אריבער פירן א פאון פון איין נעטווארק אויף אן אנדערן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

איישישאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

אריבער פירן א פאון פון איין נעטווארק אויף אן אנדערן

תגובהדורך איישישאק » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 4:53 pm

אנטשולדיגט, אבער איך האב נישט געטראפן קיין אשכול דערפאר.

איינער וויל מיר געבן א מתנה א Samsung Galaxy A50 וואס זיי האבען גענוצט אין ענגלאנד אויף דער O2 נעטווארק. איך וויל עס נוצן אין אמעריקא אויף ווערייזאן. איז עס מעגליך? און בעיקר, וויאזוי קען איך אליינס פארשן די זאכען?

באופן כללי, איינער וואס האט אזא פאון ווערט געבעטן מיר צו זאגען צו עס נעמט גרינג א פילטער, צו עס איז גוט, צו די באטטערי האלט זיך לאנג, צו עס איז שנעל אדער שטאט, וכו' וכו'.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 4:56 pm

איישישאק האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער איך האב נישט געטראפן קיין אשכול דערפאר.

איינער וויל מיר געבן א מתנה א Samsung Galaxy A50 וואס זיי האבען גענוצט אין ענגלאנד אויף דער O2 נעטווארק. איך וויל עס נוצן אין אמעריקא אויף ווערייזאן. איז עס מעגליך? און בעיקר, וויאזוי קען איך אליינס פארשן די זאכען?

באופן כללי, איינער וואס האט אזא פאון ווערט געבעטן מיר צו זאגען צו עס נעמט גרינג א פילטער, צו עס איז גוט, צו די באטטערי האלט זיך לאנג, צו עס איז שנעל אדער שטאט, וכו' וכו'.

איך האב נישט קיין ידיעה איבער די ספעציפישע פאון, אבער טשעק אויף די וועבסייט און זעה צו ס'וועט געהעריג ארבעטן מיט ווערייזאן אין די פאראייניגטע שטאטן.

https://willmyphonework.net/

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 5:20 pm

אויב איז עס אנלאקט קענסטו פשוט אריינלייגן א ווערייזען סים קארד, אויב נישט דארפסטו רופן די קאמפעני (די ארגינעלע סערוויס פראוויידער) און בעטן עס צו אנלאקן.
דו האסט א גמ"ח פון שיסן אומזיסטע נעגעטיוויטי? אדער דו טוסט עס גאר פאר פרנסה?

איישישאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 5:52 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:אויב איז עס אנלאקט קענסטו פשוט אריינלייגן א ווערייזען סים קארד, אויב נישט דארפסטו רופן די קאמפעני (די ארגינעלע סערוויס פראוויידער) און בעטן עס צו אנלאקן.

דאס גילט אויף יעדער פאון? און זיי אנלאקן אומזיסט? איך באקום דא א מתנה, איך וויל יענעם נישט מוטשען
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט