טמאו את היכל... מירון גייט אריבער צו די מדנ"י באהערדע

אחראי: יאנאש

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

קרייסלער האט געשריבן:די כותל איז א סימבאלישע פלאץ ווי למשל די פרעזידענט קומט באזוכן משא״כ מירון איז אייביג געווען א פלאץ ווייט פירסום פון די גאס אבער א שטילער הייליגער ווינקעל ווי אידן האבן אויסגעווייקט דעם תהלים׳ל און ת״ח פארבראכן דארטן טעג מיט עבודת השם און עס פארוואנדלען אין א טוריזים ארט ווי דער כותל הרג׳ט אוועק די גאנצע ערנסקייט, יא זאלן די בית הכסא שטינקן און נאר אידן וואס ווילן האבן א קשר מיט ר שמעון זאלן זיך דארט דרייען

אמת.
פאר 75 יאר צוריק איז דער כותל אויך געווען א גאר ערענסטער מקום ווי ערליכע יודן האבן געקענט אדורך ווייקן דעם תהילים׳ל, די קדושת המקום האט ארויסגעצויגן טייכן טרערן פון יעדן אידישע נשמה. היינט איז עס ליידער א מקום פאר כל צרוו״ז. און ווען איינער ווערט דארט נתעורר פאר א טרער זונגט מען. אים לא אאאאעעעעלללללהההה.....
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אין איין ווארט
ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס די מדינה וויל רח"ל איבער מאכן דעם גאנצן מירון (היל"ת) איז מן הסתם נאך קיין מאל נישט געווען ביי רבי שמעון (קען זיין ער האט שוין געהאפקעט אין מירון אסאך צייטן פון יאר, און געווען כמ"פ ל"ג בעומר, אבער ביי רבי שמעון איז ער קיינמאל נישט געווען).

ווער ס'איז נאר אמאל געפארן צו רבי שמעון, סתם אזוי אין מיטן יאר, געכאפט א באס/קאר געפארן צום ציון, געזאגט תהלים, געדאוונט א מנחה און אהיים, אדער געקומען דאווענען וותיקין און אויסזאגן תהלים און אהיים, פארשטייט דעם רוחניות'דיגע אטמאספער וואס הערשט אין מירון,
ליידער ביים כותל האבן זיי געמאכט א חורבן (לדוגמא קצרה נישט לאזן פאר די פאר שנארער'ס צו קלייבן געלט ביים כותל ווייל ס'נעמעט אוועק די שיינקייט, ממש א מידת סדום, ועוד הרשימה ארוכה, און יא מיר זענען מוותר די שיינע בית הכסא'עס ביים כותל, דאס איז גוט פאר א מאזויעם אבער נישט פאר קיין מקום קדוש).

דאס איז ווען זיי ווילן גלאט אזוי איבערמאכן מירון, און ארויסווארפן אלע חרדי'שע אידן פון דארט, אבער יעצט ווען זיי ווילן צובויען אלע בניני טינופת, וואס טאקע צוליב דעם וואס ביז יעצט האט נישט קיין גוי וואס צו זוכן אין מירון, ווילן זיי אים צושטעלן ער זאל שוין ליידער רח"ל יא האבן וואס צו זיכן דארט, טאקע על זאת דוה לבינו
און אויף דעם איז דער וויי געשריי פון גדולי ישראל מאורי הדורות, און בעז"ה מיר וועלן אלע זיך פאראייניגן מיט א מערכה למען קדושת וטהרת מירון, די שפלים ונבזים זאלן נישט קענען טון דארט ככל העולה על רוחם הטמאה, וכדאי רבי שמעון לסמוך עליו.
(לאמיר נישט פארגעסן, אלעמאל בעטן מיר ישועות בזכות רבי שמעון, איז יעצט ווען רבי שמעון דארף אונז, לאמיר דארט זיין).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שמו האט געשריבן:אין איין ווארט...

