יענקעל משה האט געשריבן:ווי עס הייסט יעצט גייט פארקומען א גרויסער כינוס אין א גרויסן אינדאר סטאדיום.
ביטע!!! עס איז שוין ווידער צייט צו אויפמערקן די חשוב'ע שרייבער פון אונזער וועלטל אין היימישע קרעטשמע והגלילות.
די זעקת בני ישראל - כינוס איבער גיוס, איז א זאך וואס איז אינטערסאנט פאר רוב שרייבער פון אונזער וועלטל. אבער היות אז דא אזוי ווי יעדע מאורע ביי כלל ישראל, האט עס מער ווי צוויי צדדים. ממילא ווילן מיר אויפמערקן אז די אשכול איז געווידמעט אויף די וואס זענען דוקא יא אינטערסירט אין די הצלחה פונ'ם כינוס. און אפילו פאר די, איז נאר ערלויבט צו שרייבן לויט די פארשריפטן פון אונזערע גרענד טאטעס, די מייסדים פון אט דעם הייליגן ווינקל אויף די טריפה'נע אינטערנעט.
אלזא, כדי צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן, ווילן מיר אייך בעטן אז פאר איר שיקט א תגובה מאכט זיכער:
1) עס איז דוקא נאר טרוקענע נייעס אינערהאלב דעם כינוס.
2) עס האט נישט קיין ווערטער און אויסדרוקן קעגן סיי וועלכע רב בישראל.
3) עס איז נישט חלילה אנגעגריפן פערזענליך קעגן סיי וועלכן שרייבער / קאלעגע פון אייוועלט.
4) עס ענטהאלטן נישט קיין מחאות אויף קיין שום פירצה בעולם. (פארשטייט זיך אז די כינוס איז קעגן די גזירת הגיוס, אבער נישט מער פון דעם)
כדי צו אנהאלטן די געשמאקע אטמעספערע אין אייער/אונזער וועלטל, וועלן מיר מוזן זיין געצווינגען צו נעמען גאר שטרענגע שריט קעגן די וואס ווילן פויזענען אונזער לופט, ואשר על כן וועט מען אין דעם אשכול זיך באנעמען מיט גאר שטרענגע מיטלן קעגן די וואס שרייבן אנדערש ווי די פיר פריערדיגע סעיפים. אויב וועט זיך חלילה יאווען עמיציר צו עובר זיין אויף איינע די סעיפים, וועט מען:
1) מעקן זיין תגובה
2) שיקן א ווארענונג
3) אויב וועט ער נאכאיינמאל עובר זיין נאך די ווארענונוג וועט מען אים חוסם זיין ביז נאכ'ן כינוס.
מיר האפן אז איר וועט פארשטיין אז דאס איז לטובתינו ולטובתכם, ובשם ה' נעשה ונצליח.