לימודי חול בבתי חינוך

אחראי: יאנאש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.

אנטשולדיגט מיר אבער אייער תגובה איז זייער נישט אין פלאץ

ער ברענגט ארויס א וואלידע טענה,

איך האלט גראדע נישט אז די לעק פון קענען ענגליש שטערט פון אריינגיין אין ביזנעס אויף סיי וועלכע וועג אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר די מוסד צו זיין אזוי נאכלעסיג

א וואלידע טענה קעגן וועם? קעגן איינע פון די שרייבער'ס דא? אויב וויל ער עפעס אויפטון, זאל ער ווענדן זיינע טענות צו די ריכטיגע אויערן, אדער טוישן מוסד. דאס שרייבן דא קעגן א מוסד האט נישט קיין הענט און פיס חוץ פון ברענגן היץ, און אויב איז דאס איז מעיקרא זיין פלאן, דארף ער קלאר וויסן אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.
#בשיטה נישט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.

אנטשולדיגט מיר אבער אייער תגובה איז זייער נישט אין פלאץ

ער ברענגט ארויס א וואלידע טענה,

איך האלט גראדע נישט אז די לעק פון קענען ענגליש שטערט פון אריינגיין אין ביזנעס אויף סיי וועלכע וועג אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר די מוסד צו זיין אזוי נאכלעסיג

א וואלידע טענה קעגן וועם? קעגן איינע פון די שרייבער'ס דא? אויב וויל ער עפעס אויפטון, זאל ער ווענדן זיינע טענות צו די ריכטיגע אויערן, אדער טוישן מוסד. דאס שרייבן דא קעגן א מוסד האט נישט קיין הענט און פיס חוץ פון ברענגן היץ, און אויב איז דאס איז מעיקרא זיין פלאן, דארף ער קלאר וויסן אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר.

ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

נו שוין האט געשריבן:איגערקע,

עמו אנכי בצרה, אבער דא אויף אייוועלט רוב רובו פון די שרייבערס זעהן אלעס שווארץ אדער ווייס, סאיז בכלל זייער שווער אנצוהייבן א דייעלאג. במילא סאיז באמת א שלעכט מקום דא ארויסצוגעבן די ערגבענישן, ווייל לא די מזוכט נישט צו פארשטיין, מטוט נאך קלאפן פון אלע זייטן. נו שוין.

.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.

פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובה דורך מצב כללי »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.

אנטשולדיגט מיר אבער אייער תגובה איז זייער נישט אין פלאץ

ער ברענגט ארויס א וואלידע טענה,

איך האלט גראדע נישט אז די לעק פון קענען ענגליש שטערט פון אריינגיין אין ביזנעס אויף סיי וועלכע וועג אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר די מוסד צו זיין אזוי נאכלעסיג

א וואלידע טענה קעגן וועם? קעגן איינע פון די שרייבער'ס דא? אויב וויל ער עפעס אויפטון, זאל ער ווענדן זיינע טענות צו די ריכטיגע אויערן, אדער טוישן מוסד. דאס שרייבן דא קעגן א מוסד האט נישט קיין הענט און פיס חוץ פון ברענגן היץ, און אויב איז דאס איז מעיקרא זיין פלאן, דארף ער קלאר וויסן אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר.

שרייבן קעגן א מוסד אן א נאמען איז א מהלך פון ארויסברענגען ווייטאג וואס איז א נארמאלע זאך ווילאנג מען רעדט נארמאל

וואס איז דאס אנדערש ווי הונדערט אנדערע נושאים וואס מענטשן שרייבן דא אויס זייער ווייטאג אומגעשטערט
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.

פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?

אן דערמאנען א נאמען פונעם מוסד וואס איז די פראבלעם?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ארויסגעבן ווייטאג כדי צו באקומען אן עצה איז איין זאך, ארויסברענגן א ווייטאג מיטן ציל צו טוישן א מוסד/קהילה/וכו' וכדו' איז אינגאנצן אן אנדער דערהער. ווען זיין ציל זאל זיין צו באקומען ראט ווי אזוי עס צוצולערנען אין אייגענע צייט, איז איין זאך, די ציל דא איז דאך אבער צו לייגן פרעשער אויף יענעם ספעציפישן מוסד, דא איז נישט די פלאץ דערפאר.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.

פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?

אן דערמאנען א נאמען פונעם מוסד וואס איז די פראבלעם?

