לימודי חול בבתי חינוך

אחראי: יאנאש

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גולם פון פראג האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק

איהר כאפט נישט אז איינמאל מלאזט אריין די רעגירונג און איינמאל מווייזט אז משרעקט זיך פון זיי פארלירען מיר די בעלות!

וואו און ווען האט 'איגערקע' דען בכלל גערעדט פון אריינלאזן רעגירונג????
ליינט ביטע איבער מיט ישוב הדעת וואס ער האט געשריבן,

צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...

ווען ס'יז געווען די פרשה פון מציצה בפה, אוי האט מען פון דעמאלט אן אנגעהויבן אינגרויסן קעיר צו נעמען פון מוהלים,
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

ראספשע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק

איהר כאפט נישט אז איינמאל מלאזט אריין די רעגירונג און איינמאל מווייזט אז משרעקט זיך פון זיי פארלירען מיר די בעלות!

וואו און ווען האט 'איגערקע' דען בכלל גערעדט פון אריינלאזן רעגירונג????
ליינט ביטע איבער מיט ישוב הדעת וואס ער האט געשריבן,

מיר קענען ב"ה פיין לייענען, און ישוב הדעת פארמאגען מיר גענוג און איבעריג.
איר פארשטייט נישט, צ'י איר ווילט נישט פארשטיין, אז מיר זענען איצטערט אין א עת מלחמה. אין אזא פאל מוז יעדע צד שרייען כולה שלי ווייל אז נישט פארלירסטו דעם קריג
איינמאל די קריג איז פאריבער קאנען מיר מאכען א דיון פונקטליך וואס פעלט פון אונדזערע ישיבה פירות אז מיר זאלען מוזען טוישען די גאנצע עינגליש
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אקעי, כ'הער
אבער פלעין..., ס'האט גארניש מיט אייוועלט תקנות.... [כ'קום יעצט גראדע פון די מיליאן דאלער אין 60 שעה אשכול, דארט איז מען בכלל נישט אזוי מקפיד אויף די 'תקנות'.....]
סתם....
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

רבי ראספשע טייערע
איך פארטרעט נישט אייוועלט אבער איך רעדט פשוט אלץ פריוואטע אייוועלט שרייבער וואס האט שוין ב"ה א סאך צוגעגעבען צו אייוועלט ועוד ידינו נטויה בעז"ה
אזוי ווי די חרדישע וועלט איז איצטערט אין א מלחמה מיט שונאים מבית ומחוץ וואס ווילען משנה זיין דרך אבותינו, במילה אלץ א חסידישע יוד וואס געפינט זיך אויף א חסידישע וועבזייטעל וויל איך נישט ליינען די רייד פון אזאלכע וואס שטיצען אינזערע שונאים, במחשבה או בדיבור וכש"כ במעשה
איני אומר קבלו דעתי, אבער יאך בעט ווער סשטייט מיט מיר זאל מגלה זיין אז זיי ווילען אויכעט נישט לייענען דברי שמץ וואס גרעניצען זיך מיט שינוי מדרך התורה והמסורה.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שטאלצער יוד האט געשריבן:למעלה, תחזקנה ידיכם פאר'ן משתדל זיין צו האלטן די פלאץ אויף א העכערע ניווא. כה לחי!

RT
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובה דורך איגערקע »

ס'איז א שאד יעדע טראפעלע טינט פונעם פעדער. וואס אמאל איז געווען א דבר פשוט מאד. ווערט היינט אפיקורסיס. איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן "דאס איז נישט אידישקייט" ווי אויף דער וועלט האב איך איך מחזק געווען די רשעים. געוואלד און געשריגן ווי האלטן מיר אויף דער וועלט?
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

שטאלצער יוד האט געשריבן:למעלה, תחזקנה ידיכם פאר'ן משתדל זיין צו האלטן די פלאץ אויף א העכערע ניווא. כה לחי!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

אויף דעם איז געזאגט געווארען
שווארץ אדער ווייס נישט גרויעלעך
הייס אדער קאלט נישט לוילעך
א איד אדער א גוי אבער נישט קיין ציוני
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.

פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?

אן דערמאנען א נאמען פונעם מוסד וואס איז די פראבלעם?

איר מאכט זיך? זאגט ווילאנג גייט אייך נעמען געוואויר צו ווערן פון א "סאטמאר" מוסד, כיתה ז' וואס האט נאך "בכלל נישט" אנגעהויבן לערנען ענגליש? ממש א בן בלי שם, וואס?

;l;p-
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ראספשע האט געשריבן:אין בעלזא אינדערהיים פלעגט מען זאגן א בדיחותא, בחורים האבן נישט געטארט זאגן דאס ווארט 'קאפיקע', ווייל א קאפיקע מאכט מען פון קופער, און פון קופער מאכט מען א טאפ, און אין א טאפ קאכט מען פיש פאר א חתונה

;l;p- ;l;p-
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

איגערקע האט געשריבן:ס'איז א שאד יעדע טראפעלע טינט פונעם פעדער. וואס אמאל איז געווען א דבר פשוט מאד. ווערט היינט אפיקורסיס. איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן "דאס איז נישט אידישקייט" ווי אויף דער וועלט האב איך איך מחזק געווען די רשעים. געוואלד און געשריגן ווי האלטן מיר אויף דער וועלט?

ביסט אזוי גערעכט! א שאד וואס קען מען טוהן
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...

מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ווייזער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...

מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.

מיין טאטע זז' ג זאגט די זעלבע 2 שעה בערך אין די ערשטע כ' יארן סוף י'יארן ר' הערץ פרענקיל איז געווען מנהל
ווי אויך אנדערע מקומות סאטמארע ת'ת סאטמאר קראן הייטס מאנטרעאל ועוד
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

בבל האט געשריבן:

שוין געהערט די (פאלטשע) טענה פון אסאך אויבער חכמים.
און כהאב זיי אלעמען אפגעווענדעט מיט א פשוטע פירכא. נעמלעך, די מציאות איז אז א היינטיגע 25 יעריגע אינגערמאן קען געווענדלעך בעסער ענגליש ווי א פופציג יעריגע איד. איז א סימן אז וואס ווייניגער ענגליש מען לערענט אלץ בעסער קען מען...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

איך מיין אז דער פריערדיגער דור קען בעסער ענגליש, זיי רעדן אבער מיט א העווי עקסענט, אבער דאס איזס בימים ההם געווען די עקסענט דא, להבדיל בנימין סאנדערס רעדט אויך אזוי.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

גולם פון פראג האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...

מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.

מיין טאטע זז' ג זאגט די זעלבע 2 שעה בערך אין די ערשטע כ' יארן סוף י'יארן ר' הערץ פרענקיל איז געווען מנהל
ווי אויך אנדערע מקומות סאטמארע ת'ת סאטמאר קראן הייטס מאנטרעאל ועוד

שוין געהערט די (פאלטשע) טענה פון אסאך אויבער חכמים.
און כהאב זיי אלעמען אפגעווענדעט מיט א פשוטע פירכא. נעמלעך, די מציאות איז אז א היינטיגע 25 יעריגע אינגערמאן קען געווענדלעך בעסער ענגליש ווי א פופציג יעריגע איד. איז א סימן אז וואס ווייניגער ענגליש מען לערענט אלץ בעסער קען מען...

נישט ריכטיג. זיי האבן א שווערער אקצענט אבער זיי קענען סאך א בעסערע ענגליש און גרעממער.