זייער קלאר ארויסגעברענגט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די כותל איז א סימבאלישע פלאץ ווי למשל די פרעזידענט קומט באזוכן משא״כ מירון איז אייביג געווען א פלאץ ווייט פירסום פון די גאס אבער א שטילער הייליגער ווינקעל ווי אידן האבן אויסגעווייקט דעם תהלים׳ל און ת״ח פארבראכן דארטן טעג מיט עבודת השם און עס פארוואנדלען אין א טוריזים ארט ווי דער כותל הרג׳ט אוועק די גאנצע ערנסקייט, יא זאלן די בית הכסא שטינקן און נאר אידן וואס ווילן האבן א קשר מיט ר שמעון זאלן זיך דארט דרייען

אמת.
פאר 75 יאר צוריק איז דער כותל אויך געווען א גאר ערענסטער מקום ווי ערליכע יודן האבן געקענט אדורך ווייקן דעם תהילים׳ל, די קדושת המקום האט ארויסגעצויגן טייכן טרערן פון יעדן אידישע נשמה. היינט איז עס ליידער א מקום פאר כל צרוו״ז. און ווען איינער ווערט דארט נתעורר פאר א טרער זונגט מען. אים לא אאאאעעעעלללללהההה.....

זענט איהר אמאל געווען ביים כותל?

עס דארף געזאגט ווערן קלאר, אונז ווילן מיר נישט אז די מדינה זאל איבער נעמען חלילה קאנטראל פון מירון, סיי וואס זיי זאלן נאר נישט מאכן פון דעהם, לא מעוקצך ולא מדובשך, אונז דארפן נישט זייערע טובות.
אבער מיט דעהם אלעם, טאר מען נישט מגזים זיין, ביי די כותל האבן זיי טאקע געמאכט א טוריסט סענטער, אבער די כותל איז א נאציאנאלע פלאץ, און זייער א היסטארישער, משא"כ מירון, קוק למשל קבר רחל איז א געהעריגע היימישער בא'טעמ'טע פלאץ, אהן קיין שום שפיהר פון פרייע חלילה.
מען דארף אויך פאררעכטן די מצב וואס האט ביז יעצט געהרשט אין מירון, די חילול הקודש פון די אלע נישט ציוויליזרטע פארושינען וואס ההצקענען און הוליענען ביי הייליגען קבר, און שלאפן ביים ציון, און באדערען יעדער איינער וואס קומט ערנסט דאווענען.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

לחם לשובע האט געשריבן: קוק למשל קבר רחל איז א געהעריגע היימישער בא'טעמ'טע פלאץ, אהן קיין שום שפיהר פון פרייע חלילה.

ווען מ'קען ווען מאכן אין מירון ווי ביים קבר רחל החרשתי (סוכ"ס אין טובת רשעים שלימה אבער שוין)

אבער דא זאגן זיי דאך ליידער קלאר וואספארא טינופת זיי ווילן דארט חלילה אנברענגען היל"ת.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

מיר זענען מוותר......
רוחניות'דיגע אטמאספערע.......
קען איינער אריינקומען קלאר פונקטליך וואס די פראבלעם איז ע"פ הלכה אדער אפילו לויט די השקפה פון די קליינע מינאריטעט אידן פון א געוויסע קהילה וואס האבן זיך דערקלערט אלס בעלים אויפ'ן ציון אין שרייען אז זיי זענען גאר מוותר פאר אונזערט וועגן, ש'כח, ווי האט יענער געזאגט דא פריער לא מעוקצך ולא מדובשך......
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

לחי האט געשריבן:מיר זענען מוותר......
רוחניות'דיגע אטמאספערע.......
קען איינער אריינקומען קלאר פונקטליך וואס די פראבלעם איז ע"פ הלכה אדער אפילו לויט די השקפה פון די קליינע מינאריטעט אידן פון א געוויסע קהילה וואס האבן זיך דערקלערט אלס בעלים אויפ'ן ציון אין שרייען אז זיי זענען גאר מוותר פאר אונזערט וועגן, ש'כח, ווי האט יענער געזאגט דא פריער לא מעוקצך ולא מדובשך......

"מיר" מיינט מען לכאורה די גאנצע חרדישע ציבור.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

שמו האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן: קוק למשל קבר רחל איז א געהעריגע היימישער בא'טעמ'טע פלאץ, אהן קיין שום שפיהר פון פרייע חלילה.
מען דארף אויך פאררעכטן די מצב וואס האט ביז יעצט געהרשט אין מירון, די חילול הקודש פון די אלע נישט ציוויליזרטע פארושינען וואס ההצקענען און הוליענען ביי הייליגען קבר, און שלאפן ביים ציון, און באדערען יעדער איינער וואס קומט ערנסט דאווענען.

