נייעס און אפדעיטס פונעם כינוס הרבבות תשע"ז - בארקלעיס צענטער

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

קול קורא'ס קלארע רעזעלושען

תגובהדורך משה חיים פנחס » דאנארשטאג יוני 08, 2017 12:04 pm

.
KK 1.png
KK 1.png (194.63 KiB) געזעהן 9317 מאל
unnamed.png
unnamed.png (202.25 KiB) געזעהן 9317 מאל

KK 2.png
KK 2.png (220.46 KiB) געזעהן 9317 מאל

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

ר' יעקב מאיר שכטר

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג יוני 08, 2017 12:28 pm

בריוו לטובת הכינוס.
צוגעלייגטע
IMG_20170608_114205.jpg
IMG_20170608_114205.jpg (100.2 KiB) געזעהן 9350 מאל

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג יוני 08, 2017 8:35 pm

הרב מ'סערדאהעל ועט אויפטרעטן מיט א דרשה נלהבה דעם שב"ק ביי פרקי אבות אין ביהמ" ד הגדול בראדני

צדיקל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » פרייטאג יוני 09, 2017 1:04 pm

מכתב מאבד"ק שאפראן שליט"א
צוגעלייגטע
IMG-20170609-WA0064.jpg
IMG-20170609-WA0064.jpg (143.58 KiB) געזעהן 7966 מאל

צ'אלמער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 31, 2016 1:07 pm

תגובהדורך צ'אלמער » מוצ"ש יוני 10, 2017 3:45 pm

מכתב קודש מרבינו שליט'א לרגל כינוס הרבבות בארה'ב א' שלח ע'ז.jpg
מכתב קודש מרבינו שליט'א לרגל כינוס הרבבות בארה'ב א' שלח ע'ז.jpg (92.15 KiB) געזעהן 7502 מאל


כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מוצ"ש יוני 10, 2017 7:29 pm

הגה"צ ר' ברוך נתן האלברשטאם שליט"א אב"ד סאטמאר לונדון פארט ארויס זונטאג צופרי קיין ניו יארק אויפצוטרעטן ביים כינוס
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

פרידן
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג יוני 11, 2017 12:36 am

לכתחלה האט געהייסן עס וועט נישט ארבעטן די סקרינס צו קענען מיטהאלטן די מעמד
אבער לויט די פאדערונג אין פארלאנג פין די סקיורעטי פין דעם פארוואלטונג אויפן פלאטץ וועט עס יא ארבעטן

Naftule
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג יוני 11, 2017 1:27 am

IMG-20170611-WA0042.jpg
IMG-20170611-WA0042.jpg (35.55 KiB) געזעהן 6857 מאל

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג יוני 11, 2017 1:59 am

ר' שמואל אויערבאך.
צוגעלייגטע
IMG-20170611-WA0038.jpg
IMG-20170611-WA0038.jpg (86.77 KiB) געזעהן 6816 מאל

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » זונטאג יוני 11, 2017 2:05 am

Who is this rabbi? Anyone with more info.?

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג יוני 11, 2017 2:06 am

יאוואזשנא רב שליט"א
צוגעלייגטע
Yavoshna Ruv.pdf
(44 KiB) דאונלאודעד 444 מאל

רוצה לדעת
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 3:02 pm

תגובהדורך רוצה לדעת » זונטאג יוני 11, 2017 2:17 am

כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א
צוגעלייגטע
כ''ק מרן אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א, שמצטרף לקריאת קודש כ''ק מרן הגאב''ד שליט''א.JPG
כ''ק מרן אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א, שמצטרף לקריאת קודש כ''ק מרן הגאב''ד שליט''א.JPG (51.24 KiB) געזעהן 6729 מאל

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » זונטאג יוני 11, 2017 3:49 am

דרשה פון אדמו"ר מפארשעי
(באקומען פון איינעם אין אימעיל)
צוגעלייגטע
פארשעי דרשה מ''מ בהעלותך תשע''ז.JPG
פארשעי דרשה מ''מ בהעלותך תשע''ז.JPG (377.51 KiB) געזעהן 6447 מאל

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » זונטאג יוני 11, 2017 3:50 am

דא איז דאס צוטיילט מ'זאל דאס קענען גרינגער ליינען
צוגעלייגטע
02.PNG
02.PNG (441.08 KiB) געזעהן 6447 מאל
01.PNG
01.PNG (413.25 KiB) געזעהן 6447 מאל