איך האלט אבער אז דו ביסט גערעכט מיט דעם אז בשעת מלחמה, ווען רשעים האבן זיך פארלייגט אויף אונז, זענען די אלע וואס פארפירן אז מ׳דארף רעפארמירן אונזער סיסטעם גורם א שרעקליכע חורבן, ווייל דאס האקט אונטער די עסקנים׳ס הארעוואניע און עס ווייזט די גוים אז פון אונזער קאמיוניטי שטעלט מען זיך קעגן די עסקנים וואס ארבעטן ביטער שווער זיי אויפציווייזן אז אונז געבן יא אונזערע קינדער א גוטע עדיוקעשין. ס׳איז בלי ספק אז די אלע וואס מאכן חרוב וועלן דארפן אפפגעבן דין וחשבון פאר זייער חורבן וואס זיי האבן אנגעמאכט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די נקודה וואס דו זאגסט איז זייער וויכטיג, לגבי מאכן א מצב, אבער עס די מלחמה אויף די גזירה קוקט דאך אויס אז עס וועט נאך נעמען יארן צו ענדיגן אינגאנצן מיט זיי, סוי שטילערהייט, אן א מצב, שאדט נישט אז מען זאל גוט אויסלערנען ענגליש, איך מיין פערל"ס ארבעט טאקע אויף דעם אויך.

בד"וו איך מיין איך האב דיר נאכנישט געשריבן, דיין חתימה קומט אריין זייער קלאר.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

בס"ג שבת חנוכה האט הגה"צ דומ"ץ סאטמאר-52 שליט"א גערעדט איבער די חומר הדבר צו אריינברענגן לימודי חול אין די בתי חינוך און נישט צולאזן רעגירונג ביכער אריינדרינגען בבתי חינוך וואס דאס ברענגט מער צרות פאר די מוסדות.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

צל עובר האט געשריבן:די נקודה וואס דו זאגסט איז זייער וויכטיג, לגבי מאכן א מצב, אבער עס די מלחמה אויף די גזירה קוקט דאך אויס אז עס וועט נאך נעמען יארן צו ענדיגן אינגאנצן מיט זיי, סוי שטילערהייט, אן א מצב, שאדט נישט אז מען זאל גוט אויסלערנען ענגליש, איך מיין פערל"ס ארבעט טאקע אויף דעם אויך.

בד"וו איך מיין איך האב דיר נאכנישט געשריבן, דיין חתימה קומט אריין זייער קלאר.

ריכטיג. Pearls טוט א געוואלדיגע ארבעט. אבער פארפירן און שרייען , נאכדערצו ווי טייל וואס גייען אויף סאושעל מידיא, איז באמת א פראבלעם.

——-
איך האב יעצט אויפגעמערקט אז דו זאגסט די זעלבע נקודה לגבי די עלטערע דור ענגליש.. און ישר כח פארן קאמפלימענט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

צל עובר האט געשריבן:די נקודה וואס דו זאגסט איז זייער וויכטיג, לגבי מאכן א מצב, אבער עס די מלחמה אויף די גזירה קוקט דאך אויס אז עס וועט נאך נעמען יארן צו ענדיגן אינגאנצן מיט זיי, סוי שטילערהייט, אן א מצב, שאדט נישט אז מען זאל גוט אויסלערנען ענגליש, איך מיין פערל"ס ארבעט טאקע אויף דעם אויך.

בד"וו איך מיין איך האב דיר נאכנישט געשריבן, דיין חתימה קומט אריין זייער קלאר.

גוט געזאגט, פערלס מאכט א גוטע ארבעט, אבער סאיז נאך דא אסאאאך מוסדות וואס קענען זיך אנשליסן. יו קנאו וואט, פארוואס רעדן ברמיזה? אלע מוסדות אין קר"י דארפן א תיקון גדול, קיינער פון די ארטיגע מוסדות זענען נישט אנגעשלאסן אין פערעלס.
#בשיטה נישט
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...

מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.

מיין טאטע זז' ג זאגט די זעלבע 2 שעה בערך אין די ערשטע כ' יארן סוף י'יארן ר' הערץ פרענקיל איז געווען מנהל
ווי אויך אנדערע מקומות סאטמארע ת'ת סאטמאר קראן הייטס מאנטרעאל ועוד

שוין געהערט די (פאלטשע) טענה פון אסאך אויבער חכמים.
און כהאב זיי אלעמען אפגעווענדעט מיט א פשוטע פירכא. נעמלעך, די מציאות איז אז א היינטיגע 25 יעריגע אינגערמאן קען געווענדלעך בעסער ענגליש ווי א פופציג יעריגע איד. איז א סימן אז וואס ווייניגער ענגליש מען לערענט אלץ בעסער קען מען...

נישט ריכטיג. זיי האבן א שווערער אקצענט אבער זיי קענען סאך א בעסערע ענגליש און גרעממער.

איך האלט אבער אז דו ביסט גערעכט מיט דעם אז בשעת מלחמה, ווען רשעים האבן זיך פארלייגט אויף אונז, זענען די אלע וואס פארפירן אז מ׳דארף רעפארמירן אונזער סיסטעם גורם א שרעקליכע חורבן, ווייל דאס האקט אונטער די עסקנים׳ס הארעוואניע און עס ווייזט די גוים אז פון אונזער קאמיוניטי שטעלט מען זיך קעגן די עסקנים וואס ארבעטן ביטער שווער זיי אויפציווייזן אז אונז געבן יא אונזערע קינדער א גוטע עדיוקעשין. ס׳איז בלי ספק אז די אלע וואס מאכן חרוב וועלן דארפן אפפגעבן דין וחשבון פאר זייער חורבן וואס זיי האבן אנגעמאכט.

יאך האלט איז שילדיג דערינען זענען די א. ג. עסקנים וואס האבען זיך גענומען פארפלייצען סאושעל מידיע כלומפשט צו באשיצען אינזערע חינוך. מי שמך לאיש? די אלע א. ג. עסקנים וואלטן געברויכט לאזען די זאך אין די הענט פון ערפארענע עסקנים וואס ארבעטען הינטער די טיהרן, אזוי וואלט מען אלעס געקענט שליכטן. די נערישע ווידיאס פערזענליך קעגען מאסטער און די גאוועמענט האט אסאך חרוב געמאכט לענ"ד

וועגען עלטערע אידען און ענגליש... אפשר רעדען אונדז פון אנדערע מענטשען אבער די עלטערע אידען וואס איך קען רעדען א צעהאקטע עינגליש, רוב דא אין אייוועלט שרייבען און פארשטיין בעסער.
אפשר די פאר ביזנעס לייט וואס האבען געליינט די טיימס אדער וואל סטריט דזשורנאל יעדען טאג, זיי האבען זיך מיט די יארען אויסגעלערענט א לייטישען ענגליש.
אבער די עלטערע אידען וואס זענען נישט ארויס צו מסחר זענען גארנישט בעסער ווי די יונגערע דור. דהיינו די חדר האט נישט גארנישט אויסגעלערענט בעסער ווי היינט.
אגב איינער ווייס ווען און פארוואס מהאט געשניטען די ענגליש שעות? וועלכע צוויי שעה האט מען געלערנט ענגליש?
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

איין זאך וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ. פאר א גוט יאר טאטע אין הויכען הימל, וואס אויף דער וועלט האט די נושא אז די חדרים זאלן אויסלערנען נארמאל ענגליש, מיט השכלה, כפירה אדער מינות????

כ'האב עס געהערט פון א כלי ראשון, ס'האט זיך פארמירט א ענגלישע קלאס אינדרויסען פון חדר. האט די מנהל אין סאטמאר פארפירט חי וקים, און געסטראשערט אז ווער עס גייט אהין האט נישט וואס צו זיכן אין אונזערע מוסדות.

האט זיין טאטע גענומען דעם מנהל צו ר' סענדר ז"ל און געפרעגט וואס איז געווען דעת רבינו איבער לערנען למודי חול מיט די קינדער? האט ר' סענדר גענטפערט: דער רבי האט געוואלט אז יעדע אינגעל וואס קומט ארויס פון זיין מוסד. זאל קאנען לעזען שרייבן און רעכענען.