ווען מ'קען ווען מאכן אין מירון ווי ביים קבר רחל החרשתי (סוכ"ס אין טובת רשעים שלימה אבער שוין)

אבער דא זאגן זיי דאך ליידער קלאר וואספארא טינופת זיי ווילן דארט חלילה אנברענגען היל"ת.

וואס זאגן זיי?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

לחי האט געשריבן:מיר זענען מוותר......
רוחניות'דיגע אטמאספערע.......
קען איינער אריינקומען קלאר פונקטליך וואס די פראבלעם איז ע"פ הלכה אדער אפילו לויט די השקפה פון די קליינע מינאריטעט אידן פון א געוויסע קהילה וואס האבן זיך דערקלערט אלס בעלים אויפ'ן ציון אין שרייען אז זיי זענען גאר מוותר פאר אונזערט וועגן, ש'כח, ווי האט יענער געזאגט דא פריער לא מעוקצך ולא מדובשך......

דיין סארקאסטישע רעטאריק ווענדט נישט אפ די אויבנדערמאנטע דברים של טעם, און סקען זיין אז עפ״י הלכה איז טאקע נישטא קיין פראבלעם אבער עפ״י הלכה קענסטו אויך בלייבן אינדערהיים ל״ג בעומר און נישט פארן קיין מירון
ווארשיינליך אז דו פארסט יא איז צוליב הרגשים וכדומה, נא די אידן האבן אויך הרגשים און זיי שפירן אז סאיז חילול המקום. יעצט קענען. מיר זיך אראפזעצן און דן זיין.
אבער ווען די ווארפסט זאמד אין די אויגן הלכה, השקפה וכו׳ האמיר נישט וואס זיך מתווכח זיין
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שמו האט געשריבן:אין איין ווארט
ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס די מדינה וויל רח"ל איבער מאכן דעם גאנצן מירון (היל"ת) איז מן הסתם נאך קיין מאל נישט געווען ביי רבי שמעון (קען זיין ער האט שוין געהאפקעט אין מירון אסאך צייטן פון יאר, און געווען כמ"פ ל"ג בעומר, אבער ביי רבי שמעון איז ער קיינמאל נישט געווען).

ווער ס'איז נאר אמאל געפארן צו רבי שמעון, סתם אזוי אין מיטן יאר, געכאפט א באס/קאר געפארן צום ציון, געזאגט תהלים, געדאוונט א מנחה און אהיים, אדער געקומען דאווענען וותיקין און אויסזאגן תהלים און אהיים, פארשטייט דעם רוחניות'דיגע אטמאספער וואס הערשט אין מירון,
ליידער ביים כותל האבן זיי געמאכט א חורבן (לדוגמא קצרה נישט לאזן פאר די פאר שנארער'ס צו קלייבן געלט ביים כותל ווייל ס'נעמעט אוועק די שיינקייט, ממש א מידת סדום, ועוד הרשימה ארוכה, און יא מיר זענען מוותר די שיינע בית הכסא'עס ביים כותל, דאס איז גוט פאר א מאזויעם אבער נישט פאר קיין מקום קדוש).

דאס איז ווען זיי ווילן גלאט אזוי איבערמאכן מירון, און ארויסווארפן אלע חרדי'שע אידן פון דארט, אבער יעצט ווען זיי ווילן צובויען אלע בניני טינופת, וואס טאקע צוליב דעם וואס ביז יעצט האט נישט קיין גוי וואס צו זוכן אין מירון, ווילן זיי אים צושטעלן ער זאל שוין ליידער רח"ל יא האבן וואס צו זיכן דארט, טאקע על זאת דוה לבינו
און אויף דעם איז דער וויי געשריי פון גדולי ישראל מאורי הדורות, און בעז"ה מיר וועלן אלע זיך פאראייניגן מיט א מערכה למען קדושת וטהרת מירון, די שפלים ונבזים זאלן נישט קענען טון דארט ככל העולה על רוחם הטמאה, וכדאי רבי שמעון לסמוך עליו.
(לאמיר נישט פארגעסן, אלעמאל בעטן מיר ישועות בזכות רבי שמעון, איז יעצט ווען רבי שמעון דארף אונז, לאמיר דארט זיין).