איר מאכט זיך? זאגט ווילאנג גייט אייך נעמען געוואויר צו ווערן פון א "סאטמאר" מוסד, כיתה ז' וואס האט נאך "בכלל נישט" אנגעהויבן לערנען ענגליש? ממש א בן בלי שם, וואס?
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

אייוועלט אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

אייוועלט אייוועלט, מיין טייערע אייוועלט כ'וואלט כאפן א שמועס מיט אייך ר' אייוועלט.

שוין א פאר יאר וואס איך האב זיך מיט אייך באקענט, כ'בין זייער דאנקבאר פאר אייך אייוועלט איר זענט א ריינע און אויסגעהאלטענע פלאץ. נקי מחשש לשון הרע וכל דבר אסור. איר זענט גאר א געשמאקע פלאץ רייך מיט אוצרות, פיל מיט תוכן. איך בין דאנקבאר אז איר שטייט אויף גלייכע שיניעס. כן יתן וכן יוסף בעזרת השם יתברך.

מיין קליינע שכל וויל פארשטיין ר' אייוועלט פארוואס איר קענט זיין דעם שופר פאר יעדע אידישע זאך וואס איז נאר פארהאנען. אנגעפאנגען פון ווילדע דרייווערס אין ק"י ביז דעם גרויסארטיגען בינגא געשעפט אין ברוקלין. פון נתניה ביז טראפ'ן און אלעס אינדערמיט.

אבער מעורר זיין א פראבלעם. וואס איז עומד על הפרק מיט אונזערע קינדער. אן ענין וואס ערבערט טאטעס פון צאן קדשים וואס זיכן דאס בעסטע פאר זייער קינד . ביסטו נישט די פלאץ מיין טייערע אייוועלט?

ווי זאל איך שרייבן מיינע ארימע שורות אייוועלט? אויף די טריפענע סאשיעל מידא זייטן? ווי זאל איך אויסשרייען מיין וויי געשריי ר' אייוועלט?

מיינע טייערע ברודער, וואס ליינען מיינע ווערטער. ביטע נעמט די מיה און שטימט מיט מיר. נאר דורך לייגן דרוק וועט זיך זאכן טוישן. די חדר וועט זיך נישט אנשטרענגען אויב מיר לאזן זיך נישט הערן קיין פיפס

און צו דיר מיין ליבע אייוועלט, יא און יא דו ביסט דער פלאץ, ווי איך קען מיין קול לאזן הערן
לעצט פארראכטן דורך איגערקע אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גם אני בחלומי
ממש כ'פארשטיי ממש נישט וואס דער 'למעלה' וויל דא......

אקעי, ביטע ווען מען וויל ארויס ברענגען די טענות זאל מען ספעציפיש דרוקן דעם ווארט 'מוסדות' בלשון רבים, און למהדרין מן המהדרין זאל מען ארויס שרייבן 'מער ווי פיר מוסדות', כדאי למעלה זאל ניש האבן טענות....

פאני אשכול דעיס....
א גאנצע 'אייוועלט' מלא וגדוש, פול ביז אויבן מיט כל'ערליי טענות ומענות קעגן דעם און יענעם, 'פונקט' ביי די טענה פון חסרון ענגליש, ווערט די רויטע הנהלה דא רויטער פון רויט.... אתמהה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איגערקע האט געשריבן:אייוועלט אייוועלט, מיין טייערע אייוועלט כ'וואלט כאפן א שמועס מיט אייך ר' אייוועלט.

שוין א פאר יאר וואס איך האב זיך מיט אייך באקענט, כ'בין זייער דאנקבאר פאר אייך אייוועלט איר זענט א ריינע און אויסגעהאלטענע פלאץ. נקי מחשש לשון הרע וכל דבר אסור. איר זענט גאר א געשמאקע פלאץ רייך מיט אוצרות, פיל מיט תוכן. איך בין דאנקבאר אז איר שטייט אויף גלייכע שיניעס. כן יתן וכן יוסף בעזרת השם יתברך.

מיין קליינע שכל וויל פארשטיין ר' אייוועלט פארוואס איר קענט זיין דעם שופר פאר יעדע אידישע זאך וואס איז נאר פארהאנען. אנגעפאנגען פון ווילדע דרייווערס אין ק"י ביז דעם גרויסארטיגען בינגא געשעפט אין ברוקלין. פון נתניה ביז טראפ'ן און אלעס אינדערמיט.

אבער מעורר זיין א פראבלעם. וואס איז עומד על הפרק מיט אונזערע קינדער. אן ענין וואס ערבערט טאטאעס פון צאן קדשים וואס זיכן דאס בעסטע פאר זייער קינד . ביסטו נישט די פלאץ מיין טייערע אייוועלט?