די נושא איז בכלל נישט, צו איז נישט דא קיין געלט ביי אונז. ס'איז דא געוואלדיגע עושרים ביי היימישע אידן. און אסאך פון זיי קענען אזוי גוט ווי איך און דו

איך ווייס אז די וואס גייען קאפ אין וואנט קען איך שרייבן רויט אדער שווארץ מיט א פעדער אדער מיט א בליי. צען דפים וועט זיי אויך ניט טוישען , און וועלן אנעמען מיינע שורות אלס א שטיצע צו די וואס גייט פאר מיט די פארדארבענע מערכה. ח"ו

איך וויל אבער יא זיך אויסשמועסן מיין ווייטאג מיט אנשים כערכי

וואס האט הודו מיט קוש? פארוואס זעהט די חדר נישט פאר וויכטיג אהער צו שטעלן א געהעריגע און שטארקע לימוד פארדעם? וואס איז די עבירה? פארוואס טאר מען נישט קענען? פארוואס?

זענען מיר סאטמארע אידן וואס אונזער רבי האט דייקה געוואלט מיר זאלען יא ארויס גיין ארבעטן, און דוקה געוואלט אויפשטעלן א קהלה פון ערליכע בעלי בתים. איז געווען זיין רצון אז די 90 פארצענט וואס בלייבט נישט ביים לערנען, זאלן אויסקוקען ווי להבדיל די ספאנישע וואס שווערצן זיך אריבער דעם גרעניץ?

דער אמת בלייבט אמת על אף אז געוויסע אייוועלט שרייבער קריגען זיך דערמיט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איגערקע האט געשריבן:איך ווייס אז די וואס גייען קאפ אין וואנט קען איך שרייבן רויט אדער שווארץ מיט א פעדער אדער מיט א בליי. צען דפים וועט זיי אויך ניט טוישען

איך וויל אבער יא זיך אויסשמועסן מיין ווייטאג מיט אנשים כערכי

און איך זע גאר ביי דיר דעם זעלבן פראבלעם פונעם ערשטן פאראגראף, מען האט אייך שוין מסביר געווען אז לכל זמן, און איצטער איז נישט די זמן מוכשר צו שטורעמען דערוועגן.

שנית, אייער ווייטאג כמדומה האט איר שוין אויסגעשמוסט, און מער פון דעם האט מען שוין געזאגט איז דא נישט די פלאץ דערפאר, וואס ווילט איר איצטער?
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

אוגערקע, לאמיר פרובירן אייך מסביר צו זיין נאך איין מאל.

דו ווילסט אז די מוסדות זאלן אויסלערנען פשוט א גוטע ענגליש, און חשבון פאר אונזערע קינדער. וואר?

יעצט, ס׳איז דא ליידער אידישע רשעים וואס ווילן אונטערברענגען אונזער קאמיוניטי. סימפל עז דעט. זיי האבן פארשטאנען אז קומען שרייען די זעלבע נוסח וואס שונאי ישראלים שרייען שוין יארן, אן סוקסעס, אז אונז לעבן אויף די רעגירונג׳ס חשבון, וכדו׳ וועט נישט ארבעטען, האבן זיי אנגעהויבן זינגען אן אנדערע נוסח. נעמליך, ״אונזער קינדער טארן נישט דורכגיין וואס זיי גייען דורך!״ זיי דעזערווען א גוטע עדיוקעישין און שטארקע קריקולעם וואס זאל זיי אויסטרעטן די וועג פאר גוטע פרנסות״. דו הערטס? די ווערטער זענען אייך קענטליך? פאר מיר אויך. עטליכע שרייבער דא אויף אייוועלט שרייען די זעלבע.

יעצט די גאווערמענט וואס האט אייביג געהאט א בלינדע אויג צו אונזער זייט משום כמה סיבות, זענען יעצט ווייל מען אנגעהויבן מאכן א שטורעם, אריינגעמישט געווארן און זיי פארלאנגען דאס זייעריגע וואס רעכנט אריין ספרי מינות ואפיקורסות, נארישקייט וכו׳.

ממילא ווען דו קומסט מיט די ניגון ״פארוואס דעזערווען נישט אונזערע קינדער א גוטע עדיוקעישין זינגטסטו די זעלבע ניגון וואס מאסטער וחביריו זינגען. דו פארשטייסט?? איך פארשטיי אז דו מיינסט באמת אונזער טובה, אבער ווי ביסטו געווען ביז יעצט?? פארוואס שפרונגסטו פונקט יעצט ווען רשעים נוצן דיינע ווערטער קעגן דיר?? ווארט ביז זאכן סעטלען זיך, דערנאך קענסטו אנהייבן מיט א אויפקלערונגס קאמפיין אז עפעס דארף געטוהן ווערן.