איר זאלט מיר אלע מוחל זיין, יעדער שרייבט געפילן, איך וועל אויך שרייבן געפילן
ביים כותל בין איך נאך קיינמאל נישט געווען, אבער אין מירון, איך געדענק ווען איך בין דאס ערשטע מאל געווען אין מירון נישט ל"ג בעומר, ס'איז אבער געווען ערגעץ אלול צייט ווען ס'טוט זיך מער א געפארעכץ דארט, איך געדענק ווי ס'האט מיר געגרוילט דאס אנלויפעניש דארט פון די אלע מיני פרענקן און נא נחמנים למיניהם, פשוט, איך בין שוין אסאך געפארן צו מקומות הקדושים, און קיינמאל נישט באגעגנט אזא מין ערבוביא ווי דארט, און איך געדענק יענע מאל האב איך ממש נישט געקענט מתפלל זיין דארט, ס'האט מיר געקרענקט די גאנצע באלאגאן דארט מיט די חברה, למעשה האב איך מיר איינגעוואוינט, אז איך קום צו ר' שמעון און ס'דארף מיר נישט אנגיין וואס טוט זיך ארום מיר און איך בין שוין זייט דעמאלטס געווען עטליכע מאל און ב"ה געהאט א געוואלדיגע התעוררות.
אבער ס'איז נישט קיין סוד ווי אזי מירון זעט היינט אויס, מ'שלאפט דארט אין די מערה ביי ר' אלעזר, ס'טוט זיך דארט עד לב השמים
יעצט ביטע ערקלערט פונקטליך וואס גייען די ציונים ימ"ש מאכן ערגער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2011 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oko »

מי יודע האט געשריבן:

אז מ'וועט רעדן תורה'דיג - פעלט דא פשוט די א"ב..
מרשעים יצא רשע...
כל מה שתקנו תקנו בשביל עצמן.. תקנו שווקים להושיב בה..
בקיצור, רשעים נעמען איבער די בעלות אויף דעם הייליג מקום, ס'איז זיכער אז אזא הייליג פלאץ איז א שרעק אז זיי זאלן זיין די בעה"ב און זיי זאלן זיך צופירן דארט...
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

מי יודע האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אין איין ווארט
ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס די מדינה וויל רח"ל איבער מאכן דעם גאנצן מירון (היל"ת) איז מן הסתם נאך קיין מאל נישט געווען ביי רבי שמעון (קען זיין ער האט שוין געהאפקעט אין מירון אסאך צייטן פון יאר, און געווען כמ"פ ל"ג בעומר, אבער ביי רבי שמעון איז ער קיינמאל נישט געווען).

ווער ס'איז נאר אמאל געפארן צו רבי שמעון, סתם אזוי אין מיטן יאר, געכאפט א באס/קאר געפארן צום ציון, געזאגט תהלים, געדאוונט א מנחה און אהיים, אדער געקומען דאווענען וותיקין און אויסזאגן תהלים און אהיים, פארשטייט דעם רוחניות'דיגע אטמאספער וואס הערשט אין מירון,
ליידער ביים כותל האבן זיי געמאכט א חורבן (לדוגמא קצרה נישט לאזן פאר די פאר שנארער'ס צו קלייבן געלט ביים כותל ווייל ס'נעמעט אוועק די שיינקייט, ממש א מידת סדום, ועוד הרשימה ארוכה, און יא מיר זענען מוותר די שיינע בית הכסא'עס ביים כותל, דאס איז גוט פאר א מאזויעם אבער נישט פאר קיין מקום קדוש).

דאס איז ווען זיי ווילן גלאט אזוי איבערמאכן מירון, און ארויסווארפן אלע חרדי'שע אידן פון דארט, אבער יעצט ווען זיי ווילן צובויען אלע בניני טינופת, וואס טאקע צוליב דעם וואס ביז יעצט האט נישט קיין גוי וואס צו זוכן אין מירון, ווילן זיי אים צושטעלן ער זאל שוין ליידער רח"ל יא האבן וואס צו זיכן דארט, טאקע על זאת דוה לבינו
און אויף דעם איז דער וויי געשריי פון גדולי ישראל מאורי הדורות, און בעז"ה מיר וועלן אלע זיך פאראייניגן מיט א מערכה למען קדושת וטהרת מירון, די שפלים ונבזים זאלן נישט קענען טון דארט ככל העולה על רוחם הטמאה, וכדאי רבי שמעון לסמוך עליו.
(לאמיר נישט פארגעסן, אלעמאל בעטן מיר ישועות בזכות רבי שמעון, איז יעצט ווען רבי שמעון דארף אונז, לאמיר דארט זיין).