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » זונטאג יוני 11, 2017 3:51 am

השאר
צוגעלייגטע
04.PNG
04.PNG (395.32 KiB) געזעהן 6446 מאל
03.PNG
03.PNG (406.78 KiB) געזעהן 6446 מאל

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

חוב קדוש - אדמו"ר מפארשעי

תגובהדורך בסתר המדריגה » זונטאג יוני 11, 2017 6:18 am

די טעקסט צו ליינען געשמאק

משה האסט מיר געפרעגט וואס איך האלט וועגן דעם כינוס הרבבות, כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, ביז יעצט האב איך דאס נישט פארשטאנען געהעריג, איך האב געהאט פראבלעמען מיט דעם, האבנ'דיג אסאך קושיות, אבער יעצט מוצש"ק בין איך אנגעקומען צו מלוה מלכה קיין פארשעי (א חבר מיינע'ר זיינ'ס א חסיד, האט מיר געזאגט אז שוין א גאנצע וואך טומלט זיך דארט, און מן הסתם וועט מען ביי מ"מ הערן נאכאמאל זיין מיינונג), און דארט האט פארשעי רבי שליט"א גערעדט ביי מ"מ, און גוט ארויסגעברענגט וואס דא טוט זיך, האב איך מחליט געווען דיר שרייבן וואס ער האט געזאגט, און דאס איבעריגע וועסטו שוין זיך פארענטפערן.

(במאמר המוסגר, איך ווייס נישט צו ס'איז אים ניחא ס'זאל ארויס ליקן וואס ער האט געזאגט, און עכ"פ איך קען זיכער נישט רעדן אין זיין נאמען, "אבער אז ער האט דאס געזאגט אין פראנט פון צענדליגע אידן" בשעת מ"מ, מיין איך אז איך מעג דיר דאס שרייבן).

ער האט אנגעהויבן מיט א הקדמה, אז ער האט ב"ה אין זיין לעבן נישט געליינט קיין צייטונגען, און הערט נישט קיין נייעס אין די מקוה'ס און קאווע שטיבלעך, און אזוי אויך הערט ער נישט קיין האט-ליינ'ס, אזוי, אז וואס ער גייט דא איבערגעבן, איז נאר וואס ער האט געהערט פון די ערשטע האנט.

ער האט אויך מסביר געווען אז זיין טאטע איז געווען א שטארקער קנאי וועמען מרן רביה"ק מסאטמאר זיע"א האט מכבד געווען אין יאר תשי"ח צו רעדן א דרשה אויף ענגליש (זייענדיג א אמעריקאנער געבוירענער!!! און געקענט א גוטע ענגליש, וואס די אינגערישע אידן האבן דאס קיינער נישט געקענט צושטעלן) קעגן די מדינה, ווען ס'האט ביי זיין טאטע געמיינט אז די פידבע"ק איז געווען נייע שונאים און שטיצער'ס וואס זאלן סטאפן אים שטיצן, וואוינענ'דיג אין די בראונק'ס ווי אלע האבן דעמאלט'ס דארט געשטיצט דעם רעיון הציונית, און קיינער האט אים נישט פארשטאנען, נאר געשפעט פון אים, און גע'רודפ'ט, (זיי האבן גערופן זיין שול מיט א שאנד-ווארט די אראבישע שול), ער האט צוליב דעם דרשה פארלוירן מתפללים און גוטע פריינד.

עכ"פ במשך די פארגאנגענע וואך איז ער געזעצן אויף טעלעפאונען און מיטינגען, רוב שעות היום והלילה, מיט הערשט-האנטיגע אידן, ער האט נישט געוואלט זאגן קיין נעמען, ווייל ס'איז געווען צופיל פרעמדע מענטשן (ס'געווען נאך פרעמדע נישט נאר איך), אבער ער האט יא געזאגט אז דער נאוואמינסקער רבי איז זיין טאטע'ס נעפיו און מ'האלט זיך נאנט מיט אים, און אזוי אויך האט ער געלאזט פארשטיין אז ער האט אליינ'ס גערעדט צו רבני אגו"י און אדמורי"ם מפורסמים פון ארץ ישראל, און מיט נאך גרויסע שישקעס פון די אגו"י, סיי פון די חסיד'ישע און סיי פון די ליטווישע, סיי אין ארץ ישראל, און סיי פון דאהי אין אמעריקא, סיי פון אזעלכע וואס זענען ליידער פארכאפט אין די צבא (ער זאגט ער האט זיך נישט פארלאזט אויף קיינעם, נאר זיי אליינ'ס אנגערופן, און אויסגעפרעגט, און ליידער געהערט שטוינענדע פאקטן), און סיי אזעלכע וואס פרובירן העלפן די באטרעפנדע.