ווי זאל שרייבן מיינע ארימע שורות אויף די טריפענע סאשיעל מידא זייטן? ווי זאל איך אויסשרייען מיין וויי געשריי ר' אייוועלט?

מיינע טייערע ברודער, וואס ליינען מיינע ווערטער. ביטע נעמט די מיה און שטימט מיט מיר. נאר דורך לייגן דרוק וועט זיך זאכן טוישן. די חדר וועט זיך נישט אנשטרענגען אויב מיר לאזן זיך נישט הערן קיין פיפס

און צו דיר מיין ליבע אייוועלט, יא און יא דו ביסט דער פלאץ, ווי איך קען מיין קול לאזן הערן

איר האט אמאל גענומען די מיה צו אפליינען די תקנות המקום? איר געדענקט לדוגמא די ווערטער?

קרעטשמער האט געשריבן:ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.

אויב דער ארטיקל ווערט געשריבן בהשכל ובדעת – לויט די שאצונג פון די הנהלה – און ברענגט ארויס א דעת תורה קעגן א פירצה, איז דאס יא ערלויבט.

כ'זע נישט וואס איז נישטא צו פארשטיין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ראספשע האט געשריבן:גם אני בחלומי
ממש כ'פארשטיי ממש נישט וואס דער 'למעלה' וויל דא......

אקעי, ביטע ווען מען וויל ארויס ברענגען די טענות זאל מען ספעציפיש דרוקן דעם ווארט 'מוסדות' בלשון רבים, און למהדרין מן המהדרין זאל מען ארויס שרייבן 'מער ווי פיר מוסדות', כדאי למעלה זאל ניש האבן טענות....

פאני אשכול דעיס....
א גאנצע 'אייוועלט' מלא וגדוש, פול ביז אויבן מיט כל'ערליי טענות ומענות קעגן דעם און יענעם, 'פונקט' ביי די טענה פון חסרון ענגליש, ווערט די רויטע הנהלה דא רויטער פון רויט.... אתמהה

פאר אייך האב איך אן אנדערע סעיף דארט, סעיף ז'.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גיי פארשטיי
פארוואס אליעזר קרויס'עס אשכול וואס איז ריין לשם מחאה, איז יא קיימא וקאי,
און פארוואס דער אשכול עקזיסטירט? viewtopic.php?f=3&t=38576
און דער אנטי וואקסינען אשכול, איז דאך ממש בלתי לה' לבדו
און ווער ס'געדענקט נאך,
דא זענען שוין געווען אשכולות, איבער הויכע שכר לימוד, [וואס האט געהאט א גאר ווייט גרייכנדער אפקלאנג ב"ה]
אשכולות איבער קאנטרי
קנסות אין ישיבות
ועוד ועוד ועוד
......
גיי פארשטיי....
[און א ווינדער אז צעדליגער געלונגענע שרייבערס האבן שוין אפגעפוצט פון דאנעט..?]
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יא כ'ווייס, דער וואס וויל נישט ליינען תקנות המקום און וויל דערפון נישט וויסן, וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין. דער וואס ליינט אפ די פאר שורות פריער געברענגט פארשטייט זייער גוט וואס די חילוקים זענען.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ווען קרעמער איז געווען אין די הנהלה איז געווען סאך געשמאקער און לופטיגער דא
הוי, מי יתן לנו תמורתו

היינט גייט עס דא מער ווייניגער נוסח קעי דזשי בי....
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ראספשע האט געשריבן:ווען קרעמער איז געווען אין די הנהלה איז געווען סאך געשמאקער און לופטיגער דא.

גארנישט מיט קרעמער, נאר אמאל איז געווען א קלענערע ציבור מיט מער יושב הדעת, און מען האט דערהויהן חילוקי דיעות, היינט איז א שוואכע דור, און יעדע בלאז צומישט די קארטען.

גיי אין בעיסמעינט, וועסט טרעפן תגובות וואס היינט טראכט מען ניטאמאל פון שרייבען.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אין בעלזא אינדערהיים פלעגט מען זאגן א בדיחותא, בחורים האבן נישט געטארט זאגן דאס ווארט 'קאפיקע', ווייל א קאפיקע מאכט מען פון קופער, און פון קופער מאכט מען א טאפ, און אין א טאפ קאכט מען פיש פאר א חתונה

דא גייט שוין אויך באלד אויף דעם נוסח
מען טאר נישט רעדן פון די נושא פון א פראבלעם וואס יונגעלייט קענען נישט קיין ענגליש, [וואס גראדע א טעמע באלד אזוי וויכטיג און אזוי הייס ווי חתונה תקנות און דירות קריזיס'ן]
ווייל דעמאלט גייט מען דאך רעדן אויך פון כיתה ז'
און א געוויסע מוסד לערנט בכלל נישט קיין ענגליש
וועט מען דאך חלילה קומען עובר זיין אויף די העיליגע תקנות פון אייוועלט.....