איר זאלט מיר אלע מוחל זיין, יעדער שרייבט געפילן, איך וועל אויך שרייבן געפילן
ביים כותל בין איך נאך קיינמאל נישט געווען, אבער אין מירון, איך געדענק ווען איך בין דאס ערשטע מאל געווען אין מירון נישט ל"ג בעומר, ס'איז אבער געווען ערגעץ אלול צייט ווען ס'טוט זיך מער א געפארעכץ דארט, איך געדענק ווי ס'האט מיר געגרוילט דאס אנלויפעניש דארט פון די אלע מיני פרענקן און נא נחמנים למיניהם, פשוט, איך בין שוין אסאך געפארן צו מקומות הקדושים, און קיינמאל נישט באגעגנט אזא מין ערבוביא ווי דארט, און איך געדענק יענע מאל האב איך ממש נישט געקענט מתפלל זיין דארט, ס'האט מיר געקרענקט די גאנצע באלאגאן דארט מיט די חברה, למעשה האב איך מיר איינגעוואוינט, אז איך קום צו ר' שמעון און ס'דארף מיר נישט אנגיין וואס טוט זיך ארום מיר און איך בין שוין זייט דעמאלטס געווען עטליכע מאל און ב"ה געהאט א געוואלדיגע התעוררות.
אבער ס'איז נישט קיין סוד ווי אזי מירון זעט היינט אויס, מ'שלאפט דארט אין די מערה ביי ר' אלעזר, ס'טוט זיך דארט עד לב השמים
יעצט ביטע ערקלערט פונקטליך וואס גייען די ציונים ימ"ש מאכן ערגער

דאכט זיך מיר אז מען האט דא געשריבן אפאר מאל וואס גייט זיין ערגער און וועם זיי ווילען דארט אנברענגען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

שמו האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן: קוק למשל קבר רחל איז א געהעריגע היימישער בא'טעמ'טע פלאץ, אהן קיין שום שפיהר פון פרייע חלילה.
מען דארף אויך פאררעכטן די מצב וואס האט ביז יעצט געהרשט אין מירון, די חילול הקודש פון די אלע נישט ציוויליזרטע פארושינען וואס ההצקענען און הוליענען ביי הייליגען קבר, און שלאפן ביים ציון, און באדערען יעדער איינער וואס קומט ערנסט דאווענען.

ווען מ'קען ווען מאכן אין מירון ווי ביים קבר רחל החרשתי (סוכ"ס אין טובת רשעים שלימה אבער שוין)

אבער דא זאגן זיי דאך ליידער קלאר וואספארא טינופת זיי ווילן דארט חלילה אנברענגען היל"ת.

פארוואס זאל דאס זיין אנדערש פון קבר רחל אדער אין עמוקה קבר בון ריב"ע אדער קבר שמואל הנביא?
דאס איז כו"ע מודה די מקום דארט ברויך א באלדיגע תיקון!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

די פלענער פון די רשעי ישראל, וואס מאז הווסדם האבן זיי פאר זייערע אויגן די ציל לקעקע קדושת ישראל.
אטעטשמענטס
miron.jpg
miron.jpg (427.17 KiB) געזען 7675 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ביטע עפנט די אויגן

זייערע בלו-פרינט'ס פון וואס זיי ווילן מאכן, האט מען שוין דא כמה וכמה פעמים אראפגעשטעלט

און רבותינו שבארץ ישראל בכל הדורות, האבן מתריע געווען אז מ'טאר גארנישט משנה זיין אין מירון,

אבער דאס אלעס איז גארנישט, נאר די אומ'שולדיגע ציונים, ווילן נאר פשוט ארויסהעלפן אז די קליין הייפעלע חרדי'שע אידן, זאלן קענען דאווענען ביים הייליגן תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אומ'געשטערט, און אין א בא'טעמ'טע היכל, צוגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן, און דעריבער האבן זיי זיך אונטערגענומען דעם טייערן פראיעקט, (און זיי זארגן זיך אז די פרייע זאלן נישט פארשוועכן דעם מקום קדוש, דעריבער וועלן זיי בויען עקסטער א בנין ארט נעבן ציון, פאר זייערע אטראקציעס, להבדיל בין חרדי לחילוני), נאר די רבני א"י וואס כאפן נישט די טובה פון די אומ'שולדיגע ציונים, און זיכן צו בלייבן מיט זייערע חזקות (פונקטליך וועלכע רב מהחותמים האט בכלל א חזקה אים מירון?), דעריבער לאזן זיי נישט די ציונים טון זייער געוואלדיגע גוטע טובה ביים ציון אין מירון.