באמת האט ער נישט געהאלטן ביים קריכן אזוי ווייט אינדעם, אבער נאכדעם וואס מ'איז געקומען רעדן צו אים, און ער האט זיך אביסל אריין געלייגט אין די נושא, האט ער זיך אנגעטראפן לכל אורך הדרך מיט אסאך ליגנט'ס סיי אייגענ-געמאכטע מעשיות, און סיי אזעלכע האלבגעפלטשטע מעשיות, און נאך פארשינד'ס פון ביידע צדדים, און דעריבער האט ער אנגעהויבן גרונטליך דורך צו טון די נושא, זיך נישט פארלאזנ'דיג אויף קיינעם, נאר אלעס אליין אנצוקומען צום ערשטע האנט כפשוטו ממש.

אין קורצן וועל איך פרובירן דיר דא איבערגעבן וואס ער האט געזאגט (ער האט גערעדט גאנץ לאנג, און זייער גוט און ברייט ארויסגעברענגט די נקודות, אבער ס'איז מיר שווער יעצט באישון ליל זייער צו מאריך זיין דערין).

ס'דא גוטע קושיות, דער שרייט ס'יא דא א גזירה, און דער שרייט ס'נישט דא א גזירה, אבער מיט דריי פיר יאר צוריק האבן זיי אלע אגודה אדמורי"ם ורבנים פארפירט אז ס'איז דא א גזירה, איינער האט געזאגט ברבים אז קיינער זאל זיך נישט שטעלן, און אויב מ'וועט נעמען אין די תפיסות, וועט ער זיין דער ערשטער צו גיין זיצן, א צווייטער מנהיג האט געזאגט אז ער וועט ארויס שיקן מחנות פון זיינע חסידים און איבערקערן דעם שטאט, מ'איז געווען גרייט פאר א מלחמת חורמה, איז וואס איז יעצט געשעהן?, ווען איז די גזירה וואס זיי שרייען בטל געווארן, ווען און וואס האט זיך ביי זיי די זאך געטוישט, און פארוואס?

ער האט אליינ'ס געפרעגט אפאר פון די גאר גרויסע, פארוואס זיי שווייגן, און האט צוגעלייגט, למעשה דאס ווארט 'גיוס בני ישיבות' אדער 'גיוס בני תורה' איז דאך באמת א ריינע ציוניסטישע געדאנקען גאנג, ווייל למעשה אזוי ווי יעדער פארשטייט אז ווען איינער וויל גיין אין א בתי זונות, ליגט א פליכט אויף יעדער איינער וואס קען נאר, צו טון אלעס אין די וועלט אים אפצוהאלטן דערפון, די זעלבע זאך איז דא, אין דער צבא, טאר קיין שום איד נישט גיין אויף קיין שום פאל, ס'איז א צבא השמד כפשוטו, וואס מ'טוט דארט אפ דאס ארגסטע, די ג' חמורות ע"ז ש"ד און ג"ע נישט דרך משל, נאר די זאך אליינ'ס רח"ל, איז ווי מעג מען בכלל צולאזן, אז שוואכע אידן זאלן יא גיין דארט, דאס אז יענער וויל און איז מסכים, איז נישט קיין תירוץ אז מיר זאלן דאס שטיצן חלילה, און אז מ'קען אים אפהאלטן וואלט מען געדארפט אפהאלטן יעדן חילוני אויך, (ער האט געזאגט, דער חילוני טראכט אז היות ער איז א חילוני דארף ער נישט זיך וואשן קיין מים אחרונים ווייל ער טוט אסאך ארגער פון דעם, אבער אויבן אין הימל איז דאס נישט קיין חשבון, ועל כל אלה יביאך אלקים במשפט, און די זעלבע זאך איז דא, וועמען און וויפיל מ'קען אפהאלטן פון אנקומען אין צבא, ליגט א פליכט אויף ווער ס'האט א ווארט דערין, אזוי צו טון).