לסיכום, די רעגירונג אויב זיי מישן זיך אריין גייען זיי בלי ספק פארלאנגען צו לערנען מיט אונזערע קינדער ספרי כפירה נארישקייט ממש, בלי שום ספק. און דו ווייסט דאס אויך. ווען דו שרייסט אז מען מען מאכן דראסטישע שיניום אין אונזערע לימודים, געסטו שטאף פאר מאסטער און דו ווייזט אים אז ער האט סופארט פון אונזער קאמיוניטי. אויב מיינסטו באמת מיט די גאנצע תמימות אויפצוטוהן, בלייב יעצט שטיל פאר א וויילע און ווארט ביז ס׳איז א שעת הכושר.

איך מיין אז איך בין גענוג קלאר.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:אוגערקע, לאמיר פרובירן אייך מסביר צו זיין נאך איין מאל.

דו ווילסט אז די מוסדות זאלן אויסלערנען פשוט א גוטע ענגליש, און חשבון פאר אונזערע קינדער. וואר?

יעצט, ס׳איז דא ליידער אידישע רשעים וואס ווילן אונטערברענגען אונזער קאמיוניטי. סימפל עז דעט. זיי האבן פארשטאנען אז קומען שרייען די זעלבע נוסח וואס שונאי ישראלים שרייען שוין יארן, אן סוקסעס, אז אונז לעבן אויף די רעגירונג׳ס חשבון, וכדו׳ וועט נישט ארבעטען, האבן זיי אנגעהויבן זינגען אן אנדערע נוסח. נעמליך, ״אונזער קינדער טארן נישט דורכגיין וואס זיי גייען דורך!״ זיי דעזערווען א גוטע עדיוקעישין און שטארקע קריקולעם וואס זאל זיי אויסטרעטן די וועג פאר גוטע פרנסות״. דו הערטס? די ווערטער זענען אייך קענטליך? פאר מיר אויך. עטליכע שרייבער דא אויף אייוועלט שרייען די זעלבע.

יעצט די גאווערמענט וואס האט אייביג געהאט א בלינדע אויג צו אונזער זייט משום כמה סיבות, זענען יעצט ווייל מען אנגעהויבן מאכן א שטורעם, אריינגעמישט געווארן און זיי פארלאנגען דאס זייעריגע וואס רעכנט אריין ספרי מינות ואפיקורסות, נארישקייט וכו׳.

ממילא ווען דו קומסט מיט די ניגון ״פארוואס דעזערווען נישט אונזערע קינדער א גוטע עדיוקעישין זינגטסטו די זעלבע ניגון וואס מאסטער וחביריו זינגען. דו פארשטייסט?? איך פארשטיי אז דו מיינסט באמת אונזער טובה, אבער ווי ביסטו געווען ביז יעצט?? פארוואס שפרונגסטו פונקט יעצט ווען רשעים נוצן דיינע ווערטער קעגן דיר?? ווארט ביז זאכן סעטלען זיך, דערנאך קענסטו אנהייבן מיט א אויפקלערונגס קאמפיין אז עפעס דארף געטוהן ווערן.

לסיכום, די רעגירונג אויב זיי מישן זיך אריין גייען זיי בלי ספק פארלאנגען צו לערנען מיט אונזערע קינדער ספרי כפירה נארישקייט ממש, בלי שום ספק. און דו ווייסט דאס אויך. ווען דו שרייסט אז מען מען מאכן דראסטישע שיניום אין אונזערע לימודים, געסטו שטאף פאר מאסטער און דו ווייזט אים אז ער האט סופארט פון אונזער קאמיוניטי. אויב מיינסטו באמת מיט די גאנצע תמימות אויפצוטוהן, בלייב יעצט שטיל פאר א וויילע און ווארט ביז ס׳איז א שעת הכושר.

איך מיין אז איך בין גענוג קלאר.

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”