וועקט אייך אויף!!!!!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

וואס שטייט דא אין דעם דאקומענט איך קען נישט לעזן העברעיש.

מירון פלענער קאנטראקט
מירון פלענער קאנטראקט
miron orig1.jpg (118.85 KiB) געזען 7534 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין קורצן, דרעינעדזש פלענער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

farshlufen האט געשריבן:אין קורצן, דרעינעדזש פלענער.

א דאנק הרב פארשלאפן.

אוואו קומט דא אתרא קדישא אריין מיט די בוי פלענער?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אתרא קדישא גיבט דארט אכטונג אז מ'זאל נישט ארינגראבן אין קברים.
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

עס איז זייער א גרויסע ווייטוג אז די מדינה וויל צוכאפען דאס פלאץ אין נאך טוהן וואס מ'זאגט אז זיי ווילן טוהן דארט היל''ת, אבער ווען די הקדשות אדער די פריעדיגע אחארים זאלען ווען געהעריג אבאכט געבן אויף קדושת המקום וואלטען 'אלע' חרדישע אידן פארשטאנען אין מיטגעפילט די וויכטיגקייט פין די מערכה אז ס'זאל בלייבן ביי סטאטוס קווא, אפילו די לעצטע יארען ווען זיי האבען אנגעהויבן מיט זייערע פלענער האט קיינער נישט גענומען די מיה צושטעלן די מקום קדוש על מכונו וואס דאס געבט די ציונים די מכלומרשטע היתר אין דעת הקהל ביי געוויסע צו קענען גיין פאראויס מיט זייערע פלענער
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

די מדינה זענען אזעלכע רשעים, אז עס לאזט זיך גארנישט זאגן... איך רעד נישט פון רוחניות, איך רעד פון הוילע גשמיות.

די געשמאקסטע פלאץ אין ארץ-ישראל, וואו מען קען האקן א לעבן, איז מירון... איר דארפט נישט מער ווי זיך אוועקזעצן דארט אין מירון און קוקן - איר קענט זיצן דארט פאר שעות, יעדע מינוט וועט איר זען נאך עפעס אינטערעסאנט. דא בלאזט איינער מיט א גרויסער שופר, דא שלאפט איינער אויפן ערד, ווען א קאץ לעקט זיינע לאבעס, דא האט איר א נזיר אנגעקליידעט אין ווייסן... בקיצור וואס נישט?! - איך געדענק איך בין געווען אויף שבת אין מירון, איז א נ-נח געשלאפן אויפן דאך פון א קאר איבערנאכט - תחת כיפת השמים... אינדרויסן פון מערה גייט מוזיק און פויקן, און אין די פעלדער ארום שטעלט מען אויף געצעלטעלעך און אלע סארט טיפוס מענטשן שלאפן דארט, אינדרויסן הענגט האנטעכער, הוטן מיט וועש - אוי איז דאס געשמאק...

דאס אלעס וויל אונז די פארשאלטענע מדינה אוועקנעמען... "רשעים ארורים"!

ווער רעדט נאך פון די מקוה... אוי, די מקוה נעבן די מערה... וואו נעמט מען נאך אזאנס אין די גאנצע וועלט?! - איז אמת וואס איך הער, אז חלילה... איך וויל נישט פותח זיין שה לפאטין, אז זיי ווילן חלילה צושטערן דער מיטילאגישער מקוה נעבן די מערה? - לדעתי דארף מען אויף דעם אליין מרעיש עולמות זיין. מיט בלוט און וואסער טאר מען דאס נישט צולאזן!
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

שמו האט געשריבן:ביטע עפנט די אויגן

זייערע בלו-פרינט'ס פון וואס זיי ווילן מאכן, האט מען שוין דא כמה וכמה פעמים אראפגעשטעלט

און רבותינו שבארץ ישראל בכל הדורות, האבן מתריע געווען אז מ'טאר גארנישט משנה זיין אין מירון,