ווער לאכט?
טפשות איז נישט דאס ווארט!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

למעלה, תחזקנה ידיכם פאר'ן משתדל זיין צו האלטן די פלאץ אויף א העכערע ניווא. כה לחי!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

למעלה איז געווען מער סאראקאסטיש ווי הנהלה ביים שרייבען די תגובה:

למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.

אבער וויבאלד זיין ניק איז רויט האט מען אים אטאקירט, האט ער זיך שוין געמוזט פארענטפערן,

#לאז-לויפן-מאכטס-נישט-פון-יעדע-טישו-א-אישו
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

קאנסילמאן האט געשריבן:למעלה איז געווען מער סאראקאסטיש ווי הנהלה ביים שרייבען די תגובה:

למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.

אבער וויבאלד זיין ניק איז רויט האט מען אים אטאקירט, האט ער זיך שוין געמוזט פארענטפערן,

#לאז-לויפן-מאכטס-נישט-פון-יעדע-טישו-א-אישו

שוין גארנישט קיין טישו
ער האט מיך שוין שיער ארויס געווארפן פון דא....
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

יאך זעה אז איגערקע קלאגט אויף אייוועלט. מה אעשה יאך האב אויכעט א קינה.
אוי אייוועלט אייוועלט דו פלעגסט זיין די איינציגסטע מקום על טהרת הקודש אויף די טריפהנעם געוועב.
איצטערט דרייען זיך דא שועלים קטנים מחבלים כרמים אשר בסודן אל תבוא נפשי
אוי אייוועלט אייוועלט
ווי קען קומען א איד וואס לייענט און שרייבט דא און געבען חיזוק אין שטיצע פאר א כופר הכל ר"ל וואס איז מלשין אויף אחינו בני ישראל
ווי קען קומען א איד און שטריימעל בעקיטשע און געבען גערעכט פאר א גויאישע רעגירונג וואס וויל כופה זיין אויף אונס גזירות קשות כהמן
ווי אזוי???? זעהט איר נישט אז מיר זענען איצטערט אין א עת מלחמה. יעצט איז נישט די צייט פאר קאמפראמיסן! מיר ברויכען יעצט קעמפען ווי לייבען!
אוי אייוועלט אייוועלט
אמאל וואלט דאס געווען א פשיטותא... היינט ביניך א קול קורא במדבר...
אוי אייוועלט אייוועלט
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

און יעצט צו אלע אנגעקלערטע אויבערחכם חכמים וועל איך זאגען איין זאך.
די הייליגע דברי חיים פון סאנז זיעועכי"א האט געזאגט אז ווען ער האט זיך געמוזט לערנען אינטערשרייבען זיין נאמען אויף די גויאישע שפראך האט עס אים געשאדט,
מיר זענען נישט אויף די מדריגה פון דעם הייליגען רב אבער מיר גלויבען באמונה שלמה אז יעדע גויאישע בוכשטאב איז מטמא די אויגען. סאיז דא אביסעלע וואס ממוז לערנען, נישטא קיין ברירה. דאס איבעריגע איז פשוט מטמטמם די מוח, סאיז א רעה בזה ובבא.
איר ווילט אייער בחורים זאלען זיך פארהערען מסכתות הש"ס אדער להבדיל אלף הבדלות סייענס ביכער אנגעפילט מיט כפירה ומינות פון ארגסטן קאליבער??
איר ווילט אייער קינדער זאלען קענען סימנים אין שו"ע אויף אויסענווייניג אדער ער זאל ליינען שמוציגע ביכער פון דארווין ימ"ש?
איר ווילט ער זאל לערנען הייליגע חסידישע ספרים אדער לייענען טריפהנע נאוועלס וועגען די ג'ויאישע לעבען?
ווילט איהר אויפצוען ערליכע יודישע קינדער אדער חלילה די היפך???
געוואלד! די עתיד פון די דורות איז און אונזערע הענט. וועקט אייך אויף!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק

איהר כאפט נישט אז איינמאל מלאזט אריין די רעגירונג און איינמאל מווייזט אז משרעקט זיך פון זיי פארלירען מיר די בעלות!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”