יעצט למעשה, זיי נעמען הונדערטער בחורים אין מיליטער, וואס איז די ענטפער פאר די הויכע שווייגעניש וואס קומט ארויס פון זיי? פארוואס טומלען זיי נישט יעצט קעגן דעם, קיינער קען נישט לייקענען און זאגן אז מ'נעמט נישט, אסאך קענען שרייען אז פאקטיש נעמט מען נישט, אבער זייערע פאקטן זענען באזירט אויף שמועות פורחות באוויר פון מקוה זיצער'ס און קאווע טרינקער'ס, אבער איך האב אליינ'ס גערעדט צו אידן וואס זענען ליידער פארכאפט געווארן אין מיליטער, און דא זיצט איינער נעבן מיר, (איך ווייס נישט ווער דער איד איז, אבער עפעס א פערזענליכקייט פון ירושלים, מיט א ספאדיק), און וועט דאס אליין באשטעטיגן (דער איד האט עפעס דערציילט אבער כ'האב נישט געהעריג אויפגעכאפט, אבער ער האט מסכים געווען צו יעדע'ס ווארט, איין זאך האב איך יא אויפגעכאפט, א מעשה וואס ער האט אליינ'ס מיטגעהאלטן פון איינער וואס איז אריין געפאלן אין צבא, און מ'האט אים ליידער מיאוס באהאנדלט ברוחניות ובגשמיות, שאכהמ"ל), איז פארוואס טוט קיינער נישט דאס אפצושטעלן, ער האב דאס געפרעגט פאר דריי גרויסע מנהיגים אין ארץ ישראל, (חוץ וואס ער זאגט אז ער האט דאס געפרעגט פון די פארשידענע משלחת'ן וואס זענען געווען ביי אים), און זיי לייקענען נישט אז ס'דא דער פראבלעם, איינער האט אים אפי' געזאגט, וואס זאל איך אייך זאגן, איר זענט דער ערשטער וואס דריקט מיר אזוי צום וואנט.

איין איינציגע תשובה האבן אים דריי מנהיגים פון א"י יא געענטפערט, אז למעשה הערשט יעצט א קאטאסטראפ"ע אין מדינת ישראל לגבי דאס גיוס, נאר זיי האבן יעצט מורא צו פארפירן ווייל זיי האבן מורא פון עפעס ערגערס (גיי ווייס וואס), און דעריבער ארבעטן זיי יעצט אונטערן טיש דאס צו מסדר זיין, אבער אויף דעם האט ער זיי געזאגט, פאר דריי יאר צוריק האט מען שוין געזאגט, אז מ'ארבייט אינטערן טיש דאס צו מסדר זיין, און אלעס וועט זיין מסודר, יעצט איז מען געוואר געווארן אז לא דובים ולא יער, מ'ארבייט נישט, די מנהיגים האבן זיך פארענטפערט פאר אים, אז זיי האבן געמיינט אז מ'ארבעט טאקע דערויף, נאר יעצט זענען זיי געוואר געווארן אז מ'האט נישט געארבעט, און יעצט פאנגט מען אן צו שוויצן דערויף.

האט ער זיי געזאגט, אויב נאר יעצט זענט איר דאס געוואר געווארן, מיינט דאס עכ"פ אז אייער'ס א ווארט טראגט נישט קיין אחריות און איר זענט נישט פארענטפערטליך פאר אייער'ס א ווארט, ווייל דריי יאר צוריק האב איך שוין געהערט די תירוצים, איז ווי ווילט איר איך זאל שווייגן און ווייטער אייך גלייבן אז יעצט וועט מען שוין יא ארבייטן? איך גיי שרייען דאס וויי געשריי פון כלל ישראל!!! און איר טיט ווי איר פארשטייט.

דערצו, זאגט ער אז ער האט גערעדט צו איינע פון די הויפט רבנים אין אגו"י, און יענער זאגט אים, - איך זעה יעצט דעם חוק הגיוס המתוקן "צום ערשטן מאל", און איך בין ערשיטערט פון וואס איך זעה דא, ממש איך האלט דאס נישט אויס, פרעגט אים דער פארשעי רבי ווילאנג ביסטו שוין דארט? זאגט ער אים אפאר יאר!!! פרעגט ער אים, וואס איז פשט אז מ'לאזט דורך אזעלכע געזעצן און מ'פרעגט אייך נישט??, ס'נישטא קיין מיטינגען צו מ'זאל מסכים זיין צו דעם צו נישט, יענער האט נישט געוויסט וואס צו זאגן, און יעצט אז דו זעסט שוין יא דער חורבן, האט ער אים געפרעגט, יעצט גייסטו שוין יא ארויסקומען זאגן ווי איך האלט?? האט אים יענער מסביר געווען אז ער קען נישט ווייל ער איז געבונדן צו זיין פארטיי.