אבער דאס אלעס איז גארנישט, נאר די אומ'שולדיגע ציונים, ווילן נאר פשוט ארויסהעלפן אז די קליין הייפעלע חרדי'שע אידן, זאלן קענען דאווענען ביים הייליגן תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אומ'געשטערט, און אין א בא'טעמ'טע היכל, צוגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן, און דעריבער האבן זיי זיך אונטערגענומען דעם טייערן פראיעקט, (און זיי זארגן זיך אז די פרייע זאלן נישט פארשוועכן דעם מקום קדוש, דעריבער וועלן זיי בויען עקסטער א בנין ארט נעבן ציון, פאר זייערע אטראקציעס, להבדיל בין חרדי לחילוני), נאר די רבני א"י וואס כאפן נישט די טובה פון די אומ'שולדיגע ציונים, און זיכן צו בלייבן מיט זייערע חזקות (פונקטליך וועלכע רב מהחותמים האט בכלל א חזקה אים מירון?), דעריבער לאזן זיי נישט די ציונים טון זייער געוואלדיגע גוטע טובה ביים ציון אין מירון.

וועקט אייך אויף!!!!!

אוי זאגסטו גוט!
;l;p-
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

נאטרוליסט האט געשריבן:וואס שטייט דא אין דעם דאקומענט איך קען נישט לעזן העברעיש.

miron orig1.jpg

דא שטייט גארנישט שלעכט.

חסדי אבות האט געשריבן:די מדינה זענען אזעלכע רשעים, אז עס לאזט זיך גארנישט זאגן... איך רעד נישט פון רוחניות, איך רעד פון הוילע גשמיות.

די געשמאקסטע פלאץ אין ארץ-ישראל, וואו מען קען האקן א לעבן, איז מירון... איר דארפט נישט מער ווי זיך אוועקזעצן דארט אין מירון און קוקן - איר קענט זיצן דארט פאר שעות, יעדע מינוט וועט איר זען נאך עפעס אינטערעסאנט. דא בלאזט איינער מיט א גרויסער שופר, דא שלאפט איינער אויפן ערד, ווען א קאץ לעקט זיינע לאבעס, דא האט איר א נזיר אנגעקליידעט אין ווייסן... בקיצור וואס נישט?! - איך געדענק איך בין געווען אויף שבת אין מירון, איז א נ-נח געשלאפן אויפן דאך פון א קאר איבערנאכט - תחת כיפת השמים... אינדרויסן פון מערה גייט מוזיק און פויקן, און אין די פעלדער ארום שטעלט מען אויף געצעלטעלעך און אלע סארט טיפוס מענטשן שלאפן דארט, אינדרויסן הענגט האנטעכער, הוטן מיט וועש - אוי איז דאס געשמאק...

דאס אלעס וויל אונז די פארשאלטענע מדינה אוועקנעמען... "רשעים ארורים"!

ווער רעדט נאך פון די מקוה... אוי, די מקוה נעבן די מערה... וואו נעמט מען נאך אזאנס אין די גאנצע וועלט?! - איז אמת וואס איך הער, אז חלילה... איך וויל נישט פותח זיין שה לפאטין, אז זיי ווילן חלילה צושטערן דער מיטילאגישער מקוה נעבן די מערה? - לדעתי דארף מען אויף דעם אליין מרעיש עולמות זיין. מיט בלוט און וואסער טאר מען דאס נישט צולאזן!

אוי, די פארשאלטענע נאצי'ס ימ"ש וזכרם, די הערליכע קריסטאלענע טשענדליאר וואס מיין עלטע באבע הי"ד האט געהאט אין דער אלטער היים האבן זיי צעשאסן, בקיצור, רשעים ארורים...

למען האמת, בין איך מסכים מיט דיין כוונה, מירון איז נישט קיין פארברענג פלאץ, נאר א ערנסטע הייליגע פלאץ, א פארכטיגע פלאץ ווי די אוהחה"ק האט ארויף געקראכן מיט די הענט, און דאס איז ליידער נישט געווען מיט די אלע עקתין בישין, אויב די ביסט א חוץ'ניק און ענזשויסט די אלע משוגעים, ווייל ס'דאך א חלק פון דיין טוריזם טריפ, (נישט ווי די ארץ ישראל'דיגע וואס ברעכן פון דעהם...), דארף עס אבער נישט זיי פונקט אין מירון... אבער נישט די מדינה דארפן זיין דיע וואס מאכן דאס.
און אויב דו ווילסט דוקא, קענסטו פארן קיין אומאן...
לעצט פארראכטן דורך לחם לשובע אום מיטוואך אוגוסט 09, 2017 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

חסדי אבות האט געשריבן:די מדינה זענען אזעלכע רשעים, אז עס לאזט זיך גארנישט זאגן... איך רעד נישט פון רוחניות, איך רעד פון הוילע גשמיות.

