם נעשה ונצליח!!!"