אזוי אויך האט ער אליינ'ס מיטגעהאלטן אז ס'איז געווען א מיטינג ווי מ'האט ארויסגעלייגט 1200 פייל'ס פון באטרעפנדע וואס זענען ליידער אריינגעדרייט געווארן אין מיליטער, און אלע מיאוס'ע וועגן און טאקטיקן וואס די מדינה האט גענוצט זיי אריין צו שווערצן אין מיליטער, און דאס אזלת יד פון די מכלומרש'טע עוסקים בדבר זיי צו ראטעווען, און למעשה איז געבליבן אז זיי קענען אבער נישט ארויס קומען קעגן דעם און יענעם, צוליב פארשידענע פוילע תירוצים, און נאך פיל שווערערע קאפדרייעניש, און אויגן פארבלענדעניש.

און מ'טאר נישט פארגעסן, די מדינה רעדט אין די גאנצע וועלט בשם כל ישראל, דער גוי ווייסט נישט קיין חילוק צווישן קנאות ציונות אגודה מזרחי, אלעס איז ביי זיי איינ'ס, און אויב די מדינה האט דורך געפירט א געזעץ צו מתיר זיין דאס פארקויפן חמץ אין פסח (ווען מ'האט פארדעם אויך פארקויפט בשתיקה), מיינט דאס אז דער געזעץ איז נאר פאר איין ציל נגד ה' ותורתו, און ווען ס'איז געווען דער מצעד התועבה פאר 11 יאר צוריק, האט דער ניו יארק טיימ'ס געשריבן, אז מדינת ישראל איז די איינציגסטע לאנד אין גאנץ מיטל מזרח וואס לאזט אריין אזא שמוץ רח"ל ממש ערוות מצרים נאך ערגער ווי אין די גאנצע וועלט, און אין תל אביב איז שוין אויך געווען אזאנ'ס, און דעמאלט'ס האט מען זיך געגרייט דאס צו מאכן אין ירושלים עיה"ק, איז אויך א געוואלדיגע חילול ה', און מ'האט שוין דעמאלט'ס געדארפט ארויסגיין מאכן א וויי געשריי, (ער האט אריינגעווארפן, אז ער האט זיך דעמאלט'ס אריין געלייגט אין הלכות קידוש ה' און חילול ה', און געזאגט אז חילול ה' און קידוש ה' איז מער קעגן אידן ווי קעגן דעם גוי, ער האט דאס מסביר געווען, אבער איך גיי נישט יעצט מאריך זיין אין דעם).

און דעריבער יעצט אז ס'נעמט זיך צוזאם א ציבור אידן ארויסצושרייען דאס וויי געשריי קעגן די מדינה, דארף יעדער ירא שמים זיך דארט געפונען.



ס'איז א ווייטאג אז ס'איז געווארן אריין געמישט דערין א פאליטיק, וואס וואלט נישט געדארפט זיין, און ער פארשטייט אז ס'דא אידן וואס האלטן זיך אפ צוליב דעם, אבער ער האט שטארק אויפגעפאדערט זיין ציבור צו גיין מוחה זיין קעגן די מדינת השמד, און בפרט אז די אגודה זייט שרייט אויך נישט אז ס'איז נישטא קיין גזירה, דאס פארקויפט מען נאר פאר די גאס, אבער שטילערהייט האבן זיי אים דאך מודה געווען אז ס'איז יא דא א גזירה, און אז ס'איז א קאטאסטראפ"ע, איז דא א חוב קדוש זיך צו צושטעלן דערצו.

ער האט גראדע ארויסגעברענגט, אז דער טומל ארום דער כינוס האט שוין אויך אסאך אויפגעטון, און וויפיל מ'זעהט ווי ס'רודערט א וועלט, פארשטייט מען נאר ווי וויכטיג דאס איז.