די געשמאקסטע פלאץ אין ארץ-ישראל, וואו מען קען האקן א לעבן, איז מירון... איר דארפט נישט מער ווי זיך אוועקזעצן דארט אין מירון און קוקן - איר קענט זיצן דארט פאר שעות, יעדע מינוט וועט איר זען נאך עפעס אינטערעסאנט. דא בלאזט איינער מיט א גרויסער שופר, דא שלאפט איינער אויפן ערד, ווען א קאץ לעקט זיינע לאבעס, דא האט איר א נזיר אנגעקליידעט אין ווייסן... בקיצור וואס נישט?! - איך געדענק איך בין געווען אויף שבת אין מירון, איז א נ-נח געשלאפן אויפן דאך פון א קאר איבערנאכט - תחת כיפת השמים... אינדרויסן פון מערה גייט מוזיק און פויקן, און אין די פעלדער ארום שטעלט מען אויף געצעלטעלעך און אלע סארט טיפוס מענטשן שלאפן דארט, אינדרויסן הענגט האנטעכער, הוטן מיט וועש - אוי איז דאס געשמאק...

דאס אלעס וויל אונז די פארשאלטענע מדינה אוועקנעמען... "רשעים ארורים"!

ווער רעדט נאך פון די מקוה... אוי, די מקוה נעבן די מערה... וואו נעמט מען נאך אזאנס אין די גאנצע וועלט?! - איז אמת וואס איך הער, אז חלילה... איך וויל נישט פותח זיין שה לפאטין, אז זיי ווילן חלילה צושטערן דער מיטילאגישער מקוה נעבן די מערה? - לדעתי דארף מען אויף דעם אליין מרעיש עולמות זיין. מיט בלוט און וואסער טאר מען דאס נישט צולאזן!

חסדי אבות, אפי' לו יהא אז מ'דארף טוישן די מציאות, און די מקוה מעג האבן ריינע וואסער, און מ'טאר נישט לאזן כל פצוע וכל זב וכל מוכה לנפש צו טון דארט וואס ער וויל, (וואס יש לדון ע"ז, ולא ע"ז אנו דנין), איז אבער פארט זיכער, אז די ציונים מיינען גארנישט אונזער גוט'ס, און אונזער וואוילזיין, נאר זיי ווילן דאס מאכן פאר א 'אתר תיירות' וואס וועט אריין ברענגען מיליאנען צו די מדינה קאסע כמובן למבינים, און דעריבער, טאר מען דאס נישט לאזן געשעה.

אם תרצה, קען מען שפעטער נאכן געווינען די מערכה קעגן די מדינה, אנהייבן א היימישע פראיעקט, פון מסדר זיין די אויבנ'דערמאנטע זאכן, אבער נישט דורך די ציונים ארורים, זיי טארן נישט האבן קיין שום בעלות אויף דעם מקום, נישט בישיר און נישט בעקיפין.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

לחם לשובע האט געשריבן: קוק למשל קבר רחל איז א געהעריגע היימישער בא'טעמ'טע פלאץ, אהן קיין שום שפיהר פון פרייע חלילה.
מען דארף אויך פאררעכטן די מצב וואס האט ביז יעצט געהרשט אין מירון, די חילול הקודש פון די אלע נישט ציוויליזרטע פארושינען וואס ההצקענען און הוליענען ביי הייליגען קבר, און שלאפן ביים ציון, און באדערען יעדער איינער וואס קומט ערנסט דאווענען.

איר זענט אבוויעסלי שוין נישט געווען אין מירון א לאנגע צייט. איך האב מיטגעהאלטן מער ווי איין מאל ווי די וועכטער וועקן אויף איינער וואס האט זיך אראפגעלייגט שלאפן - נישט אין די מערה נאר אין די שטיבלעך אויפ'ן כהנים פארטש! סך הכל לאזן זיי שלאפן מיט די קאפ אויף די האנט זיצנדיג. טאקע א שרעקליכע עולה.
איר לייגט אראפ דעם מקום אזויווי ס'האט אויסגעקוקט פאר צען-צוואנציג יאר צוריק, נישט היינט צוטאגס
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”