צום שלוס האט ער צוגעלייגט א מעשה, וואס ער האט אליינ'ס גערעדט מיט דעם פארשוין וואס זיצט אין מיליטער (ער האט גערעדט צו אפאר וואס זענען דארט, - אויב פארציילט למשל וועגן פסח, אז א סאלדאט וועמען מ'האט צוגעזאגט אז ער וועט קענען פירן אלעס על דרך התורה, האט געוואלט פירן א סדר, האט מען אים נישט געלאזט, און ווען ער האט זיך שוין ענדליך אליין מסדר געווען עפעס מצות, און געוואלט פירן א שטיקל סדר נאכן פארפירן אז מ'מוז אים צושטעלן דאס וואס מ'האט זיך פארפליכטעט פאר אים, האט מען אים געלאזט זיצן, אבער נישט געלאזט זאגן קיין הגדה וכו' וכו', ער איז אריין אין פרטים, אבער איך קען שוין נישט זייער מאריך זיין, ער האט אויסגעפירט, אז פאר די וועלט ווייזט מען בילדער ווי מ'פירט שיינע סדרים אין מיליטער, אבער דאס איז נאר פאר די פיקטשעס, אבער למעשה לאזן זיי נישט צו קיין שום פרומקייט דארט).

עכ"פ פארציילט אים יענער איד, אז ער דאוונט אין די שטיבלאך אין ירושלים, און יעדן טאג איז צוגעקומען צו אים א איד (ער האט געזאגט א נאמען פון א חסידות, און ער קען דעם איד), און אים פארדרייט א קאפ, ער זאל זיך שטעלן אין מיליטער, דער איד האט געזאגט פאר דעם פארשעי רבי אז ער האט אסאך מאל נישט געהאט קיין ברויט צו לייגן אויפן טיש פאר זיינע קינדער, און יענער פארשוין האט אים פארשפראכן אז ער קען ארבעטן אין צה"ל פאר פרנסה, ער וועט גארנישט דארפן טון, מ'וועט אים געבן עפעס א קלייניקייט צו טון, און ער וועט ווערן שיין באצאלט, און קענען שפייזן זיינע קינדער, נאך א לענגערע צייט איז ער אריין מיט אים אין א דין ודברים, וואס איך אין צבא, מ'וועט מיר דארט אפ'שמד'ן, האט אים דער פארשוין געזאגט, זארג דיך נישט, מ'וועט דיר מאכן פאר א משגיח כשרות, עכ"פ נאך א לענגערע צייט האט ער זיך געלאזט איינרעדן, און ער האט זיך געשטעלט, ווען יענער פארשוין איז אים מסדר צו זיין א משגיח כשרות, - דער איד האט נישט געכאפט, אבער פארשעי רבי האט אים געפרעגט, - ווי אזוי האט יענער פארשוין (וואס קוקט אויס ווי סתם עפעס א חסיד'ישע איד'ל) געקענט מסדר זיין פאר דיר אין די צבא, ווי אזוי האט ער א ווארט דארט ?, אבער דער איד האט נישט געוויסט צו ענטפערן.

עכ"פ דערציילט ער ווייטער, אז דארט איז דא כשרות אזוי ווי אין צפון קארי"א איז דא פריישאפט, ממש מ'מישט בשר בחלב, טריפות לרחצה, ער האט אנגעהויבן פארפירן, האט מען אים געסטראשעט אלעס וואס דרויעט אויף אים אויב ער וועט מאכן א טומל, איז ער געגאנגען צו יענער פארשוין וואס האט אים אריין געדרייט, זאגט אים יענער וואס ווילסטו?, האסט פרנסה, מאך טאקע א שווייג.

דער פארשעי'ער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, ער האט אליינ'ס געפרעגט יענער פארשוין, ווי אזוי ער האט געקענט מסדר זיין אין צבא מ'זאל יענעם צושטעלן דעם פאזיציע, און יענער האט געדרייט מיט די צינג, נאר ארויסגעברענגט דאס חסד וואס ער האט אויפגעטון, אז צוליב אים האבן יונגע קינדער וואס צו עסן, וכו', אבער למעשה האט דער פארשעי רבי שפעטער געטראפן אין דעם ביכעלע ווי ס'דא די בילדער פון די אלע ציידים (פאנגער"ס), יענעמ'ס בילד, און אלעס איז שוין געווען פארענטפערט.

עכ"פ משה איך האב שוין צופיל מאריך געווען, איך האף אז די נקודות זענען דיר גענוג קלאר,

גראדע נאך מ"מ האט זיך דארטן פארקויפט טיקעט'ס צום כינוס אינגרויסן.

זיי געבענטשט א גוטע וואך.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

התאחדות הרבנים קול קורא

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג יוני 11, 2017 12:24 pm

קול קורא התאחדות הרבנים.pdf
התאחדות הרבנים
(85.55 KiB) דאונלאודעד 514 מאל
התאחדות הרבנים ק''ק מיט צוגעקומענע חתימות
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

ברוכים תהי'
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 1:48 pm

עס פייפט!

תגובהדורך ברוכים תהי' » זונטאג יוני 11, 2017 2:00 pm

אלע שבת בעלס ארבעטן אין ווילאמסבורג אז עס איז 2 אזייגער

אוועטאר
אידיש קינד
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2014 4:29 am

שידור חי כעת מכינוס הרבבות

תגובהדורך אידיש קינד » זונטאג יוני 11, 2017 5:00 pm


אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

מאנטשעסטער לייוו הוקאפ

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:06 pm

אין מאנטשעסטער יצ"ו, זענען זיך צאמגעקומען גאר א שיינע ציבור אידן אנ"ש מיטצוהאלטען די גאר וויכטיגע עצרת דורך א לייוו הוקאפ
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

שטורעם-נייער בריוו ערשיינען פון ספרדישע רבנים צו ראשי ישיבות באמעריקא

תגובהדורך חדשות » זונטאג יוני 11, 2017 8:18 pm

נייער בריוו ערשיינען פון ספרדישע רבנים צו ראשי ישיבות באמעריקא
זע צוגלייגט דא דעם ארגינעלן בריוו מיט געשריבענע חתימות. די חותמים לייגן אראפ דעם ביטערן מצב צו וואס זיי זענען עדי ראיה. עס איז כדאי אנצוצייגן אז טייל פון די חותמים זענען ווייט פונעם קנאישען חדר. למשל איינער איז חבר בי"ד הגדול וכולי. אזוי אויך שרייבן זיי אז עס איז זייער שווער פאר די רבנים אין אר"י צו רעדן וד"ל

# דער שניי באל ראלט זיך פעסט.
צוגעלייגטע
אגרת2.png
אגרת2.png (234.53 KiB) געזעהן 4235 מאל

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג יוני 11, 2017 9:08 pm

ערשטע בלאט פונעם בריוו (נישט ארויסגעקומען קלאר פאריגעס מאל)
צוגעלייגטע
אגרת.png
אגרת.png (219.86 KiB) געזעהן 3828 מאל

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יוני 11, 2017 9:49 pm

wow!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 12, 2017 1:51 pm

טאמער האט איינער א רשימה פון רבנים וואס האבן זיך באטייליגט, ביטע ארויפשטעלן דא

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מאנטאג יוני 12, 2017 2:18 pm

דריידל האט געשריבן:טאמער האט איינער א רשימה פון רבנים וואס האבן זיך באטייליגט, ביטע ארויפשטעלן דא


אדמו"ר ממונקאטש
אדמו"ר מסאטמאר
אדמו"ר מפשעווארסק
אדמו"ר מקאשוי
אדמו"ר מכוונת הלב
בורשטין
גאלאנטא
אב"ד פריימאן
הרב ביק
וויען
סעדרעהעלי
חוות דעת
תולדות צבי ספינקא
קארלסבורג
בית חיים יושע
קיוויאשד
טאהש מאנסי
בני אדמו"ר מסקולען
דומ"ץ פאפא
אב"ד סאטמאר מאנטריאל
אב"ד סאטמאר מאנסי
אב"ד סאטמאר לאנדאן
זענטא
אב"ד סאטמאר ירושלים
סיגוט
סקאליע
דומ"ץ סקולען
חברי הבד"ץ סאטמאר
דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל
ראב"ד סאטמאר
קאפיש
הרב מרדכי בעק
הרב שעכטר
הרב לעווין מארגענטינא
תולעת יעקב
וואוידעסלאוו
הרב שלעזינגער
צעלים
פאלטישאן
טשאטע
יאוואזשנע
זידיטשויב
שאפראן
יענקל לעדערמאן


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט